ימי חב"ד

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ו אב אין חב"ד:
----------------אין יאר תר"ג, דער אסיפת הרבנים אין פטרבורג האט ב"ה גע'ענדיקט------------------

אין יאר תר"ג די משכילים האבן משכנע געווען די ממשלה אין רוסלאנד אז מ'זאל רופן די רבנים צו א אסיפה. זייער כוונה איז געווען אז די רבנים זאל'ן געבן זייער הסכמה וועגען געוויסע ענינים, פארשטייט זיך וואס וואלט נישט געווען לתועלת אידישקייט, ולהיפך ח"ו.
מ'האט מחליט געווען צו רופן די רבנים פון אלע קרייזען, צווישען זיי דער צ"צ, ר יצחק וואלאזינער, ועוד.
די משכילים האב'ן געוואלט מסביר זיין וויאזוי מ'קען אריינברענגען השכלה אין די מוסדות התורה און אז ס'איז נישט קעגן די דת, אבער די צ"צ האט עומד געווען בכל התוקף אקעגן, און האט מסביר געווען מיט ראיות ברורות פארוואס השכלה איז אינגאנצען קעגן די תורה.
אבער עכ"ז, מ'האט פראבירט צווינגען דעם צ"צ צו חתמ'ן אז ער איז מסכים, און ווען ער האט נישט געוואלט, מ'האט עם געלייגט אין תפיסה
(!!אין חב"ד איז מקובל אז פון אנפאנג אסיפה- גלייך נאך שבועות תר"ג- ביז'ן סוף - חודש אלול תר"ג- איז דער צמח צדק געווען אין תפיסה 22 מאל)
הייסט אז ווען ס'האט סוף סוף גע'ענדיקט נאך דריי חדשים, איז עס געווען א גרויסע שמחה פאר יהדות רוסיה בפרט והעולם בכלל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

("טוב להעיר, אז פאר די אסיפה, האט די צ"צ געשריבען א קונטרס ווי ער איז מסביר יסודות'דיקע ענינים אין אמונה- "דרך אמונה" (אדער "ספר החקירה
כאטש אז די גאנצע ספר איז צו מסביר זיין ע"פ טעם ודעת ושכל, ענדיקא דער צמח צדק וזל"ק:
"הרי נתבארו גם לפי קט שכלי עשרה מופתים על חידוש העולם, ועם כל זה - העיקר היא
".האמונה הפשוטה. ועיקר חיזוק האמונה הוא על ידי עסק התורה, שהתורה נקראת אמת והוא מקור האמונה

https://beta.hebrewbooks.org/21246
אטעטשמענטס
דרך אמונה צצ.jpg
דרך אמונה צצ.jpg (53.94 KiB) געזען 2205 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ו אב אין חב"ד:

אין יאר תשי"ד איז נפטר הרה"ח ר מאיר רשכנזי ע"ה, מחשובי חסידי דער פרידיקער ליובאוויטשער רבי (מוהריי"צ) זצ"ל
ער איז געווען רב פאר איבער 40 יאר אין שנחאי- ווי ער האט געפירט דער קהילה במס"נ און דער רבי ריי"צ האט געהאלטען זייער שטארק פון עם. ער פלעגט זאגן אז ר' מאיר האט א "א
"ליכטיגע צורה, א צורה וואס לייכט
אין תש"ט, האט ער אריבערגעצויגען קיין קראוין הייטס, ווי ער האט געוואיונט ביז ער איז נפטר געווארען, אין תשי"ד
יהא זכרו ברוך
אטעטשמענטס
אשכנזי_מאיר_(2) (1).jpg
אשכנזי_מאיר_(2) (1).jpg (7.54 KiB) געזען 2155 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד

נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד

נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט

פאר מער ווי א שעה (!)?.??
עס זעהט אויס געציילטע מיונוטן פון דעם געדרוקטן שמועס !
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

dovidal האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד

נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט

פאר מער ווי א שעה (!)?.??
עס זעהט אויס געציילטע מיונוטן פון דעם געדרוקטן שמועס !

ס'איז "בלתי מוגה" זכרונות פון איינער וואס איז געווען דארטען און געדענקט א חלק פון די שמועז...
אבער אין ספר "שמן ששון מחביריך" שטייט אז ס'איז אויך געווען א טיפע תורה'דיגע שמועז
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

פארשטייט זיך אז דער סאטמארער רבי האט א גאנץ צייט געפרעגט פון לויבאוויטשער רבי'ן כתלמוד הדן לפני רבו.
משוגע איז ווער עס גלייבט די שטותים.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד

נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט

אוי לי אם אומר, די גאנצע שמועס איז געשריבן מיט א אגענדע, קיין איין מאל האט ליבאוויטשער רבי געפרעגט עפעס דעם רבי'ן נאר פארקערט, מאכט אויסקוקן ווי דער רבי האט אוועקגעלייגט אלע ספקות אויף צו פרעגן ליבאוויטשער רבי'ן, איך קויף עס נישט אפ

און כמדומה לי אז עס איז א הלכה פסוקה אז א טאטע זאגט נישט קדיש נאך א קינד, איבערהויפט אז עס איז נישט געבליבן זש"ק ל"ע

דאס בעסטע איז נאך, אז סאטמארע יונגעלייט (באקאנט מיט זייער אמונה אין רבי'ס) האבן געבעטן א ברכה פון דעם נייען יונגען רבי'ן און געפרעגט שאלות אויף דברים פרטים אין הויז פון זייער רבי'ן וואס איז שוין דעמאלס געווען א מנהיג ורב רבנן 50 יאר

איני מאמין

להודיע האקט
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

נונו
מוזט נישט גלייבען
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יוי איז דאס גוט....

:lol: :lol: :lol:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול.
חסידא ופרישא האט געגרינדעט דעם אשכול מיט'ן ציהל צו באריכטן היסטאריע פון די דאטומס לויט לוח חב"ד, לאזט אים אנגיין מיט'ן פראיעקט אומגעשטערט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

לכאורה האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול.
חסידא ופרישא האט געגרינדעט דעם אשכול מיט'ן ציהל צו באריכטן היסטאריע פון די דאטומס לויט לוח חב"ד, לאזט אים אנגיין מיט'ן פראיעקט אומגעשטערט.

o-h?e
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

אין יאר תשי"ד איז נפטר הרה"ח ר מאיר רשכנזי ע"ה, מחשובי חסידי דער פרידיקער ליובאוויטשער רבי (מוהריי"צ) זצ"ל
ער איז געווען רב פאר איבער 40 יאר אין שנחאי- ווי ער האט געפירט דער קהילה במס"נ און דער רבי ריי"צ האט געהאלטען זייער שטארק פון עם. ער פלעגט זאגן אז ר' מאיר האט א "א
"ליכטיגע צורה, א צורה וואס לייכט
אין תש"ט, האט ער אריבערגעצויגען קיין קראוין הייטס, ווי ער האט געוואיונט ביז ער איז נפטר געווארען, אין תשי"ד
יהא זכרו ברוך

איז ער געווען דער פאטער פונעם כפר חב״ד רב?
דביה תחדי נפשא
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זיידע

הרב מאיר אשכנזי מאכט סיום ביי פארברענגען בא רבי אויף יארצייט פון בעל התניא
אטעטשמענטס
שזזזזזזזזזזז.jpg
שזזזזזזזזזזז.jpg (182.13 KiB) געזען 1977 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זייער א שיינע אשכול דאס, ייש"כ הרב חסידא ופרישא,

ס'איז זייער אינטערסאנט צי ליינען וויאזוי מען קוקט אן די זאך פון א ליובאוויטשע ווינקל

ואל אחי ורעי תלמידי וחסידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס וואלט אייך ווען געפאסט צי זיין אביסל שטערקער אוועקגעשטעלט און זיך נישט שפירן אזוי געטשעלענדשט און דערשראקן פון פשוטע חבדסקע פראפעגאנדע...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

:lol: :lol: :lol:
אגב איך מוז ענק אלע זאגן..
ווי ענק האבן מסתמא פארגעשטעלט, איך זאג איבער תורות וואס איך האב געהערט\ געליינט אין חב"דסקע מקורות, איך בין אבוויעסלי נישט געווען דארטן
ווען די סאטמארע אידן האבן מעיר געווען אז די דברים אינם של טעם- איך האב גערעדט מיט א חבדסקער וואס האט געזאגט בערך די זעלבע זאך ווי ענק אלע, אז ער איז זיכער נישט געווען ביים סאטמאר רב פאר א שעה, מרעדט דאך פון א יונגע רבי קם דריי יאר... און אין די זייטל וואס ברענגט די שמועז זאגט אליינץ אז די מקור איז "בלתי מוגה" נישט אריבערגעקוקט אדער פון א אחריותדיגע מענטש- סאו אפילו אלץ ליובאוויטשער דארף איך עס נישט גלייבן
ואתכם הסליחה
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

זייער א גוטע געדאנק צו מאכען אזא אשכול,
שכח הרב חסידא ופרישא
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כ"ח אב אין חב"ד:
כ"ח אב איז די יארצייט פון הרה"ח ר צבי הערש אזימוב ע"ה- מחשובי חסידי דער רבי רש"ב.
ער איז געבוירען אין שנת תרמ"ה אין שטאט קלימאוויטש- גאר א "חסידישע" שטאט ווי ס'פלעגט וואיונען אסאך חבדסקער חסידים (זיי זענען ידוע פאר זייער(הארציגע און טיפע ניגונים
ער איז געווען 17 יאר ווען דער רבי רש"ב האט גע'עפענט תומכי תמימים און ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים. ער האט געלערנט דארטען ביז תרס"ב- און ער איז אויך געווען -פאר א תקופה א חוזר- א חלק פון די גרופע חסידים וואס פלעגן איבערשרייבען די מאמרים און תורות פון דער רבי רש"ב פון זיכרון

"ער איז געווען איגאנצען אפגעריקט פון ענייני העולם, דער רבי רש"ב האט געזאגט אויף עם אז ער איז א "גוף נקי ונשמה טהורה
אין תרע"ח ער איז נפטר געווארען יונגערהייט- ביי די עלטער פון דריי און דרייסיג יאר
יהא זכרו ברוך
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

היסטאריקער האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:כ"ו אב אין חב"ד:

יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר- זיין קשר מיט חב"ד

נאך די פטירה פון זיין טאכטער, מרת חיה רוזא,אין תשי"ד, דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געקומען עם מנחם אבל זיין, ווי מהאט גערעדט בענייני הלכה פאר מער ווי א שעה (!) (לויט געוויסע גרסאות איז דער ליובאוויטשער רבי- וואס איז נאך געווען א יונגע מענטש- אריינגעקומען מיט ר' שמואל לויטין, פון די עלטערע חסידים, און די סאטמאר רבי האט געמיינט אז ער איז רבי). צווישען די נושאים האט מען גערעדט צי די טאטע מוז זאגן קדיש פאר די טאכטער אויב די מאן זאגט, די סיבה פארוואס מ'רופט דער אייבישטער "המקום" און נאך
https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2988854

ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געזעצן שבעה על פטרת אמו, איז דער סאטמאר רב מנחם אבל זיין- פאר איז געקומען, ער האט גערופען די גבאי ר לייבעל גרונער ע"ה ווען ער זאל קומען, און ר לייבעל האט געפרעגט די ליובאוויטשער רבי, און ער האט גע'ענפערט "דער סאטמאר רבי קען קומען ווען ער וויל". למעשה איז ער געקומען צוויי א זייגער ביינאכט

אוי לי אם אומר, די גאנצע שמועס איז געשריבן מיט א אגענדע, קיין איין מאל האט ליבאוויטשער רבי געפרעגט עפעס דעם רבי'ן נאר פארקערט, מאכט אויסקוקן ווי דער רבי האט אוועקגעלייגט אלע ספקות אויף צו פרעגן ליבאוויטשער רבי'ן, איך קויף עס נישט אפ

און כמדומה לי אז עס איז א הלכה פסוקה אז א טאטע זאגט נישט קדיש נאך א קינד, איבערהויפט אז עס איז נישט געבליבן זש"ק ל"ע

דאס בעסטע איז נאך, אז סאטמארע יונגעלייט (באקאנט מיט זייער אמונה אין רבי'ס) האבן געבעטן א ברכה פון דעם נייען יונגען רבי'ן און געפרעגט שאלות אויף דברים פרטים אין הויז פון זייער רבי'ן וואס איז שוין דעמאלס געווען א מנהיג ורב רבנן 50 יאר

איני מאמין

להודיע האקט

איך גראדע גלייב עס יא. נאר דער שרייבער מאכט עס כאילו דער רבי זי"ע "שאל". ניין עס איז געווען א שמועס, האט מען גערעדט על דא ועל הא, און כידוע אז דער אבל ל"ע דארף אנהייבן. דאס אלעס.
אז א פרעמדע גרויסע רבי קומט, מאכט זיך אז אנדערע יידן זאלן צוגיין בעטן א ברכה. ניש קיין גרויסע קשיא.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ער איז נישט געווען אזוי גרויס... ער איז נאר געווען רבי 3 יאר
?אפשר דער סאטמאר רב האט עס געטון מכבוד ליובאוויטש- ער האט געקענט די ריי"צ בכלל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

חסידא ופרישא האט געשריבן:ער איז נישט געווען אזוי גרויס... ער איז נאר געווען רבי 3 יאר
?אפשר דער סאטמאר רב האט עס געטון מכבוד ליובאוויטש- ער האט געקענט די ריי"צ בכלל

יא, ער איז אים געווען באזוכן, און נאכאמאל מבקר חולה זיין
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

היסטאריקער האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:ער איז נישט געווען אזוי גרויס... ער איז נאר געווען רבי 3 יאר
?אפשר דער סאטמאר רב האט עס געטון מכבוד ליובאוויטש- ער האט געקענט די ריי"צ בכלל

יא, ער איז אים געווען באזוכן, און נאכאמאל מבקר חולה זיין

באקאנט אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אויפן ריי"ץ אז מען זעהט אויף איהם אז ער איז געווען א טיפער מוח (ער איז שוין געווען דעמאלט נאכן סטראוק).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

דאכט זיך אז דער ריי״ץ זצ״ל האט געטון השתדלות איבער דאס אריינקומען אויף אמעריקע פארן סאטמאר רבי זצ״ל.
דער סאטמאר רבי זצ״ל אויך געגאנגען צו די לוי׳ פון מוהריי״צ זצ״ל.
רב אשכנזי געווען אין שאנחיי 30 יאר פארן קריג?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ימי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

להודיע האט געשריבן:פארשטייט זיך אז דער סאטמארער רבי האט א גאנץ צייט געפרעגט פון לויבאוויטשער רבי'ן כתלמוד הדן לפני רבו.
משוגע איז ווער עס גלייבט די שטותים.

ר' הירץ פרענקל שרייבט אין זיין ביכל געוויסע אויסדריקן וואס די רבי ז"ל האט זיך אויסגעדריקט אויפן ליובאוויטשער רבי (פאראינטערעסירטע קענען נאכקוקן..)

אויכעט ברענגט ער א מעשה וויאזוי ביי איינס פון די גזירות אין ארה"ק האט די רבי ז"ל זיך געוואלט טרעפן מיטן ליובאוויטשער רבין, איז די אנטווארט געקומען אז אויב ער וויל קען ער מאכן אן אפוינטמענט....

אינטערעסאנט אז די רבי האט נישט געהערט פון די מעשה ווי דער ליובאוויטשער רבי זאגט אז ער קען קומען ווען ער וויל...
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”