הבדלה וויין האט געשריבן:סתם אן הערה לערענדיג אין די גמ' די וואך אז לויט איין דעה גייט די עשרת השבטים נישט צוריקקומען און זיי זענען געווארן אזוי ווי די אנדערע פעלקער און זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל, איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק אין די "עמי" מאגאזין, אז די טאליבאן-פאשטון זענען א טייל פון די עשרת השבטים, וואס בשעת'ן ליינען איז מיר זייער שווער געווען זיך אויסצומשל'ן אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין א חלק פון כלל ישראל און חלק כחלק יאכלו, אבער נאכ'ן לערנען די גמ', קען איך עס מער אננעמען אז זיי זענען טאקע א טייל פון די עשרת השבטים, אבער זיי זענען געווארן אפגעריסן פון כלל ישראל, און זיי זענען פאר אייביג פארפאלן געווארן.
עס איז מיר נאר שווער פון אן אנדערע גמרא אין בבא בתרא (קטו ע"ב) גמירי דלא כלה שבטא, (דאס זעלבע קען מען פרעגן אויף די וואכעדיגע סדרה ואכלם ואעשה אותך לגוי גדול)
הבדלה וויין האט געשריבן:סתם אן הערה לערענדיג אין די גמ' די וואך אז לויט איין דעה גייט די עשרת השבטים נישט צוריקקומען און זיי זענען געווארן אזוי ווי די אנדערע פעלקער און זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל, איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק אין די "עמי" מאגאזין, אז די טאליבאן-פאשטון זענען א טייל פון די עשרת השבטים, וואס בשעת'ן ליינען איז מיר זייער שווער געווען זיך אויסצומשל'ן אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין א חלק פון כלל ישראל און חלק כחלק יאכלו, אבער נאכ'ן לערנען די גמ', קען איך עס מער אננעמען אז זיי זענען טאקע א טייל פון די עשרת השבטים, אבער זיי זענען געווארן אפגעריסן פון כלל ישראל, און זיי זענען פאר אייביג פארפאלן געווארן.
עס איז מיר נאר שווער פון אן אנדערע גמרא אין בבא בתרא (קטו ע"ב) גמירי דלא כלה שבטא, (דאס זעלבע קען מען פרעגן אויף די וואכעדיגע סדרה ואכלם ואעשה אותך לגוי גדול)
איך זעה נישט דא קיין שוועריגקייט. כפי המבואר במפרשים אז געוויסע פון די עשרת השבטים זענען געבליבן מיט יהודה ובנימין. (און פון ואכלם ואעשה אותך וגו' איז בכלל נישט שווער, ווייל די חלק הכליון לא יצא לפועל).
איך ווייס נישט וועלעכע ווינט האט מיר יעצט אהערגעבלאזן, אבער איך בין זייער נייגעריג צו מ'וויסט היינט עפעס מער וועגן די סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר און די הרי חושך, לכאורה אז מ'פארט איבעראל ארום מיט פליגערס און מ'האט היינט גרינגע קאמיוניקאציע מיט אלע מענטשן איבער די וועלט, און מ'קען איבעראל ארומקוקן מיט די סעטעלייטן וואלט געדארפט זיין פון די גרונגסטע זאכן אפיר צו זיכן די אלע אינטערסאנטע פלעצער. ווייסט איינער עפעס מער?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הונדערטער ראיות און הוכחות אהין און צוריק, מענטשן וויסן יא און נישט, צו מען האט אמאל יא געוואוסט צו נישט, איך האב לעצטענס דורך געטוען די סוגיא פון עשרת השבטים און סמבטיון א מוראדיג אינטערסאנטע נושא ווען מען לייגט זיך אריין דערין, נאר איך האב פשוט נישט קיין צייט זיך אראפ צוזעצן שרייבן אלעס וואס איך ווייס דערוועגן. אגב. אויף קול מבשר ביי די תורה אפטיילונג האב איך אמאל עפעס געהרט פון ר' אהרן קאהן פון מאנטריאל עפעס א שיעור
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
אז דער אייבערשטער וויל נישט וועט נישט העלפען קיין פליגערס און סעטעלייטן, נישט קיין טעלעסקאופס אדער מיקראסקאופס, זייער סוד וועט בלייבען באהאלטען פונעם אויג אפילו ווען מען זעהט זיי פנים אל פנים מיט די אייגענע אויגען.
די עשרת השבטים זיכט מען נישט אויף Jewishgen אדער ancestry.com
וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).
זיי האבען מיר געברענט אלטע CIA מאפס (אלטע, ווייל געזעצליך דארף עס זיין outdated) פון דריי לענדער (China, Tibet, Nepal), וואס די הרי חושך איז אויסגעשפרייט אין די דריי לענדער; און די מאפס זענען געווען א אינטש גרויס פאר יעדע מייל; האביך געטראפען אפשר 50 פלעצער (טייכען אדער שטעט) מיט זייער ענליכע נעמען ווי סאמבאטן, סאמבאט, וכו'.
אלטע זכרונות.
כ'דערמאן מיך אז מען האט דערציילט אז אין סאודי אראביע (אדער גאר אין תימן) איז דא שטעטל, ערגעץ טיעף אוועק פונען ים, וואס זיי לעבען נאך היינט א באזונדערע לעבען, און דער וועלט האט צו זיי נישט קיין צוטריט (פארוואס ווייס איך נישט).
אזוי אויך געדענק איך אז ווען כ'האב זיך אריין געלייגט אין טיבעט (איין גענומען פון כינע אין תש"ט), אז ביז שנת תש"ט, דאס הייסט ביז 64 יאר צוריק איז זייער הויפט שטאט לעהאסע (Lhasa) געווען פארשפארט פון דער וועלט פאר איבער 2500 יאר, אין יוצא ואין בא. אבער נאכען ליינען זייער לעבען'ס שטייגער און דער עיקר וועגען זייערע אכזריותדיגער אויף פירונג (דער היפך פון רחמנים בני רחמנים), האבען זיי מיר נישט אויס געזעהן צו זיין בני אברהם, יצחק, ויעקב, כאטש מען האט דערציילט פון זיי אז זיי האבען פארשידענע אידישע מנהגים.
SPUSMN האט געשריבן:וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).
אבער דאס דערמאנט מיר אז דער מסבב כל הסיבות האט געמאכט אז איך זאל באקומען מיין ערשטע ספר א מתנה פאר זיך פארהערען משניות אויף אויסענווייניג (אין באבובער קעמפ אין פערנדעיל), דאס ספר "קול מבשר" פון רבי שמעון האראוויץ הי"ד (ראש המקובלים בית א-ל) וואס איז געפארען צוזאמען מיט רבי צדוק תימן'ער זיכען די עשרת השבטים, און האט באשריבען די עשרת השבטים און זיינע נסיעות אין דער ספר. http://www.hebrewbooks.org/20732
2nd ריקוועסט פאר גוגל מאפעס פון די ברי החושך אזוי אויך אינפארמאציע וואס עס טוט זיך אין די בערג און אויב מען קען אהינגיין (אפשר קעמיר אראנזשירען א טור פון חכמי מורשת נהר סמבטיון...)
פון דעם פיוט אין יום שבת קודש הוא(?) וואס מען זינגט סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר יוכיח בו מנוח, זעהט אויס אז אין יענע צייטן האט מען געוואוסט דערוועגן, און דאס האט געדינט ווי אן איבערווייז פאר די אפיקורסים.