זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

די ישיבה הייבט זיך אהן ביים ערשטן יארגאנג ישיבה גדולה
אדער פריער
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מצפים האט געשריבן:די ישיבה הייבט זיך אהן ביים ערשטן יארגאנג ישיבה גדולה
אדער פריער

ביי די דריטע יאר ישיבה קטנה
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

יעדעס יאר איז אזוי
אדער נאר יעצט
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

Iphone האט געשריבן:Please add more

נו קריינא דאיגרתא וכו

אריין אין שאשא-אויפגעבלאזן אשכול
יואלי פערל
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

סאיז אונז אויסגעקומען צו וויילן לעצטנס אויף א שבת אין די געגנט פון די ישיבה
זעמיר געווען סורפרייזד צו זעהן אז דער גאנצער געגנט איז נשתנה צורה
שוין דא עטליכע שוהלן און א היבשער אידישער אנוועזנהייט.
יואלי פערל
לאכטס
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאכטס »

שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לאכטס האט געשריבן:שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה

קראנט?
קע'ניש זיין.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
לאכטס האט געשריבן:שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה

קראנט?
קע'ניש זיין.


יאפ.

די צוויי וויכטיגע היימישע ישיבות, מאנטריאל און נוע"א גייען דורך טראנזישאנס, מהאפט אז סוועט זיין גוט.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

לאכטס האט געשריבן:שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה

ווי גייט ער?
לאכטס
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאכטס »

מיכל האט געשריבן:
לאכטס האט געשריבן:שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה

ווי גייט ער?

און בית המדרש
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

ר' לוי יצחק האט אמאל געזאגט ביי א שמועס, אז טבע הדברים, ווען א מענטש טוט א גוטע זאך, וועט ער ביז די נעקסטע פיר און צוואנציג שעה דאס דערציילן פאר איינעם ("פונקט בין איך געגאנגען נאך געלט מיט אן ארץ ישראל'דיגן איד" וכו').

ר' לוי יצחק האט געזאגט אז ער האט געקענט אן אלטן חסיד, וואס פלעגט אויפשטיין אינמיטן דער נאכט און געלערנט שעות אריכות פאר'ן דאווענען, דערנאך פלעגט ער קומען אין ביהמ"ד מאכן א קאווע און געשמועסט מיט די יונגעלייט כאילו ער איז ווען יעצט אויפגעשטאנען.

ר' לוי יצחק האט דערציילט ווי רבי יאנקעלע האט קיינמאל נישט געטרינקען חוץ לסוכה אפילו אין סיבור, סיידן איינמאל ווען ער איז געגאנגען באזוכן אן עלטערער צעבראכענעם רב, און יענער האט אים אויפגענומען אין שטוב, און ער האט נישט געוואלט אז יענער זאל זיך מטריח זיין און אים דארפן פירן אין דער סוכה, האט ער געטרינקען חוץ לסוכה.

(ממה שכתבתי לאחד באישי) ס'איז וואר אז ר' משה ברוך האט געהאט אן אויסנאמליכער קאנטראל אין מיינע צייטן (ס"ה-ס"ז), עכ"פ אזוי האט עס אויסגעזען מבחוץ. איך פערזענליך האב נישט געהאט קיין גרויסע מחוזקות מיט אים. אויב האט מען געהייסן "א גוטער בחור" איז מען כמעט גענצליך אראפ פון זיין ראדאר און יארן לאנג וואס כ'האב גארנישט געהערט פון אים און כמעט וואס כ'האב געקענט טון וואס כ'האב געוואלט. כ'פלעג אפילו אהיימפארן כמעט יעדן שבת ווייל כ'האב געהאט עפעס אן אויסרייד פארוואס כ'האב געדארפט זיין אין שטוב און ער האט עס נישט געשטערט.

ר' משה ברוך האט מיך געלאזט פארן ל"ג בעומר קיין מירון, אנהויב זמן, מ'כלומר'שט ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה און אז מיין ברודער איז געפארן (משום שהצטיין און ס'וואלט אויסגעזען ווי איך בין ווייניגער פון ברודער, עכ"פ אזוי איז געגאנגען מיין טאטנס אויסרייד) האט ער זיך נישט גע'עקשנ'ט.

לדעתי, די סיבה פארוואס ער האט געהאט אזא קאנטראל איז ווייל ער האט געוואוסט אויף וואס זיך צו שטעלן, אדער בעסער געזאגט, ער האט נישט קיין סך פארלאנגט, אפשר נאך ווייניגער ווי אנדערע ישיבות, (לדוגמא שלא היה שום ביקורות בהישיבה על הקוריקולים און צי דער בחור קען יא אדער נישט) נאר געהאט זיינע פאר זאכן וואס האט אים אינטערעסירט און אויב א בחור איז געווען גענוג קלוג נישט צו טרעטן אויף זיין הינער אויג, האט מען געקענט גרינג סורווייוון דעם טאג, אולי נאך אפילו לייכטער ווי אנדערע ישיבות.

זיין עיקר דאגה איז געווען די פראגמאטישקייט און די חיצוניות, דהיינו די סטרוקטור פון די ישיבה. ער האט געוואלט מ'זאל קומען צייטליך, זיין אויפ'ן פלאץ, און לאזן די סיסטעם אויסזען ווי א סיסטעם. צי דער בחור האט יא געלערנט אדער נישט געלערנט איז געווען ווייניגער פרעשור ווי אין אנדערע ישיבות. בנוסף וואס ס'איז כמעט נישט געווען קיין פיער פרעשור, נאר כולם אהובים כולם ברורים. אין אנדערע ישיבות איז פיער פרעשור און גוטע בחור'שאפט געווען כמעט די גרעסטע דרייוו אין ישיבה, אין ליזענסק האט זיך עס כמעט נישט געשפירט און אפילו חלשים האבן זיך געפינען דאס פלאץ.

טראץ וואס ס'האט געהייסן א מצויינים ישיבה איז עס בכלל נישט געווען קיין ישיבה למצויינים, נאר א ישיבה לחאניאקים, אדער בעסער געזאגט א ישיבה לסאבימיסיוו בחורים וואס זענען זיך גרייט צוצושטעלן, אנטון די פלאסטישע גלעזער און פאלגן רעגולאציעס (ובאמת רוב ישיבות למצויינים אינם למצויינים באמת ודי).

רוב בחורים זענען געווען בגדר גוטע בינונים וואס האט זיך שטארק דערקענט צום ביישפיל ווען ס'איז געקומען צו רבי שמעי''ס שיעורים וואס מ'קען זאגן אז א רובא דמינכרא בחורים האבן נישט געקענט מיטהאלטן ולא ידעי מאי קאאמרי רבנן, ס'האט אבער קיינעם נישט געשטערט, ווילאנג דו שטייסט אויף פארטאגס און ביזט צייטליך אין ביהמ"ד. (נאך א סיבה שיתכן פארוואס רוב (ועכ"פ חלק) בחורים האבן נישט געקענט מיטהאלטן איז געווען ווייל ס'האט זיי געפעלט די הקדמות און זענען בכלל נישט געווען געוואוינט צו אזא דרך הלימוד קומענדיג פון אזעלכע ישיבות ווי מ'האט נישט געלערנט אזוי בעיון וכו').
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איינער האט מיר ציגעוויזען די אשכול, אין איך האב יעצט גענדיגט אריבערמישן די לעצטע בלאט! אין איך האב מיר אויפגעוועקט ווי פון א חלום.
איי..... די זכרונת..... ווי נעמט מען צירוק די בחורשע יארן!!!!! כהאף ארויף צי קימען מיט מיינע זיכרונות מארגען
א גיטע וואך
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

לאור המצב האט זיך פארמירט א "וועד מקשיבי שיעורי הגאון ר' שמעי'" ווי א גרופע געניטע אינגעלייט ארבעטן צו פאראייביגן אלע שיעורי הגאון ר' שמעי' שליט"א וואס זענען געזאגט געווארן במשך די יארן לפונדק אחד, דעריבער ווערט געבעטן ווער עס האט משיעיריו בכתב אדער בע"פ זאל נעמען אן אקטיווע טייל אין די זיכוי הרבים און עס מיטטיילן אויף די אימעיל אדרעס [email protected].

אזוי אויך קען מען זיך דארטן מעלדן מיט געדאנקן און הערות, ולמצוה גדולה יחשב.

בברכת כוח"ט ומזכי הרבים אין חטא בא על ידם.
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

לאור וועלכע מצב?
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מן הסתם מיינט ער דאס
viewtopic.php?p=2958021#p2958021
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

שבתי בוים האט געשריבן:לדעתי, די סיבה פארוואס ער האט געהאט אזא קאנטראל איז ווייל ער האט נאר געהאט זיינע פאר זאכן וואס האט אים אינטערעסירט און אויב א בחור איז געווען גענוג קלוג נישט צו טרעטן אויף זיין הינער אויג, האט מען געקענט גרינג סורווייוון דעם טאג, אולי נאך אפילו לייכטער ווי אנדערע ישיבות.

צום פינטל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שבתי בוים האט געשריבן:ר' לוי יצחק האט דערציילט ווי רבי יאנקעלע האט קיינמאל נישט געטרינקען חוץ לסוכה אפילו אין סיבור, סיידן איינמאל ווען ער איז געגאנגען באזוכן אן עלטערער צעבראכענעם רב, און יענער האט אים אויפגענומען אין שטוב, און ער האט נישט געוואלט אז יענער זאל זיך מטריח זיין און אים דארפן פירן אין דער סוכה, האט ער געטרינקען חוץ לסוכה.

די מורא'דיגע מעשה במילואו פון דא
קרעמער האט געשריבן:עס איז געווען אמאל חול המועד סוכות, און ר' יאנקעלע זי"ע איז ארויפגעגאנגען באזוכן אן אדמו"ר ישיש וואס האט געוואוינט אין אנטווערפן (נאכדעם וואס ר' משה אהרן רייך לרפו"ש האט זיך משדך געווען מיט יענעם רבי'נס א פלימעניצע). יענער רבי האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער, און איז אויך געווען א לאמער ל"ע, שפאצירנדיג אויף איין הילצערנע פוס. ביים ארויסגיין צום באזוך האט ר' יאנקעלע אנגעזאגט אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אים אויסער די גאר נאנטע משפחה, ווייל ער וויל נישט אז יענער רבי וואס האט שוין געפירט אן עדה פארן קריג אבער האט אלעס אנגעוואוירן זאל מקנא זיין דעם פשעווארסקער רבי'ן וואס שטאמט פון פשוט'ע אידן אז ער דרייט זיך מיט מער חסידים ווי אים.

אנקומענדיג צו יענעם רבי'ן אין שטוב, האט זיך יענער פארענטפערט אז עס איז אים שווער ארויסצוגיין אין סוכה ווייל מען דארף אדורכגיין א פענסטער און דאס איז א שווערע געשעפט פאר זיין הילצערנע פוס, אויף וואס ר' יאנקעלע האט אים בארוהיגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו זיצן אין שטוב בשעת'ן באזוך. שפעטער האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און ר' יאנקעלע האט געמאכט א ברכה און געטרונקן (אדער געגעסן א פרוכט) חוץ לסוכה! ביים ארויסגיין האט ער זיך אויסגעדרוקט "אין סיביר האב איך נישט קיין לעק וואסער געגעבן חוץ לסוכה, אבער איך האב געהאלטן אז ער וועט האבן חלישות הדעת אויב איך וועל נישט עסן ביי אים האב איך געגעסן אן עראי חוץ לסוכה" (געהערט אין אנטווערפן פון א מקור מוסמך, וועלכער האט צוגעגעבן אז ווען ער האט איבערדערציילט דעם עפיזאד פאר הרב אליעזר דוד פרידמאן שליט"א פון בעלזא-מכניווקא אין לאנדאן, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז א שענערע מעשה ווי צען מופתים).
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איש ליזענסק האט געשריבן:לאור המצב האט זיך פארמירט א "וועד מקשיבי שיעורי הגאון ר' שמעי'" ווי א גרופע געניטע אינגעלייט ארבעטן צו פאראייביגן אלע שיעורי הגאון ר' שמעי' שליט"א וואס זענען געזאגט געווארן במשך די יארן לפונדק אחד, דעריבער ווערט געבעטן ווער עס האט משיעיריו בכתב אדער בע"פ זאל נעמען אן אקטיווע טייל אין די זיכוי הרבים און עס מיטטיילן אויף די אימעיל אדרעס [email protected].

אזוי אויך קען מען זיך דארטן מעלדן מיט געדאנקן און הערות, ולמצוה גדולה יחשב.

בברכת כוח"ט ומזכי הרבים אין חטא בא על ידם.


איך האב אסאך טעיפס, מ'קען זיך מיט מיר פארבינדן אין אישי.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

כבין געווען אייניגע וואכן צוריק ביי א חתונה און געזען די הייליגע ליזענסקער בחורים טאנצן הארא אויפ'ן שלש סעודות בילקע ניגון (וזכינו לראות בנים), געווען א קידוש ה' צו זען ווי לא נס ליחו ולא פג טעמו און נאך דא היינט א ישיבה וואס אנטהאלט א קבוצה פון געהויבענע ערליכע חסידישע בחורים אשרינו מה טוב חלקינו.
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

אקארשט געלעזט דעם גאנצן געהענגל אפאמאל...
איי... וואו נעמט מען די ביטער זיסע ליזענסקע יארן צוריק.. זכרונות
האב איך צופיל וואס צו שרייבן מיינעך אז כוועל בלייבן שטיל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שבתי בוים האט געשריבן:כבין געווען אייניגע וואכן צוריק ביי א חתונה און געזען די הייליגע ליזענסקער בחורים טאנצן הארא אויפ'ן שלש סעודות בילקע ניגון (וזכינו לראות בנים), געווען א קידוש ה' צו זען ווי לא נס ליחו ולא פג טעמו און נאך דא היינט א ישיבה וואס אנטהאלט א קבוצה פון געהויבענע ערליכע חסידישע בחורים אשרינו מה טוב חלקינו.

נייע צייטן.. די "הארעס" אידאך געווען די ערגסטע זאך אין ישיבה...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

סטראקעס האט געשריבן:אקארשט געלעזט דעם גאנצן געהענגל אפאמאל...
איי... וואו נעמט מען די ביטער זיסע ליזענסקע יארן צוריק.. זכרונות
האב איך צופיל וואס צו שרייבן מיינעך אז כוועל בלייבן שטיל



ניש אזוי זאגט דער חכם... הייב אן מיט בלויז אפאר שורות. אל תחזיק טוב לעצמך..
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

געווען א צייט וואס דער ליזענסקער רבי זז"ג האט אויסגעלערנט א שיינע חבד'סקער ניגון צו זינגען אויף אודה
ביי של"ס
איינער האט אפשר די ניגון אין באזיץ?

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בערל קראקאווער האט געשריבן:געווען א צייט וואס דער ליזענסקער רבי זז"ג האט אויסגעלערנט א שיינע חבד'סקער ניגון צו זינגען אויף אודה
ביי של"ס
איינער האט אפשר די ניגון אין באזיץ?

א דאנק

די פאלטאווע ניגון - פון דעם רעדט מען?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

ווער האט געוואנען דעם גורל?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”