היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳וואונדער מיך צו דו ווייסט בכלל ווער ס׳איז געווען דער ארגינעלע ״הרב מגאליציען.״


בנוגע דיין שאלה ווער ס'געווען דער ערשטער לאנד רב למדינת גאליציא, לא אמנע טוב מבעליו, 'על איך דיר מגלה זיין, דאס איז געווען ש"ב הג''ר לייבוש בערנשטיין זצ"ל.


טראכט איך יעצט אז ס'כדאי מוסיף צו זיין, דער ערשטער וואס האט געטראגען דער טיטל אב"ד גאליציען, דאס איז גאר געווען די נודע ביהודה. למעשה איז ער פארבליבען אין פראג, האט מען דאן אויפגענומען במקומו ש"ב [און שפעטער אויך מחותנו] הגאון ר' לייבוש הנ"ל, וואס ער איז געווען די ערשטער וואס האט פאקטיש געדינט אלס לאנד-רב אין גאליציא.

בייגעלייגט א העתקה פון תשובות נודע ביהודה (תנינא או"ח סי' ל''ו):
אטעטשמענטס
image_2021-07-15_155411.png
image_2021-07-15_155411.png (124.51 KiB) געזען 554 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:ביי אונז היימישער אידען האט מען דאך נישט געשיקט די מיידלעך לערנען אין בית יעקב [דארטן האט מען גראדע אויך געלערנט פויליש], נאר אין די גוי'שער שולעס, נו האט מען דארט גערעדט יודיש, אתמהה?!

מיינער באבעס ע"ה, האבן אלע געקענט א גוט'ן פויליש און האבען נאך געדענקט פויליש'ער לידער פון אלס קינד וואס מ'האט געזינגען אין שולע.

בכלל נאכ'ן ערשט'ן קריג איז דאס זעהר נפרץ געווארען ביי די ווייבער שול אין גאליציא [אפילו ביי די שענסטע משפחות], כידוע ווי ס'האט אויסגעזעהן די מצב אין אלגעמיין אין גאליציע ואכמ"ל.


צדיק, איך האב אויך אזוי געמיינט ביז איך האב מחמת סיבה חוקר געוועהן דער נושא און זיך נאך געפרעגט אויף דעם. ס'איז מיר אויך געווען א חידוש ווען כ'האב געהערט פון זיי ווי שוואך זיי האבן געקענט פויליש, כ'האב מיך אויך געפרעגט די אלע שאלות "וואס הייסט ראפשיצער רב האט דאך געזאגט ווערטער אויף פויליש"?... "די לידער וואס מיין באבע קען?... זיי זענען דאך געגאנגען אין פאבליק סקול?...
יעצט טראכט אריין א מינוט. ווען די שפאצירסט און גאס אין די הערסט ווי א כינעזר רעדט טשייניז, טראכסט די אוודאי וואי! ער קען גיט טשייניז, קוקסט אים אן ווי א גאנצע העלד. עס פאלט דיר נישט אפילו איין אז זיין חבר - די אנדערע כינעזער וואס שטייט נעבן אים - לאכט יעצט פון די נישט ריכטיגער ווערטער וואס די ערשטער טשייניז רעדט - ער הייבט נישט אן קענען רעדן דעם שפראך. נאר די ווייסט נישט די הערסט אים רעדן זייער שנעל א פרעמדער שפראך רעדטסו זיך איין ער קען גוט טשייניז.
יעצט אז די הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט אפאר אויסשפרעכן אין פויליש מיינט נאך נישט אז ער האט גערעדט אדער געקענט דעם שפראך. יעדע אינגל אין וויליאמסבורג ווייסט זייער גוט וואס מיינט "העוו עי נייס דעי" און "העפי נאוי יער" וכדו'.
ווי סאך מאל ביסטו געגאנגען אין גאווערמענט אפיסעס צו ערלעדיגען פראגרעמס אין געטראפן גוים וואס קומען מיט א פארמיטלער (interpreter ) טראכט אריין א מינוט ווי לערנט דעם שייגץ? אין סקווירא/בעלזא/וויזניץ/סאטמאר/באבוב? ניין! זיי גייען אויך אין פאבליק סקול. די פאבליק סקול איז פיל מיט טשייניז, אפריקאנער און ספאנישער וואס קענען ווייניגער ענגליש ווי אינזער ווילימסבורגער קינדער (שיק נאר אהין יאפעד).
און ווייל אימיצער קען זינגען "העפי בירסדעי" אדער "טשא טשא טרעין" מיינט נאך נישט ער קען רעדן איין שורה ענגליש אן מאכן זיבן גרייזן...
אמת די מצב איז אסאך געפאלן נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען גאליציא איז געווארן איין מדינה מיט פוילען און מען האט זיך אנגעהויבן נאך מאכן די נייע פוילישע לאנדסלייט אבער בעיקר בעניני צנועות ביי די נשים (אוודאי אויך מיט די פילע פארטייען און מאדערנקייט אבער דאס האט נישט מיט דעם אז גאליציא און פוילען האבן זיך פאראייניגט).
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

הרב מגאליציען האט געשריבן:בנוגע דיין שאלה ווער ס'געווען דער ערשטער לאנד רב למדינת גאליציא, לא אמנע טוב מבעליו, 'על איך דיר מגלה זיין, דאס איז געווען ש"ב הג''ר לייבוש בערנשטיין זצ"ל.


פון וועלכער "רב למדינת גאליציע" דעדט מען דא?

"ואצל הקיר"ה דמדינותינו ושריו ויועציו הטיבים הנכונים יר"ה כבר נבחן היטב האיך ע"י קלקול הסדר בעניני המנהיגים דעם ב"י נצמחים כל הקלקולים בהנהגת תיקוני המדינה ונודע אצלם שראשית הערבוביא נעשה ע"י שנתמנה רב הראש דהמדינה ע"פ שחדים וע"פ דין תוה"ק אנו מצווין שלא למנות אפי' חכם בכל החכמות והמעלות כל שאיננו חכם ע"פ אמתות משפטי דתוה"ק ובפרטי הלכות התוה"ק ובחכמת פלפולים שבהם לאשורם והוא איסור חמור אצלינו כגדר כל האיסורים החמורים ועי"ז הי' ריב ומחלוקת גדול בהפסד ממון רב. ומאז עד כה תיקוני סדרי המדינה נתקלקלו מטה מטה ואין ספק אצלי שעי"ז נמשך כל הקלקולים שעד כה מאז"

איך האף אז נישט פון אייך...
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

נאך איין קשיא:
האט איר אמאל געזעהן צוויי גאליציאנער אידן רעדן צווישען זיך אויף פוליש? איך האב קיינמאל נישט אזאנס בייגעוואוינט (און איך פלעג דאווענען אפט אין באבוב ווען א סאך קריג'ס אידן האבן נאך געלעבט - ניטאמאל קיין סודות האבן זיי גערעדט אויף פוליש)
אבער איך האב שוין פיהל פיהל מאל געזעהן צוויי אונגארישע אידן רעדן אונגעריש (מער אין די ווייבער שיל).
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:בנוגע דיין שאלה ווער ס'געווען דער ערשטער לאנד רב למדינת גאליציא, לא אמנע טוב מבעליו, 'על איך דיר מגלה זיין, דאס איז געווען ש"ב הג''ר לייבוש בערנשטיין זצ"ל.


פון וועלכער "רב למדינת גאליציע" דעדט מען דא?

"ואצל הקיר"ה דמדינותינו ושריו ויועציו הטיבים הנכונים יר"ה כבר נבחן היטב האיך ע"י קלקול הסדר בעניני המנהיגים דעם ב"י נצמחים כל הקלקולים בהנהגת תיקוני המדינה ונודע אצלם שראשית הערבוביא נעשה ע"י שנתמנה רב הראש דהמדינה ע"פ שחדים וע"פ דין תוה"ק אנו מצווין שלא למנות אפי' חכם בכל החכמות והמעלות כל שאיננו חכם ע"פ אמתות משפטי דתוה"ק ובפרטי הלכות התוה"ק ובחכמת פלפולים שבהם לאשורם והוא איסור חמור אצלינו כגדר כל האיסורים החמורים ועי"ז הי' ריב ומחלוקת גדול בהפסד ממון רב. ומאז עד כה תיקוני סדרי המדינה נתקלקלו מטה מטה ואין ספק אצלי שעי"ז נמשך כל הקלקולים שעד כה מאז"

איך האף אז נישט פון אייך...


וועם ציטירסטו דא?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

ריקוד האט געשריבן:נאך איין קשיא:
האט איר אמאל געזעהן צוויי גאליציאנער אידן רעדן צווישען זיך אויף פוליש? איך האב קיינמאל נישט אזאנס בייגעוואוינט (און איך פלעג דאווענען אפט אין באבוב ווען א סאך קריג'ס אידן האבן נאך געלעבט - ניטאמאל קיין סודות האבן זיי גערעדט אויף פוליש)
אבער איך האב שוין פיהל פיהל מאל געזעהן צוויי אונגארישע אידן רעדן אונגעריש (מער אין די ווייבער שיל).


דאכט זיך מיר, האסט נישט געזעהן וואס כ'האב אויבען געענטפערט ר' איטשע נ"י. אוודאי צווישען היימישע אידן האט מען נישט געשמועסט אויף פויליש, אבער נישט ווייל מ'האט נישט נישט געקענט דעם שפרייך, נאר פאר'ן זעלבער סיבה וואס איך שרייב נישט יעצט אויף ענגליש.

וועגן די קריג'ס אידן דאס איז גאנץ עפעס אנדערש. נאכ'ן מיטמאכן זעקס ביטערער יאר פון גיהנם, און נאכ'ן זעהן די גרויזאמע ברוטאליטעט פון זייער פויליש'ער שכנים, פארשטייט זיך אז מער האבען זיי א פויליש ווארט נישט געקענט ארויסזאגען פון מויל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די יודן אין פוילן אפילו די פרייע פלעגן רעדן אידיש אויך צוליב דעם פאקט וואס די פאלאקן זענען אלס געווען גרויסע אנטיסעמיטן
(אזוי האב איך געהערט)
ריגארדלעסס איז עס א פאקט אז אין אונגארן האט דער המון עם גערעדט די שפת המדינה און אין פוילן וגאליציא נישט
יעדער איינער ווייסט אז דאס איז די מציאות יעצט פאנג אן מיט סטאטיסטיקס און אנאליזן פונקט ווי אויב די פאקיסטאנער זענען יא אדער נישט אנטי טעראר
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

הרב מגאליציען האט געשריבן:וועם ציטירסטו דא?


דער הייליגע באטשוטש'ער רב
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:וועם ציטירסטו דא?


דער הייליגע באטשוטש'ער רב


א גרויסן ייש"כ פאר'ן ציווייזען, קיין מראה מקום האסטו מיר נישט געוואלט אנצייכענען, האב איך דאס געמוזט אליינס אפירזוכען - כסף הקדשים סימן רל"א סעיף ב'. דער המשך דארט איז נאך אסאך שארפער.
געוויס רעדט ער טאקע איבער דעם אויבענדערמאנטער רב, וואס איז געווען ביי איהם תורה וגדולה במקום אחד (מיין רבנות איז אנגעקומען אומזיסט), און ביי איהם האט טאקע אזוי פאסירט, ווי די בוטשאטשער רב פארציילט, אז דער רעגירונג, נאכ'ן צוזעהן די איבערקערנישען וואס דער רבנות האט אהנגעברענגט, האט זו מבטל געווען דאס גאנצע אמט פון לאנד-רב.
עמ"ש שלמה באבער (קרעדיט: הרב קיקיון) https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=23
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

איז דא ערגעץ א באשרייבונג איבער די פעילות פון ר מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל בשנת הזעם?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יעצט אדורך געליינט די לעצטע 2 בלעטער. ס'פאלט ענק נישט איין אז פוילן איז א גרויסע לאנד און די יודן זענען דארט געווען אויסגעשפרייט אזש יודן וואס האבן געוואונט איין עק האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט די יודן וואס וואונען אין די אנדערע עק?
כ'גלייב אז אין אונגארן זענען אויך געווען דערפלעך וואס מ'האט שטארק מקפיד געווען נישט צו רעדן אונגאריש
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”