שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ערענסטע יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:18 am

שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטע יונגערמאן »

ב"ה מוצאי ראש השנה תשפ"ג [ת'הא שנ'ת פ'יפטע ג'ענערעשאן)
ווייסעך נישט צי דאס איז שוין דיסקאסירט געווארן ערגעצוואו אין איינע פון די אשכולות אויפ'ן אידישן וועלטן, א פאקטאר איבער אונזער נייעם יאר תשפ"ג וואס איז לדעתי וויכטיג און היסטאריש צו ווערן פארצייכנט.

תשפ"ג - אנהייב פון דעם 5'טן דור על אדמת אמעריקא נאכ'ן צווייטן וועלט קריג!

לאמיר דאס רעכענען לויט די יארן, די אלע דאטומס זענען די 'פריסטע' דאטום ווען די נייע דור האט זיך אנגעהויבן, דאס טייטש דאס וואס זענען געווארן חתן-כלה/חתונה געהאט בערך ביי די 18, און געהאט א קינד ביי די 19 (נארמאל רעכנט מען א דור צוואנציג יאר, וואס לפי"ז וואלט מען נאך געדארפט צואווארטן אפאר יאר צום אנהייב פונעם פינפטן דור... דער פאקט איז אבער אז ס'איז שוין אין תשפ"ב געווען א שיינע פאר שידוכים צווישן חתן/כלה וואס זענען די פערטע דור נאכ'ן קריג, וואס דאס באדייט אז אין תשפ"ג וועט זיך בעז"ה אנהייבן א פרישע עפאכע פון אן אנהייב פון א פיפטע דור אין אמעריקע):

שנת תש"ו (אדער גאר סוף תש"ה) – פיל אודים מוצלים מאש, קריג איבערלעבער, האבן חתונה בשעטומ"צ. א גרויס טייל פון זיי, מער מענער און א קלענערע טייל פרויען, האבן ליידער איבערגעלאזט זייערע ברייטפארצווייגטע משפחה, זון און טעכטער, אין די אוישוויצער גאז-קאמערן הי"ד.

שנת תש"ז (אדער סוף תש"ו) – עס הייבט זיך אן ב"ה דער ערשטער דור נאכ'ן קריג! א נקמה אין היטלער ימ"ש! אין די נאכפאלגנדע חדשים און יארן וואנדערן פילע אודים מוצלים פון אייראפע קיין אמעריקע, טייל מיט איינס, צוויי, אדער דריי קליינע קינדערלעך, די ערשטע דור נאכ'ן קריג.

שנת תשכ"ו: די ערשטע נאכ'ן קריג געבוירענע וואס האבן מקיים געווען דעם 'בן שמונה עשרה לחופה' אין זענען שוין תשכ"ה געווארן חתן/כלה, חתונה געהאט, און תשכ"ו הייבט זיך אן דער צווייטער דור נאכ'ן קריג! די קריג געליטענע זענען זוכה צו זען א דור שלישי ב"ה.

שנת תשמ"ה: דער דריטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אייניקלעך, א דור רביעי.

שנת תשס"ד: דער פערטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אור אייניקלעך, א דור חמישי.

און אט יעצט שנת תשפ"ג: דער פיפטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! דער ערשטער דור אידן פון נאכ'ן קריג, די תש"ז געבוירענע, די היינטיגע 'אלטע אידן' און אידענעס, גייען אט אט בעז"ה זוכה זיין צו א דור חמישי! און די געציילטע עלטערע קריג איבערלעבער החיים אתנו לאורך ימים ושנים וועלן זוכה זיין צו א דור ששי בעז"ה!
לעצט פארראכטן דורך ערענסטע יונגערמאן אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 4:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

זייער אינטערסאנטע באמערקונג
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ערענסטע יונגערמאן האט געשריבן:
ב"ה מוצאי ראש השנה תשפ"ג [ת'הא שנ'ת פ'יפטע ג'ענערעשאן)
ווייסעך נישט צי דאס איז שוין דיסקאסירט געווארן ערגעצוואו אין איינע פון די אשכולות אויפ'ן אידישן וועלטן, א פאקטאר איבער אונזער נייעם יאר תשפ"ג וואס איז לדעתי וויכטיג און היסטאריש צו ווערן פארצייכנט.

תשפ"ג - אנהייב פון דעם 5'טן דור על אדמת אמעריקא נאכ'ן צווייטן וועלט קריג!

לאמיר דאס רעכענען לויט די יארן, די אלע דאטומס זענען די 'פריסטע' דאטום ווען די נייע דור האט זיך אנגעהויבן, דאס טייטש דאס וואס זענען געווארן חתן-כלה/חתונה געהאט בערך ביי די 18, און געהאט א קינד ביי די 19 (נארמאל רעכנט מען א דור צוואנציג יאר, וואס לפי"ז וואלט מען נאך געדארפט צואווארטן אפאר יאר צום אנהייב פונעם פינפטן דור... דער פאקט איז אבער אז ס'איז שוין אין תשפ"ב געווען א שיינע פאר שידוכים צווישן חתן/כלה וואס זענען די פערטע דור נאכ'ן קריג, וואס דאס באדייט אז אין תשפ"ג וועט זיך בעז"ה אנהייבן א פרישע עפאכע פון אן אנהייב פון א פיפטע דור אין אמעריקע):

שנת תש"ו (אדער גאר סוף תש"ה) – פיל אודים מוצלים מאש, קריג איבערלעבער, האבן חתונה בשעטומ"צ. א גרויס טייל פון זיי, מער מענער און א קלענערע טייל פרויען, האבן ליידער איבערגעלאזט זייערע ברייטפארצווייגטע משפחה, זון און טעכטער, אין די אוישוויצער גאז-קאמערן הי"ד.

שנת תש"ז (אדער סוף תש"ו) – עס הייבט זיך אן ב"ה דער ערשטער דור נאכ'ן קריג! א נקמה אין היטלער ימ"ש! אין די נאכפאלגנדע חדשים און יארן וואנדערן פילע אודים מוצלים פון אייראפע קיין אמעריקע, טייל מיט איינס, צוויי, אדער דריי קליינע קינדערלעך, די ערשטע דור נאכ'ן קריג.

שנת תשכ"ו: די ערשטע נאכ'ן קריג געבוירענע וואס האבן מקיים געווען דעם 'בן שמונה עשרה לחופה' אין זענען שוין תשכ"ה געווארן חתן/כלה, חתונה געהאט, און תשכ"ו הייבט זיך אן דער צווייטער דור נאכ'ן קריג! די קריג געליטענע זענען זוכה צו זען א דור שלישי ב"ה.

שנת תשל"ה: דער דריטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אייניקלעך, א דור רביעי.

שנת תשנ"ד: דער פערטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אור אייניקלעך, א דור חמישי.

און אט יעצט שנת תשפ"ג: דער פיפטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! דער ערשטער דור אידן פון נאכ'ן קריג, די תש"ז געבוירענע, די היינטיגע 'אלטע אידן' און אידענעס, גייען אט אט בעז"ה זוכה זיין צו א דור חמישי! און די געציילטע עלטערע קריג איבערלעבער החיים אתנו לאורך ימים ושנים וועלן זוכה זיין צו א דור ששי בעז"ה!
עפעס שטימען נישט דיינע יארן מיט די נעמען פון די דורות
תש"ו איז געבוירן די ערשטע דור
תשכ"ו איז געבוירן די צווייטע דור
תשמ"ו איז געבוירן די דריטע דור
תשס"ו איז געבוירן די פערטע דור

האסט לכה"פ נאך א יאר צוויי צו די פינפטע דור, ווער ס'האט שוין יעצט א פינפטע דור איז געבוירן אדער ביי די קריג אדער פריער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

קוקט אויס א טעות הדפוס. תשמ"ה אנשטאט ל"ה, ס"ד אנשטאט נ"ד, און איצט פ"ג - 19 יאר שפעטער.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
ערענסטע יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:18 am

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטע יונגערמאן »

מי יודע האט געשריבן:
ערענסטע יונגערמאן האט געשריבן:
ב"ה מוצאי ראש השנה תשפ"ג [ת'הא שנ'ת פ'יפטע ג'ענערעשאן)
ווייסעך נישט צי דאס איז שוין דיסקאסירט געווארן ערגעצוואו אין איינע פון די אשכולות אויפ'ן אידישן וועלטן, א פאקטאר איבער אונזער נייעם יאר תשפ"ג וואס איז לדעתי וויכטיג און היסטאריש צו ווערן פארצייכנט.

תשפ"ג - אנהייב פון דעם 5'טן דור על אדמת אמעריקא נאכ'ן צווייטן וועלט קריג!

לאמיר דאס רעכענען לויט די יארן, די אלע דאטומס זענען די 'פריסטע' דאטום ווען די נייע דור האט זיך אנגעהויבן, דאס טייטש דאס וואס זענען געווארן חתן-כלה/חתונה געהאט בערך ביי די 18, און געהאט א קינד ביי די 19 (נארמאל רעכנט מען א דור צוואנציג יאר, וואס לפי"ז וואלט מען נאך געדארפט צואווארטן אפאר יאר צום אנהייב פונעם פינפטן דור... דער פאקט איז אבער אז ס'איז שוין אין תשפ"ב געווען א שיינע פאר שידוכים צווישן חתן/כלה וואס זענען די פערטע דור נאכ'ן קריג, וואס דאס באדייט אז אין תשפ"ג וועט זיך בעז"ה אנהייבן א פרישע עפאכע פון אן אנהייב פון א פיפטע דור אין אמעריקע):

שנת תש"ו (אדער גאר סוף תש"ה) – פיל אודים מוצלים מאש, קריג איבערלעבער, האבן חתונה בשעטומ"צ. א גרויס טייל פון זיי, מער מענער און א קלענערע טייל פרויען, האבן ליידער איבערגעלאזט זייערע ברייטפארצווייגטע משפחה, זון און טעכטער, אין די אוישוויצער גאז-קאמערן הי"ד.

שנת תש"ז (אדער סוף תש"ו) – עס הייבט זיך אן ב"ה דער ערשטער דור נאכ'ן קריג! א נקמה אין היטלער ימ"ש! אין די נאכפאלגנדע חדשים און יארן וואנדערן פילע אודים מוצלים פון אייראפע קיין אמעריקע, טייל מיט איינס, צוויי, אדער דריי קליינע קינדערלעך, די ערשטע דור נאכ'ן קריג.

שנת תשכ"ו: די ערשטע נאכ'ן קריג געבוירענע וואס האבן מקיים געווען דעם 'בן שמונה עשרה לחופה' אין זענען שוין תשכ"ה געווארן חתן/כלה, חתונה געהאט, און תשכ"ו הייבט זיך אן דער צווייטער דור נאכ'ן קריג! די קריג געליטענע זענען זוכה צו זען א דור שלישי ב"ה.

שנת תשל"ה: דער דריטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אייניקלעך, א דור רביעי.

שנת תשנ"ד: דער פערטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! די קריג איבערלעבער האבן שוין ב"ה אור-אור אייניקלעך, א דור חמישי.

און אט יעצט שנת תשפ"ג: דער פיפטער דור נאכ'ן קריג הייבט זיך אן! דער ערשטער דור אידן פון נאכ'ן קריג, די תש"ז געבוירענע, די היינטיגע 'אלטע אידן' און אידענעס, גייען אט אט בעז"ה זוכה זיין צו א דור חמישי! און די געציילטע עלטערע קריג איבערלעבער החיים אתנו לאורך ימים ושנים וועלן זוכה זיין צו א דור ששי בעז"ה!
עפעס שטימען נישט דיינע יארן מיט די נעמען פון די דורות
תש"ו איז געבוירן די ערשטע דור
תשכ"ו איז געבוירן די צווייטע דור
תשמ"ו איז געבוירן די דריטע דור
תשס"ו איז געבוירן די פערטע דור

האסט לכה"פ נאך א יאר צוויי צו די פינפטע דור, ווער ס'האט שוין יעצט א פינפטע דור איז געבוירן אדער ביי די קריג אדער פריער
פארראכטן.
וכנ"ל אז די יאר קען שוין דער ערשטער דור פון נאכ'ן קריג האבן א פיפטע דור, לויטן חשבון פון 19 יאר א דור.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ר יואל גלאנץ חתן אב"ד סאטמאר מהר"א איז די ערשטע פון די דריטע דור וואס האט חתונה געהאט (זיין שווער און זיידע האבן ביידע יונג חתונה געהאט) ווען ער וועט האבן אן אייניקעל וועט עס זיין די פיפטע דור
לעצט פארראכטן דורך הרב_שלום אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

כמיין און אלגעמיין האט מען נישט קיין קינד אנהייב פון די ניינצענטענטע יאר
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

גראַדע האט געשריבן:
כמיין און אלגעמיין האט מען נישט קיין קינד אנהייב פון די ניינצענטענטע יאר
ער שרייבט דאך אז דאס איז די פריסטע וואס ס'קען זיין.
ער רעכנט 4 מאל 19 איז 76. תשפ"ג איז 76 יאר פון תש"ז ווען די ערשטע דור נאכ'ן קריג האט זיך אנגעהויבן.
נחת רוח
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 7:15 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחת רוח »

דאכצעך די וויזניץ-ב"פ רבי שליט"א האט שוין א שידוך געטאן אן אייניקל אין תשפ"ב.
ער איז דער צווייטער דור נאכ'ן קריג. זיין פאטער הגה"צ רבי פנחס שלום זצ"ל וזוגתו הרבנית זענען געווען דער ערשטער דור נאכ'ן קריג, זייערע עלטערן דער וויזשניצער רבי בעל תורת מרדכי און דער ספינקא רבי ר' הערשעלע האבן ביידע חתונה געהאט שוין נאכ'ן קריג.
ממש
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:39 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש »

@ערענסטע יונגערמאן האט רעכט. זייער שיין ארויסגעברענגט.
זעה לדוגמא דא:
https://www.ivelt.com/forum/view ... 0#p3569931
ר' מרדכי שיחי' האט חתונה געהאט שוין נאכ'ן קריג.
ממש
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:39 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש »

הרב_שלום האט געשריבן:
ר יואל גלאנץ חתן אב"ד סאטמאר מהר"א איז די ערשטע פון די דריטע דור וואס האט חתונה געהאט (זיין שווער און זיידע האבן ביידע יונג חתונה געהאט) ווען ער וועט האבן אן אייניקעל וועט עס זיין די פיפטע דור
ואס הייסט די ערשטע? אפשר די ערשטע וועמען דו קענסט...
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

הרב_שלום האט געשריבן:
ר יואל גלאנץ חתן אב"ד סאטמאר מהר"א איז די ערשטע פון די דריטע דור וואס האט חתונה געהאט (זיין שווער און זיידע האבן ביידע יונג חתונה געהאט) ווען ער וועט האבן אן אייניקעל וועט עס זיין די פיפטע דור
זיין עלטסטע טאכטער איז געבוירן געווארן אין די וואך פונעם הסתלקות פונעם רבי'ן דער ברך משה זי''ע תשס''ו
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ממש האט געשריבן:
@ערענסטע יונגערמאן האט רעכט. זייער שיין ארויסגעברענגט.
זעה לדוגמא דא:
viewtopic.php?f=6&t=8337&start=11200#p3569931
ר' מרדכי שיחי' האט חתונה געהאט שוין נאכ'ן קריג.
איר איר אייניקל איז נישט קיין דור שישי
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

גאלדגרוב האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
ר יואל גלאנץ חתן אב"ד סאטמאר מהר"א איז די ערשטע פון די דריטע דור וואס האט חתונה געהאט (זיין שווער און זיידע האבן ביידע יונג חתונה געהאט) ווען ער וועט האבן אן אייניקעל וועט עס זיין די פיפטע דור
זיין עלטסטע טאכטער איז געבוירן געווארן אין די וואך פונעם הסתלקות פונעם רבי'ן דער ברך משה זי''ע תשס''ו
מ'דערציילט א מעשה אז ווען ס'איז געבוירן געווארן די ערשטע איר איר אייניקל פאר'ן באבובער רב די בעל דברי שלמה האט די ברך משה עם געגעבען מזל טוב האט ער געענפערט אז ער זאל אויכעט דערלעבן א פיפטער דור וכך הוי דער טאג וואס די ברך משה האט געהאט זיין ערשטע איר איר אייניקל איז ער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:
@ערענסטע יונגערמאן האט רעכט. זייער שיין ארויסגעברענגט.
זעה לדוגמא דא:
viewtopic.php?forms=0&t=8337&start=11200#p3569931
ר' מרדכי שיחי' האט חתונה געהאט שוין נאכ'ן קריג.
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
החתן בן ר' יעקב יוסף גרין שיכון סקווירא עם בת הרב יצחק (איטשע) קאהן שיחי שיכון סקווירא

די ערשטע "אור אור" אייניקל ביי הרה"ח ר מרדכי שווארץ לאיוש"ט!

הרב גרין ב"ר בנימין שיחי' חתן הרה"ג ר' יושע קאהן שיחי' חתן ר מרדכי שיחי'
איר איר אייניקל איז נישט קיין דור שישי

ווער זאגט אז יא?
ווען דער חתן דינן וועט האבן א קינד וועט עס זיין דור שישי,
לפי די חשבון איז עס ערשט נעקסטע יאר
(חוץ אויב @אינגערמאן ברענגט א בעסערע דוגמה)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

גאלדגרוב האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
ר יואל גלאנץ חתן אב"ד סאטמאר מהר"א איז די ערשטע פון די דריטע דור וואס האט חתונה געהאט (זיין שווער און זיידע האבן ביידע יונג חתונה געהאט) ווען ער וועט האבן אן אייניקעל וועט עס זיין די פיפטע דור
זיין עלטסטע טאכטער איז געבוירן געווארן אין די וואך פונעם הסתלקות פונעם רבי'ן דער ברך משה זי''ע תשס''ו
אין די טאג פון די הסתלקות כצ"ל
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

שה אחד האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
כמיין און אלגעמיין האט מען נישט קיין קינד אנהייב פון די ניינצענטענטע יאר
ער שרייבט דאך אז דאס איז די פריסטע וואס ס'קען זיין.
ער רעכנט 4 מאל 19 איז 76. תשפ"ג איז 76 יאר פון תש"ז ווען די ערשטע דור נאכ'ן קריג האט זיך אנגעהויבן.
18 קען אויך זיין. נארמאל האט מען נישט פאר די ניינצן אהאלב
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:
@ערענסטע יונגערמאן האט רעכט. זייער שיין ארויסגעברענגט.
זעה לדוגמא דא:
viewtopic.php?forms=0&t=8337&start=11200#p3569931
ר' מרדכי שיחי' האט חתונה געהאט שוין נאכ'ן קריג.
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
החתן בן ר' יעקב יוסף גרין שיכון סקווירא עם בת הרב יצחק (איטשע) קאהן שיחי שיכון סקווירא

די ערשטע "אור אור" אייניקל ביי הרה"ח ר מרדכי שווארץ לאיוש"ט!

הרב גרין ב"ר בנימין שיחי' חתן הרה"ג ר' יושע קאהן שיחי' חתן ר מרדכי שיחי'
איר איר אייניקל איז נישט קיין דור שישי

ווער זאגט אז יא?
ווען דער חתן דינן וועט האבן א קינד וועט עס זיין דור שישי,
לפי די חשבון איז עס ערשט נעקסטע יאר
(חוץ אויב @אינגערמאן ברענגט א בעסערע דוגמה)
גערעכט.
נישט באמערקט אז מען רעדט דארט פון א שידוך געמיינט אז ס'איז א קינד
וטעות לעולם חוזר
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

בדרך אגב איז שוין היינט דא זייער זעלטן צו טרעפן אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט אוישוויץ, אויב איינער ווייסט אין וויליאמסבורג א איד וואס האט נאך "נומבערס", ביטע מודיע זיין, כאטש אין אישי
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שיינע אשכול. א נקמה אינעם דייטש!!!

מיין זיידע חתונה געהאט נאך די מלחמה האט געהאט אן איר-אייניקל אין תשמ"ה
אבער דער אייניקעל איז נאך קיין זיידע נישט....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
ערענסטע יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:18 am

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטע יונגערמאן »

Screenshot_1.jpg
Screenshot_1.jpg (29.36 KiB) געזען 1932 מאל
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

גראַדע האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
כמיין און אלגעמיין האט מען נישט קיין קינד אנהייב פון די ניינצענטענטע יאר
ער שרייבט דאך אז דאס איז די פריסטע וואס ס'קען זיין.
ער רעכנט 4 מאל 19 איז 76. תשפ"ג איז 76 יאר פון תש"ז ווען די ערשטע דור נאכ'ן קריג האט זיך אנגעהויבן.
18 קען אויך זיין. נארמאל האט מען נישט פאר די ניינצן אהאלב
שווער צו זאגן אז ס'פארהאן קריגס איבערלעבער וואס סיי זיי האבן חתונה געהאט (אדער געטראפן מיט זייער פרויען) אין סיי געהאט די ערשטע קינד תיכף נאך די מלחמה אין סיי אז זייער פיהר קומענדיגע דורות האבן געהאט ס'ערשטע קינד ביי די ניינצן
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

כ'מיין ביזן קומענדיגן ערב ראש השנה וועט שוין זיכער זיין אפאר
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שנת תשפ"ג - 5'טע דור נאכ'ן קריג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Yitzchok Shmiel האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
כמיין און אלגעמיין האט מען נישט קיין קינד אנהייב פון די ניינצענטענטע יאר
ער שרייבט דאך אז דאס איז די פריסטע וואס ס'קען זיין.
ער רעכנט 4 מאל 19 איז 76. תשפ"ג איז 76 יאר פון תש"ז ווען די ערשטע דור נאכ'ן קריג האט זיך אנגעהויבן.
18 קען אויך זיין. נארמאל האט מען נישט פאר די ניינצן אהאלב
שווער צו זאגן אז ס'פארהאן קריגס איבערלעבער וואס סיי זיי האבן חתונה געהאט (אדער געטראפן מיט זייער פרויען) אין סיי געהאט די ערשטע קינד תיכף נאך די מלחמה אין סיי אז זייער פיהר קומענדיגע דורות האבן געהאט ס'ערשטע קינד ביי די ניינצן
איך קען לכה"פ צוויי אזעלכע משפחות, אבער משום עינא בישא וועל איך נישט שרייבן, און עס איז זיכער דא מערערע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”