די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אין די נעכטיגע באריכט האבן מיר געשריבען איבער דער מארד פון קעניג אלכסנדר דער ערשטער פון יוגעסלאוויע, עס וואלט אפשר געווען אינטרעסאנט צו באשרייבן די היסטאריע פון דער לאנד יוגעסלאוויע, די לאנד איז צוזאמגעשטעלט בעיקר פון 3 מדינות, סערביע, קראועטשיע (Croatia), און סאלוועניע (Slovenia). הונדרעטער יארן צוריק, זענען די מדינות פון קראטישע און סאלוועניע געפאלן צו די מאכטפולע עסטרייכישע עמפריע, פון די 3 מדינות איז בלויז געבליבן סערביע אלטס א זעלבסטשטענדיגע מדינה, נישט צו לאנג צוריק, ווען די קייסער פראנץ יאזעף יר״ה איז אלט געווארען, און די עסטרייכישע עמפריע איז שוואך געווארען, האט זיך די קליינע מדינה סערביע געהויבען די קאפ, און פארלאנגט אז עסטרייך זאל צוריקקערן די שטחים פון באסניע און הערצעגאווניע צו סערביע.

די געמיטער צעווישען די מדינות איז געווארען היציג, דער קרוין פרינץ פון עסטרייך פראנץ פערדינעד, איז געפארען קיין באסניע צו באראויגען די מצב, דארט האט עם אפגעווארט די סערבישע ארגאנעזאציע ״די שווארצע האנט״ (זיי זענען באשטאנען בלויז פון מענטשען וואס האבן געליטן פון טובערקלויסעס אזוי אז דער טויט איז שוין געהאנגען איבער זייער קעפ סייווי), נאך א דורכגעפאלענער פריוו צו ערמארדען די קרוין פרינץ, האט די קרוין פרינץ געמאכט א אומ׳געפלאנט׳ער דריי מיט זיין קאר (ער האט געוואלט באזוכן אין שפיטאל די מענטשען וואס זענען געשעדיגט געווארען אין די פריוו אויף זיין לעבן), דער דריי האט געגעבען א צווייטע גלעגנהייט פאר ״די שווארצע האנט״ צו דערמארדען די קרוין פרינץ, דאס מאל איז דאס געלאנגען אין די קרוין פרינץ איז געשטארבען, מען האט טאקע באוויזען צו לייגען א האנט אויף די מערדער, אבער זיי זענען געשטארבען קורץ דערנאך פון זייער טובערקלויסעס.

עסטרייך האט געזוכט נקמה (קייסער פראנץ יאזעף איז שוין געווען גאר אלט, און די גענערעלער האבן געטוהן וואס זיי האבן געוואלט) , זיי האבן ערקלערט קריג אויף סערביע, אלץ ענטפער, האט רוסלאנד ערקלערט קריג אויף עסטרייך, זיך אנצונעמען פאר איהר פארבינדינטע סערביע, דייטשלאנד איז דאן געקומען צו הילף פאר עסטרייך און ערקלערט קריג פאר רוסלאנד, דאן איז פראנקרייך געגאנגען און ערקלערט קריג אויף דייטשלאנד כדי צו העלפען דעם רוסישע צאר, כדי איינצונעמען פראנקרייך, האט דייטשלאנד איינגענומען די אומ׳שולדי׳גע בעלגיע, וואס האט געפירט צו דעם אז ענגלאנד זאל ערקלערען קריג אויף דייטשלאנד, א רייע מדינות, איטאליע, טערקיי, בולגרייע און נאך, האבן מחליט געווען אז זיי קענען נישט פארפאסן די געלעצענדיגע געלעגנהייט אויס׳צו׳שחט׳ן זייערע אייגענע יוגענט, און האבן שנעל זיך געשטעלט צו איינער פון די זייטען.

4 יאר און 20 מיליאן טויטע שפעטער האט סערביע ״געווינען״, עסטרייך, דייטשלאנד און טערקיי (און רוסלאנד) זענען צושמעטערט געווארען, סערביע האט געגרייכט איהר ציל, עסטרייך האט צוריקגעגעבען באסניע און הערצעגעוועניע פאר סערביע, פאר די ״ביליגע״ קאסט פון 20 מיליאן טויטע, חוץ פון סערביע האט עסטרייך געמוזט אויפגעבען קראועטשיע און סאלוועניע, און זיי זענען געווארען זעלבסטשענדיגע לענדער, קראועטשיע האט אבער געמוזט אויפגעבן א פערטעל פון איהר לאנד פאר איטאילע, אלץ באלוין פאר׳ן זיך צושטעלען צו די מלחמה קעגן עסטרייך.

קורץ נאך די מלחמה, האבן זיך די קעניגרייך פון סערביע, מיט די קעניגרייך פון מאנטענגעראו (montenegro) צוזאמגעשטלעט. 5 טאג נאך דעם צוזאמשטעלונג, האבן אויך קראטשיע און סלאוועניע זיך צוזאמגעשטעלט מיט סערביע, אונטער די סערבישע קעניג פעטער די ערשטע, די נייע מדינה האט געהייסן די קעניגרייך פון די סערבען, קראעטס, און סלאווענס, אין 1921, איז די קעניג פעטער די ערשטע געשטארבען, און זיין זוהן, אלכסנדר דער ערשטער האט איבערגענומען די מלוכה.

נישט אלעס איז אבער געווען פויגעלדיג אין דער נייער מדינה, אסאך קראטעס האבן גפילט אז די סערבס געוועלטיגען צו שטארק, אויך איטאליע האט געפילט אז פערטעל פון קראוטשיע איז צו ווייניג באצאלט פאר וויפיל זיי האבן באצאלט אין די גרויסע קריג, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל אפגעבען רוב קראוטשיע און סלאוועניע, עפעס וואס די אינגע קענגרייך איז נישט געווען גרייט צו טוהן, אויך אונגערען און בולגרייע זענען געווען הונגעריג צו באקומען א חלק פון די נייע לאנד, די קעניגרייך פון די סערבען וכו׳ האט געשלאסען א בונד מיט ראמעניע און טשעכייסלאווקיי זיך צו באווערענען קעגן אירע הונגעריגע שכנים.

אבער די פראבלעמען מיט קראועטשיע אז געווען שווערער צו לעזן, אין 1929 איז א קארעט פאליטיקאנט, געהארגעט געווארען אין די סערבישע פארלימענט, דאס האט געפירט צו ווילדע פרעטעסטען אין קראוטשיע, אלץ ענטפער צו די איבערקערעניש האט קעניג אלכסנדר געטוישט די נאמען פון לאנד צו יוגעסלאוויע, און אויך זיך ערקלערט אלץ דיקטאטור פון לאנד, קעניג אלכסנדר האט אויך זיך שטארק אנגענומען פאר די רעכטען פון קראועטשיע קעגן איטאליע.

איטאליע פון איהר זייט זיצט נישט שטיל, עס איז פארהאן אין קראועטשיע א שטארקע פאשיסטע פארטיי מיט׳ן נאמען ״אוסטאשע״ (ר״ת אין די קראעטשיען שפראך, די קראעטשיען רעוועלצינער פארטיי - croation revolutionary party), איינס פון די צילן פון די ״אוסטאשע״ איז זיך אפצוטיילען פון יוגעסלאוויע און פירן א זעלבסטשטענדיגע קראועטשיע, אין 1932, האט די אוסטאשטע מיט די הילף פון איטאליע רעוואלטירט, נאך׳ן אונטערדרוקן דעם רעוואלט, האט די קעניג אלכסנדר געלאזט שיקן א מודעה פאר איטאליע, אויב די וויסלט צוברעכען יוגעסלאוויע, דאן מוזט עטץ מיר קודם שיסן, ווי לאנג איך לעב וועל איך נישט צולאזען אז יוגעסלאוויע זאל צוזאמפאלן.

פראנקרייך האט זיך דא דערזעהן מיט א פראבלעם, פון איין זייט, וויל ער שליסן אן אפמאך מיט איטאליע קעגן דייטשלאנד, פון די אנדערע זייט, קען ער אויך באשטיין צו שליסן אן אפמאך מיט יוגעסלאוויע, טשעכייסלוואקיע און רומעניע, אבער יוגעסלאוויע און איטאליע זענען בלוט שונאים, פראנקרייך האט קלאר געמאכט אז זיי שטייען אויף די זייט פון יוגעסלאוויע, זיי ווילן אבער פרובירען צו מאכן שלום צעווישען יוגעסלאוויע און איטאליע, אזוי אז זיי זאלן אויך קענען מאכן א פאקט מיט איטאליע, צו דעם צוועק איז די פראנצויזשער אויסערען מיניסטער געפארען קיין יוגעסלאוויע, יעצט איז די קעניג צוריקגעקומען פאר א ביקור גומלין, און צו ווייטער פירן די געשפרעכען.

מיטן מארד פון אלכסנדר ווערט טאקע די 11 יעריגע פעטער די צווייטער קעניג פון יוגעסלאוויע, אבער די פאקטישע מאכט ליגט מיט די שוועסטער קינד פון די קעניג אלכסנדר פרינץ פאול. ער וועט זיין רעגענט, ווי לאנג פעטער וואקסט אויף.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

WOW מאסיוו יישר כוח
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אביסל טיפער האט געשריבן:און די סאארלאנד (א היסטארישע דייטשע טעריטאריע, אוועקגענימען געווארן פון דייטשלאנד נאך די גרויסע קריג) גרייט מען זיך אויף א רעפערענדום צו די טעריטאריע זאל בלייבן מיט די יעצטיגע סטאטוס - דאס הייסט אונטער די פעלקער ליגיע - אדער צוריקגיין אונטער דייטשלאנד, נאכדעם וואס די פעלקער ליגיע פלאנט פאר א אפשטימונג, און ווי עס זעהט אויס גייט עס באשטעטיגט ווערן.

אבער קודם די היסטאריע,
נאך די גרויסע קריג איז די סאארלאנד אוועקגענומען געווארן פון דייטשלאנד, און געשטעלט אונטער די אויפזיכט פון די פעלקער ליגיע, און פראנקרייך האט באקומען קאנטראל אויף די קוילן מינעס און די טעריטאריע,
אלס אן היסטאריש דייטשלאנד לאנד זענען די ארטיגע איינוואוינער דייטשן, און ווילן שוין לאנג צוריקגיין צו דייטשלאנד נאך פאר היטלער איז געקומען צו די מאכט, אבער יעצט מיט היטלער ביי די מאכט - און ער פארפאלגט די קאמוניסטן און סאציאליסטן - איז דא געוויסע וואס ווילן נישט צוריקגיין צו דייטשלאנד, אבער מען ערווארט אז אויב די רעפערענדום וועט פארקומען וועט עס באשטעטיגט ווערן,
אינטער די ווערסיי טריטי איז די אינדוסטריאלע טעריטאריע אוועקגענומען געווארן פון דייטשלאנד- לכאורה כדי דייטשלאנד זאל עס נישט ניצן זיך צו באוואפענען- אויף 15 יאהר אונטער די קאנטראל פון די פעלקער ליגיע דורך ענגלאנד און פראנקרייך, נאך 15 יאהר - ווי מיר שטייען יעצט - דארף פארקומען א רעפערענדום אויף ווייטער, און דא ווי מיר האלטן,
מיר וועלן פראבירן צי ברענגן ווי. ער אפדעיטס,

יאנואר 14 1935
נעכטן איז טאקע פארגעקומען די רעפערענדום, געבענדיג פאר די וויילער דריי אויסוואלן
1 זיך צוריק פאראייניגן מיט דייטשלאנד,
2 בלייבן אזוי ווי ביז אהער,
3 זיך פאראייניגן מיט פראנקרייך,
און צי די שאק פון נייטראלע אבזערווירער, און די דייטשע רעגירונג, האבן איבער 90% געוועלט זיך צו פאראייניגן מיט דייטשלאנד, צו 9% מען זאל בלייבן ווי ביז אהער, און א נישטיגע 0.5% זיך צו פאראייניגן מיט פראנקרייך,
ווי באריכטעט איז פארגעקומען באשולדיגונגן אויף טעראר טאקטיקן וואס די נאצי רעזשים פירט אן און סאארלאנד, איינע פון די הויכראנגיגע באאמטע און די פעלקער ליגיע באשטימט אויף די סאארלאנד, האט אריינגעגעבן א קאמפלעינט אויף א רעזשים פון טעראר וואס די נאצי רעזשים פירט אן און סאארלאנד, וואס רעכנט אריין קודניפינגס אונטערהערן טעלעפאנען און טלעגראמען אקעגן נישט-נאציס, און די אויסלענדישע פרעסע, אויף אזוי ווייט אז דער ארטיגער גאווערנאר האט געסטראשט מיט אריינרופען די פראנצויזישער ארמיי צו העלפן האלטן ארדענונג,
די נאציס פון זייער זייט האבן זיך אביסל דערשראקן, און פארבאטן זייערע מיטגלידער צו מארשירן און די גאסן, און מאכן מיטינגן,
באריכטן וועלן נאכפאלגן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

פאברואר 1 1935
די פעלקער ליגיע האט אפעציעל באשטעטיגט די רעפערענדום רעזולטאטן, באשטימענדיג מערץ 1 אלס די טאג וואס די סאארלאנד וועט זיך פאראייניגן מיט דייטשלאנד,
דייטשלאנד פון איהר זיי האט געמאלדן אז די ביז איצטיגער ספעציעלע קאמישינער פאר די סאארלאנד געביט "דזשאסעף בערקלס" גייט זיין דער אפעציעלער קאמישינער און סאארלאנד נאך מערץ 1,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אביסל טיפער האט געשריבן:פאברואר 1 1935

ווי גלייך דייטשלאנד וואלט זיך גערעכנט מיט די ליגע...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:

ליין פריער אז דער ביז יעצטיגער קאמישינער האט געסטראשעט אז ער גייט אריינרופען פאר הילף די פראנצויזישע ארמיי,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעברואר 27 1935
היטלער האט נעכטן אפיציעל דערקלערט די עסטעבלישמענט פון די "לופטוואפע", די אפטיילונג וואס נעמט קעיר פון די עראפלאנען פון די דייטשע מיליטער, די "וועהרמאכט", דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די ווערסייעלס אפמאך, וואס פארבאט דייטשלאנד צו האבן א לופט-כוח.

וואס גייט די פעלקער-ליגע טוען? מסתם גארנישט...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פינקט דאס וואס זיי האבן געטון ווען יאפאן האט אינוואדירט כינע...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איך כאפ נאר נישט וואס גייט פאר מיט די פראנצויזן און בריטן, זענען זיי אזאנע דומע קעפ?..
אויף וואס ווארטן זיי? אז א שטארקע אויפגעבויעטע דייטשע מיליטער גרייט צו אינוואדירן זאל שטייען ביי זייער גרעניץ?
איך זאג נישט.. איך גלייב נישט אז מ'דארף אריינגיען אין א מלחמה יעצט אדער אפילו עפעס ענליכס, איך גלייב אבער אז א אביסל א שטרענגערע טאן פון די וועלט-מאכטן העט שוין בארואיגן דער צופידלטע מאניעק,
אבער זיין שטיל ווי יעצט זיכער נישט..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:פעברואר 27 1935
היטלער האט נעכטן אפיציעל דערקלערט די עסטעבלישמענט פון די "לופטוואפע", די אפטיילונג וואס נעמט קעיר פון די עראפלאנען פון די דייטשע מיליטער, די "וועהרמאכט", דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די ווערסייעלס אפמאך, וואס פארבאט דייטשלאנד צו האבן א לופט-כוח.

וואס גייט די פעלקער-ליגע טוען? מסתם גארנישט...

שפיאנאזש אגענטורן פון ענגלאנד און אנדערע ווייסן עס שוין פאר א פאר חודשים און זיי האבן גארנישט געטוהן, פארוואס יעצט ווען היטלער מאכט עס סך הכל אפעציעל זאלן זיי עפעס טוהן?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אביסל טיפער האט געשריבן:

מאכט נאר שטערקער די קשיא.

און סאיז דאך אנדערש ווען דער מאניעק מעלדט עס אפען פאר די גאנצע וועלט אן קיין שום בושה.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

וואס ווילסטו מען זאל טוהן פונקטליך?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ס'קוקט אויס ווי די גרויסמאכטן האלטן אז דער שוטה וועט סייווי נישט צו לאנג אנהאלטן זיין מאמענטום, במילא האלטן זיי אז ס'בעסער צו שווייגן ווי צו מאכן א מצב,
אין מיינע אויגן איז ער שט'מער ווי א פאפירענע טיגער... און ער טרויעט זיך נישט צו מאכן עכט א שטארקע מיליטער
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פעברואר 27 1935
היטלער האט נעכטן אפיציעל דערקלערט די עסטעבלישמענט פון די "לופטוואפע", די אפטיילונג וואס נעמט קעיר פון די עראפלאנען פון די דייטשע מיליטער, די "וועהרמאכט", דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די ווערסייעלס אפמאך, וואס פארבאט דייטשלאנד צו האבן א לופט-כוח.

וואס גייט די פעלקער-ליגע טוען? מסתם גארנישט...

שפיאנאזש אגענטורן פון ענגלאנד און אנדערע ווייסן עס שוין פאר א פאר חודשים און זיי האבן גארנישט געטוהן, פארוואס יעצט ווען היטלער מאכט עס סך הכל אפעציעל זאלן זיי עפעס טוהן?

מאכט נאר שטערקער די קשיא.

און סאיז דאך אנדערש ווען דער מאניעק מעלדט עס אפען פאר די גאנצע וועלט אן קיין שום בושה.

מיט דעם ביסטו גערעכט, נאר איך ענטפער אויף דיין קשיא אויב זיי גייען עפעס טוהן, איז די ענטפער לכאורה נישט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בבקשה האט געשריבן:וואס ווילסטו מען זאל טוהן פונקטליך?

ווען זיי דארפן זיכער מאכן אז זיי בלייבן די פירער אין זייער לאנד דארפן זיי נישט איך זאל זיי זאגן וואס צו טען....

שיקטס אראפ די אמבאסאדאר, שיקטס א שארפע ווארענוג, און דער צודרייטער העט זיך צוריקאיינגראבן אין זיין לעכל..
ווילאנג מ'לאזט נישט ארויס קיין פיפס, האט ער א פרייע האנד.

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי די גרויסמאכטן האלטן אז דער שוטה וועט סייווי נישט צו לאנג אנהאלטן זיין מאמענטום, במילא האלטן זיי אז ס'בעסער צו שווייגן ווי צו מאכן א מצב,
אין מיינע אויגן איז ער שט'מער ווי א פאפירענע טיגער... און ער טרויעט זיך נישט צו מאכן עכט א שטארקע מיליטער

א פאפירענע טיגער דארף מען אויך צוריייסן..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מען דארף פארשטיין אביסל היסטאריע כדי צו כאפן די גרויסע וויץ וואס דיישטלאנד האט געמאכט מיט פראנקרייך און ענגלאנד, ס'איז יעדעם באקאנט דער אפמאך פון ווערסעי, ווי מען האט געצוימט די מיליטער פון דייטשלאנד, אבער וואס איז ווייניגער באקאנט איז א צווייטע אפמאך, די גענעווע אפמאך פון 1932, ס'איז ווייניגער באקאנט ווייל עס איז געווען א שטיקל דורכפאל, אין יענעם אפמאך האבן אלע מדינות פון יורעפ זיך אונטערגענומען צו צוימען זייער מיליטערען, פארשטייט זיך אז דאס קען נאר ארבייטען אויב יעדער איז צו דעם מסכים, ווייל טאמער נישט, וועט די מדינה וואס איז נישט מסכים וועט זיין די איינציגסטע אייראפיש'ע מדינה מיט א לייטישע מיליטער.

דא אבער איז אונטערגעקומען די אפמאך פון ווערסעי, וואס טוהט מען מיט דייטשלאנד? אויב אלע צוימען די מיליטער, דאן מיט וואס איז דייטשלאנד שוואכער? איז די תירוץ אויף דעם געווען, אז זיי וועט מען נאך מער צוימען, אז זיי זאל האבן ווייניגער פון יעדעם, פארשטייט זיך אז דייטשלאנד האט נישט געוואלט מסכים זיין, זיי האבן געזאגט אז זיי זענען בלויז מסכים אויף די הסכם אויב זיי באקומען גלייך ווי אלע אנדערע מדינות, און אזוי איז די גאנצע זאך צופאלן.

יעצט אז דייטשלאנד האט זיך גענומען פייפען אויף ווערסעי, האט פראנקרייך געמאכט א חשבון אז עס איז שוין בעסער צוריקצוגיין צו די גענעווע אפמאך, און מען זאל נאכגעבען פאר דייטשלאנד צו זיין גלייך מיט אלע מדינות. אזוי אז היות ווערסעי פייפען זיי, זאל כאטש זיין גענעווע וואס זאל זיי צוימען.

יאנאווער 4, איז טאקע דער פראנצויזשע אויסערען מיניסטער אראפגעפארן קיין איטאליע, ער האט פרובירט צו ערלעדיגען אז איטאליע זאל שטארק ארויסקומען קעגן דייטשלאנד, יאנאווער 7 האבן זיי ארויסגעגעבן 4 אפמאכן

אפמאך 1: א שטארקע רוף צו אלע מדינות קעגן זיך באוואפענען, כאטש אז איטאליע האט נישט געלאזט אז מען זאל ארויסשרייבן אז דאס מיינט דייטשלאנד (פראנקרייך האט יא געוואלט אז מען זאל ארויסשרייבן, אבער איטאליע האט נישט צו דעם מסכים געווען), ווייסט יעדער איינער פונקטליך וועם מען מיינט.

אפמאך 2: א רוף צו די לענדער פון די געוועזענע עסטרייך-אונגערין נישט אנצופאנגען א מלחמה צעווישן זיך

אפמאך 3: א פארזיכערונג פאר עסטרייך אז עס גייט בלייבן זעלבסשטענדיג, אויף דעם אפמאך האט מען געארבייט אויך צו באקומען חתימות פון דייטשלאנד, אונגערין, טשעכייסלאווקיי, יוגעסלאוויע און רומאניע.

אפמאך 4: מסדר זיין די פראנצויזישע איטאליע געפעכטען איבער קאליניעס אין אפריקע

סויף יאנאווער זענען די פריים מיניסטער און די אויסערען מיניעסטער פון פראנקרייך אפגעפארען קיין ענגלאנד, מיט די ציל אז אויך זיי זאלן אויך צושטיין צו דער אפמאך, כדי צו קומען מיט א פאראייניגעטע כח צו דייטשלאנד, ענגלאנד האט צוגעלייגט, אז אויב דייטשלאנד זאל מסכים זיין צו די גענעווע אפמאך, וועט מען זיי צוריקלאזן אין די פעלקער ליגע. ענגלאנד האט אויך מסכים געווען אונטערצושרייבען די עסטרייך פאקט

פעבורער 7 האט דייטשלאנד געזאגט אז זיי זענען מסכים אויף די טערמינען, און מען האט זיך גענומען ארבייטען אויף די פונקטליכע שפראך פון די אפמאך, כדי צו חתמנע'ן, מען האלט יעצט ווייניגער פון 3 וואכן זינט דעמאלסט, און דייטשלאנד לאכט זיך אויס און האלט נישט ביי גארנישט. די שפארך פון די אפמאך איז נאכנישט פארטיג און שוין לאכן זיך די דייטשען אויס.

ס'איז צום האפן, אז די גרויסמאכטן וועלן איינזעהן אז היטלער איז א משוגע'נער און מען קען מיט עם נישט פארהאנדלען.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קוועלער ווייסן צו פארציילן אויף אן אייגענע אפמאך צווישן דייטשלאנד און ענגלאנד אויף גרויס פון זייערע מיליטערן, וואס לויט די קוועלער די דייטשע מיליטער זיך מעגן אויסברייטערן מער פון וואס איז באשטימט געווארן און די ווערסיי טריטי, עס איז נישט באקאנט אויב זיי ארבעטן אויף די גאנצע מיליטער-ארמיי נעיווי און עיר פארס- אדער נאר איין אפטיילונג
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אפריל 1 1935

נאכדעם וואס דייטשלאנד האט איבערגענומען קאנטראל און סאארלאנד און מערץ 1, האבן זיי נישט איינגעשטעלט די אנטי אידישע געזעצן דארט, וואס דאס האט ארויסגעברענגט וואונדער, למעשה האט דייטשלאנד אפעציעל היינט געמאלדן אז די אלע אנטי אידישע געזעצן ווי,
די געזעץ פאר רעסטארעישן פון די פראפעסיאנאלע סערוויסעס
געזעץ אקעגן שחיטה
געזעץ אקעגן איבערגעפילטע שולעס און אוניווערסיטעטן
גייט ווערן אויסגעברייטעט קיין סאארלאנד,
דאס געט א שטארקע טרייסל פאר אידן און עסטרייך, ווי שוין געמאלדן חלום'ט היטלער עס צופאראייניגן, און אויב עס קומט צושטאנד האבן די אידן מורא אז ער וועט איינפירן די זעלבע און עסטרייך,

גלייכצייטיג, נערוואס באקומען א רויע באריכט פון דייטשלאנד, וואס איך דארף נאך איבערזעצן פון דייטש אויף ענגליש,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

א בערך'דיגע איבערזעצונג פון די באריכט,

פמ'ס (וואס מיינט פארטיי מעמבערס) זאגן אז סעפטעמבער 10 (ווען עס גייט זיין די יערליכע נאצי פראפאגאנדע ראלי און נורעמבערג) גייען זיי (נאצי פירער) אנאנסירן רולס אנצוהאלטן דאס ריינקייט פון די פאטערלאנד(ווי די דייטשן ריפן זייער לאנד), דעטאלן וועלן נאכפאלגן,
אגענט....(צענזורירט צוליב נאציאנאלע זיכערהייט)
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 7 1935

די פרייע שטאט דאנציג, האלט היינט אפ וואלן.

די מעשה מיט די שטאט דאנציג איז אזוי, נאך די גרויסע מלחמה האט מען דאס געוואלט צוטיילן צו פוילן, די פראבלעם איז אבער געווען אז 95% פון די שטאט איינוואוינער זענען דייטשען, ממילא האט מען עס ערקלערט אלץ א פרייע שטאט, וואס קומט דירעקט אונטער די פירערשאפט פון די פעלקער ליגע, די לעצטע וואלן איז געווען אין מאי 1933, דעמאלסט האבן די נאציס געווינען די וואלן מיט 50.12% פון די שטימען קעגן א צאל קלענערע פארטייען, און 37 פון 74 בענקלעך אין די דאנציג סענעט, די נאצי פארטי פירער הערמען ראשונינג (Hermann Rauschning) איז געווארען די פרעזידענט פון דאנציג, פאראיאר נאוועמבער, האבן די דייטשע נאציס זיך געטראפען מיט רשונינג און פארלאנגט געוויסע זאכן, ראשונינג האט אפגעזאגעט און צוליב דעם האט מען עם פארשיקט פון זיין פאסטן, און א צווייטער נאצי ארטור גרעיסער (Arthur Greiser) איז געווארען פרעזידענט

די נאציס האבן יעצט פאררופן פרישע וואלן, ווייל זיי האפן צו פארברייטערען זייער שטיצע, און ראשונינג קאמפיינט קעגן די נאציס, די נאציס פון זייער זייט טערירזירען סיי ווער עס קלערט נאר צו לויפן קעגן זיי.

וואס שאצט די עולם דא וועט זיין די אויסגאנג? מיין שאצונג, נאך די סאארלאנד וואלן, און די פאקט אז די נאציס קאנטריליערען און טערריזיערן די פאלק, איז אז די נאציס גייען אריינקומען מיט עכ״פ 75% פון די שטימען.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

11:00 PM
מיט 100% שטימען געציילט שטעלט זיך ארויס אז די נאצישע פארטיי - טראץ זייער טעראר מיטן איינשפארן און הרגע'ן אפאזיציע פאליטיקאנטן- האט נישט געווינען מיט אזא גרויסע לענדסלייד ווי געוויסע האבן פארגעשאצט, באקומענדיג 59.31% אבער נאכאלץ זייער שטארק.
די אפאזיציע פארטייען האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען טשאלענדזשן די רעזולטאטן און געריכט, צוליב מעגליכע שטארקע וואל פעלשערייען.

אינטרעסאנט אנציווייזן אז דער געוועזענע סענאט פרעזידענט הערמאן ראשונינג האט געפירט א קאמפיין ביי די יעצטיגע וואלן מען זאל נישט וועלן פאר די נאציס
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואס האבן די נאציס דערפון? איז דא עפעס וואס זיי קענען איינקעשן מיטן האבן קאנטראל אויף דאנציג? ס'איז דאך אזוי ווייט פון דייטשלאנד?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האבן די נאציס דערפון? איז דא עפעס וואס זיי קענען איינקעשן מיטן האבן קאנטראל אויף דאנציג? ס'איז דאך אזוי ווייט פון דייטשלאנד?

קודם כל, זייט ווען דארפ׳ן די נאציס א סיבה איבערצודרייען? והשנית ,עס גרעניצט זיך מיט מזרח פרייסן, און דריטענס די דאנציג נאציס ווילן עס, און זיי פרובירען נאכצומאכן זייער דייטשע פארטרעטער.

מאפע
בילד
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 11:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך בין מורא׳דיג איבערראשט צו זען די רעזולטאטען, וואס איז פשט פון די רעזאלטאטען? די נאציס האבן טעריריזירט, איינגעזעצט פאליטישענס, פארמאכט פארטייען, צוגעמאכט צייטענגוען, און סה״כ האבן זיי אנגעצויגען בלויז 9% מער פון וויפיל זיי האבן אנגעצויגען 2 יאר צוריק? וואס גייט דא פאר? גייסט מיר זאגן אז הערמאן ראשונינג האט אזא שטארקע כח? און דאס איז אפילו נישט די ענדגילטיגע רעזולטאטען, ווייל די קלענערע פארטייען האבן גערופן די נאציס און קארט אז זיי זענען באגאנגען וואוטער פראוד, מילא איז דאס אפילו נאך ווייניגער.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

די איבעראשונג ווערט מער, נעמענדיג און באטראכט, אז דאנציג באשטייט פון איבער 95% דייטשן, און ווי מיר זעהן אז דייטשן אידענטעפיצירן זיך די איצטיגע טעג שטארק מיט היטלער ווייל ער געט אריין אסאך שטאלץ און זיי. און דא, אזא איבעראשונג...
זייער אינטרעסאנט.
דאס געט אביסל האפענונג אז נישט אלע דייטשן ווערן אזוי פארקויפט פאר היטלער, נאכן זעהן וויאזוי ער פירט איין א דיקטאטורישע הערשאפט און דייטשלאנד,
און אפשר... אפשר... וועט היטלער ארויסגעשטויסן ווערן פון אמט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”