זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצטנס האבן מיר דא א שיינע פאר חברים וואס זענען ירושלמיער.

אזוי ווי איך האב שוין באמערקט עטליכע מאל אז די אמעריקאנער בויעס גלייכן די זכרונות און ירשלימער מייסאלאך, וויל איך דא עפענען א אשכול פאר אונזערע חברים מבני ציון קרתא דשופריא צו מיטטיילן זכרונות און אינטערסאנטע עפיזאדן פון זייער יונגט.

די אמת אז סאיז א טו-וועי, ווען איך הער אלס ווי דער מעריקאנערס דערציילן פון קעמפ דאיז מיר דאס זייער אינטערסאנט נאך וואס דאס איז א עקספיריענס וואס אונז ירושלימער האבן נישט מיטגעלעבט. אזוי האב איך לעצטנס געהאט ווען איך האב געשריבן פריוואט פאר איינעם איבער די אדזשואים שפיל (וואס דאס איז?, ווארט מיט געדולד...) האב איך אסאך צוריק געהערט פון די מעריקאנערס אז זיי באלעקן זיך מיט דעם ווען זיי האבן א געלעגנהייט אריינצובליקן אין די שפאלטענעס פון ירושלימער לעבנסשטייגער.

סאיז נישט מעגליך צו אפמאכן וואס מזאל שמועסן, ווייל אונז די ירושלימער כאפן נישט וואס דער מעריקאנער ווייסט יא אדער נישט אויף אונז, גייען מיר אנהייבן על דא ועל הא, און בעזר הבורא וועט דא ווערן א שיינער אשכול איבער די קינדערלאך און מייסאלאך פון ירושלים..

ויסעו, און די בני ציון המסלואים מפז ווערן געבעטן אריינצוקומען
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 1:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צום ערשט וועל איך צוצוכיינען דעם חתונה אשכול, (וואס דאס האט מיר געברענגט צו עפענען דעם אשכול...)

א חתונה אין ירושלים (אן מוזיק...)

Screen Shot 2021-06-20 at 12.42.30 PM copy.jpg
Screen Shot 2021-06-20 at 12.42.30 PM copy.jpg (90.14 KiB) געזען 2947 מאל


יו זכרונות

פעיסאח איז אלט געווארן..

די חברה זענען משפחת קרישבסקי פון ירושלים
דער טאטע ר׳ פסח (וואס איז אטאקירט געווארן אין א שרעקליכע אטאקע אין ירושלים מיט אפאר יאר צוריק) פלעגט זיין דער ׳פויקער׳ אין די גוטע צייטן בימים ההם.
שפעטער אי די פויקעראציע אריבער צום צווייטן דור, דער פיוקער זיין זון אברהם דוב (?), 2 זון זינגען , און נאך איינער וואס מאכט באס מיט די מויל, און פסח איז געווען אויף די ׳הגברה׳

זעה איך אז היינט צו טאגס האט מען פארשאפט א נייע דזשאב א בחינה פון חדש ימינו כקדם און ער איז אויפן ׳טומבאק׳
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאך א אשכול וואס איך האב אמאל באשריבן ר׳ יעקב ווייסבערג

בילד
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און יעצט וועלן מיר גיין צו ר׳ נפתלי שוסטער

אויף רחוב בית ישראל גלייך אונטער די שטיבלאך איז דא (ריכטיגער געזאגט, געווען) א שיך סטאר, אן קיין נאמען אן קיין סיין, אבער יעדער האט געוואוסט דאס איז ׳נפתאלעס קלעיט׳


2.jpg
2.jpg (301.2 KiB) געזען 2914 מאל


1.jpg
1.jpg (154.2 KiB) געזען 2914 מאל


איך קען מיר נישט דערמאנען זיין לעצטע נאמען, ווען יא וועל איך קענען אפירזוכן בילדער פון איהם


דארט איז געווען א אלט מאדישע שיך סטאר, די פארדערשטע צימער איז געווען שעלפס ביזן דאך אנגעפיילט מיט שיך באקסעס, ווען מאיז אריינגעקומען דארט איז מען ארויס מיט א שיך נאך אפאר מינוט (אייביג מיט איין סייז גערעסער..). זיין ווייב און איהם האבן געמאכט א פיינע דזשאב...

אין די אינעווייניגסטע צימער איז געווען דער ׳שוסטער״ א ריכטיגן שוסטער מיט אלע געצייג פון די אלטע היים, די ״דבק מגע״ האט געסרחט, די רעדיא האט אייביג גארבעט אויף טויזנט, די ווענט זענען געווען אנגעקלעבט מיט אלע מינע בילדער, שטיקלעך פון צייטונגען וכו׳ ועוד.

ווען מאיז אריין דארט איז מען נישט ארויס אזוי שנעל, ווער ביסטו? אה איך קען דיין טאטע, און דיין מאמע דענק איך ווען זי פלעגט זיך שפילן מיט מיין שוועסטער אין שול, און דיין זיידע איז געקומען צו מיין טאכטערס חתונה, און ווען.... א מחיה געווען דארט.

דערצו איז ער געווען א שטיקל חזן, (ער האט פארגעזאגט די מעין מנין סליחות אין שטיבלאך), און דארט בין פטיש לסדן האט ער נאך גחזנט אויך.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 1:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יאפ! א געוואלדיגע געדאנק, רבותי, עס קאמט פעיינע נייעס!!!

כאטש וואס כאניש זוכה געווען זיין א ירושאליימער, אבער כ'אמיך געדרייט א לענגערע תקופה אין יעראשאלאיים, וועליך מיך זיכער באלעקן די קוגל, כ'מיין די פינגער'ס...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג יוני 20, 2021 12:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אין די זוממער פלעגט מען זיך שפילן מיט אדזשואים.. נו גיי זיי מסביר פארן מעריקאנער בויעס וואס דאס איז.
מ׳האט גענומען די קערעלע פון די משמש.. דו ווייסט נישט וואס א משמש איז? א אפריקאט. און אפגעוואשן, און ס׳איז געווען לעבעדיג און שטעטל.
די אג׳ואים קען מען סטארידזשן און די וואס האבן געהאט עלטערע ברודערס זענען געווען די עשירים פון שטאט מיט א קאלעקשן פון 4 5 טויזנט אג׳ואים, לעומתם איך וואס איך בין דער צווייטער אין די רייע האט געמוזט שווער ארבעטן און אריינרוקן יעדע נאכט דריי פיר פעקלעך משמשים צו קענען אנקלויבן אפאר פרוט.. איין מיען, אדזשואים...

און וואס האט מען געטון מיט די אג׳ואים?
אלעס אבער אלעס, מ׳האט געהאלדלט און געוואנדלט, מ׳האט זיך געשפילט און ציפייט מיט דיני תורות ביים רבין׳ס טישל, ס׳איז געווען א רעגירונג, מ׳האט פארקויפט לייסנס און מהאט אויפגעשטעלט פארקס וואס האט געקאס 1 אדזשו אריינצוגיין, בקיצור אלעס אבער אלעס....

ס׳איז געווען ממש א גאנצע ביזנעס וועלט, ס'האט אפילו געהאט זיין אייגענע סעזאן...

ווי נאר די שבועות קרעפלעך האבן זיך געענדיגט פארדייען האט מען ארויס געשלעפט די באקסעס און זיך גענומען צום מלאכה.

די סדר איז געווען אז כתה ח' איז געווען בעלאבאס אויפן האלוועי און פארקויפט סלאטס פאר כל המרבה במחיר. שטייצעך אז א בעסערע פלאץ האט געהאט א טייערערע פרייז, און א קארנער איז שוין געווען א ריעל עיסטעיט אינוועסטמענט.
יעדער פלעגט אויפקומען מיט זיינע ביזנעס איידעס צו מאכן אפאר גרא...ג'ואים.

די מאסט גייענדע וועג איז געווען צו נעמען א שיך באקס און מאכן לעכער אין געוויסע סייזעס און ווער ס'האט מצליח געווען אריין צו ווארפן אינעם לאך האט באקומען זיין באלוין.
די באצאלונג איז געווען (איך מיין אז ס'איז נאכאלטס.... ) געוואנדן אין די שוועריקייט לויט די גרויסקייט פונעם לאך, אזוי אויך ווי ווייט מ'איז געשטאנען פונעם באקס.
לדוגמא די גרעסערע לאך האט מען געדארפט שטיין 3 בלאטאס (3 פיס) אוועק און אויב מ'האט מצליח געווען אריינצווארפן 2 אין איין ציה האט מען באקומען 4. די וואס מ'האט נישט מצליח געווען אריינצוווארפן איז געגאנגען פארן מוכר.
אויב ביסטו געשטאנען 4 פיס איז ארויף די פרייז, אזוי אויך איז געווען קלענערע לעכער וואס מ'האט געברויך זיין א ציל שיסער, און דעמאלטס האט מען באקומען א זעקל אנגעשטאפט מיט גאנצע 100 אג'ואים.

שטייצעך ווען דו האסט מצליח געווען נאך 50 אז ס'איז אריינגעפלויגן האט זיך אנגעהויבן א טענעריי, דו האסט זיך צוגעבויגן, דו האסט געשטאנען צו נאנט, ויעלה צעקת הנגנב השמימה.

די האלוועי איז געווען א מארק כפשוטו פון אלע זייטן הערט מען קולות מקולות שונים ווען איינער פראבירט איבערשרייען דעם צווייטן, צוויי פאר פיר, איינס פאר הונדערט, גרינגע לעכער, ביי מיר קען מען שטיין נאנט, און פון צווייטן ווינקל הערט מען שרייען גנב, ולעומתם צוויי עדות וואס האבן קלאר געזעהן אז דאס איז געקומען פון זיין פושקע...

אזוי אויך איז געווען לאטעריס, ס'האט געקאסט איין אג'ו אריינצוגיין אין א גורל צו געווינען 100, אויף מארגן איז א צווייטער געקומען מיט סעיל פרייזן פון 1 פאר צוויי הונדערט און 3 גייסטו צוויי מאל אריין אין גורל.

דערנאך איז געווען א צווייטע לאטערי, מ'האט געשריבן אויף א פעיפער נאמבערס און איינגעבויגן דעם פעיפער און צישניטן פון אויבן, מיטן צאלן האסטו געהאט א טשענס אראפ צו רייסן איינס און צומאל געווינען, רוב מאל נישט...
מ'האט שוין געוואוסט ווער ס'שרייבט אלעס 0 און ווער איז א באגלייבטער סוחר.

אזוי אויך איז געווען די זעלבע זאך 'תן קח' א חלק איז געשטאנען תן דו דארפסט מיר געבן, און א חלק (על פי רוב נאר איינס פון מאה ויותר) איז געווען קח, איך דארף דיר געבן.

נאך א געים האט געהייסן 'זוג ופרט' איינער פלעגט האלטן אין זיין האנט א סכום אג'ואים און דו האסט געדארפט זאגן צו ס'איז א זוג אדער א פרט, א עדד אדער עיווען נאמבער, אויב האסטו צוגעטראפן האסטו באקומען און אז נישט האסטו געדארפט יענעם געבן וויפל ער האט געהאלטן.
דא האט מען געקענט זעהן די מהות פון קינדער, די וואס האבן גענומען ריסקס צו גיין מיט פארמאכטע אויגן און שפילן אויף גאנצע הענט און צומאל גאנצע באקסעס, און דערנאך האט זיך געטון קאונטס און ריקאונטס... און מצד שני אזעלכע וואס האבן זיך אויסגענומען אז זיי שפילן נאר ביז 10 אג'ואים.
אזוי אויך זענען געווען די רמאים וואס פלעגן באהאלטן צווישן די פינגער איינס און ארויס נעמען לפי הענין לטובתם..

און יעצט צום פארק...
כתה ח' פלעגט ארום גיין צו אלע ריסייקל בינס און צאמנעמען אלע פלעשער און מאכן א בריכה (א פול), מ'האט פארמאכט א פלאץ, דרך כלל ביי די זייט פון סטעפס און די אנדער זייט פארמאכט מיט גרויסע פלעסטיק באקסעס און אנגעפילט מיט די פלעשער. יעדער האט געקענט צאלן און גיין ענדזשויען אינעם פארק, דארט איז געשטאנען א שומר מיט א טיימער און נאך א מינוט ארויסגעטריבן....

והעולה על כולנה איז געווען די כבישים, ראודס.
מ'האט אנגעצייכנט מיט טשאק אויפן פארקינג לאט ראודס, אבער א גאנצע שטאט כפשוטו, ס'האט געהאט הייוועיס, דעד ענדס, פארקינג ספאטס , שטייצעך נאו פארקינג וואו מ'האט געקענט באקומען א טיקעט.
כתה ח' האט פארקויפט לייסענס, ס'איז געווען אלע מינע לייסענס, טוטוסים אוטוס טענדערס און אוטובוסים, לפי המחיר אזוי פיל מענטשן האט מען געמעגט פירן.
די וואס האבן נישט געקויפט קיין לייסנס האבן באצאלט פאר די בעלי יכולת זיי זאלן קענען פארן מיט זייער קאר אדער מאטארסייקל.
דא האט מען אויפגעשטעלט א גאנצן אגענטור פון משטרה און שוטרים וואס פלעגן טיילן טיקעטס פארן ספידן, נעמען צופיל רייזענדע, אדער פארקן ביי א אי-לעגאל ספאט.

למעשה די פארקינג לאט איז דאך באנוצט געווארן דורך די עכטע קארס און זיי פלעגן שטערן דעם גאנצן פארקער. האט מען געשטאכן רעדער, בעסער פרעסטס נישט....
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 9:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זעהט אויס ווען מוועקט אויף דעם זכרון הייבט דאס אן ארבעטן...


דער שוסטער איז ר׳ נפתלי בורנשטיין

דד.jpeg
דד.jpeg (11.1 KiB) געזען 2843 מאל



דא ביי די ארבעט..

download (2).jpeg
download (2).jpeg (9.55 KiB) געזען 2843 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 1:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און דא א באשרייבונג אויף איהם
http://www.chabad.org.il/Magazines/Arti ... oryID=1947

על-אף גילו (86), לאורך ימים ושנים טובות, ר' נפתלי בורנשטיין אינו שוכח שום פרט, ולו הקטן ביותר, מהשבי הירדני בימי מלחמת השחרור. התיאורים צבעוניים, התאריכים מדוייקים, הזיכרונות מלאי רגש, משל התרחשו אך אמש. בורנשטיין, או בכינויו בפי מכריו 'רֶבּ נפתלי', מוכר לתושבי שכונת בית ישראל כסנדלר פשוט, אולם מאחורי החזות הצנועה מסתתר סיפור חיים מסעיר.

אפשר לשבת עם ר' נפתלי שעות רבות ולשמוע על ירושלים של פעם, זו שהייתה בלי חיבור מסודר למים ולחשמל, זו שעדיין אינה מעכלת את שפע השכלולים בני ימינו. "יש דברים שאספר ואנשים לא יאמינו", הוא אומר בקולו הצלול. במשך 62 (!) שנה שימש בעל קורא, בעיקר בבית כנסת חב"ד בשכונתו.

היד התרסקה

בורנשטיין ירושלמי בנשמתו, ותמיד מזכה את מבקריו בסיפור עסיסי מהשנים ההן. הוא נולד בשכונת בית ישראל ולמד ב'חדר' המקומי. לקראת מלחמת השחרור התגייס ל'הגנה' והשתתף בקרבות הקשים בגוש עציון.

"לחמתי במנזר הרוסי נגד הירדנים והכנופיות הערביות שנעו לירושלים", הוא מספר. "ב-12 במאי הערבים התקרבו אל המנזר. הם חשבו שמולם ניצב כוח גדול, ולמעשה מנינו כשלושים חיילים. הירי גבר. לפתע נורה פגז אל העמדה שלי. ידי התרסקה. חשבתי שעולמי חרב עליי".

בריחה ניסית

בורנשטיין נמלט מהמנזר בדרך נס. "אמרתי למפקד שלא אוכל לגונן על עצמי בשל הפציעה הקשה, והוא אישר לי לסגת", משחזר בורנשטיין. הוא זחל רוב הדרך, וסביבו שורקים כדורים. "כשיצאתי מהמנזר, צעקו לי חיילים: 'נפתלי, יורים! הורד את הראש'".

הוא הצליח להגיע למשואות יצחק, מתייסר מכאבי תופת. שם בישרו לו כי כמעט איש מהלוחמים במנזר לא נשאר חי. הפציעה הצילה למעשה את חייו.

ירי ותהילים

אבל כאן הסיפור רק התחיל. לאחר נפילת הגוש נלקח בורנשטיין, עם עוד פצועים, למעצר במשטרת חברון. בהמשך הועברו לבית לחם ומשם לירדן. כל תחנה לוּותה בניסים רבים מספור. בורנשטיין מספר כי בחברון ראה שוטר גרמני: "השוטר נראה לי גרמני. החברים לא האמינו, אך כששמעו אותו מדבר גרמנית, אמרו לי שצדקתי. הוא דיבר בכעס, ואמר איך אנחנו, קומץ יהודים, מעזים להילחם נגד הערבים. 'הם יכולים לכסות אתכם ביריקות', התבטא הגרמני".

בשבי הירדני הוחזק תשעה חודשים, בתנאים קשים, שעליהם הוא מעדיף שלא להרחיב. בעסקת שבויים שוחרר עם עוד מאות שבויים. "כל שנה אני חושב על הנס שלי", הוא אומר. "אני נזכר ברגעים שבהם עמדתי ליד מכונת הירייה במנזר הרוסי ויריתי לעבר הקמים עלינו לכלותנו, בעודי אומר תהילים וחושב על הצדיקים. אני מברך על הנס הגדול שעשה עמי הקב"ה. הוא 'דאג' שאפצע ביד, אבל בזכות זה ניצלו חיי. לפעמים אדם חושב שעולמו חרב עליו, ורק מאוחר יותר הוא מגלה כי ניצל מדבר הרבה יותר גרוע".
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זאגן זיי אז ער מער נישט דארט
:(


ולא שכחנו את הסנדלר הוותיק של שכונת בית ישראל - ר' נפתלי בורשטיין ('נפתולי' בעגה המקומית). אולי כאשר תדברו אתו על ירושלים הלחוצה ושטופת הדם בעידן המנדט תוכלו לשוחח אתו ארוכות. לא על המקצוע האישי שלו. הוא עושה את מלאכתו, ודיו.

את בורשטיין מכירים כולם בשכונה הירושלמית הישנה. הוא שוכן בחדרון ארוך וגבוה הסמוך ל'שטיבלאך' בית ישראל. על קירו תלויה תמונת הגרש"ז אוירבעאך זצוק"ל הגזורה מהעיתון של יום הסתלקותו. דמותו השפופה-משהו מסתירה, מתברר, הרבה הוד קדומים.

אבל לפני חודשים מספר, העסק הישן - ועמו הנוסטלגיה היפה – נסגר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערליך שיין איינס! מיר שלינגען מיט דורשט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איינס א באריכט אויף ר'יוסקע?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

:lol: :lol:

ווי הייבט מען אן?




ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין
א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת

סאיז דא א וידאו קליפ וואס דאקעמענטירט איהם, דארף מען דאס אפיר זוכן

און אז מהייבט אן, איז דא א לאנגע ליסט, הלל מיט די בלינדע ווייב, חאצקל שטעיטס שטעיטס, און ווער נישט

אדרבה זאל יעדער אריינקומען, סאיז דאך למען ידעו דור אמעריקא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

צו באשרייבן די אלע סארטן מענטשאלאך וואס דרייען זיך אין די ירושלימער געסאלאך קען טאקע נאר א פענע וואס ליגט צווישן די פינגערלאך פון 'איינס' באשרייבן, ייש"כ פאר דעם אשכול!

----
עטליכע בילדער וואס א חבר מיינער האט געכאפט דארט די טעג
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-132636_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210620-132636_WhatsApp.jpg (306.59 KiB) געזען 2740 מאל
Screenshot_20210620-132659_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210620-132659_WhatsApp.jpg (507.47 KiB) געזען 2740 מאל
Screenshot_20210620-132615_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210620-132615_WhatsApp.jpg (400.99 KiB) געזען 2740 מאל
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איינס האט געשריבן::lol: :lol:

ווי הייבט מען אן?


download (3).jpeg


ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין
א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת

איר וועט נישט גלייבן איך האב היינט אריינגעבאמט אין ר' יוסל אין מאנסי
ווארשיינליך איז ער דא לצורך פרנסה
די ערשטע מאל וואס כ'האב עם געזען גיין מיט די פנים פון פארנט!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן::lol: :lol:

ווי הייבט מען אן?


download (3).jpeg


ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין
א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת

איר וועט נישט גלייבן איך האב היינט אריינגעבאמט אין ר' יוסל אין מאנסי
ווארשיינליך איז ער דא לצורך פרנסה
די ערשטע מאל וואס כ'האב עם געזען גיין מיט די פנים פון פארנט!

לכאורה ביסטו געגאנגען אויף ארונטער!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וועלכע שול? לאמיר לויפן גאפן א שמועס מיט איהםן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס, הערליך שיין, די ירושלימער געסאלעך זענען פארן אמעריקאנער אויגפארכאפנד,
דו לייגסט עס אראפ מייסטערהאפטיג! ייש''כ! זייער אינטערעסאנט!
לייגסט עס אראפ ''בטעם אמעריקיי''
פריש דיר אויף די זכרונות, און שארף דיר אויס ס'פענע, ווייל איך שטיי מיט דורשט אויף נאך!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אז סגייט פרשת בלק דערמאן איך מיר פון "בלעם'ס געסאלע"

אין ווארשעווער הייזער צווישן די אלע געדרייטע סטעפס איז געבליבן עפעס א שמאלע דורכגאנג און מיר פלעגן אהין גיין פרשת בלק צו מאכן א פועל דמיוני פון בלעם מיטן אייזל...

א בילד פון דעם געסאלע קען איך נישט טרעפן, אבער א בילד פון גלייך נעבן דעם האב איך יא געטראפן


---

דערמאן איך מיר יעצט אז אין מאה שערים איז אויך דא גאר א שמאלע גאס וואס מפלעגט אויך רופן בלעםס געסאלע
רחוב גרשון הורויץ נעבן רב אלישובס שול אונטער ברסלס מאה שערים
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 20, 2021 3:02 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

.
לעצט פארראכטן דורך סענסיטיוו אום מאנטאג יוני 21, 2021 11:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וואלטסטו געקענט רעב יאסאלע וואלטסו אנדערש גערעדט, איי מיען געלאכט....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איינס, דו ביסט א ישראלי???
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר וואס?!
א גוי? חאסעשלעם!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אה, נישט געכאפט דיין שאלה

יא איך בין א ישראלי, גראדע מיין ווייב איז א לויה און איך האב נישט געמאכט קיין פדיון הבן פאר מיין בכור.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס האט געשריבן:אה, נישט געכאפט דיין שאלה

יא איך בין א ישראלי, גראדע מיין ווייב איז א לויה און איך האב נישט געמאכט קיין פדיון הבן פאר מיין בכור.

;l;p- געסט שוין ארויס ציפול אינפראמאציע!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”