זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

באמערקט אז פון רוב קעמפס איז פארהאן אן אשכול, נו מחנה שלוה למה נגרע?

ואי"ה להוסיף

(געעפענט דעם אשכול כ'זאל האבן די פרעשור צו לייגן בילדער וואס געפונען זיך אין מיינע ארכיוון)

אבער אויב איינער האט זכרונות זאל ער ביטע מזכה זיין את הרבים.
אטעטשמענטס
Camp Shalva.png
Camp Shalva.png (42.04 KiB) געזען 1939 מאל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אור שלוה


זייער אינטערעסאנט פארוואס די רבי ז"ל האט נישט געוואלט זיך באווייזן פאר די קינדער. כ'פארשטיי אז ס'איז געווען שווער/שפעט, אבער ווען מען קומט אין קעמפ קומט מען דאך געווענליך צו די קינדער. נישט אזוי?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט פארוואס די רבי ז"ל האט נישט געוואלט זיך באווייזן פאר די קינדער. כ'פארשטיי אז ס'איז געווען שווער/שפעט, אבער ווען מען קומט אין קעמפ קומט מען דאך געווענליך צו די קינדער. נישט אזוי?

מיר ליגט גראדע אין קאפ, פארנעפלט, אז אונז קינדער האבן יא געזען דעם באבובער רב דארט, אויפן פארטש פונעם נייעם עס זאל (מ'האט עס יענע יאר אויפגעבויעט נאך א פייער). אפשר געדענק איך נישט גוט?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בליצלעך וואס כ'געדענק פון תשנ"ג:

אלטער משה האט אויסגעלערנט שווימען. כ'חלום אז ס'האט געקאסט 60 דאלער. כ'האב אבער נישט געכאפט דעם פארטל, ווייל כ'בין געווען פארגרוילט פון די באטערפלייס אינעם פּול.

דער פייער אלארם האט זיך צופיפן איין פרייטאג צונאכטס, דרייע פארטאגס, אינעם 'ניו יארקער', און ס'געווען פריילאך.

די ווארעמע סווימינג פול האט אונזער באָנק נאר געמעגט צוויי אדער דריי מאל נוצן דורכאויסן זומער.

א יונגל (כ'געדענק זיין נאמען) האט געכאפט א ביס פון א האָרנעט, נאך ער האט פרובירט צו צושטערן זייער נעסט ביי איינס פון די קלאס צימערן.

הונדערטער שפינען זענען אומגעקומען יענעם זומער "ווייל זייערע זיידעס האבן חרוב געמאכט דעם בית המקדש".

ס'געווען אין מיין באָנק א יונגל וואס האט א גאנצער זומער גע'חזר'ט די פרשה מיט די טראפן, ווייל ער גייט בר מצוה ווערן סוף זומער און ער דארף ליינען די פרשה (א בענד-דאון בחור).

כ'בין געשלאפן אויפן אויבערשטן שטאק באנק-בעט. דאס יונגל פון אונטן האט כסדר ארויפגעשטויסן און כ'בין געפלויגן.

די ראולינג-ווי באסעס האבן אונז גענומען צו זום-פלום. כמעט זיכער.

איין נאכט האב איך געוואקט מיט א פלעשלייט אין האנט, ווען כ'האב געזען איינעם אנטקעגן קומען. פאר א רגע האב איך געמיינט אז ס'איז א בעל חי, כ'האב געשיינט נעבן דעם און ס'איז געווען הרב [נאמען געהיטן אין רעדאקציע]. כ'האב געכאפט אזאאא פסק.

מיין מדריך פלעגט טשעפען א רבי'שע אייניקל אז רבי'ש איז rubbish.

ביינאכט האבן אונז (כיתה ח') געלערנט מיט כיתה ט'. כ'האב נישט געהאט קיין געדולד און כ'בין אנשטאט דעם געגאנגען שפאצירן אן רשות.

דאס לייענען קריאת שמע שעל המטה אלע אינאיינעם, עס זינגענדיג מיט א הויפן באבובער ניגונים, איז געווען צום געדענקען. זייער געשמאק געווען. דאס מערסטע האב איך ליב געהאט דעם "יגער ה' בך השטן... הנה מטתו שלשלמה ששים גבורים סביב לה מגבורי ישראל, ישראל".

ווען מ'האט ארויסגעלייגט די אור שלוה'ס איז געווארן א כאפצעם. מ'האט געלייגט זייער ווייניג, כמנהג גאליציע.



מ'גיימיר זיך פרובירן צו דערמאנען נאך זאכן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איז עס דוקא מחנה שלוה אין אמעריקא, אדער פון לונדון אויך?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איטשע האט געשריבן:איז עס דוקא מחנה שלוה אין אמעריקא, אדער פון לונדון אויך?

עס איז געוועהן אמאל מחנה שלוה אין לונדון??
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

moishy56 האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איז עס דוקא מחנה שלוה אין אמעריקא, אדער פון לונדון אויך?

עס איז געוועהן אמאל מחנה שלוה אין לונדון??


שוין איינמאל, ר׳ אהרן פישמאן פלעגט עס אנפירן - לפיכך יפ״ארי פישמאן״, פלעגן מיר זינגן.
עכ״פ, איין יאר האט מיר מיין פאטער געשיקט פון אנטווערפען צום קעמפ. געשיקט האט ער מיר זיך נוקם צו זיין אין זיין פאטער וואס האט אים אין קעמפ נישט געשיקט אין זיין יוגנט. אין די שפעטערער יארן, אלס עלטערע בחור, איז מיין טאטע טאקע געווען א אין קעמפ שלוה, איו אמעריקא, עפעס א רבי, אדער כ׳ווייס וויאזוי עס הייסט.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

אוי קעמפ שלוה מ'דארף א גאנצע ארטיקל צו באשרייבן

ראביי פארטאWיטץ (ואתם הדבקים...)
מאטי סטאק, מאיר שטיין, לעבאוויטש, בעק, פערלשטיין
קאקאש קעיק מיט פודינג
קאלאמעלא יא וואנע געט הויט אר יא וואנע געט טויט
די ברידזש (און ווער האט אראנגעווארפן די באל דערפין)
ר' אהרן בן ציון זינגן אלקי נשמה
ר' חיים ארי' אויפן סטעידזש
ר' פסח ע"ה דער לייגער
דער מקוה איד
ווי האט נאר געהייסן דער שגץ וואס איז ארומגעגאנגן מיטן שטעקן צאמנעמען די גארבידזש
הרה"צ מזידיטשוב שליט"א,
ר' שלמה יחיאל מיטן רעדיא, (אבא--אבא)
דאם WAITER WAITER WAITER דאם WAITER WAITER
we welcome you Mr. Perry Butler
קעמפערז קאונסלירז דעי
די נוירס אינפירמערי
ווי האט געהייסן דער יערליכע מאדזשישן און דזשאגלער
די פארפרוירענע דזשעלא
ר' יוקל מיטן שפאגל נייעם סעלפון פליט אריין אין שווימינג פאול
דער העליקאפטער לאזט אראפ דאס געלט אין די ראנג פלאץ
ועוד ועוד ועוד
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אינעם ערשטן בילד זעהט מען דעם בית המדרש, וויאזוי דאס האט אויסגעזעהן אלס 'שענקס האטעל'.
דעם בנין אונטער דעם רונדיכדיגן האט מען אראפ געווארפן צוליב א סיבה, און געבויט העכער אירע יסודות דעם בנין שאול ע"ש דעם נדבן רבי שאול הוטטרער ע"ה
אטעטשמענטס
בית המדרש.jpg
בית המדרש.jpg (374.79 KiB) געזען 1692 מאל
בית שאול.jpg
בית שאול.jpg (177.43 KiB) געזען 1692 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג יוני 15, 2021 8:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער לאנטש רום (אין שענקס צייטן.
די טרעפ אינדערמיט האט מען אוועקגענומען אין שלוה'ס צייטן און זיי געלייגט אויף די צוויי זייטן.
אויף דעם פארטש האט דער באבוב'ער רב אויפגענומען די קינדער, ליין אפ, און וואס נישט...
אטעטשמענטס
שענקס האטעל לאנטש רום.jpg
שענקס האטעל לאנטש רום.jpg (81.48 KiB) געזען 1690 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער שווים באסיין, דעם 12 פוס טיפע פאול האט מען גענוצט ביז אינמיטן די נ' יארן, דאן האט מען געבויעט צוויי קלענערע, איינס איז געווען א ווארימע און אונטער א דאך.

דער בנין אויף דער זייט האט געהייסן דער "נוי יארקער" דארט זענען די קינדער געשלאפן. (מאדענע ביז גאר און ווי קאומיש דאס הערט זיך, ווען די פרויען האבן געהאט זייערע שווים שעות, ווער אימער איז געווען אין דעם בנין בשעת מעשה צוליב א חולשה וכדומה..., קיין געהעריגע השגחה איז נישט געווען, צוליב וואס אעפ"י רוב האט מען זיך געפונען אין די קלאסן...)
אטעטשמענטס
שווים באסיין.jpg
שווים באסיין.jpg (124.55 KiB) געזען 1685 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אור שלוה - תשמ"ד
אטעטשמענטס
IMG_4007.jpg
IMG_4007.jpg (157.87 KiB) געזען 1677 מאל
IMG_4006.jpg
IMG_4006.jpg (151.7 KiB) געזען 1677 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

חוח בין השושנים האט געשריבן:בליצלעך וואס כ'געדענק פון תשנ"ג:

איין נאכט האב איך געוואקט מיט א פלעשלייט אין האנט, ווען כ'האב געזען איינעם אנטקעגן קומען. פאר א רגע האב איך געמיינט אז ס'איז א בעל חי, כ'האב געשיינט נעבן דעם און ס'איז געווען הרב [נאמען געהיטן אין רעדאקציע]. כ'האב געכאפט אזאאא פסק.

דאס ביסטו געווען, דער סגן ראש המדריכים האט געגעבען אזא דרשה וואס מ'האט זעלטן געהערט פון איהם

ווען מ'האט ארויסגעלייגט די אור שלוה'ס איז געווארן א כאפצעם. מ'האט געלייגט זייער ווייניג, כמנהג גאליציע.

אפציעל איז געווען א ממונה (א זוהן) וואס האט דאס געטייל צוויי פער צימער, וועןם די ענדיגס ליינען גיב דאס פאר דיין חבר...

מ'גיימיר זיך פרובירן צו דערמאנען נאך זאכן.


אז די דערמאנסט תשנ"ג, דא שטעל איך ארויף די נעמען פון דער קעמפ שלוה סטעף פון יענע יאר.
אטעטשמענטס
IMG_4008.jpg
IMG_4008.jpg (289.07 KiB) געזען 1670 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג יוני 15, 2021 8:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ממה נפשך האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אור שלוה


זייער אינטערעסאנט פארוואס די רבי ז"ל האט נישט געוואלט זיך באווייזן פאר די קינדער. כ'פארשטיי אז ס'איז געווען שווער/שפעט, אבער ווען מען קומט אין קעמפ קומט מען דאך געווענליך צו די קינדער. נישט אזוי?


דער באבוב'ער רב איז געווען יענעם יאר צוויי מאל, איינמאל פאר די קינדער, און דער אנדערע מאל פאר דעם באנקעט פאר די נדיבים בעם וואס צוטייער געגעבען פאר דער נייעם בנין.

דא האט איר א בילד פון דעם קונטרס וואס האט מען אויסגעטיילט דעמאלס.
אטעטשמענטס
IMG_4011.jpg
IMG_4011.jpg (115.88 KiB) געזען 1665 מאל
IMG_4012.jpg
IMG_4012.jpg (306.17 KiB) געזען 1665 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער 'נוי יארקער' - אין דעם בנין זענען די קינדער געשלאפען. (די גאר קליינער זענען געשלאפען אין א קלענערע בנין וואס האט געהייסן 'די וועסט סייד'.

צום באמערקן, יעדע בנין אינעם קעמפ האט געהאט א נאמען, צווישן אנדערע איז געווען 'די פלארידע' (דא האט ר' חיים אריה ליפשיץ, ר' שלום קעססלער און ר' משה קעסלער געהאט זייערע באנגעלוי'ס). אזוי אויך איז געווען א גרויסע געביידע וואס האט געהייסן דער 'קאליפארניע' דער בנין שטייט שוין לאנג נישט, דער בנין האט זיך געפונען אויף דער אנדערע זייט פון דעם בית המדרש).

איין יאר ווען ר' יהשע גרעבער איז געווען א מדריך האט ער געטוישט דעם נאמען פון נוי יארקער צו 'גאליציאנער', און אנשטאט נומערן אויף יעדע צימער האט יעדע שטוב געהאט א נאמען פון א גאליציאנער שטאט (דארט ווי באבוב האט געהאט א סניף ישיבת עץ חיים).
אטעטשמענטס
new yorker.jpg
new yorker.jpg (23.68 KiB) געזען 1648 מאל
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הב' יעקב בערגשטיין איז געוועהן א מדריך אין תשנ"ג
היינט איז ער דער באקאנטער דיין מורה צדק בבית דין קארלסבורג ואבד"ק נעבליץ
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

די בנין גבעת שאול, די אייקאן פון די פארצייטישע האטעל און דערנאך שלוה איז שוין אויך א פארגענגעהייט... ווי נעמט מען היינט אפיר אזא בנין... ווי וועלן מיר קענען אויפהייבן אונזער קינדער אויף די אקסל און ווייזן אזוי זעט אויס א 'קאנטין' פון די אמאל...(געראדע האט מען נישט געקענט דארט האלטן א קינד אויפן אקסל, קוים וואס א טאטע האט דארט אריינגעפיט...
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

ישלהוסיף האט געשריבן:דער 'נוי יארקער' - אין דעם בנין זענען די קינדער געשלאפען. (די גאר קליינער זענען געשלאפען אין א קלענערע בנין וואס האט געהייסן 'די וועסט סייד'.

צום באמערקן, יעדע בנין אינעם קעמפ האט געהאט א נאמען, צווישן אנדערע איז געווען 'די פלארידע' (דא האט ר' חיים אריה ליפשיץ, ר' שלום קעססלער און ר' משה קעסלער געהאט זייערע באנגעלוי'ס). אזוי אויך איז געווען א גרויסע געביידע וואס האט געהייסן דער 'קאליפארניע' דער בנין שטייט שוין לאנג נישט, דער בנין האט זיך געפונען אויף דער אנדערע זייט פון דעם בית המדרש).

איין יאר ווען ר' יהשע גרעבער איז געווען א מדריך האט ער געטוישט דעם נאמען פון נוי יארקער צו 'גאליציאנער', און אנשטאט נומערן אויף יעדע צימער האט יעדע שטוב געהאט א נאמען פון א גאליציאנער שטאט (דארט ווי באבוב האט געהאט א סניף ישיבת עץ חיים).



קאליפארניע שטייט נאך יא, עס איז די 3 שטאקעדיגע בנין פאר די משפחת.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

שוין דא בילדער פון דער נייע ביהמ"ד, אויפגעבויט היי יאהר.

ווייס איך נאכנישט ווי מען לייגט ארויף א בילד...
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

בערך 30 יאר צוריק איז אין מחנה שלוה געווען א שפיל איבער די צווייטע וועלט מלחמה, זיי האבן עס געמאכט מיט אלע פיטשיווקעס, שיסערייען, לאגערן ועוד
איך בין געווען דעמאלט א קליין יונגל אין באבובע דעי קעמפ אין בארא פארק, און מ'האט דארט איין טאג געוויזן א מאווי / סליידס פון דעם שפיל
ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי טראומאטייזד איך בין דעמאלט געווען, באקומענדיג צום ערשטן מאל א בליק איבער וואס אידן האבן מיטגעמאכט ביים קריג
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: זכרונות פון מחנה שלוה ד'באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

והיא שעמדה האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
דער 'נוי יארקער' - אין דעם בנין זענען די קינדער געשלאפען. (די גאר קליינער זענען געשלאפען אין א קלענערע בנין וואס האט געהייסן 'די וועסט סייד'.

צום באמערקן, יעדע בנין אינעם קעמפ האט געהאט א נאמען, צווישן אנדערע איז געווען 'די פלארידע' (דא האט ר' חיים אריה ליפשיץ, ר' שלום קעססלער און ר' משה קעסלער געהאט זייערע באנגעלוי'ס). אזוי אויך איז געווען א גרויסע געביידע וואס האט געהייסן דער 'קאליפארניע' דער בנין שטייט שוין לאנג נישט, דער בנין האט זיך געפונען אויף דער אנדערע זייט פון דעם בית המדרש).

איין יאר ווען ר' יהשע גרעבער איז געווען א מדריך האט ער געטוישט דעם נאמען פון נוי יארקער צו 'גאליציאנער', און אנשטאט נומערן אויף יעדע צימער האט יעדע שטוב געהאט א נאמען פון א גאליציאנער שטאט (דארט ווי באבוב האט געהאט א סניף ישיבת עץ חיים).

קאליפארניע שטייט נאך יא, עס איז די 3 שטאקעדיגע בנין פאר די משפחת.
גערעכט, יענע בנין האט געהייסן די 'קרוין הייטס'.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”