מקור און היסטאריע פונעם מנהג "הדלקה" ל"ג בעומר במירון
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פאר די וואס פרעגן פארוואס ביאאן האט די הדלקה און נישט סאדיגער וועל איך דא אפשרייבן א שטיקל היסטאריע לבית רוזין, און מען דארף זיך אסאך לערנען פון דעם
ווען דער ערשטער סאדיגערער רבי איז אוועק דער זון פון רוזינער, זענען ביידע קינדער געבליבן אין סאדיגער און דארט געפירט דאס רבנות, דער פחד יצחק און דער סאדיגערער, אבער כדרכן של חסידים איז דאס נישט געווען אויף א שטילן וועג און די מחלוקת האט אנגעהויבן צו ווערן שטערקער אין שטאט, האט מען געברענגט דעם סאמבער רב זאל זיין דער בורר צווישן די צוויי ברודער.
ער האט באשלאסן אז ער וועט צוטיילן די ירושה אויף דעם וועג, ווער ס'קען אויסצאלן די ערשטער פארן צווייטען ער וועט בלייבן אין שטאט סאדיגער און דער צווייטער וועט דארפן זוכן א נייע פלאץ, אבער ער וועט באקומען בשכר זאת דאס נשיאות פון כולל ואהלין רמבעה"נ.
אין יענע יארן האט נשיאות כולל ואהלין גארנישט געמיינט נאר א טיטל, אבער די רוזינער שול אין ירושלים און די זכות ההדלקה האט באקומען דער נשיא כולל ואהלין,
דער סאדיגערער האט געהאט מער חסידים מיט געלט ווי דער פחד יצחק האט ער די ערשטע באצהלט פאר דעם שטאט סאדיגער און דער פחד יצחק איז אריבער אויף ביאאן, ער איז אבער געבליבן מיט די תפארת ישראל שול (ניסן ב"ק), און מיט די הדלקה אין מירון.
יארן שפעטער איז געווען די מלחמה און פון סאדיגער איז גארנישט געבליבן ליידער, אבער פון ביאאן איז געבליבן די ארץ ישראל'דיגער עולם און אזוי איז היינט ביאאן א גרויסע חסידות און סאדיגער נישט,
אמאל איז שלעכט אויף די מינוט אבער יארן שפעטער זהעט מען אז אלעס איז לטובה

דאס גאנצע "באלאנגען" איז היפך ממנהג ההדלקה ודו"ק
און אז די וועסט זעהן די מקורות, און וויאזוי ס'איז געווארן צום פארקויפן, און בכלל איז דאס געבוירן געווארן אז דער קויפער זאל אויסהאלטן ציון הרשב"י וכל הנלוים וכו', איז אבער ווי א קלוגער איד האט געזאגט נאך א מזל א דער געבער נעמט כבוד ווייל ווען נישט ווער וואלט געגעבן
איז אז געבן איז געבונדן מיט בהמישקייט ווערט א שעטנז, אבער ווען דער וואס האט נישט קיין געלט קוקט ארויף אויף אידן וואס געבן געלט אויף בהמישקייט וואס ער האט אליין אויפגעבויט איז וואס קומסטו מיט טענות אז יענער איז א געבונדענער? קוק ארויף אויף דער וואס איז נישט קיין בהמה וועט דער וואס האט געלט אויך געבן נישט מיט קיין בהמישקייט נאר ער וועט געבן פאר אידן וואס דארפן אויף א אופן וואס די תורה הק' דיקטירט

און די מושג דער שטאטס נאמען יא און דער שטאטס נאמען נישט איז פאר אידן וואס פארשטייען אז דאס גיבט זיי סיפוק
אבער דעס אז ערליכע אידן וואס האבן געקלעקט נאך דעם הייליגן שרף פון שטעט ריזינע - תפיסה- סדי'גערי, האבן גענומען א מנהיג כדי צו האלטן א חבורה, האבן ניט געקלערט אז איין נאמען וועט נעמן כבוד פון די אנדערע נאמען וואס די נאמען האט געגעבן כבוד פאר ביידע, אבער די גאנצע כבוד איז געבונדען ווען די נאמען האט א כבוד אן די שם דבר דאן שפילט נאמען בנאמען ונאמר אכירנסו...
ביטע שפילט מיט....
און בכלל זענען די חלוקת הכוללים למיניהם געווען דערפאר וואס אידן האבן געפילט א געוויסע נענטערע קשר צו זייער היימשטאט, אבער אז דער היימשטאט לאזט איבער דע נאמען פאר כבודס וועגן דאן ווער איז נישטא צו נעמן כבוד?
ביטע האלט כבוד להקב"ה הכתר והכבוד לחי עולמים, און גיט כבוד און געלט פאר ערליכע אידן וואס איר אדער אייער נאנטע קענען, און מ'זאל זעהן צו קענען ווי מער ערליכע אידן אפגעשניטן צו עס האט מיט אייך א פערזענליכע שייכות אעיקר ער איז מבני אבותינו און ערליך.

חניוק האט געשריבן:דאס גאנצע "באלאנגען" איז היפך ממנהג ההדלקה ודו"ק
און אז די וועסט זעהן די מקורות, און וויאזוי ס'איז געווארן צום פארקויפן, און בכלל איז דאס געבוירן געווארן אז דער קויפער זאל אויסהאלטן ציון הרשב"י וכל הנלוים וכו', איז אבער ווי א קלוגער איד האט געזאגט נאך א מזל א דער געבער נעמט כבוד ווייל ווען נישט ווער וואלט געגעבן
איז אז געבן איז געבונדן מיט בהמישקייט ווערט א שעטנז, אבער ווען דער וואס האט נישט קיין געלט קוקט ארויף אויף אידן וואס געבן געלט אויף בהמישקייט וואס ער האט אליין אויפגעבויט איז וואס קומסטו מיט טענות אז יענער איז א געבונדענער? קוק ארויף אויף דער וואס איז נישט קיין בהמה וועט דער וואס האט געלט אויך געבן נישט מיט קיין בהמישקייט נאר ער וועט געבן פאר אידן וואס דארפן אויף א אופן וואס די תורה הק' דיקטירט
שיין שטיקל פאעזיע
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
איטשע האט געשריבן:1. פון וואנעט נעמט איר אז דער אר״י הק׳ האט געמאכט אן הדלקה?
2. די חזקה וואס בית ריזין האט איז ״צו קויפן די זכות ההדלקה״! דער הייליגע ריזענער פלעגט יעדעס יאר שיקן א שליח צו קויפן דער זכות ההדלקה. טעכניש וואלט מען עס געדארפט פארקויפן און אויב עס ברענט די באיאנער און דער סאדיגערע צו צינדען די מדורה, זאלן זיי אפקויפן די זכות ההדלקה, ווי זיערע זיידע דער ריזינער האט געטוען, ניין?
ווי מען זעט אין די כתבים פון הגה"צ מבילגורייא זצ"ל האט מען איין יאר געקויפט די זכות ההדלקה פאר הרה"ק ר' יהושע מבעלזא זצ"ל און דאס איז געווען ביי אים א גרויסע חשיבות.
אגב, ווי עס קוקט אויס איז דאס געווען שנת תרנ"א, ווי מען טרעפט אין חבצלת י"ג סיון תרנ"א באשריבן די באזוך פון הגבירה מינדל טולטשינסקי אין טבריא "הגבירה מ. טולטשינסקי בקרה גם את עירנו ותואל להפליא חסדיה עם עניי עירנו", אויך שטייט דארט איבער איר באזוך אין חיפה "ובזה ראויה לתהלה הגברת מינדל טולטשינסקי תי' אשר בעברה דרך העיר הזאת התנדבה מאה פראנק והבטיחה לעזור עוד בסכום קצוב".
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
אין אשכול מירון תשע"ו האט מען געשריבן אז הדלקה בשיכון סקווירא איז גימטריא רבי שמעון בר יוחאי, און אז הדלקה בקרית יואל איז בגימטריא ר' שמעון בר יוחאי. די ריכטיגע הדלקה איז דאך אבער אין מירון, יש לרמז אז הדלקה באתרא קדישא מירון איז בגימטריא לכבוד התנא האל' רבי שמעון בר יוחאי. חושבנא דדין כחושבנא דדין.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
חאצקל פרייליך האט געשריבן:אין אשכול מירון תשע"ו האט מען געשריבן אז הדלקה בשיכון סקווירא איז גימטריא רבי שמעון בר יוחאי, און אז הדלקה בקרית יואל איז בגימטריא ר' שמעון בר יוחאי. די ריכטיגע הדלקה איז דאך אבער אין מירון, יש לרמז אז הדלקה באתרא קדישא מירון איז בגימטריא לכבוד התנא האל' רבי שמעון בר יוחאי. חושבנא דדין כחושבנא דדין.
רבן שמעון בן יוחאי בגימטריא הדלקה במירון בל"ג בעומר חושבנא דדין כחושבנא דדין
- איטשע טבריאנער
- שר מאה
- תגובות: 131
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm
איש חמודות האט געשריבן:חאצקל פרייליך האט געשריבן:אין אשכול מירון תשע"ו האט מען געשריבן אז הדלקה בשיכון סקווירא איז גימטריא רבי שמעון בר יוחאי, און אז הדלקה בקרית יואל איז בגימטריא ר' שמעון בר יוחאי. די ריכטיגע הדלקה איז דאך אבער אין מירון, יש לרמז אז הדלקה באתרא קדישא מירון איז בגימטריא לכבוד התנא האל' רבי שמעון בר יוחאי. חושבנא דדין כחושבנא דדין.
רבן שמעון בן יוחאי בגימטריא הדלקה במירון בל"ג בעומר חושבנא דדין כחושבנא דדין
קומט אויס, אז קרית יואל איז בגימטריא שיכון סקווירא, חושבנא כדין כחושבנא דדין.
בנוסף צו עטליכע כוללים מיט וואס סקווירא איז געבענטשט...
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
חיימ'ל האט געשריבן:וועלכע חסידישע רבי האט די ערשטע געפראוועט א הדלקה?
וויפיל איך ווייס איז דאס געווען הרה"ק רבי נחומ'טשע ראחמיסטריווקער וואס האט געהאט די חזקה אויף די הדלקה אין מאה שערים.
רבי מאטעלע ראחמיסטריווקער - וועלכער איז נסתלק געווארן בשנת תר"פ - פלעגט שוין אויך פראווענען אן הדלקה אין ירושלים.
אגב, רבי מאטעלע איז קיינמאל נישט געפארן קיין גליל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
א באריכט פון חוה זעלצער בת ר' יהודה ליב זעלצער רב בפעטערסאן, משנת תר"פ 1920 איבער די מצב אין מירון בל"ג בעומר
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
חיימ'ל האט געשריבן:וועלכע חסידישע רבי האט די ערשטע געפראוועט א הדלקה? הרה"ק הרדצ"ש מלעלוב היה נוסע לההדלקה במירון און ער האט געפראוועט דארט אסאך
וויפיל איך ווייס איז דאס געווען הרה"ק רבי נחומ'טשע ראחמיסטריווקער וואס האט געהאט די חזקה אויף די הדלקה אין מאה שערים.
א חזקה? איינער פון די אייזנבאך'ס פלעגט איהם אפקויפן די זכות פון די הדלקה אין די אונגערישער הייזער.
------
אגב: זה תשובה למי שכתב לעיל שלא היו עושין הדלקות בירושלים רק אצל ציון שמעון הצדיק... מכאן רואין שכן היו הדלקות אחרים.
אין חו"ל [וה"ה בארה"ק אצל הקהלות שנתייסדו אחר העלייה המונית שאחרי המלחמה] איז טאקע נישט גיווען בכלל ביז ממש לעצטענס, ס'האט געהייסן אן ארץ ישראל'דיגע יו"ט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
די גרעסטע ראיה אז ס'איז כמעט נישט גיווען איז אז אין די ספה"ק וואס גייען עפ"י סדר הפרשיות [דהיינו ספרים וואס זענען געשריבן געווארן לויט דב"ק וואס מ'האט דעזאגט ברבים לאפוקי בני יששכר והדומה לו] טרעפט מען כמעט גארנישט אויף ל"ג בעומר... משמע שלא היה טיש'ן.
כאמור לעיל איז כמעט נישט גיווען קיין עסק אמאל פון ל"ג בעומר בחו"ל, היה מקומות שיצאו לשדות אם פיילן בויגן והיה איזה פארברענג [בפרט אצל הילדים] אבל לא יותר מזה.
בר יוחאי טרעפט מען יא אין עטליכע מקומות אז מ'האט געזונגען אבער אויך שוין מער אין די שפעטער יארן
כאמור לעיל איז כמעט נישט גיווען קיין עסק אמאל פון ל"ג בעומר בחו"ל, היה מקומות שיצאו לשדות אם פיילן בויגן והיה איזה פארברענג [בפרט אצל הילדים] אבל לא יותר מזה.
בר יוחאי טרעפט מען יא אין עטליכע מקומות אז מ'האט געזונגען אבער אויך שוין מער אין די שפעטער יארן
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
דאס וויל איך טאקע קלאר שטעלן, אויב חוץ ראזוואדאוו [ויו"ח] איז געווען אפילו איין טיש ערגעץ.
כ'האב טאקע אויך געוואלט פרעגן וועגן זינגען בר יוחאי, וואו און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן, איז דאס שוין געווען אין חוץ לארץ פאר די קריג ערגעץ?
בר יוחאי איז טאקע פון ר' שמעון לביא ממגורשי ספרד, דער ספר איז אבער די ערשטע מאל געדרוקט געווארן אין תקנ"ה אין איטאליע.
כ'האב טאקע אויך געוואלט פרעגן וועגן זינגען בר יוחאי, וואו און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן, איז דאס שוין געווען אין חוץ לארץ פאר די קריג ערגעץ?
בר יוחאי איז טאקע פון ר' שמעון לביא ממגורשי ספרד, דער ספר איז אבער די ערשטע מאל געדרוקט געווארן אין תקנ"ה אין איטאליע.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
בראשית ברא האט געשריבן:דאס וויל איך טאקע קלאר שטעלן, אויב חוץ ראזוואדאוו [ויו"ח] איז געווען אפילו איין טיש ערגעץ.
כ'האב טאקע אויך געוואלט פרעגן וועגן זינגען בר יוחאי, וואו און ווען האט זיך דאס אנגעהויבן, איז דאס שוין געווען אין חוץ לארץ פאר די קריג ערגעץ? עס זענען פארהאן ניגונים פון חסידישע הויפן אויף די זמר, לדוגמא וויזניץ, סטרעטין אין באבוב
בטשערנאביל שרו בר יוחאי/נחמני בהילולת המגיד מטשערנאביל זעהט מען עכ"פ אז מ'האט געהאט די פיוט.
לגבי די ניגון הפורסם יש אומרים שזה ששרו בניגונים אחרים משמע שלא ידעו משיר הידוע כהיום.
בר יוחאי איז טאקע פון ר' שמעון לביא ממגורשי ספרד, דער ספר איז אבער די ערשטע מאל געדרוקט געווארן אין תקנ"ה אין איטאליע.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
די טיש אין סקווירא כהיום איז לכאורה קרעדיט פון אדמו"ר מראחמיסטריוקא שליט"א.
די ערשטע ל"ג בעומר נאך זיין חתונה [קוים צוויי חדשים] האט ער זיך שטארק געבענקט צו ארץ הקודש אין אתרא קדישא מירון ווי ער איז גיווען צוגעוואוינט אלץ ירושלימער בחור, ס'דא א בריוו מלא געגועים וואס ער שרייבט צום טאטן זצ"ל ווי ער פראבירט זיך מצייר זיין ווי מ'האלט כדאי צו מיטהאלטן מריחוק מקום.
כשהיה בביהמ"ד לפני שחרית אחוז שרעפים בחושבו על ירושלים ומירון נכנס איזה אדם לביהמ"ד ושאלו וואס זענען די ליכט דא? האט זיך די רבי צושריגן מיט ווייטאג "קראקא רב'ס יארצייט!" הכוונה על הרמ"א שיו"ד דיליה חל ג"כ היום, ס'האט איהם אזוי שטארק געבאדערט שאינם יודעים כלל מל"ג בעומר...
כעבור כמה שנים והרבי התחיל לנהל עדת קדשו בב"פ [היה מראשונים שערך ל"ג בעומר טיש בב"פ] ביקשו ממנו שיעשה הדלקה אמר אז ס'אז א ארץ ישראל'דיגע זאך ואינו שייך לכאן... כשהפצירוהו אמר שאינו רוצה לעשות נייע זאכן וואס קיינער טוט נישט... למעשה כהיום איז ער פון די איינציגסטע וואס מאכן נישט.