דער אראבישער מעטשעט אויפ'ן הר הבית

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

במחילת כבודך הרב יידישיסט, אבער "יאסעפוס פלאוויוס", האט געהאט א יידישן נאמן "יוסף בן גוריון הכהן" ער איז געווען א כהן הדיוט און דערנאך א כהן משיח מלחמה ביי כלל ישראל.
און רבותינו הקדושים ועל צבאם רש"י ז"ל צייכענען צו פון זיינע ספרים!

אז עס זענען פארהאן אפאר אויפגלעקערטע גוים וואס האבן ספיקות דערין, איז נאך נישט קיין סיבה, עם צו רופן ביי זיין גויאישן נאמען.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

א סך גדולי ישראל האבן געהאט ספיקות איבער דעם מהות פון יוסיפין. אין דעם לעצטן דור האט אים רבי אביגדור מיללער זצ"ל - גאנץ ווייט פון אן אויפגעקלערטער - שטארק ארונטערגעריסן.
איי פארוואס גדולי ישראל האבן אים צוגעברענגט? עס ווייזט אויס אז אמאל האט מען נישט געהאט קיין פראבלעם נאכצוברענגען פון צווייפלהאפטיגע מחברים. אזוי ווי א סך וואס האבן נאכגעברענגט פון "מאור עניים" שוין נאכ'ן חרם. ודו''ק.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

איטשע האט געשריבן:
במחילת כבודך הרב יידישיסט, אבער "יאסעפוס פלאוויוס", האט געהאט א יידישן נאמן "יוסף בן גוריון הכהן" ער איז געווען א כהן הדיוט און דערנאך א כהן משיח מלחמה ביי כלל ישראל.
און רבותינו הקדושים ועל צבאם רש"י ז"ל צייכענען צו פון זיינע ספרים!

אז עס זענען פארהאן אפאר אויפגלעקערטע גוים וואס האבן ספיקות דערין, איז נאך נישט קיין סיבה, עם צו רופן ביי זיין גויאישן נאמען.


דאס וואס איך האב אויבן ציטירט פון יאסעפוס/יוסיפון, איז נישט געווען פון דעם ספר "יוסיפון העברי", נאר פון איינע פון די ספרים וואס ער האט אליין אפגעשריבן אויף גריכיש (און איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף פיל שפראכן). אויף יענעם ספר איז זיין נאמען אונטערגעשריבן דורך אים אליין אלס "יאסעפוס פלאוויוס".
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יידישיסט האט געשריבן: אבער דאס ביידל מיטן גאלדענעם קופּאָל, איז נישט מער ווי א געבויטער אוהל איבער א הייליג פלאץ, נעמליך דער אבן-השתיה. דאס איז נישט דאס איינציגסטע פלאץ אויפן הר-הבית וואס האט א געבוי איבער זיך צו באצייכענען דעם הייליגטום. עס איז פארהאן א באזונדערער קליינער "אוהל" איבערן קדשי-קדשים, און איבער נאך אנדערע אנגעצייכנטע פלעצער. דער גאלדענער קופאל איז אוועקגעשטעלט איבער דעם אבן-השתיה.


יידישיסט;
איך זע אויף די מאפעס, עס איז פארהאן דריי אוהל'ס אויפן הר הבית, דער גרויסער גאלדענער קופאל, דערנאך א קליינער כיפה מיט עטליכע שטאנגען, דערנאך עטוואס אראפציר צו דרום איז דא דער כיפת אל אקצא.

וואס איז די אנגענומענע לעגענדע בשייכות וואס איז פארהאן אונטער די כיפות?

אגב, דער אבן שתיה איז געווען ביים מקום המזבח ניין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוועמל, די אבן שתי' איז געווען אינעם קודש הקדשים אנטשטאט די ארון אינעם צווייטן בית המקדש.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דער מהר"ם חגיז אין זיין ספר פרשת אלה מסעי ברענגט א מעשה פלא באריכות, אז עס איז געווען א קעניג וואס האט געזעהן אז די מענטשן ברענגען זבל קעגן זיין פאלאץ, האט ער זיך נאכגעפרעגט און אויסגעפינען אז די רומיים האבן געמאכט א געזעץ אז יעדער זאל ברענגען דארט זיין זבל צוצודעקן די בית המקדש, האט דער קעניג געהייסן אויפגראבן די פלאץ און האט אויסגעשפרייט גאלדענע רענדלעך אז די ארבעטערס זאלן האבן חשק צו גראבן ביז מ'האט אויסגעגראבן די גאנצע מקום המקדש, האט דער מלך גערופן די אידן און געזאגט אז ער געט רשות צו בויען די בית המקדש, האבן די אידן אנגעהויבן צו וויינען און געזאגט פארן מלך אז זיי זענען נישט ערלויבט צו בויען די בית המקדש ווילאנג מ'איז אין גלות, האט דער מלך געזאגט שלמה המלך האט מתפלל געווען אז אויך גוים זאל מען צוהערן ביים מקום המקדש, ממילא וועט ער בויען א פלאץ צו דינען דעם אייבערשטן במקום המקדש פאר זיך.

לכאורה רעדט ער פון די מעטשעט וואס מ'זעהט היינט במקום המקדש, אויב אזוי איז דאס ארגינעל געבויט געווארן צו דינען דעם אייבערשטן, נישט אלס א מעטשעט.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

די מעשה ווערט דאכצעך אויך אראפגעברענגט אין "ויואל משה" בשם מהר"ם חגיז.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יא,מאמר א' סימן ס"ה.
(פון וואו מיינסטו ווייס איך דערפון?...)
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אינטערסאנט שפעטער ברענגט ער די זעלבע מעשה אין די מהר"ם חגיז שרייבט א אנדערע סיבה פארוואס מהאט נישט אנגענומען זיין פארשלאג צו בויען די ביהמ"ק
ואותו שכבש העיר גילה מקום המקדש והיסודות והתנדב ליהודים שהיו שם לבנות להם המקדש על הוצאותיו כנזכר לעיל, אמנם כאשר עלינו מטעם היותינו טמאי מתיםוכמ״ש הרמב״ם ז״ל גם מטעם גניזת הארון שבו הלוחות נאסר לנו השיבו לו שאין ברשות ישראל לבנותו עד שיהי נגאלין, ולכך הוא בנה לו שם כעין מה שהיה, ועדיין נקרא בלשון ערבי(אלהארם) בשם בית המקדש שהיא גבנה על גבי היסודות דינראין לעין מי שרוצה לראות אותן שהן תחת הכיפה

בכלל איז אינטערסאנט אז סדא א אנדערע ווערסיע פון די מעשה אז סאיז געווען א תימנע משומד וואס איז געווען די עצה געבער פון דער בויערעמר עלחטיב

"התלווה לעומר אדם בשם כעב אל אחבאר (עברית: פאר החכמים), יהודי תלמיד חכם שהתאסלם והיה ממלווי הח'ליף.

נסע עמר לירושלים וכבשה. אחר כך נכנס אליה יחד עם כעב. שאל לו: יא אבו אסחאק. התדע את מקום הצח'רה? השיבו: מדוד כך וכך אמות מן הכותל הסמוך לואדי ג'הנם, מקום המזבלה ושם תחפור ותמצאנו. חפר והסלע נגלה לפניהם. שאל עמר את כעב: היכן ראוי לדעתך להקים בית תפילה? השיבו: הקם אותו מצפון לסלע... אמר עמר: הצעתך היא ממקור יהודי ( ערבית: צ'אהית אל יהודיה) . החלק הטוב במסגדים הוא זה הפונה למכה ובנה את בית התפילה בקדמת המסגד".

על פי המסופר, ציווה עומר על ניקוי הר הבית משפכים וזוהמה שנערמו בו במשך מאות שנים - פרי הזנחה מכוונת מצד הביזנטים שראו בהר את הסמל לירושלים היהודית ובהזנחתו - את השפלת היהדות."

ווייל די היסטאריע פון דעם בויער איז אז ער איז געווען א קעגנער אין מלחמה געהאלטן קעגן דעם מוחמד, און צום סוף איז ער געווארן פון זיינע, גיי ווייס וואס דארט איז געווען
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ס'איז דא א סעריע ספרים בית המקדש הראשון , בית המקדש השני, בית המקדש השלישי, אין די בעק פון די צווייטע באנד איז דא א לענגערע אנאליז
מיט קלארע (?) הוכחות אז די אנגענומענע מיינונג אז די כיפת הסלע איז אויפן מקום קדשי קדשים איז נישט ריכטיג. קוקטס עס נאך, אויב איר זענט אינטערסירט שטייט זעך.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב רייך מחבר פון תורת מר"ם אויף חומש, זאגט אין זיין אינטערוויאו אויף קאלמע, אויך אזי, אז דער כיפת הסלע איז נישט דער מקום קוה"ק, נאר אינצווישן די מעטשעטן
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אויב געדענק איך גוט שטייט ערגעץ אין אר"י הק' אז אויפן מקום המקדש שטייט נישט קיין בנין, און דער כיפת הסלע איז שוין געשטאנען בימיו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא א ספר פון ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי ז"ל
עיר הקודש והמקדש
דריי בענדער
ווי ער באטראכט גרונדליך די זאך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אן אראבישע ירושלימער פון טויזנט יאר צוריק שרייבט אז מען האט דאס געבויט כדי צו קאמפיטן מיט די נוצרישע קירכע אין ירשלים, און דאס איז טאקע אביסל גרעסער פון די נוצרישע

אינטערסאנט אז דיסטאטוס קווא שוהל אין פעסט האט מען געבויט נאכגעמאכט די מאטשעט פון הר הבית, יא אין די אלטע שער בלעטער ווערט געברענגט א בילד פון די מעטשעט אין דערויף געשריבן 'בית המקדש', אבער ב"ה היינט ווייסט מען שוין בעסער אבער מקען גרינגערהייט וויסן נאך בעסער, סזאל נאר איינעם אינטערסירן

[לגבי די לאקצע מאסק - גראדע האב איך געהערט אז אין אנהויב האט די עומר גענוצט די מחילות פון שערי חולדה פאר א מאסק, דערנאך געבויט עפעס דערויף, נאכדעם האט מען נאך צוגעבויט דערויף, נאך אביסל, און אפאר ערד ציטערנישן האט עס פארניכטעט [סדא בילדער] איז געבליבן דאס וואס איז היינט די לאקצא מאסק]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

פונעם ספר "תבנית הבית" אויף עניני בית המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

Har1.jpg

Har2.jpg

Har3.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

המשך

Har4.jpg

Har5.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

די מחבר פון תבנית הבית האט געמאכט א תבנית פאר'ן ספר פאר ער האט עס געמאכט...

ער שרייבט אין די הקדמה אז ער איז בעסער ווייל ער נעמט נישט פון די ארכיאולוגין...

ער ווערט נישט פרומער מיט דעם נאר נארישער. אויב וויל ער נישט נעמן ממציאות בשטח, זאל ער מוחל זיין אין געבוירן ווערן פאר טויזענט יאר צוריק... אדער זאל ער טרעפן ערליכע ארכיאולוגין וואס זאלן אים העלפן. סתם זיך אריינלייגן קאפ אין זאמד איז טיפשות

ער שרייבט סדא צוויי מסגדים... סנאר דא איינס.
די רדב"ז איז תמוה... אפשר די כפתור ופרח איז תמוה? גדולים וטובים האבן זיך געמוטשעט יאהרן און געשריבן לאנגע מאמרים, און ער קומט מיט אפאר בלעטער אין פארשטארקט זיינע אפגעמאכטע מסקנה אז אים זעהט אויס אז קעגן כותל המערבי איז געווען גי ביהמ"ק...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ער האט א אייזערנע קשיא, פון דעם היינטיגן כותל ביזן כיפת הסלע איז דא פיל מער ווי די ברייט פון די עזרה, והאיך יתקיימו שני השיטות של הרדב"ז
וועלכער ארכילוג האט אויף דעם א תשובה???

ס'איז יא דא צוויי מסגדים אויפן הר הבית, א שאד זיך צו דינגען אויף א מציאות
מר. קליקו
קענסט מיר אפשר אנווייזן אן ארכיאלאגישער בייוווייז אז דער כיפת הסלע איז דער מקום האבן השתיה? אדרבא לאמיר הערן
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

סדא תשובות פשוטות אויף אלע דיינע פראגען, זייזשע נאר גרייט צו הערן, בידעי קאמינא אז די וועסט נישט מקבל זיין

איך דינג זיך שוין דא אויף אייוועלט אויף אזויפיל זאכן וואס זענען נובלות און אפפאלן פון קרימע יסודות און אויף אלעמען גייט די ניגון קליקוס משוגעתן, מרירט זיך נישט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נו, וואדזשע שרייבסטו נאך דא??

ערווארט איך דען א תשובה פון דיר???,
שרייבסט 'גדולים וטובים האבן געשריבן לאנגע מאמרים', נו מיט אזעלכע לאנגע מאמרים ווילעך כאטש זעהן איינס, לינק מיר עפעס, אבער וואס באציעהט זיך צו די צוויי פריערדיגע פראגן: בקיצור, זענען היינט דא ארכיאלאגישע ערנסטע באווייזן אויפן סאכרא אז דאס איז דער מקום הקודש דער אבן שתיה?, צווייטנס, ווי אזוי שטימט דער רדב"ז אז דער כותל איז די כותל העזרה און דער מקום המקדש איז ביים כיפת הסלע, דער מרחק צווישן די צוויי איז פיל מער ווי די מדות העזרה המפורשים במסכת מדות?
אז דו וועסט שרייבן נארמאל נישט באשולדיגן און אינטרייסן די גאנצע וועלט וועט מען דיר נארמאל ענטפערן
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

קודם לערן דא דורך אלע שיטות שפעטער עלמער רעדן. קוק גוט דורך הרב קורןס מאמרים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

האט דער לינק א קאנעקשאן מיט מכון המקדש?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיסטער קליקו
מהאמיר דארוכגעקוקט דעם דערמאנטן לינק, במחילת כבודך ׳קיינער׳ האט נישט קיין געהעריגן תירוץ אויף די אייזערנע קשיא, ווי אזוי קען זיין דער כןתל המערבי די וואנט פון די עזרה און דער כיפת הסלע דער מקום קוה״ק ווען אינצווישן איז דא א מרחק פיל פיל מער ווי די ברייט פון די עזרה
דער איינציגער מיישב דארט וויל עפעס אריינלערנען פשט אין רדב״ז אז דער רדב״ז האלט אז דער היינטיגער אבן שתיה איז נעקר געווארן פון איר ריכטיגער ארט!! און איז מבאר בארוכה אז דער רדב״ז האלט אויך אז דער ריכטיגער מקום קוה״ק איז ארגינעל געווען ערגעץ אנדערש, פילייכט קעגן איבער דעם היינטיגן כותל המערבי
אלע חברה וועמען ער ציטירט דארט בלייבן מיט א ריזיגן צריך עיון אויפן רדב״ז, אלזא מאכט סך מער סענס אז דער ריכטיגער מקום קוה״ק איז ׳נישט׳ דער היינטיגער סכרא כיפת הסלע, און קען גאר זיין מען טאר אינגאנצן נישט גיין דארט ווען מיר ווייסן נישט ווי סהייבט זיך אן דער מקום החיל (ווי טמאי מתים טארן נישט אריינגיין)
בקיצור דער דערמאנטער ׳תבנית הבית׳ ווייס שוין איינמאל וואס ער רעדט, בפרט ווען ער איז זיך מסתמך אויפן זוהר אז אויפן מקום הקודש איז נאך קיין בנין נישט אויפגעבויעט געווארן
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

איך האב שוין נישט קיין כח צו קייען

אבער די ביסט געגאנגען מיט דיין אפגעמאכטע אפיניען אז מ'ווייסטנישט', דאס אז די געהויבענע פלאטפארמע גייט די מזרח זייט קרום און סאיז פונקט בין צפון לדרם העולם וואס אונזערע חכמים האבן געשוויצט דערויף, דאס איז ביי דיר נישט קיין באווייז?? סדא אסאך מער שטארקע באווייזן, אבער פאר אן עקשן קען מען אפילו די זון אינמיטן טאג נישט אויפווייזן

אבער דאס איז נישט די פוינט, ב"ה די אייבישטער האט פאר אונז איבערגעלאזט די יסודות הבית נאך 2000 יאר, אמופת העכער אלע מופתים, אבער ניין מ"ווייסט נישט" מווייסט נישט", דו ווילסט נישט וויסן פארדעם רעדסטו אזוי

די רדב"ז איז טאקע תמוה, אבער אין וועלכע קאנטעקסט? האסטו דורכגעטוהן די רדב"ז תשובות אין זיין סטיל אין שרייבן? האסטו דורכגעטוהן זיין תקופה פון אנדערע שרייבערס צוזאמשטעלן עפעס א בילד? ניין נאר וואס יא געשטעמפלט "תמוה" און האמיר א גוטן טאג, סארבעט נישט אזוי

סנישט דא צוויי מסגדים, אויף די מקום המקדש איז ס"ה דא א בנין לכבוד שלמה המלך, סהאט נישט קיין קומחא ווי אלע מאסקעס

און איך בין נאך אפילו נישט געגאנגען אין די ריכטונג פון די הוכחות פון לין ריטמייער, סדא א געוואלד פון אינפארציע
וועק דיך אויף און שמעק די קאפי קוקינג

אינטערסאנט ווען אלע היימישע אידן האבן די זעלבע אינטערעסן ווי מיר, וואלטן קיין נערישע כל העולם קוקוס און אלע צייטונגען און אלע נערישע פארקויפעריי וואס די היימישע עולם געט אויס יערליך אין די ביליאנען איבער די גאנצע כדור הארץ, וואלט דאס אלעס נישט געווען. נאר וואס יא? די עולם וואלט געקאכט אין א יעדע ביסל אינפארמאציע וואס איז נוגע למעשה ולהלכה אויף די הכנה לקבלת כל התורה כולה און זיך געגרייט אויף הקמת הסנהדרין עפ"י התורה ויראה צוזאמען מיט אונזערע רביס אבער ליידער די עריבות הגלות איז דאך ממש נישט כדאי אויפצוגעבן אזוי לייכט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זאג, דו קענסט רעדן נארמאל אויך?
איך האדיר גארנישט געטון אז דו ששרייסט אויף מיר אזוי, איך ארבעט נישט פאר כל העולם קוקו, איך געב נישט אויס ביליאנען דאלער יערליך, עפעס באמבלט דיר אין קאפ, אבער דו ענטפערסט לגמרי נישט וואס איך פרעג דיך
מעג איך פרעגן אבער ענטפער מיר נארמאל, האט מען געטראפן יסודות המקדש, זיכער?
לשיטת לינמייער איז דער כותל נישט די וואנט פון די עזרה נאר פון דעם הר הבית, (ריטמייערס שיטה איז געווען באשריבן באריכות אין די אויסגאבע ׳מעלות׳ פאראיאר חודש אב) אבער דער רדב״ז שרייבט אז סאיז די חומת העזרה און דאס איז די קשיא
יעצט טאנץ און שריי
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”