ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

SPUSMN האט געשריבן:ביזט א בחור? פארוואס נאר א חצי נחמה, פארוואס נישט א גאנצע נחמה? נישט אז דער אוהחה"ק האט אן אייניקעל נחמה.

ער האט געהאט אן 'איר' אייניקל נחמה, בינעך נאר אן אייניקל פון די ווייבס זייט פון נחמה איז עס לכאורה נאר א חצי
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ניק ניק האט געשריבן:
bobke האט געשריבן:אויף אראפ דארף זיין אסאך מער ווי דאפעלט, חוץ אויב די געבסט נאר 4 קינדער פאר א קאפעל אין עווערעדש

איך האב געלייגט 2 קינער פער מענטש, זיך רעכענען דיג זיך מיט די וואס האבן חלילה נישט געהאט קיין קינדער און די הריגות וואס זענען געווען במשך הדורות, וואס די הריגות איז לכאורה די סיבה פארוואס ס'נישט דא היינט אפי' קיין 80 מיליאן אידן (אפי' פרייע)

ה' ינקום דמם ונקם ישיב לצריו במהרה דידן אמן

קוק אריין אין מדרש איכה וויפיל אידען האבען בימים ההם געוויאונט אין ירושלים, וויפיל זענען אויסגעהארגעט געווארען, וכן הרוגי ביתר ועוד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

geek האט געשריבן:שמן למאור האט עס מיר געטראפן http://goo.gl/HH1u9
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


שלום עליכם כל טוב, ווייסטו אפשר צו דער הייליגער ש"ך האט געהייסען כהן (קאהן) ?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע

לכאורה דארפסטו דא אנפרעגן
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

משפחת לוירא הידוע בארה"ק, אייניקלעך פון רבי שמואל לוירא ז"ל (באקאנט פאר יעדן), קען איינער אפשר ארויפברענגן זיין יוחס ביזן מהרש"ל ?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איז עס נישט לוריא?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


משפחת זעלפריינד

אבער דער ש"ך איז למיטב ידיעתי נישט געווען קיין כהן מיוחס!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

msp האט געשריבן:איז עס נישט לוריא?

יא, גערעכט.
רצונינו לעשות רצוניך.
Mayer
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 4:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mayer »

איך האלט שוין לאנג וועיגן די אלע חשבונות, אז רוב גוים שטאמען פןן אידן עס איז נישט מעגליך פון האבן אזויפיל זיידעס זאל נישט אריינפאלן א איד , ליידער ליידער פין גלות בבל די ערשטע אלט אין איין פאלן שטיקער פון כלל ישראל, אין ווי זענען זייערע אייניקלעך? נאר זיי האבין זיך אויסגעמישט מיט די גוים אין די אייניקלעך האבן נישט קיין אנונוג אז איינס פון זיינע טויזענט זיידעס איז אויך א איד.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

און נאך דערצו די אייניקלאך פון די מאראנען וואס זענען פארשפרייט איבערען וועלט, און זיי ווייסען נישט אז זיי שטאמען פון אידען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

וויפיל קינדער האבען איבערגעלעבט די קריג (אין קיסטליכע הייזער) אן האבען א השגה אז זיי זענען בכלל אידען אדער אייניקלעך וואס 'ווייסען' אז זייער זיידע איז געוועהן א איד, אין דאס איז אלעס וואס זיי ווייסעון איבער זיין א איד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בוידעם האט געשריבן:משפחת לוריא הידוע בארה"ק, אייניקלעך פון רבי שמואל לוריא ז"ל (באקאנט פאר יעדן), קען איינער אפשר ארויפברענגן זיין יוחס ביזן מהרש"ל ?


רבי שמואל לוריא דומ"ץ בצפת בן
רבי אהרן יוסף לוריא מצפת בן
רבי משולם זוסיא מרוסיא בן
רבי יחיאל לוריא בן
רבי יעקב אהרן לוריא ממינסק בן
רבי יהודה יודל לוריא בן
רבי דוד לוריא בן
רבי משה לוריא בן
רבי אהרן לוריא בן
רבי ברוך בענדיט לוריא בן
רבי זאב וואלף לוריא בן
רבי יחיאל לוריא בן
רבי אברהם לוריא בן
רבי זאב וואלף לוריא בן
רבינו שלמה לוריא זצ"ל הנודע כהמהרש"ל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

בוידעם האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


שלום עליכם כל טוב, ווייסטו אפשר צו דער הייליגער ש"ך האט געהייסען כהן (קאהן) ?

דער ש״ך האט געהייסן כ״ץ ר׳ שבתי ב״ר משה כ״ץ . די ספר האט ער א נאמען געגעבן ש״ך לויט שי ר״ת שפתי כהן
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום דינסטאג מארטש 20, 2012 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

איטשע האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


משפחת זעלפריינד

אבער דער ש"ך איז למיטב ידיעתי נישט געווען קיין כהן מיוחס!

איך ווייס נישט וואס ס׳איז שייך צו זאגן נישט קיין כהן מיוחס אויפן הייליגן ש״ך
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

איטשע האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


משפחת זעלפריינד
איטשע האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע


משפחת זעלפריינד

אבער דער ש"ך איז למיטב ידיעתי נישט געווען קיין כהן מיוחס!

בכלל וואס איז דער למיטב ידיעתי טייל אונז מיט פון ווי די נעמסט אזעלכע אינטרעסאנטע ידיעות איבער דעם הייליגן ש״ך
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איז דער ש"ך נישט געווען א ראפאפארט?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

msp האט געשריבן:איז דער ש"ך נישט געווען א ראפאפארט?


1. דער שארית יוסף איז מקובל איז געווען אן אייניקל פון עזרא הספר
2. דער סמיכת חכמים איז מקובל געוען אן אייניקל פון עלי הכהן
3. דער שער אפרים האט געהאט א מגילת יוחסין ביז'ן בית שני דור אחר דור כהנים


דער ש"ך איז געווען א כהן, ווי עני אנדערע כהן חזקה וואס די געפינסט היינט אין בית המדרש - זייענדיג א מפורסם מאכט עם נישט מער כהן ווי אן אנדערע
דער יחוס רפאפורט איז הערשט אויפגעשווימען אי די ת"ר אין דאס לכאורה מיוסד אויף א מגילת יוחסין - וואס איז נישט קלאר ווי אקוראט ואון ווי פארלעסליך עס איז - וואס דארט איז געשטאנען געשריבן אז זיי צוען זייער יחוס ביז עזרא - וואס יא דער קונטרס הספיקות איז אויך געווען פון די משפחה און אויף עם איז יא דא עפעס א קבלה, - הגם א מקור פאר די קבלה וואלט געווען א שיינע זאך.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ביי די ספרדים יאווען זיך אסאך אלס כהנים מיוחסים...
און אפילו ביי זייערע גדולים
א שטייגער ווי ר׳ משה הכהן חלפון פון ג׳רבא בעל שואל ונשאל האט זיך געהאלטן אלס א כהן מיוחס לעזרא הסופר....
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

גיי הייב דיך אן מיט א ספרדי וואס טענה'נט ער איז א כהן ,חמירא סכנתא מאיסורא...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א כהן מיוחס במלוא מובן המילה, איז איינער וואס האט א אטענטישע מגילת יוחסין דור אחד דור ביז אהרן הכהן!
די היינטיגע כהנים מיוחסים, וואס האבן בקבלה אז זיי זענען אייניקליך פון עזרה הסופר אדער עלי, זענען נישט קיין "עכטע כהנים מיוחסים", והא ראיה זיי גייען נישט מאנען "מתנות כהונה"! עס איז נאר אזא מין געשאקקייט דערין, דאכציך אז דער צאנזער רב שרייבט שוין, אז די היינטיגע כהנים מיוחסים זענען נישט קיין גרעסע מיוחסין פון כהני חזקה...

אבער פון איינע וואס האט צו טוען מיט נערווען/חומרות לגבי פדיון הבן, קען גיין צו א כהן מיוחס, וואס בדרך אגב קען זיין אן ערשט קלאסיגע חלל - זייענדיג א כהן מיוחס.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

כ"ה תברכו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער וועלט זאגט (און עס איז געדריקט און הונדערטער היינטיגע יחוס בריוולעך) אז רבי עקיבא הכהן מאובן ישן וואס האט געלעבט מיט איבער 500 יאר צוריק (און איז, by law of probability, א זיידע פון אונז אלע) האט געהאט 25 קינדער, צוועלף זוהן און 13 טעכטער, און 12 טעכטער האבען חתונה געהאט מיט כהנים, און דער 13טע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א לוי, דער זיידע פונעם של"ה הקדוש. איז האט מען געזאגט אויף אים "כה" תברכו, ווייל ער פלעגט ארויף גיין דיכענען מיט זיינע זוהן און איידעמער, צוזאמען 25 כהנים כמנין "כה".

ווייסט איינער די ערשטע מקורות פאר דעם? אויך, למיטב ידיעתי, ווייסען מיר היינט נישט פון מער ווי 2-3 זוהן זיינע, און דאס, אפשר אויך נישט.

אויך זאגט די וועלט אז דער בעש"ט הקדוש האט אנגעוויזען אויף דריי משפחת מיוחסים, ראפופארט'ס ביי כהנים, הורווויץ ביי לויים, און שפירא ביי ישראלים. ווייס איינע דער מקור פאר דער מעשה?

אויף זאגט דער וועלט אז דער דברי חיים איז געווען א בכור, און זיך אויס געלייזט ביי מערערער כהנים ביז ער איז אן געקומען צו א ראפופארט, ונח דעתו. ווייסט איינע א מקור פאר דעם?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איטשע האט געשריבן:א כהן מיוחס במלוא מובן המילה, איז איינער וואס האט א אטענטישע מגילת יוחסין דור אחד דור ביז אהרן הכהן!
די היינטיגע כהנים מיוחסים, וואס האבן בקבלה אז זיי זענען אייניקליך פון עזרה הסופר אדער עלי, זענען נישט קיין "עכטע כהנים מיוחסים", והא ראיה זיי גייען נישט מאנען "מתנות כהונה"! עס איז נאר אזא מין געשאקקייט דערין, דאכציך אז דער צאנזער רב שרייבט שוין, אז די היינטיגע כהנים מיוחסים זענען נישט קיין גרעסע מיוחסין פון כהני חזקה...

אבער פון איינע וואס האט צו טוען מיט נערווען/חומרות לגבי פדיון הבן, קען גיין צו א כהן מיוחס, וואס בדרך אגב קען זיין אן ערשט קלאסיגע חלל - זייענדיג א כהן מיוחס.


איך אלס כהן, ענטפער איך אז באמת זענען דען די ישראלים יא ישראלים מיוחסים?... אולי ביזטו גאר א שפאניאל אדער א מאדיאר.... אלא מאי פארלאזט זיך אויף חזקה ....
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווייסט דאך דער מעשה וואס מען פארציילט מיטען דברי חיים און אבני נזר בענין חזקה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”