דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

זכרונות האט געשריבן:דארטען אין דער מאדערנער בית הכנסת 'אהל אברהם משכן יוסף' (א ייש"כ שטאפיק) איז פאר א שטיק צייט געווען אפגעדינגען בשעת'ן נישט דאווענען דער 'נייער' ישיבה דרך החיים פון הגאון הרב פלוטשאק. מיט יארען שפעטער האבען זיי געבויעט א נייע בנין אויף דער 16'טע עוועניו און 39 סטריט. דער ישיבה געדענק איך איז געווען א דבר חדש, ווייל ער האט דוקא גע'עפענט דער ישיבה פאר בחורים פון גאר מאדערנע און שוואכע היימען, און האט שטארק מצליח געווען. די בחורים געדענק איך פלעגען לערנען דארט בהתמדה (א שטיק צייט האב איך דארט געלערענט ביי נאכט מיט א חברותא, און מען האט מיר נישט געשטערט דארט זיין כאטש איך האב נישט באלאנגט צו דער ישיבה, און ביי מיר איז דאס געווען דאס ערשטע מאל ווי איך האב געזעהן ליטווישע (מאדערנע) בחורים אמת'דיג לערנען). ווען עס האט זיך גענויטיגט פאר זיי נאך א צימער האט זיי הרב פעלדער געלאזט ניצען זיין בית המדרש אויך.

איך האב אין דער ארגינעלער תגובה צוגעלייגט צום סוף די פאלגענדע זאץ:

ווען עס האט זיך גענויטיגט פאר זיי נאך א צימער האט זיי הרב פעלדער געלאזט ניצען זיין בית המדרש אויך, און פארשטייט זיך בחנם. ער האט עס געהאלטען פאר א זכיה אז אין מיטען טאג ווען דער ביהמ"ד איז ליידיג(ער), זאל דארט זיין א עולם מיט א קול תורה. א בחינה פון 'קיץ המזבח' וואס רש"י איז מפרש 'לקיץ המזבח: כשהוא בטל מנדרים ונדבות לוקחין עולות ומקריבין" (כתובות ק"ו ע"ב).

דער מאדערענע ביה"כ נעקסטע טיר איז געווען א אשכנזישער ביה"כ, און ווען הרב פעלדער האט אריין געמופט און געזעהן אז דער מחיצה דארט איז א שטארקע בדיעבד, האט ער געזאגט צום רב דארטען אז ער זאל נישט זיין ברוגז אז ער עפענט א ביהמ"ד נעקסטע טיר, און דער רב האט אים פארשטאנען און אים געזאגט אז ער קען גארנישט טוהן צו דעם, ווייל זייין עולם (א מאדערע אמעריקאנער עולם) וועט נישט לאזען טוישען. און טאקע האט הרב פעלדער אלע יארען געלעבט בשלום מיט דער אנדערע בית המדרש און עס איז בכלל נישט געווען קיין קאמפעטישען אדער בייז ווילען פון קיינעם. אז מען מיינט דער באשעפער שטייט מען גוט און ס'אויך דא שלום.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זכרונות האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואס איז דאס פלאן צו טוען מיט דאס פלאץ? אויפבויען א נייע שוהל?

ר' שמחה זאגט אז מען האט אנגעפרעגט א אדם גדול און מען ווארט אויף א ענטפער און מען וועט טוהן וואס איז דעת תורה.

איך טייל נישט קיין דעות אבער הויעך מעג מען דאך טראכטען. דער מקום איז א מקום קדוש, דארטען האבען געדאווענט א סאך קדושים וטהורים (דערמאנט נאר א ביסל פון זיי), דאס פלאץ איד דורך געווייקט פון תורה ותפלה און אידישע טרערן, מיליאנען תפילות דארט ארויף, און עס וואלט געווען א גרויסע פארלוסט אויב דארט זאל געבויעט ווערען א פריוואטע הויז למשל און דאס אלעס. אויב פרעגט איינער מיר, זאג איך אז איינער (א רב א רבי א ראש ישיבה) זאל עס אפקויפען און מאכען דערפון ווייטער א מקום תורה ותפלה.

ער האט עטליכע קונים וואס ווילן עס לאזן א בית המדרש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

כ'פריי זיך דאס צו הערען.

געהערט אז ר' שמחה האט חשק אז מען זאל צוריק בויען דער "פעלדערס שוהל" לכבוד זיין טאטען כאטש ער וועט קיין פרוטה אחת נישט זעהן פון דעם, און דאס איז מסירת נפש פון זיין זייט ווייל דער בנין (קארנער לאט) איז ווערט א פויטיק. אבער מען קען נישט זיין גוט אויף יענעם'ס חשבון, און עס פעלט נישט כהיום אויס אז פינקט דארט זאל זיין א פעקטארי מנין, און פינקט אויף זייער חשבון, איז אלזא פארשטיי איך זייער גוט דער אנדערע צד אויך. דער עיקר ביי מיר (ווער בין איך דען אריין צו רעדן) איז, אז דער פלאץ בלייבט א מקום קדוש און נישט קיין נפקא מינה ביי וועם.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

shalsheles האט געשריבן:אויסגעהערט דעם שמועס מיט ר׳ שמחה, זייער אינפארמאטיוו און הארציג, רב דרעזנער מאכט א געוואלדיגע דזשאב.
א בילד פון רב פעלדער ז״ל האט איינער אפשר?

יא, כ'האב געמייינט אז איך קען ר' שמחה, אבער דא קומט ארויס דער אמת'ע שמחה, זיין טאטען'ס זוהן, זיין טאטען'ס "ערענסטע" זוהן. ער טשאוקט זיך און קען נישט קומען צום ווארט און צום סוף צעוויינט ער זיך.

איך קען ר' שמחה מיט דער 'גוד יומער' וואס מאכט יעדען שמייכלען און לאכען, האט א פאסיגע דזאוק אויף יעדען איווענט. אבער דא איז ער זייער עמאשינעל און מען זעהט די געטריישאפט און די געוואלדיגע רעספעקפט צו זיינע חשובע עלטערען, און אז דער פעלדערס שוהל איז א שטיק פון זיין נשמה. ער איז פראוד (proud) אז ער האט צענדיליגער יארען געקערט און געוואשען דאס בית המדרש און מיט א אויסערגעווענליכע ליבשאפט און א זכיה עס געטוהן, ער זאגט עס איבער און איבער ווייל דאס ליגט אים אין די ביינער. יא, מי כעמך ישראל.

הרב דרעזדנער, א סופער דזאב געמאכט. א יישר כח.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

איינעם האב איך אויס געלאזט און א פאר ווערטער איז אין פלאץ. אז מען רעכענט אויס די חשובע מתפללים און וואס איז מיט רעבעצין פעלדער תחי' זעלבסט?

איך ווייס נישט ווער זי איז, כ'מיין צו זאגען ווער אירע עלטערען זענען געווען און ווי זיי האבען געהייסען, אבער זיי האבען געמוזט זיין פון די יחידים דא אין אמעריקע בימים ההם וואס האבען געהאט די גבורה צו גיין קעגען דער שטראום און אויפציהען אזא טאכטער על אדמת אמעריקע.

מען זעהט אז דער באשעפער איז מזווג זיוויגים און צוגעשטעלט פאר הרב פעלדער דער פערפעקט מעטש. וואס ער האט געוואלט האט זי געוואלט, און געשטאנען יומם ולילה לימינו אים ארויס צו העלפען.

זי האט אלעס מיט געהאלטען, אלע זיינע צדקות וחסד (נאך אפילו נישט אנגעהויבען רעדען דערפון) איז זי געווען א חלק דערפון. נעכטען דערציילט מיר א לאנג יאריגע מתפלל אז מיט פיר יאר צוריק האט ער דארט געהאט חתן תורה און נאך יום טוב געגעבען א קידוש און געברענגט הערינג מיט קעיק מיט אלעס וואס מען דארף פאר דער קידוש, האט זי זיך איין גע'עקשענט אז זי וויל צו גרייטען דער קידוש, און טאקע זיך געפארעט עס צו באצירען מיט וואס זי קען נאר און געמיטליך אריין געשטעקט די טוט פיקס אין יעדער שטיק הערינג וכו'. ועל הכלל כולו יצא אז דאס איז געווען איר התנהגות אייביג און נישט אנגעהויבען אין איר טיפען עלטער, ה' יאריך ימיה בטוב ובנעימים.

ער זאגט מיר אויך אז זי גיבט ברכות ווי א רעביצין און די וואס זי קען גייען צו איר פאר ברכות (א רעבעצין קאניעווסקי סארט). גענוג פאר א לעבעדיגע רעבעצין וואס מיר ווינטשען איר אריכת ימים ושנים און אז זי זאל א קעגען גיין משיח צדקינו בב"א.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

כמנהגי אז מען האלט שוין דער שופר אין דער האנט בלאזט מען, איז וועל איך שוין אויך שרייבען אגב'דיגע זאכען און אפילו אגב ד'אגב וואס האט נישט קיין דירעקט שייכות מיט דער אשכול, נאר אז מען האט שוין דערמאנט א נאמען רעדט מען שוין פון אים ווייטער.

מען האט דערמאנט הרב פייפער זצ"ל וואס האט געגעבען דער דף היומי שיעור אין אידיש יעדען אינדערפרי פארען דאווענען. ער איז געווען א תלמיד פון הגאון רבי אלחנן זצ"ל אין באראנאוויטש, און אויך א תלמיד פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל נאך אין קלעצק. געהאט א עילויאישער קאפ און געקומען פון בילגריי.

געהערט נעכטען פון איינעם וואס האט עס געהערט פון אים, אז אלס בחור אין בילגריי האט דער בילגרייער רב געשטיצט דער בית יעקב אין זיין שטאט. און ווי מיר ווייסען איז געווען שני צדדים אין דעם, און מען האט זיך שטארק געשלאגען פאר אדער קעגען. ער האט זיך אנגענומען פאר דער רב פון שטאט און איז צו געגאנגען צום באלעמער און שארף ארינטער געריסען די קעגנערס פונעם רב. זענען א פאר היץ קעפ צו גיקומען צו אים און אים אראפ געלאזט שטארקע פעטש.

איז ער געלאפען צום רב פארציילן די חוצפה אז ער נעמט זיך אן פארען רב און דא גיבט מען אים גאר קלעפ. האט אים דער בילגרייער רב צו געזאגט אז "דו האסט דאך געכאפט פעטש פאר זיך שלאגען פאר חינוך הבנות" און אים צוגעזאגט אז אלע זיינע קינדער וועלען זיין תלמידי חכמים וכך הוה.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

זעה איך אין לוח הציבור אז ספינקא 18 האט שטארק אנגעהויבן צו ארבעטן אויף מניני מנחה מעריב.....
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

א גרויס דאנק זכרונות
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איז דאס געווען באשריבן לעצטנס אין "די צייטונג" (אידישע צייט)?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

HAMODIA האט געשריבן:[align=center]Karfunkel Family Kollel Buys Felder Shul,
Six Months After Fire[/align]

BROOKLYN (BoroPark24) -
The Felder shul, which has been sadly been boarded up since a fire, the cause of which has still not been determined, tore through its walls on Dec. 16, 2020, has been sold to the Karfunkel Family Kollel, state Sen. Simcha Felder told BoroPark24 today.

The shul, which is located at 4901 18th Street, was led for 60 years by Rabbi Tzvi Mordechai, “Hersh” Felder, zt”l, who is the father of state Sen. Simcha Felder, who grew up in the apartment behind the shul.

The Karfunkel Family Kollel, which is Oberlandish, will rehabilitate and redecorate the building, and run the downstairs minyan, which once was a beis medresh for hundreds, explained Sen. Felder. “I don’t know when the lights will come back on, but I do know that when the Karfunkel family decides to build a makom Torah, it is going to happen as quickly as humanly possible.”

A mispallel of the former Felder shul, who knew the Karfunkel family, made the shidduch for the transfer of the property from one chashuve family to another.

“We are so grateful, honored, and comforted that a family that is so honest and so committed to Torah will be taking the responsibility and putting forth the energy to build a makom Torah right in the middle of the community and allow the shul to continue on the ground level.

“We would not have sold the shul if not for the unfortunate fire,” said state Sen. Felder, who remembered serving as the shul’s shamash. “I was very involved in help to make sure the shul had whatever it needed. The shul was in my bones.

Because some called Felder’s shul, “Felder’s Famous Shul,” BoroPark24 asked, “For what was your father’s shul famous?

“If you asked people why this tiny little shul became so extraordinarily popular and was used by so many people for minyanim and limud Torah, I would say that that was because of the spirit of father, who truly treated everyone so extraordinarily warmly.

“Whether you had a shtreimel, a kippa sruga, or whether you walked in without a yarmulka at all: it didn’t matter. Whomever came in: my father made you feel welcome and comfortable.

“My father’s shul, which davened nusach Sfard, was whatever you wanted it to be: It was like the mann. It tasted like whatever you wanted.”

Since the fire took place, Sen. Felder said that when drives to meetings or goes shopping in the neighborhood, he finds it quite difficult to go past the shul.

“I try to avoid going down 18th Avenue, so I don’t have to see the shul all boarded up, Sen. Felder said. “It really hurts.

“My father had invested his whole life in the shul, which had been functioning for 60 years, and the building went ‘up in smoke’: literally, in minutes, just gone.”

“Not only will the shul return to its former glory,” Sen. Felder said, “but I believe that as a result of the Karfunkels building this extraordinary place of Torah, that new people will coming to the shul, and it will continue to grow.”

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

עס הענגט שוין א סיין מיט די רענדרינג פונעם נייעם הערליכן בית המדרש "חמדת ישראל" ע"ש ר' ישראל יהודה קארפונקעל ז"ל
אטעטשמענטס
פעלדער - חמדת ישראל.jpg
פעלדער - חמדת ישראל.jpg (449.49 KiB) געזען 1290 מאל
פעלדער - חמדת ישראל 2.jpg
פעלדער - חמדת ישראל 2.jpg (182.83 KiB) געזען 1290 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

יעצט געזעהן, און עס האט מיר געקאסט א טרער

א ייש"כ הרב קיקיון און הרב נא_שכל

בין ב"ה בארואיגט, כאן יבנה בעזהשי"ת
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

נא_שכל האט געשריבן:עס הענגט שוין א סיין מיט די רענדרינג פונעם נייעם הערליכן בית המדרש "חמדת ישראל" ע"ש ר' ישראל יהודה קארפונקעל ז"ל

געהערט אז מען האט זיך שוין גענומען דעיע וואך צום עבודת הבני', די אלטע בנין איז שוין אינגאנצן אראפ.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

געשיקטער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
Mrs. Chaya Felder, the rebbetzin of Harav Tzvi Mordechai Felder of K’hal Bais Aharon (“Felder’s Shul”) on 18th Ave. in Boro Park, and the mother of Lakewood posek Harav Shmuel Felder shlit”a and NY Senator Simcha Felder. She was 102.

Born in 1920s America, she lived her life as a true bas melech, insisting on constantly improving her middos and, together with her husband, raising her children al derech hatorah.


She was a steadfast supporter of her husband’s Torah learning and rabbanus, and strongly encouraged her children to follow in his path, with many of her descendants now being talmidei chachomim, dayanim, marbitzei torah, and klal leaders.

The shul which Rebbetzin Chaya a”h and her late husband ran was burned to the ground in a devastating fire two years ago, and was subsequently sold to a Kollel. The rebbetzin then moved to Crown Heights to live by her daughter, where she remained until her petirah.

The levaya is scheduled to take place at 10 a.m. on Wednesday outside the former shul building on the corner of 18th Avenue and 49th Street.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p3901857

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3903151
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: דער פעלדער שוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

מען בויעט שוין דארט?
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”