ישלהוסיף האט געשריבן:א אינטרעסאנטע באמערקונג האב איך אויפגעפאסט ביים זאגן די קינות, וואס פונעם פיוט איז משמע אז ווען יאשיהו המלך האט באהאלטן דעם ארון אלקים, האט ער נאר באהאלטן דעם ארון און נישט די כרובים, ער האט איבערגעלאזט די כרובים אין קדש הקדשים, שפעטער ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן האט עמון און מואב אריין אין קודש קדשים און צוגענומען די כרובים.
ס'איז א אינטרעסאנטע ידיעה וואס איך האב נישט געזען מ'זאל דאס האבן אויסגעשמועסט.
די מכוון איז לכאורה אויף די כרובים וואס זענען געווען אויף די ווענט, כמבואר ביומא נד.-: