מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

קענדי'ס האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך, שרייבנדיג דערמאן איך זיך נאך עפעס, איז די פארמעגן וואס יוסף הצדיק האט אנגעזאמלט נישט באהאלטן געווארן?

א חלק איז געבליבן באהאלטען

כ'מיין, איין חלק באהאלטען, איין חלק קרח, איין חלק די גאנצע וועלט.
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מסתמא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך

די תורה דערציילט אונז דאך אז אלע מצרים זענען צום סוף געווארן קנעכט צו יוסף הצדיק שוין נאכן אים איבערגעבן אלע זייערע נכסים

אה"נ אבער נישט צו עם פריוואט,

פון וואנעט נעמט איר אזוי צו איינזעצן?

אזוי שטייט אין פסוק
לָמָּה נָמוּת לְעֵינֶיךָ גַּם אֲנַחְנוּ גַּם אַדְמָתֵנוּ קְנֵה אֹתָנוּ וְאֶת אַדְמָתֵנוּ בַּלָּחֶם וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ וְאַדְמָתֵנוּ עֲבָדִים לְפַרְעֹה וְתֶן זֶרַע וְנִחְיֶה וְלֹא נָמוּת וְהָאֲדָמָה לֹא תֵשָׁם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א מעכטיגע ארבעט

אויב מעג אך צולייגן צו דיין חשבון, רעכן אויך אריין אלען דערשאוויצ'ס מהלך פון קאמפענסאציע פאר די קינדער אין טייך, אין ליים, וכדו'

ווער ווייסט, אפשר קען די געריכט שוין אויך אנקלאגן פרעה פאר מענטשן רעכט פארלעצונגען....
אדער טאקע (בערך) ווי @גרשון האט געשריבן עס פארלאנגען פון די בלק היברו איזראעלייטס
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א מעכטיגע ארבעט

אויב מעג אך צולייגן צו דיין חשבון, רעכן אויך אריין אלען דערשאוויצ'ס מהלך פון קאמפענסאציע פאר די קינדער אין טייך, אין ליים, וכדו'

ווער ווייסט, אפשר קען די געריכט שוין אויך אנקלאגן פרעה פאר מענטשן רעכט פארלעצונגען....
אדער טאקע (בערך) ווי @גרשון האט געשריבן עס פארלאנגען פון די בלק היברו איזראעלייטס

איינער ווייסט וואס איז געווען די געזעץ אין מצרים - א פרעה האט געקענט פרעה'נען תחת כתב אישום?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

גרשון האט געשריבן:הערליך שיין! ש'כח!

לויט'ן טערקישן פרעזידענט (וועלכער קוקט זיך אן ווי דער פארזארגער פון דער איסלאמישער וועלט) זענען מיר בכלל נישט די אייניקלעך פון אידן. אפשר קענען דאס די עגיפטישע ריכטער נעמען אין אכט.

אינטערסאנט כ'האב נאכנישט געהערט דערפון , קום אריין קלארער וואס איז זיין טענה?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:הערליך שיין! ש'כח!

לויט'ן טערקישן פרעזידענט (וועלכער קוקט זיך אן ווי דער פארזארגער פון דער איסלאמישער וועלט) זענען מיר בכלל נישט די אייניקלעך פון אידן. אפשר קענען דאס די עגיפטישע ריכטער נעמען אין אכט.

אינטערסאנט כ'האב נאכנישט געהערט דערפון , קום אריין קלארער וואס איז זיין טענה?

שטותים. אן אלטע אנטיסעמיטישע טענה אז די אשכנזים זענען נישט קיין עכטע אידן, והא ראיה מיר זענען ווייס. בלייבט נאר איבער צו פארשטיין דעם קא-אינצידענט פארוואס אלע וואס האבן אונז פיינט האלטן אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

גרשון האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:הערליך שיין! ש'כח!

לויט'ן טערקישן פרעזידענט (וועלכער קוקט זיך אן ווי דער פארזארגער פון דער איסלאמישער וועלט) זענען מיר בכלל נישט די אייניקלעך פון אידן. אפשר קענען דאס די עגיפטישע ריכטער נעמען אין אכט.

אינטערסאנט כ'האב נאכנישט געהערט דערפון , קום אריין קלארער וואס איז זיין טענה?

שטותים. אן אלטע אנטיסעמיטישע טענה אז די אשכנזים זענען נישט קיין עכטע אידן, והא ראיה מיר זענען ווייס. בלייבט נאר איבער צו פארשטיין דעם קא-אינצידענט פארוואס אלע וואס האבן אונז פיינט האלטן אזוי.

אדער איז די פראגע פארקערט
פארוואס אלע וואס האלטן אזוי האבען אונז פיינט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

די 430 חשבון איז פשוט, כמבואר בלשון הגמרא "אמר להן: מהיכן אתם מביאין ראייה, אמרו לו מן התורה, אמר להן: אף אני לא אביא לכם ראייה אלא מן התורה, שנאמר "ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה, תנו לנו וכו'" אז זייער גאנצע טענה איז דאך בלויז געווען געבויט לויט וואס עס שטייט אין די תורה, האט ער זיי געענטפערט אז אין די תורה שטייט אויך אז עס איז געווען 430 יאר ארבעט אין מצרים. דאס וואס מיר האבן מקובל און די חכמים דרש'ענען דארפן זיי דאך נישט וויסן און זיי רעכענען זיך מילא נישט דערמיט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מסתמא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך

די תורה דערציילט אונז דאך אז אלע מצרים זענען צום סוף געווארן קנעכט צו יוסף הצדיק שוין נאכן אים איבערגעבן אלע זייערע נכסים

עי' משך חכמה פר' ויגש, ער זאגט עפעס אזעלכע ווערטער. כ'געדענק נישט פונקטליך וואס
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קאודינג האט געשריבן:די 430 חשבון איז פשוט, כמבואר בלשון הגמרא "אמר להן: מהיכן אתם מביאין ראייה, אמרו לו מן התורה, אמר להן: אף אני לא אביא לכם ראייה אלא מן התורה, שנאמר "ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה, תנו לנו וכו'" אז זייער גאנצע טענה איז דאך בלויז געווען געבויט לויט וואס עס שטייט אין די תורה, האט ער זיי געענטפערט אז אין די תורה שטייט אויך אז עס איז געווען 430 יאר ארבעט אין מצרים. דאס וואס מיר האבן מקובל און די חכמים דרש'ענען דארפן זיי דאך נישט וויסן און זיי רעכענען זיך מילא נישט דערמיט.

שיינע תירוץ, מיט דעם שטומט די ווערטער 'אף אני לא אביא ראי' אלא מן התורה'
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

בנוגע די גאלד ווי ס'ליגט היינט צוטאגס, איז דא א בפירוש'ע גמרא אין מסכת פסחים וואס זאגט אז די געלט ליגט אין רומי נאך וואס זיי האבן עס גע'ירש'נט פון עטליכע קעניגן, פאלגענד איז די לשון הגמרא פון מסכת פסחים דף קיט ע"א

א"ר יהודה אמר שמואל כל כסף וזהב שבעולם לקטו יוסף והביאו למצרים שנאמר וילקט יוסף את כל הכסף הנמצא בארץ מצרים, אין לי אלא שבמצרים, שבארץ כנען ושבשאר ארצות מנין ת"ל וכל הארץ באו מצרימה, וכשעלו ישראל ממצרים העלוהו עמם שנאמר וינצלו את מצרים. וא"ר אסי שעשאוה כמצולה שאין בה דגים. וריש לקיש אמר עשאוה כמצודה שאין בה דגן, והיה מונח עד רחבעם. בא שישק מלך מצרים ונטלו מרחבעם שנאמר ויהי בשנה החמישית למלך רחבעם עלה שישק מלך מצרים על ירושלים ויקח את אוצרות בית ה' ואת אוצרות בית המלך ואת הכל לקח ויקח את כל מגני הזהב אשר עשה (המלך) שלמה (בית ה'). בא זרח מלך כוש ונטלו משישק מלך מצרים, בא אסא ונטלו מזרח מלך כוש ושגרו להדרימון בן טברימון. בא יהושפט ונטללו מבני עמון והיה מונח עד אחז. בא סנחריב ונטלו מאחז. בא חזקיה וסיעתו ונטלו מסנחריב והיה מונח עד צדקיה. באו כשדים ונטלו מצדקיהו. באו פרסיים ונטלו מכשדיים. באו יונים ונטלו מפרסיים. באו רומיים ונטלו מיונים ועדין הוא מונח ברומי.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ש'כח פאר די אלע באדאנקער!
משה ר' לייב'ס
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:55 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ר' לייב'ס »

נו אפשר גיימיר רופן די מצרים אין קארט זיי זינענן אונז שולדיג זייער אסאך פארן ארבעטן...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געוואלדיג!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wowow!

זייער אינטערעסאנט!!!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

הערליך שיין באשריבן
מיך ווינדערט נאר וויאזוי שעמען זיך נישט מוסלאמענער אראבער וואס האבן קיין שיכות נישט מיט די בני חם מצריים פון פרעה'ס צייטן צו קומען איינמאנען דעם חוב, און זיי דערמאנען נאך די איסלאמישע געזעץ וואס איז א לצנות פון ערשטן קלאס...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הערליך שיין באשריבן

פארוואס האבן זיי נישט קיין שייכות?
דו מיינסט אלס בא סנחריב?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גאר אינטערעסאנט! שכוח!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

הערליך!!!
א גרויסן דאנק!
ואני בתומי אלך.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

שיינע ארבעט, א גרויסן דאנק!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

Mezofzef האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הערליך שיין באשריבן
מיך ווינדערט נאר וויאזוי שעמען זיך נישט מוסלאמענער אראבער וואס האבן קיין שיכות נישט מיט די בני חם מצריים פון פרעה'ס צייטן צו קומען איינמאנען דעם חוב, און זיי דערמאנען נאך די איסלאמישע געזעץ וואס איז א לצנות פון ערשטן קלאס...

פארוואס האבן זיי נישט קיין שייכות?
דו מיינסט אלס בא סנחריב?

די מצריים היינט זענען בני ישמעאל, נישט בני חם ווי די פרעה'ס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הערליך שיין באשריבן
מיך ווינדערט נאר וויאזוי שעמען זיך נישט מוסלאמענער אראבער וואס האבן קיין שיכות נישט מיט די בני חם מצריים פון פרעה'ס צייטן צו קומען איינמאנען דעם חוב, און זיי דערמאנען נאך די איסלאמישע געזעץ וואס איז א לצנות פון ערשטן קלאס...

פארוואס האבן זיי נישט קיין שייכות?
דו מיינסט אלס בא סנחריב?

די מצריים היינט זענען בני ישמעאל, נישט בני חם ווי די פרעה'ס

ווייניגער ווי א פינפטל עגיפטן זענען עטנישע אראבער.
פוצה פה ומצפצף
קוואדער נאך
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 12:08 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואדער נאך »

אין מדרש רבה די וואך שטייט ביזת מצרים איז געווען א שכר פאר די שיעבוד
יששכר שנתן להם הקדוש ברוך הוא שכר שעבודם ביזת מצרים וביזת הים לקים מה שנאמר (בראשית טו, יד): "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול".
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

"שישים ריבוא ווארקינג פאוער" זענען ארויס . אבער געווען איז מער מיט 80%

ווי עס שטייט איז א פיפטל איז ארויס פון מצרים. די איבריגע זענען געשטארבן ביי חשך.
מלה בסלע שתיקה בתרי
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

י האט געשריבן:"שישים ריבוא ווארקינג פאוער" זענען ארויס . אבער געווען איז מער מיט 80%

ווי עס שטייט איז א פיפטל איז ארויס פון מצרים. די איבריגע זענען געשטארבן ביי חשך.

אדער גאר א פופציגסטל אדער א פינף הונדערט'סטל..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”