נישט באקומען דעם מלאך'ס שנעלקע...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איי פרעגט איר, אויב אזוי פארוואס פעלט בכלל אויס מזאל עס לערנען מיט אים, סתם מזאל האבן וואס צו פארגעסן ? ענטפערט דערויף מרן הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע אז באמת איז א בשר ודם נישט ראוי צו לערנען די תורה הקדושה וואס איז א שטיק רוחניות און א פלאמפייער, נאר איינמאל מלערנט עס ווען מאיז נאכנישט א שטיק גשמיות, העלפט דאס אז שפעטער זאל דער איד פארשטיין די תורה טראץ זיין חומריות, אנדערע זאגן אז דאס איז די שפאלט צווישן דעם מויל מיט די ליפן, וועלמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם.
עס שטייט אין נועם אלימלך,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
טשאלענט האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז עס איז בכלל דא אזא מין זאך, איך האב אלס אנגעקוקט (און איך קוק עס ווייטער אן) די גאנצע זאך פון א שנעלקע ווי עפעס א העכערע זאך (דאס אז די שנעלקע באקומט מען אויפן אויבערשטען לים האט א מקור? מן הסתם נישט, ווייל די גויים האבן עס אויך), אבער עס איז אינטערסאנט אז עס זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויסגעלאזט.
בשבילי נברא, אויב האט ער געקענט כל התורה כולה, האט ער זיכער אויך געקענט די חידושי תורה פון די צדיקים פון יענע דור, עס איז אויך א חלק פון תורת משה, וואס יעדער איד האט א חקל דערין מכדש צו זיין זיינע חידושים, און אוודאי צדיקים!
יישר כח שמעלקא פארן אראפ ברענגען!
די גיום האבן עס פשוט אויך כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה צו זעהן אז א איד איז אנדערש, פארוואס דארף א גוי בכלל וואקן אויף צוויי נישט אויף פיר? ווייל אז יא איז נישט פארהאן קיין בחירה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
לשון הנועם האלימלך
משוך חסדך ליודעיך וצדקתך לישרי לב[. ומתחילה נפרש הפסוק שאמר יעקב אבינו עליו השלום "ידעתי בני ידעתי" שהוא מילות כפולות, ועוד שהיה לו לומר יודע אני כו׳. אך נראה דהנה הנשמה שהיא תחת כסא הכבוד אז היא יודעת להשכיל כל התורה כדאיתא בגמרא: ומלמדין אותה כל התורה כולה וכיון שיצא לאויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו. ויש ליתן טעם לשבח לזה שמתחילה מלמדין אותו ואחר כך המלאך סטרו. ונ"ל שמתחילה הנשמה ששוכנת תחת כסא הכבוד ולמען לא יהא לה נהמא דכיסופא היא נבראת כידוע, וזהו ההכרחי ללמדה כל התורה כולה, כי אילולי זה לא היה באפשרי להנשמה בבואה אל הגוף החומרי להתגבר עליו לשבר תאוותו, וההכרחי ללמדו כל התורה שעל ידה יכול לשבר כח ותאוות הגוף. ועוד אם לא היו מלמדין אותה לא היה באפשרי לקבל וללמוד אחר כך את התורה, לכן מלמדין אותה מתחילה כדי שאחר כך בנקל תוכל לקבל וללמוד התורה. אך אם היה נשאר כך בלתי סטירת המלאך, לא היה תועלת בבריאתו כלל, כי לא היה צריך שום עבודה ופעולה לעבוד ולשבר כח התאוה, כי היה כבר מלא תורה כאשר היו מלמדין אותו מתחילה בקדושה, בא המלאך וסטרו על פיו ומשכחו. אך אף על פי כן נשאר הרושם שנרשם בו בזה שהיו מלמדין אותו כל התורה, וצריך האדם לעבוד בכל כחו והתאמצותו לעורר את הרושם הנרשם בו לבוא אל המעלה שהיה בו קודם בריאתו, כמו שהיה במחצבתו מתחת כסא הכבוד. וזהו "ידעתי" פירוש כבר בהיותו תחת כסא הכבוד, "בני" פירוש אף אחר כך היינו עתה שאתה בני, דהיינו שאני בעולם הזה, "ידעתי" פירוש גם עתה באתי אל המעלה הראשונה כמו שהייתי קודם בואי לעולם כנ"ל, "כי מנשה הבכור" כו׳, וזה "משוך חסדך ליודעיך" היינו הצדיקים הגמורים שכבר עבדו ותיקנו את עצמם להיותם בידיעה ברורה כנ"ל, ובוודאי הן מבינים את הכל, ויודעים שכל דבר הוא לטובתינו אף שאין נראה טובה כל כך, יודעין שסוף תבוא הטוב מאותו דבר, אף על פי כן "משוך חסדך" פירוש שיהא מיד חסדים, וזהו "ענני באמת ישעך"[57] פירוש ענני מן צרה זו אף על פי שסוף הצרה בוודאי לישועה, בקשתי מהשם יתברך ברוך הוא שיענני מיד לישועה כנ"ל. והבן.

- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
אי-רעלעווענט האט געשריבן:געהערט אז הרה״ח רבי ישראל פאלאטשעק ע״ה האט איהם געגעבן א תפארת שלמה און א ספר חד״ת פון סאטמאר רב זי״ע און ער האט ביידע נאכגעזאגט אויפן לשון...
גראדע האב איך גהערט די זעלבע זאך פין הרה"ח ר' טובי' צימענד נ"י, אבער דערגקעגן האב איך נאך געהערט פין עטליכע עלטרע ירושלים'ער אידן אז די גאנצע מעשה איז הוילע דימיונות
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
בעל דעת האט געשריבן:אי-רעלעווענט האט געשריבן:געהערט אז הרה״ח רבי ישראל פאלאטשעק ע״ה האט איהם געגעבן א תפארת שלמה און א ספר חד״ת פון סאטמאר רב זי״ע און ער האט ביידע נאכגעזאגט אויפן לשון...
גראדע האב איך גהערט די זעלבע זאך פין הרה"ח ר' טובי' צימענד נ"י, אבער דערגקעגן האב איך נאך געהערט פין עטליכע עלטרע ירושלים'ער אידן אז די גאנצע מעשה איז הוילע דימיונות
לויט ווי איך וויייס איז די ערשטע חדו''ת ארויסגעקומען פון די תורות פון ט"ו ט"ז דאס מיינט שוין נאך דעי מעשה.
אבער סתם אזוי דארף מען וויסען אז כל התורה כולה וואס מען לערנט פאר א קינד מיינט נישט כל מה שתלמוד וותיק עתיד לחדש, אפילו עס איז תורת אמת שניתנה למשה מסיני, מען רעדט פון תורה וואס א איד איז מחיוב צו מסיים זיין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
נאך א קשיא, ער געדענקט אז ער האט פארגעסן? וויאזוי ארבעט דאס?
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:בעל דעת האט געשריבן:אי-רעלעווענט האט געשריבן:געהערט אז הרה״ח רבי ישראל פאלאטשעק ע״ה האט איהם געגעבן א תפארת שלמה און א ספר חד״ת פון סאטמאר רב זי״ע און ער האט ביידע נאכגעזאגט אויפן לשון...
גראדע האב איך גהערט די זעלבע זאך פין הרה"ח ר' טובי' צימענד נ"י, אבער דערגקעגן האב איך נאך געהערט פין עטליכע עלטרע ירושלים'ער אידן אז די גאנצע מעשה איז הוילע דימיונות
לויט ווי איך וויייס איז די ערשטע חדו''ת ארויסגעקומען פון די תורות פון ט"ו ט"ז דאס מיינט שוין נאך דעי מעשה.
זיס צו זען..
פיליייכט האט זיך איינער פארגעשטעלט אז אויב ער האט געקענט אלעס האט ער פילייכט געקענט אויך ויואל משה, און עס צוגעלייגט צו די מעשה... אז דעם רבינס ספרים האט ער יא געקענט, ווידער אדמו"ר פלוני'ס נישט..
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'דערציילט אז ער פלעגט ציטירן פון ספרים אפילו פון גאר לעצטיגע, אבער פון געוויסע ספרים פון צווייפלהאפטיגע מחברים האט ער נישט געקענט ממשיך זיין, מזאגט אז מהאט פארגעזאגט פונעם ספה''ק ויואל משה און ער האט געקענט זאגן ווייטער, אזוי זאגט מען טראץ וואס ס'נישטא קיין קראנטע מקור דערויף, ער ענטפערט נישט אויף דעם שאלה.
תשי״ד איז נאך קיין ויואל משה נישט געווען.
נאך א פרט איז פאבריצירט:
״דער בעלזער רב האט געשיקט דעם טאטן צום טשעבינער רב, דער טשעבינער רב איז געווען א גאון מופלג, אבער מיטן פיר יעריגן אינגעלע האט ער זיך נישט געקענט פארמעסטן, עס איז געווען מייסטערהאפטיג צו זען וויאזוי דער גאון טענה'עט זיך איבער א קצות... דער טשעבינער רב האט אים צוריקגעשיקט צום בעלזער רב, דער בעלזער רב האט אים אריינגענומען פריוואט, און... ״...
לוקשים און פאבריקאציעס.
דאס קינד האט זיך נישט גע׳טענה׳א קיין קצות׳ן וכו׳
ער האט יא נאכגעזאגט גמרות און מדרשים, אבער זייער נישט מסודר. קיין שום וויכוחים גארנישט.
זיין ברודער האט עס מיר פארציילט וואס ער געדענקט.
אגב, די מעשה פאר זיך איז זייער אינטרענסאנט - מ׳דארף נישט צוגיסן קיין טאן זאלץ און פעפער. עס פארלירט דעם טעם, און איז גורם אז נאר אלע מענטשן זאלן עס נישט גלייבן.
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
איך האב לכתחלה געזוכט דאס אויסצוקרויזן, אז איינער האט געפרעגט האב איך געענטפערט, און איך האב אריינגעפלאכטן צווישן מיינע ווערטער ווי שטארק איך האלט פון דעם לעגענדע.
ליינט עס נאר איבער:
ליינט עס נאר איבער:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'דערציילט אז ער פלעגט ציטירן פון ספרים אפילו פון גאר לעצטיגע, אבער פון געוויסע ספרים פון צווייפלהאפטיגע מחברים האט ער נישט געקענט ממשיך זיין, מזאגט אז מהאט פארגעזאגט פונעם ספה''ק ויואל משה און ער האט געקענט זאגן ווייטער, אזוי זאגט מען טראץ וואס ס'נישטא קיין קראנטע מקור דערויף, ער ענטפערט נישט אויף דעם שאלה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
קודם א גרויסען יש"כ הרב שמעלקא זייער שיין אראפגעשריבען.
אן אינטרעסאנטע בריוו פון ר' יחזקאל לעוווינשטיין ז"ל משגיח ישיבת מיר וועגן די מעשה, די בריוו איז געשריבען געווארן צו ר' ארי' לייב באקשט ז"ל ר"י עטרת מרדכי אין דיטרויט וואס האט אים געהאט אנגעפרעגט וועגן די מעשה און ר' ארי' לייב דערמאנט עס אין א מאמר וואס ער האט געשריבען.
לגבי דאס וואס מען האט גערעדט צו דער סימן וואס איז דא אוויפן אויבערשטען ליפ צו דאס קומט פונעם סטירה פון דעם מלאך, און לכאורה גויים האבן דאך עס אויך, איז אינטרעסאנט צו קוקען אין דעם ספר (דף קל"ח,ק"ע,קע"ז) ווי ער רעדט אפאר מאל פון דעם און ער איז מפלפל אז אפשר לערנט מען פאר די גויים שבע מצוות בני נח... אויך שרייבט ער אז מען האט אים געברענגט בילדער ווי מען זעהט אז אן עיבור במעי אמו האט שוין אויך דעם סימן און ער פרובירט עס צו פארענטפערען...
אויך זעהט מען דאך אז נשים האבן אויך דעם סימן, וואס אויף דעם קען אפשר זיין אז מען לערנט זיי די דינים וואס זיי דארפן קענען (כאטש עס איז נישט פשוט אז עס איז מדין ת"ת ואכ"מ) נאר עס איז באקאנט דער יעב"ץ אז פאר דעם מאכט מען א שלום זכר נאר ביי א יונגל און נישט ביי א מיידל וויל דאס קינד האט פארגעסען די תורה וואס ער האט געלערנט משא"כ ביי א מיידל וואס איז נישט בת"ת, איז פשטות משמע אז דער מלאך לערנט נישט פאר א נקבה.

- שר מאה
- תגובות: 128
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
- לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער סתם אזוי דארף מען וויסען אז כל התורה כולה וואס מען לערנט פאר א קינד מיינט נישט כל מה שתלמוד וותיק עתיד לחדש, אפילו עס איז תורת אמת שניתנה למשה מסיני, מען רעדט פון תורה וואס א איד איז מחיוב צו מסיים זיין.
כאב געהערט פון א איד וואס געדענקט די מעשה אז ער האט ממשיך געווען וואו מ'האט אנגעפאנגען סיי וועלכע ספר אפילו א לעצטיגער אבער נישט הר' ***'ס ספרים
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
דרך אגב, מען זאגט נאך פון הגאון ר' ברוך בער ז"ל אז ער האט געפרעגט אויב דער מלאך לערנט אויס פארן קינד די גאנצע תורה אויב אזוי זאל זיין א חיוב זיך אויפצושטעלען פאר אן אשה מעוברת וועגן דעם קינד וואס איז נישט סתם א יניק וחכים, און אפילו אפשר איז עס א נקיבה איז דאך ספיקא דאוריתא לחומרא, (לכאורה תלוי אם יש חיוב קימה בפני ת"ח סומא ראה מנ"ח מצוה רנ"ז) און ער האט גענטפערט אז פון דעם זעהט מען אז כבוד געט מען נאר פאר יגיעת התורה און נישט פאר ידיעת התורה וואס איז געקומען אן יגיעה.
וואלט איך געווען אן אפיקורס צו זאגן, אז די מעשה איז מעגליך מלא דמיונות ולגיונות? - אמער, קיין מקור ראשון אויף די מעשה איז נישט פאראן, נאר מענטשן וואס האבן געהערט פון די גאס. ר' ישראל משה זעלבסט זאגט אויך אז ער געדענקט נישט, און ווייסט נאר צו דערציילן וואס מען האט אים דערציילט אדער וואס ער האט געליינט פון פריער. איז פאראן איינע פון דעם רב'ס שטיב מענטשן וואס זענען געווען בתוך הענינים און האבן מיטגעהאלטן? - איז פאראן איינער וואס שרייבט מקור ראשון "איך האב אים פארהערט"? (נישט אז מען האט געהערט פון פלוני אז יענער האט אים פארהערט).
ער האט דאך נישט געלעבט אזוי לאנג צוריק, אז מען זאל קענען דערגיין ערשט האנטיגע עדות אויף די מעשה. א גדול בישראל און א מחבר ספרים וואס האט אים פארהערט, וואלט דאס זיכער אריינגעלייגט אין זיין ספר, נישט אזוי? - ווער פון דעם רב'ס שטוב קען מעיד זיין דערויף? - ווער פון טשעבינער רב'ס שטוב מענטשן קען מעיד זיין דערויף? - וואס טוט זיך מיט די קרובים אל החלל, די פעטערס און קרובים פון דעם קינד, זיי לעבן דאך זיכער און געדענקען... קען איינער קומען זאגן ממקור ראשון און דערציילן?
איז מעגליך צו זאגן אז דער מלמד אדער דער טאטע האט זיך געדוכט עפעס און האט געמאכט א פירסום דערפון? - איז פאראן עפעס נאנטע עדות דערויף? (לדעתי, עדות פון דעם בעל המעשה, וואס ווייסט נאר וואס מען האט אים דערציילט, איז נאכנישט גענוג קראנט, הגם מען קען עס נישט גענצליך אוועקמאכן).

- וואנאוויטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 823
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am
אין ספר צנצנת המן ח"ב עמ' רכג - רלח, איז דא א גאנצע פרק וועגען דעם.
איך ברענג אראפ געוויסע שטיקלעך פון דארט:
לקראת הופעת ספר זה נפגשנו עם ילד הפלא דאז הרה"ח רבי י. מ. הי"ו לאחר הפצרות מרובות. במשך שעה ארוכה של שיחה הוא התמיד בשתיקתו, לא נידב פרטים חדשים, כי חזקה עליו מצוות מרן לדום, אך נאות להזים ולנפות שמועות משמועות שונות, חלקם הגדול דברי הבאי, שנטפלו לסיפור. לא העלנו כי אם אימות או הכחשה, השכלנו אל נכון מה מכל השמועות, לקטי השמועות וההזיות היה, ומה מכל הדברים מצוץ מן האצבע...
השמועה העיקרית הייתה שמרן סתרו על פניו כמו המלאך, אך זאת כבר התברר מעדות אביו שזו שמועה משוללת יסוד...
מעדות בעל המעשה עצמו עולה כי סיפור הטבילה לא היה ולא נברא, כמו סיפור הסתירה על פיו. באשר למה שהתחולל בחדר מרן, כנראה שהדברים יוותרו בלשכת חשאין לנצח, כי מרן פקד לא לבחון עוד את הילד ולא לשוחח על הקורות בחדרו עם איש....
מתברר עתה כי שמועות משמועות שונות אודות ספרים שאת תוכנם ידע ואחרים שלא, לא היו אלא ניסיון לנצל את ילד הפלא לאשש באמצעותו כל מיני תפיסות בעד ונגד אישים מסויימים או ספרים כאלו ואחרים, כל זאת על מנת לקבוע באמצעות ההוכחה השמימית אם הספר או מחברו רצויים ומקובלים בשמי מרום, היה והילד מדקלם משמע כי ספר זה הוא מן הספרים הנלמדים עם העוברים במעי אמם, ונמצינו למדים כי מחבריהם נוחים לשמים...

המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- וואנאוויטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 823
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am
און די נייע באנד פון 'בקודש פנימה' איז אראפגעשריבן פונקטלעך וואס די בעלזער רב געטוהן מיט איהם, עיי"ש.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א