ימי חב"ד

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב געזען שרייבן אז ער איז געווארן רב אין שאנחאי תרפ"ו

אויב אזוי איז ניט אמת אז ער איז געווען 40 יאר אין שאנחיי נאר צוואנציק יאר
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ב"ה אונז האלטען שוין ביים צוויטען בלאט, יה"ר מ'זאל קענען שרייבען מער און מער בלעטער ביז משיח'ס טאג

וואס האלט דער עולם- אמאל זעה איך אז סאיז די יארצייט פון עפעס א גרויסע איד אדער רבי- וואס האט געהאט א שייכות מיט חב"ד - און איך וויל שרייבען אויף דעם- אבער איך וואלט
"עס נישט געופען אז ס'גייט אריין אין די קאטגורי' פון "ימי חב"ד
וואס האלטסטו??
(מקען ענטפערען דא אדער אין אישי)
לעצט פארראכטן דורך חסידא ופרישא אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ח אב אין ימי חב"ד
יארצייט פון הרה"ח ר יוחנן גארדאן- גבאי אין 770 כ"ח אב תשכ"ט
(ר יוחנן איז געבוירען כ"ג אייר תרנ"ד אין שטאט דאקשיץ. (א שטאט פון רובא ככולה חבדסקער אידן- 5 פון די זעקס בתי מדרשים אין שטאט האבן געפאלגט נוסח חב"ד
זיין זיידע איז געשיקט געווארען צום שטאט דורך דער מיטילער רבי צו זיין א שוחט- און נאך ווען זיין זיידע איז נפטר האט זיין איידים- ר יוחנן'ס טאטע- דאס איבערגענומען- און שפעטער איז עס געגאנגען צו עם.

אלץ בחור האט ער ערשט געלערנט אין די תומכי תמימים אין שדעצרין- א סניף פון תו"ת ליובאוויטש- וואס איז געפירט געווארען דורך ר' אלטער שימחוויץ ווי די יונגער בחורים פלעגען לערנען פאר איין און א האלב יאר- און דערנאך צו ליובאוויטש.

ער האט חתונה געהאט שושן פורים אין יאר תרע"ז. אינמיטן די חתונה איז אנגעקומען די בשורה טובה פון די "ראשין רעוואלושען" סאו דאס האט פארשטייט זיך אריינגעברענגט מער שמחה אין די חתונה :grin:
נאכן חתונה איז ער צוריק געגאנגען וואוינען אין דאקשיץ- ווען זיין טאטע איז נפטר- איז ער געווארען שו"ב
אין יאר תרצ"ב- ע"פ הוראת כ"ק מוהריי"צ זצ"ל- איז ער אריבער געצויגען קיין אמעריקא ווי ער האט ממשיך געווען זיין עבודה אלץ שוחט. ווען חב"ד האט געקויפט 770 איז ער נתמנה געווארען צו זיין גבאי- ווי ער איז געווען ביז זיין לעצטע טאג
יהא זכרו ברוך.
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

א בילד פונעם בעל היארצייט
אטעטשמענטס
גארדאן.jpg
גארדאן.jpg (61.89 KiB) געזען 1635 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ער איז געווען זייער אינטרעסאנטער איד , און אויך געקאנט זאגן זאכן מיט הומור.

אמאל האט ער געחלשט אין מיטן פארברענגן ביים רבי אויף שבת, מען האט עם ארויס גענומען און שפעטער ביי מנחה איז ער געווען ביי זיין שטעלע אלץ גבאי
פרעגט עם דער רבי וואס איז געשען, האט ער געזאגט איך האב געשטארבן אבער גהנם איז פארמאכט שבת , און אין גן עדן האט מען ניט געוואלט אריינעמען האט מען מיר צוריק געשיקט
דער רבי האט שטארק הנאה געהאט און שטארק צושמייכעלט.

ער איז געווען אויך מנהל פון גמ"ח שומרי שבת און דער רבי פלעגט עם בעטן שבת משפטים אנטאן א שטריימל און איינלאדן דער עולם צו מלוה מלכה לטובת הגמ"ח
און דערציילן א מעשה

איין יאר האט ער דערציילט אז אין שטאט פון דער גרויסע ליובאוויטשע חסיד ר' הלל פאריטשער איז געווען א גרויסע ליטווישע גביר וואס האט געקויפט א שיינע אתרוג אויף סוכות
דער ערשטע טאג סוכות ווען דער זון איז ערשט ארויף קלאפט ר' הלל ביים גביר און בעט זיך שטארק בענטשן אויף זיין אתרוג
דער גביר האט עם געגעבן דער אתרוג און געבענטשט

דער רב פון שטאט האט געהערט פון דער מעשה און געפילט אלץ פחיתת הכבוד אז ער האט דאס ניט געטאן
און ער האט מחליט געווען אז מארגן וועט ער קלאפן

מארגן קלאפט ער פרי, שרייט אויף עם דער גביר וואס וועקסטו מיר אויף אזוי פרי
פרעגט עם דער רב נעכטן האסטו געגעבן ר הלל און אויף מיר שרייסטו?

זאגט עם דער גביר, ר' הלל האט געקלאפט ווייל ער האט ליב טאהן א מצוה
דו קלאפסט ווייל כן עשה הלל...

ביי זיין זון ר' ישראל איז געבוירן דריי טעכטער, זאגט ער זיין זון דו ביסט ערגער פון א בהמה
א בהמה דארף צויי סימנים, און דו האסט שוין דריי (בת תחילה סימן יפה לבנים)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שיין!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ר יוחנן ע"ה
אטעטשמענטס
יוחנן-גארדאן-צעיר.jpg
יוחנן-גארדאן-צעיר.jpg (25.41 KiB) געזען 1591 מאל
Gordron Yochonon, Gordon Sholom Ber.png
Gordron Yochonon, Gordon Sholom Ber.png (239.89 KiB) געזען 1591 מאל
Gordon, Yochanan770.jpg
Gordon, Yochanan770.jpg (318.68 KiB) געזען 1591 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

א לענגערע ארטיקעל וועגען ר' יוחנן


הרה"ח ר יוחנן גארדאן- גבאי אין 770 (כ"ח אב תשכ"ט)
ר יוחנן איז געבוירען כ"ג אייר תרנ"ד אין שטאט דאקשיץ. (א שטאט פון רובא ככולא חבדסקער אידן- 5 פון די זעקס בתי מדרשים אין שטאט האבן געפאלגט נוסח חב"ד) זיין זיידע איז געשיקט געווארען צום שטאט דורך דער מיטילער רבי צו זיין א שוחט- און נאך ווען זיין זיידע איז נפטר האט זיין איידים- ר יוחנן'ס טאטע- דאס איבערגענומען- און שפעטער איז עס געגאנגען צו עם.
אלץ בחור האט ער ערשט געלערנט אין די תומכי תמימים אין שדעצרין- א סניף פון תו"ת ליובאוויטש- וואס איז געפירט געווארען דורך ר' אלטער שימחוויץ ווי די יונגער בחוריפ פלעגען גיין פאר איין און א האלב יאר- און דערנאך צו ליובאוויטש.
ער האט חתונה געהאט שושן פורים אין יאר תרע"ז. אינמיטן די חתונה איז אנגעקומען די בשורה טובה פון די "ראשין רעוואלושען" סאו דאס האט פארשטייט זיך אריינגעברענגט מער שמחה אין די חתונה :- )
נאכן חתונה איז ער צוריק געגאנגען וואוינען אין דאקשיץ און ער האט געלערנט שחיטה פון הרה"ח ר בצלאל חאנאוויץ- פונעם שטאט גלובאקע.

ווען זיין טאטע איז נפטר- האט ער נישט געוואלט איבערנעמען זיין עבודה און ווערען די שו"ב פונעם שטאט. ווען דער רב האט דאס געהערט (דער רב איז געווען ר לייב שיינען- גאר א דערהובענע איד- דער רבי רש"ב האט געזאגט אויף עם אז ער איז א בינוני פון תניא) איז ער געקומען און געפרעגט פארוואס ער וויל נישט נעמען די 'דזשאב' האט ער גע'ענפערט אז ער
האט מורא פון מיסטייק'ס. האט דער רב גע'ענפערט,
און וועמען זאל איך נעמען, איינער וואס האט נישט קיין מורא פון מיסטייק'ס????"
איינער פון זיין כשרונות איז געווען אין שרייבען (חבל אז ער האט נישט געוואוסט אויף אייוועלט!)- און ער פלעגט עס נוצן צו שרייבען פאשקעווילין אויף די מיתנגדישער רב פונעם שטאט- הרב געלינקין און לטובת דער חסידישער רב (פרעג מיר פארוואס אי געווען מחלוקת אי א שטאט פון רוב חסידים- ווייס איך נישט- פרעג די מיתנגדים....). איינמאל איז רב געלינקין געגאנגען אויפען גאס און האט געזעהן די פאשקעווילין, האט מען עם געקענט הערן "אוי, גארדאן'ס זון איז שוין אויף.......!"

ער איז אויך געווען עוסק מיט שיק'ן געלט צו דער ריי"צ, ס'דא אפילו בריווען פוןדער מאמע פון דער ריי"צ רעביצין שטערנא שרה צו עם, דאנקען פאר די געלט, און בעטען צו מעודד זיין אנדערע צו שיקן...
זיין עלטער ברידער זענען שוין געווען אין אמעריקא, און ר יוחנן, דער יונגסטע, איז געבליבען צו העלפען זיין עלטערען. ווען זיי זענען נפטר געווארען, האבן זיינע ברידער פראבירט עם משכנע זיין צו אהינקוצען, אבער ער האט נישט געוואלט קומען וועגען די מצב החינוך אין יענער יאר'ן.

ווען די ברידער זענען אריין אין יחידות ביים ריי"צ (אין תרפ"ט- בשעת זיין ביקור אין ארה"ב) האט ער זיי געפרעגט פארוואס יוחנן איז נישט אין אמעריקא, האב'ן זיי גע'ענפערט אז ער וויל נישט קומען וועגען די מצב הרוחני אין אמעריקא. דער פרידיקער רבי האט זיי געזאגט אז "ער וועט עם הייסען אהער קומען." און אין תשרי תרצ"א, ווען ר יוחנן איז געקומען צו זיין רבי, האט דער ריי"צ עם געזאגט אז ער זאל פאר'ן קיין אמעריקא.
ער האט גע'ענפערט אז ער וויל נישט, ווייל אמעריקא איז "ארץ האוכלת יושביה," און זיין קינדער וועלען נישט אויסוואקסען ווי פרומע אידן. די ריי"צ האט עם געבענשט אז אלע זיינע יוצ"ח וועלען בלייבען פרום!" האט ער ממשיך געווען "איך וויל אז מיינע קינדער זאל'ן זיין חסידים, און אז זיי זאל'ן לערנען אין די רבי'ס מוסדות!" האט דער ריי"צ עם דאס אויך געוואונטשען.

אין תרצ"ב איז ער געפארען קיין אמעריקא אליינץ- אן זיינע קינדער און פרוי. ר' שלום בער, איינער פון זיינע קינדער האט דערציילט ווי ס'האט אויסגעקוקט ווען ער איז געפארן. "דער גאנצע שטאט האט עם באגלייט, און דער עולם האט געוויינט ווי קליינע קינדער."
אין אמעריקא האט ער ממשיך געווען זיין עבודה אלץ שו"ב, און ער פלעגט אויך געבן טעגליכע שיעורים אויף עין יעקב אין בראונסוויל צו די ארטיגע אידן.
ער פלעגט אויך פירן די ארגאנזאציע "אחות התמימים" פאר בנות חסידי חב"ד, צוזאמען מיט צוויי אנדערע חסידים. מ'פלעגט זיי רופן די "שלשה רועים" וואס האבן געגעבן שיעורים פאר זיי, און נאך.
אין יאר תש"ב ווען דער ריי"צ האט אנגעהויבען זיין קאמפיין אז "ממש יעצט משיח גייט שוין קומען" (לאלתר לגאולה לאלתר לתשובה) האט ר' יוחנן גלייך געגעבען זיין גאנצע לייף אינשורענס- 2000$ (!) פאר די קאמפיין-זאגענדיג אז "ווען משיח גייט קומען- גייט לייף אינשורענס נישט העלפען אפילו!"

ר יוחנן איז אויך געווען זייער נאנט צום ריי"צ. אפאר מאל ביים יארצייט פון זיין באבע רעביצין רבקה און זיין פעטער דער רז"א דער ריי"צ האט עם געהייסען צוגיין צום עמוד.
ווען ער איז געווארען עלטער האט ער נישט געקענט הער'ן צו גוט, און ער האט געוואלט אויפהערן געבן שיעורים- ווייל די עולם האט עם נישט געקענט פרעגן שאלות -אבער דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט עם געהייסען אז ער זאל ממשיך זיין, זאגענדיג אז "דער עיקר איז אז מ'זאל דיר קענען הער'ן, און נישט פארקערט."
. ווען חב"ד האט געקויפט 770 איז ער נתמנה געווארען צו זיין גבאי- ווי ער איז אויך געווען בעל קורא ביז תשט"ו- און געווען גבאי ביז זיין לעצטע טאג
יהא זכרו ברוך.
לעצט פארראכטן דורך חסידא ופרישא אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:48 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זייער אינטרסאנטע בילדער , די צווייטע און דריטע קיינמאל ניט געזען

די ערשטע איז מיט זיין זון ר' שלום דובער, א טייערע חסיד געווען שליח פון רבי אין ניו דשערזי,
זייער א תמימות דיקע, געהערט פון איינער אין זיין משפחה אז וועט מען האט אנדעקט ביי עם דער מחלה ל"ע און אז מען קאן גארניט טאהן.
האט דער ד"ר וואס איז געווען א איד און געהאט א שייכות מיט עם, געפרעגט זאג וואס קאן איך טאן פאר דיר אין די צייט
ענטפערט ר שלום דובער גלייך "דו זאלסט אנטאהן תפילין" ער האט עם געקאנט פריער און ער האט קיינמאל ניט מסכים געווען לייגען תפילין
דאן האט ער געזאגט גוט איך בין גרייט און טאקע אזוי געטאן.

דער בילד איז גענומען וואו? אין קעמפ?

דער נעקסטע בילד אין מן הסתם אין 770 דער לעבן ספר תורה פון לינקסט איז מן הסתם יענקל כ"ץ פון שיקאגו וואס האט געהאט גאר אנאנטער שייכות מיט דער רבי ריי"צ און דער רבי
הינטער דער עולה לתורה דארף זיין מן הסתם הרב אברהם קארף שליח פון רבי צו פלורידה
און דער בעל קורא כנראה הרב מרדכי שוסטערמאן דער לאנגיאריקע בעל קורא אין 770 און בעל הבית פון דפוס בלשן
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

*
בריוו פון ר' יוחנן צום רבי ריי"צ וועגען הרב לייב שיינין און חתונה פון דער רבי

ב"ה עש"ק קדושים ברוקלין נ"י
אל כ"ק אדמו"ר שליט"א
מעת אשר שלח כ"ק שליט"א את ידידינו הרב ר' ארי' לייב שי' שיינין לרב בעירנו דאקשיץ, הוא נצמד בקירות לבבי, כי מצאתי בו כל המ"ח מעלות שבשנו חכמים, והעיקר תום לבבו והתקשרותו לכ"ק שליט"א, אשר אצלו אין הפרש אפי' כמלא נימא בין הבעש"ט הקדוש לכ"ק שליט"א.
אקח לי רשות לספר לכ"ק ענין א', והוא בשנת תרפ"ט, כאשר חגג כ"ק שליט"א את חתונת בתו מרת מוסי' תחי' בט"ו כסליו בווארשע, דברתי עמו אודות הנסיעה, ואמרתי לו לפענ"ד, שכאשר הייתי על ר"ה בריגע חושב אני לא לנסוע על החתונה, ותומ"י לא הדגיש לנסוע דוקא, אך במשך היותי אצלו (כי הייתי נכנס אצלו כמעט בכל יום) אמר לי שטעל זיך פאר אף אזא חתונה וואס וועט זיין געוויס דער רבי דער טאטע און דער מהר"ש און דער צ"צ און דער מיטעלער רבי או דער אלטער רבי, און אפשר דער בעש"ט, היינט דערמאן זיך דורך לאזין אזא גילעגינהייט . וכאשר הרגשתי אז ער מיינט דאס מיט א אמת, הלכתי תיכף ולויתי גמ"ח בהיתר עסקא מאה זהובים על הוצאות הנסיעה. ומה שראיתי ושמעתי והרגשתי בעת היותי על החתונה אקוה שלא ימושו מזכרוני לעולם.
ובכל השמונה שנים שהנני נמצא באמעריקע הייתי בא עמו בחליפת מכתבים, ומאת המלחמה ועד עתה לא שמעתי ממנו כלום. וממש בביתי בני יחי', גם זוגתי, מזכירים תמיד "ווייס דער אויבערשטער וואס מיט ר' לייב-ן טוט זיך" .
והנה ת"ל אתמול קבלתי ממנו מכ"ג , מה שכותב בשם דודי (כי יש לי בדוקשיץ דודה זקנה, אחות אמי ע"ה), והייתי שולח להם בכל חדש על ההוצאה, והשילוח הי' על שם הררא"ל שי', והוא הי' משיב לי, וכעת כמובן הוא ירא לכתוב משמו, וכותב בשם דודי. אך בשפולי המכ"ג כותב לי יישר כח עבור החבילה קטנה ששלחתי לו.
זה הי' ממש כשני שבועות קודם המלחמה, שלחתי לו העתק מכתב כ"ק שליט"א, שכתב לנכדו שי' בענין התניא (כי ידידינו ר' אברהם פאריז העתיק זה בתחלת התעסקותו בענין ההעתקה ), וגם הקונטרס קטן שמע ישראל שהדפיס החסיד הישיש ר' דוד שיפרין שי'. ועל זה הוא מודה לי, וכותב דוא האסט מיר ממש מחי' גיווען.
וכאשר אני יודע את כ"ק באהבתו לכלל ישראל, וביותר להתמימים שי', וביחוד לו, ע"כ אני שולח את המכ"ג לכ"ק, ויראה שזהו כתב ידו ממש, והשי"ת יזכינו לבשר בישועת כלל ישראל.
עבדו יוחנן גורדן שו"ב
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ט אב
יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל

דער סקולענער רבי זצ"ל האט געוואוינט אין קראוין הייטס- ווי ער פלעגט אויך דאווענען אין 770. איינמאל האט ער געדאווענט שני בחמישי אין די זעלבע מנין ווי דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל און דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט פאר די גבאי אז מ'זאל עם געבן שלישי (אנשטאט עם). ווען ער האט געכאפט אז דער רבי האט געדארפט באקומען די עליה איז ער קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

אזוי אויך איז ער געווען ביי א פארברענגען פון די ליובאוויטשער רבי איין מאל- מוצ"ש, און ער האט געווארט ביז חצות הלילה ווייל ער האט נישט געוואלט קומען מיט א שטריימעל

זכותו יגן עלינו
אטעטשמענטס
סקולען.jpg
סקולען.jpg (201.82 KiB) געזען 1556 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רבי איז געווען מעורב מיט השתדלות צו ארויס באקומען דער סקולענער רבי פון דער קומוניסטישע מדינה
דער רבי האט געבעטן הרב אליעזר סילבר פארן איו וושינגטון (הגם ער האט געפארן פאר דעם און ניט מצליח געווען האט ער געפארן נאך אמאל לכבוד דעם רבי און דאן מצליח געווען)

http://shturem.net/index.php?section=news&id=74196
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

פשוט ווייל איך האב נישט קען אנדערע פלאץ וועל איך שרייבען דא......

מ'האט געטראפען א נייער בילד, נישט באוואוסטער בילד פון הרה"ח המשפיע ר' זלמן משה היצחקי
אטעטשמענטס
5fd9f40a4c11a_1608119306_news_images_gallery.jpg
5fd9f40a4c11a_1608119306_news_images_gallery.jpg (123.15 KiB) געזען 1382 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

מער איבער הרה"ח המשפיע ר' זלמן משה:
ר' זלמן משה איז געבוירען צו זיין טאטע, הרה"ח ר' דובער, אין נעוועל.
נאכ'ן חתונה איז ער געבליבען אין נעוועל, ווי ער האט גע'ארבעט אלץ שו"ב, און געדינט אלס משפיע צום חסידים אינעם שטעטעל.

"!......שגור היה בפיו: "א שיקערע שוחט קען דאך נישט שעכטען, אבער א שוחט וואס זאגט נישט לחיים קען אויך נישט, ווייל ער מוז זיין א ירא שמים
ער אליינס פלעגט טרינקען גאר אסאך משקה ביי פארברענגענס, און זיין ארברענגענס זענען געווען גאר שארף .

אין שנת תרצ"ה, איז ער אנגעקומען צו אר"י, און ער האט געוואוינט אין תל אביב, ווי ער האט ממשיך געווען צו פארברענגען אין זיין שארפע סטייל. די חסידים פון תל אביב, וואס האבן נישט געקענט אזא שארפע שפראך און האבן עס נישט ליב געהאטף האבן געשיקט א בריוו צו מוהריי"צ זצ"ל, אבער דער ריי"צ האט גע'ענפערט: "המורם כל האמור הסיב לי צער גדול ועגמת נפש רב, משה שהנני רואה רוע היחס.. לתלמידי יקיריי שי' האהובים לי כבנים ממש.. למותר הוא לכפול אותן הדברים אשר כתבתי במכתבי העבר בשבחם של תלמידי יקירי צמודי לבבי, אשר כל אחד ואחד מהם הוא אוצר בלום ביראת שמים בקנין המדות ובאהבת ישראל...".

סוף ימיו האט ער געוואיונט אין כפר חב"ד, ביי זיין איידים, ר' אברהם דריזין (מאיור) און ער איז נפטר געווארען ג' שבט תשי"ב

!און א מכתב תנחומין צו דער משפחה שרייבט דער ליובאוויטשער רבי "רז"מ זצ"ל"- איינער פון דער איינציגסטער חסידים וואס ער האט געשריבען אויף עם זכר צדיק לברכה
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

י"ג טבת
(יארצייט פון הרה"ח ר' משה וישצקי- ממשפיעי כפר חב"ד (תרע"א- תשמ"ג
ר' משה איז געבוירען אין יאר תרע"א צו זיין טאטע, הרה"ח ר' יצחק פנחס אין שטאט וויטעבסק.
חיידער- ביז די קאמוניסטין האבן עס פארשפארט. דערנאך האט ער געלערנט 2 יאר מיט א פריוואטע מלמד UNDERGROUND ביז די 12 יאר האט ער געלערנט אין א
און אין יאר תרפ"ה איז ער געפארען לערנען אין תומכי תמימים אין נעוועל- וואס האט צוליב רדיפות אריבערגעצויגען צו אנדערע פלעצער, צווישען זיי יקטרינוסלב, און ר' משה האט געדרייט ביי הרה"ק ר' לוי יצחק זצ"ל- דער טאטע פון דער ליובאוויטשער רבי.
אזוי אויך איז ער געווען פאר א שטיקל תקופה אין לנינגרד, און ר' חוני'ע מארוזוב האט עם געבעטען צו פירן "ארגון תפארת בחורים", אזוי האט ער טאקע געטאן ביז ער האט חתונה געהאט
.און איז געגאנגען וואיונען- ע"פ הוראת דער רבי ריי"צ- אין שטאט 'גורקי', ווי ער האט געדינט אלץ משפיע צו צענדליגער פון די שטאטישער חסידים

אין יאר תש"ו, רוב חסידי חב"ד האבן מצליח געווען ארויסצוקומען פון רוסלאנד- און ר' משה וישצקי האט אויך פראבירט- אבער ליידער האט ער נישט מצליח געווען, און ער איז געבליבען אין שטאט טשערנאוויץ, ווי ער האט ממשיך געווען צו פארשפרייטען תורה און אידישקייט אונטער די קאמיוניסט רע'זשימ.

(!) בשנת תש"ט האט עם די ק.ג.ב. (דעמאלטס האבן זיי געהייסען נ.ק.וו.ד) ארעסטירט- און מ'האט עם געשיקט צו קאזאחסטן ביז תשי"ז
למעשה, האט ער נישט געקענט ארויסגיין פון רוסלאנד ביז תשכ"ו- און ער איז געגאנגען וואיונען אין כפר חב"ד ביז זיין פטירה.
יהא זכרו ברוך
אטעטשמענטס
250px-משה_וישצקי.jpg
250px-משה_וישצקי.jpg (20.36 KiB) געזען 1328 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ר' מיכל וישצקי ע"ה דערציילט איבער זיין טאטע:

די טאטע און ר' מענדל (פוטערפאס) זענען געווען דיי גוטע חברים, אבער דער חילוק צווישען זייער דאווענען איז געווען מקצה אל הקצה- אזוי ווי מ'דערציילט די חילוק צווישען די דאווענען פון ר' איטשע דער מתמיד און ר' לייזער ציצאבסקער. ר' לייזער פלעגט דאווענען מיט א רואיגקייט, ער איז געשטאנען אויפן זעלבען פלאץ א גאנץ דאווענען- לעומת די תפילה פון ר' איטשע דער מתמיד, וואס איז געווען מיט א התלהבות און בכיות נוראות. אזוי אויך האט מען געזעהן די חילוק צווישען ר' מענדל און ר' משה- ר' מענדל האט געדאוונעט מיט א גרויסע התעוררות, משא"כ ר' משה האט געדאווענט זייער שטיל. ער איז געווען די דוגמא פון א פנימי
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

היסטארישע זעלטענע וידיאו פון גדולי המשפיעים פונעם לעצטען דור!!!
צווישען זיי ר׳ מענדל פוטערפאס, ר׳ בערקע חן, ר׳ משה וישצקי, ר׳ צבי גרינוואלד
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2&start=75
היינט ב' ניסן איז די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יידישע קהילות האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד


נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט


אוי לי אם אומר, די גאנצע שמועס איז געשריבן מיט א אגענדע, קיין איין מאל האט ליבאוויטשער רבי געפרעגט עפעס דעם רבי'ן נאר פארקערט, מאכט אויסקוקן ווי דער רבי האט אוועקגעלייגט אלע ספקות אויף צו פרעגן ליבאוויטשער רבי'ן, איך קויף עס נישט אפ

און כמדומה לי אז עס איז א הלכה פסוקה אז א טאטע זאגט נישט קדיש נאך א קינד, איבערהויפט אז עס איז נישט געבליבן זש"ק ל"ע

דאס בעסטע איז נאך, אז סאטמארע יונגעלייט (באקאנט מיט זייער אמונה אין רבי'ס) האבן געבעטן א ברכה פון דעם נייען יונגען רבי'ן און געפרעגט שאלות אויף דברים פרטים אין הויז פון זייער רבי'ן וואס איז שוין דעמאלס געווען א מנהיג ורב רבנן 50 יאר

איני מאמין

להודיע האקט

איך גראדע גלייב עס יא. נאר דער שרייבער מאכט עס כאילו דער רבי זי"ע "שאל". ניין עס איז געווען א שמועס, האט מען גערעדט על דא ועל הא, און כידוע אז דער אבל ל"ע דארף אנהייבן. דאס אלעס.
אז א פרעמדע גרויסע רבי קומט, מאכט זיך אז אנדערע יידן זאלן צוגיין בעטן א ברכה. ניש קיין גרויסע קשיא.

נישט מדויק, אן אבל ל"ע דארף נאר אנהויבן דעם שמועס. נישט ווי עס שטייט דארט אז דער רבי האט געהאלטן אין איין פרעגן...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חסידא ופרישא האט געשריבן:היסטארישע זעלטענע וידיאו פון גדולי המשפיעים פונעם לעצטען דור!!!
צווישען זיי ר׳ מענדל פוטערפאס, ר׳ בערקע חן, ר׳ משה וישצקי, ר׳ צבי גרינוואלד

ווי הייסט ער דער מיטן היטל? נישט די דאשיקעס
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אנשולדיק וואס איז דאשיקעס?

פאראן אפאר מיט היטלך

זיי מסביר וואס איהר פרעגט
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

היינט נאכט, י"ג ניסן איז די יארצייט פון דער צמח צדק, דער דריטע ליובאוויטשער רבי
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

zugurnish האט געשריבן:אנשולדיק וואס איז דאשיקעס?

פאראן אפאר מיט היטלך

זיי מסביר וואס איהר פרעגט

דאשיקעס איז מיטן שפיץ ארויס אזוי ווי רבי מענדל גייט,
איינער דארטן גייט מיט אן אנדערע סארט היטל,
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום מאנטאג אפריל 05, 2021 2:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ווארשיינליך מיינט ער אים,
אטעטשמענטס
20210405_024941.jpg
20210405_024941.jpg (140.86 KiB) געזען 857 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אגב וועלעכער ניגון איז דאס?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”