מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דאס שטאט לעמבערג (לבוב), ווי די אנדערע גרויסע שטעט פון גאליציע – קראקא, בראד, פרעמיסלא – איז געבענטשט (רעלאטיוו) מיט א שפע פון קוועלער נאך צו גיין משפחות מימי קדם, כמעט ביז די יאהרן וואס מען האט אהן געהויבן אין גאליציע מיט משפחה נעמן און מעטריקל ביכער. ב"ה שמסר עולמו לשומרים, רוב פון דיע קוועלער זענען פארבליבן, ובדורנו אנו דארף מען אפילו אין ערגעץ נישט פאהרן פאר דעם.
אך דא עקא, וואס פריהער די רשימות, וואס ווייניגער פרטים מען האט דארט פארשריבן, אין וואס שווערער עס ווערט צוזאמען צו שטעלן דורות.
ווער עס נוצט גשר גליציה'ס database פאר לעמבערגער רעקארדס ווייסט אז אפט, אין עלטערע רשימות, אין צו געצייכנט א 'family number'. מה טיבו של נומער זה שטייט נישט, אבער עס קומט שוין צו ניץ – מען קען א מאהל אנערקענען מיט דעם דער חילוק צווישן צוויי משפחות, אדער טרעפן רשימות וואס זענען געווארן איבער געשריבן מיט גרייזן. (הויז נומערן זענען זייער גוט אויף דעם בכלל אין גשר גליציה'ס database, נישט נאר לבוב, און הלוואי אויף JRI געזאגט.)
עם כל זה, איז עס כולו חתום, וואס טוהן די נומערן? נישט אלעמאל זעהט אויס ווי צוויי משפחות מיט'ן זעלבן נומער האבן א שייכות, איז מוכרח אז זיי האבן?

לעצטענס האב איך באמערקט אז גשר גליציה האט איין inventory פון גאליציאנער רעקארדס וואס ליגן ביי דיי אוקריינער, וואס רובן האבן די מארמאנס מיט זייער FamilySearch פראיעקט גע'סקענ'ט. זעה איך אז צווישן די לעמבערגער רעקארדס איז פארהאן א סעריע פון דאקומענטן, "Family Evidence books" רופן עס זיי, וואס זענען ע"פ סדר פון די פאמיליע נעמן.
האב איך געמיינט אז איך וועל דארפן ווארטן ביז גשר גליציה קומט אהן איין טאג צו איבער שרייבן דיע ביכער, אבער אין די לעצטע פאהר טעג בין איך געוואהר געווארן אז אויף FamilySearch איז דאס גאנצע פארהאן, נאר עס איז שווער צו טרעפן (בפרט ווייל די נעמן פון די פיילס זענען ווייניגער מדוייק ביי FamilySearch.)
צו בלעטערן דורך די סקענס פון די מיקראפילמ'ס איז אומזיסט, מען דארף נאר זיין איין געשריבן (בחנם). דער גרעסטער חסרון איז אז עס איז שווער צו טרעפן דעם נומער וואס מען זוכט.
על כן, האב איך געמאכט א מפתח צו העלפן בלעטערן דערין, און איך האף עס וועט זיין נוצבאר פאר אייך.
איך וועל אי"ה מסביר זיין שפעטער מיט דוגמאות ווי מען קען דאס נוצן. מיר איז צו געקומן א דור-צוויי אויף ארויף, און עטליכע דורות ארום, אויף עטליכע זייטן פון מיינע לעמבערגע זיידעס.

לעת עתה, א פאהר וויכטיגע ידיעות:
1) איך ווייס נישט קלאהר אויף וואס דיע רשימות און נומערן זענען עכט געוועהן געמאכט. עס זעהט אויס עפעס מיט שטייערן. זיי דעקן די תקופה 1795–1850 בערך (תקנ"ה–תר"י).
2) נישט יעדער אין א הויז-געזינד איז דווקא איין משפחה; מען דארף זעהן צי עס שטייט sohn אדער tochter וכדומה, און נישט mayd = maid, משרתת).
3) ווען מאיזה סיבה מען האט נישט געדארפט איין נומער האט מען עס געקענט געבן פאר א צווייטן. מען זעהט א מאהל דריי משפחות מיט איין נומער. אבער אפיציעל דארף צו זיין א גבול צווישן די צייט וואס איין משפחה האט גענוצט יענעם נומער און די צווייטע משפחה.
4) נאך די חתונה האט מען בדרך כלל באקומן א נייע נומער, אבער לאו דווקא.
5) בכלל, די מייע נומער צו וואו מען האט איינעם געפיהרט איז אהן געצייכנט אויפ'ן רעכטע זייט; איינעם'ס געוועזענע נומער איז אויף די לינקע זייט. קוקטס נאך אין ביידע ערטער וואו מעגליך.
6) נישט אלע משפחות האבן געהאט נומערן, בפרט מיט די יאהרן, און בפרט משפחות וואס זענען צו געקומן פון אינדרויסן לעמבערג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

להמחשה בעלמא:
Sample Family Evidence record.png
Sample Family Evidence record.png (252.35 KiB) געזען 5589 מאל

דא האט איר צוויי משפחות, אהן קיין שייכות צווישן זיי (?), וואס האבן גענוצט איין נומער. מען זעהט ווי מען פיהרט צו נייע נומערן מצד ימין, פון אלטע מצד שמאל. ביי די ראשי משפחה שטייט זייער פאך, ביי די אנדערע, זייער קורבה'שאפט אדער שייכות אהער: Sohn, Tocher, Stiefsohn(?), Mayd

א וויכטיגע פרט האב איך אויס געלאזט - עס שטייט אלעמאל (וואס איך האב געזעהן) די מיידלישע נאמן פון די פרוי פון די ראש המשפחה. דער חשיבות פון דעם איז פשוט.
אהן צו מערקן: אין יענע יאהרן אין לעמבערג האט מען צו געלייגט -in צו די משפחה נעמן פון אלע ווייבער.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

מפתח משפחות לבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

(להוי ידוע. FamilySearch שפרינגט א מאהל צוריק עטליכע בלעטער אפילו מיט א לינק. גיבטס אכט צו די נומער נאך די "?i=" – עס איז איינס ווייניגער ווי דעם scan number. למשל, אין דעם ערשטן פאל, אויב געלאנגט עס נישט, לייגט אריין page 271.)

מיקראפילם נומ' 2439862/7804171
1 תחלת כרך באמצע מיקראפילם (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V67D?i=270)
101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V85H?i=444)
201 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VN1S?i=625)
301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VFBY?i=804)
366 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V6TR?i=916)
מיקראפילם נומ' 2439863/7804170
366 (אמצע הערך) תחלת מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... J3LR-1?i=6)
400 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 32P-L?i=66)

(כרך 400–800 חסר וחבל על דאבדין)

800 (תחלת הערך חסרה) תחלת הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 32J-F?i=72)
901 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... TQ-7?i=234)
1001 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5L-C?i=401)
1101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... PN-Z?i=554)
1201 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... GQ-Y?i=711)
1301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 2F-9?i=871)
1333 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... KL-B?i=915)

מיקראפילם נומ' 2439864/7804169
1333 (אמצע הערך) תחלת מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V33S-H?i=6)
1401 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 98-G?i=122)
1501 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 1R-L?i=274)
1600 (אמצע הערך) תחלת כרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... BY-R?i=446)
1701 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... YT-R?i=629)
1800 (אמצע הערך) תחלת כרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... SL-8?i=779)
1901 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 9M-7?i=925)
1911 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... M5-5?i=943)

מיקראפילם נומ' 2439865/7804168
1911 (אמצע הערך) תחלת מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... JWL9-D?i=6)
2001 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VR-J?i=144)
2101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... RW-P?i=299)
2200 (אמצע הערך) תחלת כרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5M-K?i=460)
2301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... GG-P?i=618)
2401 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... LZ-D?i=775)
2501 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VR-T?i=918)
2513 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VG-P?i=934)

מיקראפילם נומ' 2439866/7804166
2513 (אמצע הערך) תחלת מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... JSTJ-1?i=6)
2601 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5T-6?i=124)
2701 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 11-H?i=279)
2801 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... BR-7?i=434)
2901 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... B9-Y?i=577)
3001 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... YH-G?i=725)
3101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... R6-4?i=859)
3157 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5V-D?i=933)

מיקראפילם נומ' 2441497/7804305
3157 (אמצע הערך) תחלת מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... XSFH-5?i=6)
3201 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... SXZ-Z?i=72)
3301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... X6-L?i=192)
3404 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VC-V?i=330)
- נומ' 3405–3599 זענען אונטער א פארגרייזטן נאמן און נישט אויפן ריכטיגן ארט, אין מיקראפילם נומ' 2405443/7811254
3404 (אמצע הערך) (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5479?i=407)
3501 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5WTD?i=519)
3600 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... 5W6H?i=644)
- צוריק צו מיקראפילם נומ' 2441497/7804305
3600 (אמצע הערך) (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... JK-7?i=336)
3701 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... SJT-X?i=45)
3764 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... NM-G?i=535)
ע"כ מספרי משפחות
- עוד שם
מפתח חילופי מספרים וכדו' (כנראה) – נאר א קליין חלק דערפון, נומ' 1–1165 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... NM-C?i=540)

צו דעם סיסטעם געהערן אויכעט דיע רשימות פון סטודענטן אין שולעס (אדער קינדער אין חדרים?) פון יאהרע 1796–1797 למס', אין מיטן מיקראפילם 2405440/7811146, אנהייבינדיג דא:
(https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V8-W?i=586)

ותן לחכם ויחכם עוד.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דוגמא ארוכה

איך וויל יעצט דורך שמועסן די וועגן ווי מען קען נוצן דיע רשימות, אין אויך באווארנען די שטרויכלונגן וואס קענען זיך מאכן, נוצנדיג ע"ד משל אבי משפחתי מלבוב, נאר מיט אלע נעמן אין נומערן פארדרייט.

ראש משפחתי אין לעמבערג, לאמיר איהם רופן ר' משה ווידער, איז געבוירן אין 181#. מיר האבן געוואוסט זיין טאטע'ס נאמן, עקיבא, און זיין ווייב'ס נאמן, צפורה.
פון JRI וכו' זענען מיר געוואהר מיין באבע'ס גאנצע נאמן, צפורה ביילא, נעמן פון נאך קינדער זייערע, און אויך פון ר' משה'ס א שוועסטער און שוואגער, אבער ארויף איז אונז נישט געלונגען. לעמבערג איז פול מיט ווידער'ס, פיל וואס געגעבן דעם נאמן עקיבא, אבער דעם קשר האב איך נישט געקענט טרעפן.
איך האב געהאט השערות ווי ר' משה מוטער האט געהייסן, ווי זיין זיידע און באבע פון זיין טאטע האבן געהייסן, אבער קיין ראיות האב איך נישט געהאט. וכן לגבי משפחת זקנתי מ' צפורה: איך האב געהאט השערות וועגן איר פאטער און אירע שוועסטערס, אבער פון JRI האב איך זיי נישט געקענט באשטעטיגן. (איך האב גראדע אויף געוויזן טייל פון דיע השערות מצד זקנתי אהן די נייע אנדעקונג, אבער עס האט אויס גענוצט שעות ארוכות... און יעצט פעהלט עס נישט אויס.)

יעצט אבער, מיט די נייע פאמילע-נומער רשימות:
אין גשר גליציה ווערט געבראכט אז ר' משה ווידער'ס פאמיליע נומער איז 14##. דער נומער ברענגט ארויף אויף גש"ג רשימות פון מיין זיידן און באבען, אבער אויך א פאהר פון א צוויטע משפחה.
קוקען מיר נאך אין דיי פאמיליע ביכער:
1. מיין זיידע און באבע האבן טאקע איבער גענומען דעם נומער פון די אנדערע משפחה ווען זיי האבן חתונה געהאט אין 183#. זייערע קינדער געבוירן ביז 1850 ווערן אלע פארשריבן דארט, הכל על מקומו – מיט איין אויסנאם, אין דא קומט די ערשטע אזהרה: דיע רשימות האבן גרייזן. מיין זיידענ'ס עלצטע צוויי קינדער זענען געוויין צווילינג – אבער נאר איינע איז פארשריבן געווארן. אויך ווערט צו געצייכנט וועליכע קינדער זענען אוועק אינגערהייט (פאר 1850 כאמור), און ווען גענוי.
ביי די אנהייב פון ר' משה און מ' צפורה ווידער'ס טייל פון רשימה נומ' 14## איז געצייכנט דעם יאהר וואס זיי האבן געקריגן דעם נומער (לכאורה ווען זיי האבן חתונה געהאט). נעבן זייערע נעמן, אויפ'ן לינקן זייט, שטייט די פאמיליע נומער'ס וואס זיי האבן ביז דעמאלטס געהאט, און זייער עלטער, 17J (יאהר). נישט אלעמאהל איז דער עלטער פארשריבן דווקא אויף די לינקע זייט, און ביי די עלטערע רשימות שטייט נישט ביי די ראשי משפחה די עלטער. אויך שטייט מיין זיידע'ס פאך, און מיין באבע'ס מיידלישע משפחה נאמן, וואגשאל, מיט -ין צו געלייגט, 'צפורה ביילא געב. וואגשאלין'.
2. יעצט פיהרט אונז מיין זיידע'ס רשימה צו זיין אלטע רשימה, 37##, און דארט טרעף איך טאקע אלץ ראש משפחה זקני ר' עקיבא ווידער, זיין פאך, וזוגתו מ' רחל לבית לעווענשטיינין, וויפיל יאהר געוועהן אלט ווען באקומן די נומער/חתונה געהאט, און זייער אריגינעלע נומערן. מיין זיידע ר' עקיבא האט גאהר א גרויסע רשימה, ווייל נישט נאר זיינע קינדער האט מען גערעכנט, נאר אויך זיינע געשוויסטער האט מען אהין געפיהרט פון די זעלבע נומער ווי ער. ביי זיינע טעכטער, מצד ימין, שטייט ווי מען האט זיי געפיהרט ווען זיי האבן חתונה געהאט. אויך געבורטן אין ל"ע פטירות פון די תקופה פון די רשימה ווערן פארשריבן.
3. גייט מען נאך ר' עקיבא'ס אריגינעלע נומער, 19##, טרעפט מען זיין טאטע'ס נאמן, זיין מאמע מיט איהר מיידלישען נאמן, זיינע געשוויסטער מיט די שפעטערדיגע נומערן פון זייערע משפחות וכו' וכו'.
4. גיי איך נאך מ' רחל'ס רשימה, 16##, טרעף איך א נייע זיידע מיט א נאמן וואס איז נישט ארויף געקומן אפילו אין מיינע השערות, איינער ר' מנחם לעווענשטיין, וזוגתו מ' נעכא לבית יונגין, ובניהם וכו'.
5. צוריק צו מיין באבע מ' צפורה ביילא ווידער אשת ר' משה, גיי איך נאך איהר נומער, 28##, צו טרעפן די רשימה פון אבותיה למשפחת וואגשאל. די רשימה איז א שווערע סארט רשימה. איהר טאטע האט נישט געהאט מעיקרא קיין נומער – נישט אלע משפחות האבן געהאט נומערן. שפעטער האבן זיי באקומן א second-hand נומער, ווען אביה ר' אברהם וואגשאל האט שוין געהאט 5 קינדער – נעבן יעדן קינד'ס נאמן שטייט זייער עלטער בשעת'ן איין שרייבן. מצד ימין, פארשטייט זיך, זענען פארשריבן די נומערן פון דיע קינדער'ס אייגענע הויז-געזינד נאכ'ן חתונה האבן.
יעצט ווייזט זיך איין אנדערע חסרון פון די רשימות: מיין זיידע ר' אברהם האט געהאט, ככל הנראה, מער ווי איין זיווג, נאר צוויי אדער אפשר דריי (אויב דריי, האבן די ערשטע און די דריטע געהאט די זעלבע נאמן). פון דיע רשימה וואלט מען געקענט מיינען אז מ' שרה וואס איז פאר שריבן איז מיין באבע, אבער בעצם קען מען אויף ווייזן פון אנדערע מקורות אז מיין באבע צפורה איז געוועהן מזווגו הראשון מ' האדיא. עס איז שווער מכריע צו זיין צווישן זיווגים.
6. אזוי ווייט איז געלונגן אויף ארויף - פון ר' משה זייט ביז די תק"נ יאהרן, און מ' צפורה זייט ביז תק"פ בערך - יעצט קען איך נאך גיין אלע צוגעצייכענטע נומערן אויף אראפ וכו'. (און יעצט, למשל, פארשטיי איך פארוואס אין איין אומ-באקאנטער תשובה ספר פון א לעמבערגער-געבוירענער תלמיד חכם ווערט מיינס איין עלטער-פעטער אהן גערופן 'ש"ב".)

יותר ממה שהצעתי לפניכם כתוב שם, ווער עס האט איין אינטערעס אין יענע מקום און זמן איז געראהטן דארט צו זוכן.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עס איז א גרויסער שאד אז באנד 401–800 פעלט – דארט האבן געדארפט זיין משפחת ארינשטיין המיוחסת, ווי אויך משפחת חכמאוויטץ (חכמאוויטש) נכדי החכם צבי, אין נאך עטליכע אינטערעסאנטע משפחות מיוחסות.

זאגטס איין 'אמר ר' בנימין', אולי יָחוס...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יעצט, א מדריך צו ליינען די הויפט ווערטער אויף אלט דייטש (קורענט-שריפט):

Sohn Tochter.png
Sohn Tochter.png (48 KiB) געזען 5498 מאל

זאהן Sohn
טאכטער Tochter
שטיף-זאהן Stiefsohn
do (דהיינו ditto)
מויד (משרתת) Mayd

Bruder Schwester.png
Bruder Schwester.png (15.68 KiB) געזען 5498 מאל

ברודער Bruder
שוועסטער Schwester
ברודער Bruder

Weib geb.png
Weib geb.png (5.09 KiB) געזען 5498 מאל

וויייב געב[וירן ....] Weib geb
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום דינסטאג מארטש 05, 2019 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נאך וויכטיגע דייטשע ווערטער צו דערקענען:

אזוי ווערן געצייכנט קינדער געבוירן זייט באקומן א פאמיליע-נומער:
Geborn Sohn.png
Geborn Sohn.png (22.04 KiB) געזען 5474 מאל

...[טאג]-מאנאט-יאהר-geborn (געבוירן, א מאהל בקיצור geb)
נאמן-do. זאהן/טאכטער

אזוי ווערן פטירות ל"ע געצייכנט:
Gestorben 9b.png
Gestorben 9b.png (18.27 KiB) געזען 5474 מאל

(מצד ימין פון דעם נאמען:)
gestorben (אדער gest.) טאג-מאנאט-[יאהר]
(און הוא הדין צום צווייטע שורה, מיט 'ditto' אנשטאט דעם נוסח)

צום באמערקן אז די קיצורים 7b/8b/9b/Xb מיינען סעפטעמבער/אקט'/נאוו'/דעצ' (ווי אויף לאטייניש) און נישט יולי/אווג'/סעפ'/אקט' כנהוג היום.

צו פיהרן צו איין אנדערע נומער:
Cross-ref.png
Cross-ref.png (9.28 KiB) געזען 5474 מאל

גע[?] צו פאמיליע נומ' -- ge[?] ad f. No
באמערקט ווי fNo. ווערט כמעט איין סימבאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

היות מען האט מיך געפרעגט צו איך ווייס פון ענדליכע מקורות פאר אנדערע גאליציאנער שטעט:
א. ניין, בעצם ווייס איך נישט.
ב. עס איז דא א מורא'דיגע מקור פאר קראקאווער משפחות - אפשר באקאנט ביי חוקרי אתרנו - וואס ענדלט א ביסל הנ"ל: פרופ' ד. הירשבערג'ס קראקאווער משפחה סייט, בפרט זיינע ביימער.
ג. איך מיין אז אין בראד האב איך אויך געזעהן נומערן וואס זענען אפשר פאמיליע-נומערן, ויש לעיין.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:בילד
וויייב געב[וירן ....] Weib geb

אזהרה נחוצה: איך זעה יעצט אז ביי טייל עלטערע משפחות (ד"ה וואס די ראשי המשפחה זענען געבוירן איידער תקמ"ה בערך, ווען די משפחה-נעמן האבן זיך אהן געהויבן) שטייט, אנשטאט די פרוי'ס מיידלישע נאמן, איין ערשטע נאמן, לכאורה איר פאטער'ס. למשל, איך האב געטראפן ביי איין משפחה "פלונית ווייב געבוירן רפאל", ווען קיין משפחה 'רפאל' האט נישט עקזיסטירט אין לעמבערג - נאר איר פאטער האט אזוי מסתמא געהייסן אויפ'ן ערשטן נאמן, דהיינן 'פלונית בת רפאל'. אזוי אויך ביי די דוגמא פון א סקען וואס איך האב ארויף געשטעלט אויבן: ביי די פרוי שטייט "פייגא, ווייב געבוירן שמחה", אבער קיין משפחה 'שמחה' טרעפט מען נישט אין לעמבערג - נאר מסתמא מיינט מען "פייגא בת שמחה".

ביי טייל נעמן איז שווערן מכריע צו זיין - 'ווייב געב. זאלאמאן' - איז איר משפחה נאמן סאלאמאן? האט איר טאטע געהייסן שלמה (אדער זלמן)? עכ"פ אכטונג געבן דארף מען.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

א דוגמא למעשה: א קליינע חידוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סתם פאר אינטערעסאנטקייט: די לעצטע נייע פאמיליע-נומער, 3764, האט מען געגעבן פאר הגאון ר' יעקב משולם אורנשטיין אב"ד לבוב בעל ישועות יעקב.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:עס איז א גרויסער שאד אז באנד 401–800 פעלט – דארט האבן געדארפט זיין משפחת ארינשטיין המיוחסת, ווי אויך משפחת חכמאוויטץ (חכמאוויטש) נכדי החכם צבי, אין נאך עטליכע אינטערעסאנטע משפחות מיוחסות.

זאגטס איין 'אמר ר' בנימין', אולי יָחוס...

איך זעה אז איך האב א ביסל איבער געטריבן דעם פארלוסט מצד משפחת אורנשטיין: פיל מיטגלידער פון די משפחה האבן נומערן אין אנדערע בענדער. איך וועל ברענגן די נומערן וואס איך האב געטראפן אין יענעם אשכול.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:נאך וויכטיגע דייטשע ווערטער צו דערקענען:
[...]

א טעות וואס איך האב געמאכט, וואס איך וויל באווארנען:
Tochter Nichte.jpg
Tochter Nichte.jpg (9.57 KiB) געזען 4582 מאל

אין די ערשטע שורה שטייט Tochter 'טאכטער'
אין די לעצטע שורה שטייט Nichte 'ניכטע' (=פלומעניצע, niece בלע"ז)
זעהט איהר ווי ענדליך זיי זענען אין דעם שריפט. עס דערקענט זיך נאר דעם חילוק מיט וואס Nichte האט א פינטל (וואס קען אויך זיין א טראפ טינט וכדו') און פעלט דעם קליינטשיקן אלטע-דייטשע r
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

איך מיין עס שטייט nu
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בראשית ברא האט געשריבן:איך מיין עס שטייט nu

ניין. די קליינע צווייטע שטריך איז א c
(איך האב זייטעגע ראיות אז עס דארף דארט שטיין ניכטע, איז עס סייווי מוכרח.)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז מעגליך צו קענען דארטן טרעפן פרטים איבער רבי צבי הירש אב"ד בילקאמין וראב"ד לבוב?
ער איז נפטר געווארן אין לבוב י"ט אב תקנ"ג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:איז מעגליך צו קענען דארטן טרעפן פרטים איבער רבי צבי הירש אב"ד בילקאמין וראב"ד לבוב?
ער איז נפטר געווארן אין לבוב י"ט אב תקנ"ג.

די עווידענץ-ביכער דעקן נאר תקנ"ה און ווייטער, ליידער.

האט ר' צבי הירש געהאט קינדער וואס האבן געוואוינט אין לעמבערג?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איז מעגליך צו קענען דארטן טרעפן פרטים איבער רבי צבי הירש אב"ד בילקאמין וראב"ד לבוב?
ער איז נפטר געווארן אין לבוב י"ט אב תקנ"ג.

די עווידענץ-ביכער דעקן נאר תקנ"ה און ווייטער, ליידער.
האט ר' צבי הירש געהאט קינדער וואס האבן געוואוינט אין לעמבערג?

איך ווייס נאר פון איין זון רבי מאיר קריסטניפאלער אב"ד בראד.
ער האט זיכער נישט געוואוינט אין לעמבערג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יתכן אז ער איז ר' 'הירש בילקאמין' וואס האט געהאט א הויז אין לעמבערג אין 1788 למס'...

ר' מאיר בנו האט שוין דעמאלטס געוואוינט אין בראד בשם 'קרימסטאפאלער'(!)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:יתכן אז ער איז ר' 'הירש בילקאמין' וואס האט געהאט א הויז אין לעמבערג אין 1788 למס'...
ר' מאיר בנו האט שוין דעמאלטס געוואוינט אין בראד בשם 'קרימסטאפאלער'(!)

מען זעט נאך פרטים איבער אים און זיין משפחה?
נאמען פון זיין פרוי?
נאך קינדער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ליידער נישט, בלויז property records, און עפעס קלאפט נישט מיט די הויז נומער - עס איז פארשריבן מיט'ן זעלבן נומער אין 3 פון די 5 טיילן פון לעמבערג (4 פערטליך חוץ לעיר + תוך העיר).
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

וועגען הרבני מ"ו יצחק מק"ק לבוב הנקרא ר' איציק סיקאלור, וואס ווערט דערמאנט דא טרעפט מען גארנישט ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:וועגען הרבני מ"ו יצחק מק"ק לבוב הנקרא ר' איציק סיקאלור, וואס ווערט דערמאנט דא טרעפט מען גארנישט ?

1. איך האב דערווייל גארנישט געטראפן
2. איך האב באמת נישט צו שטארק געזוכט
3. לא ראיתי אינו ראיה...
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שכויח עבור המפתח
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”