פון מאל צו מאל קוק איך נאך אין MyHeritage סייט, ארום פארשידענע באווסטע געלערנטע גויים אין אמעריקע, איך זוך נאך זייער אפשטאם, צו זיי האבן עפעס יידישע שורשים. און איך באמערק טאקע א סאך מאל, אז די ערשטע נעמען אין די פאמיליע (פון 400 יאר און ארויף) זענען ממש יידישע נעמען.
לדוגמא:
איך האב נאך געקוקט וועגן די פאמילייע Whorf, די ערשטער פאטער פון די פאמיליע, וואס זיי ברענגען דארט אראפ, האט געהייסן Nathaniel (נתנאל) און ער איז געקומען פון ענגלאנד אין די 17 יאהר-הונדערט. זיין ווייב האט געהייסן Rebecca (רבקה). א טייל פון די ערשטע אייניקלעך הייסן: Jonathan (יונתן), Abigail (אביגיל), Abram (אברהם), Hannah (חנה). פארשטייט זיך אז ס'איז דא דארט אויך גויישע נעמען.
די ערשטע מחשבה מיינע איז געווען אז דאס איז א אידישע משפחה וואס האט זיך מתבולל געווען ליידער אדער חלילה געשמד'ט, אבער איך קלער צו אין די אנפאנג פון די 17 יאהר-הונדערט איז בכלל געווען יידן אין ענגלאנד (נאכ'ן גירוש).
ווייסט איינער ווי קען איך טרעפן ברייטע פרטים וועגן די נושא?
אלטע אמעריקאנע (גוייאישע) משפחות וואס שטאמען מעגליך פון אידן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אלטע אמעריקאנע (גוייאישע) משפחות וואס שטאמען מעגליך פון אידן
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
Re: אלטע אמעריקאנע (גוייאישע) משפחות וואס שטאמען פון אידן
קען דאס נישט זיין טיפיקל קריסטליכע נעמען?
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1876
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
Re: אלטע אמעריקאנע (גוייאישע) משפחות וואס שטאמען פון אידן
געווענדליך די גאר שטארקע קריסטן געבן ביבליקעל נעמען
Re: אלטע אמעריקאנע (גוייאישע) משפחות וואס שטאמען פון אידן
איינע פון די אייניקלעך דארט ביי די א.ד. פאמיליע (Whorf) הייסט Joseph (יוסף), ער האט חתונה געהאט מיט Susannah (שושנה) בת Isaac Bennett (יצחק בענעט), דאס הערט זיך נאך מער אידיש. שושנה איז א ביבליקעל נאמען?
הגם, עס קען זיין אז נאר זי איז געווען א אידישע אפשטאמע
הגם, עס קען זיין אז נאר זי איז געווען א אידישע אפשטאמע
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת