מקור און היסטאריע פונעם מנהג "הדלקה" ל"ג בעומר במירון

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

מקור און היסטאריע פונעם מנהג "הדלקה" ל"ג בעומר במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

עמעצער קען אפשר אפירברענגען ווען און וויאזוי עס איז נשתרבב געווארן די מנהג הדלקה אצל מערת רשב"י?

איך האב אביסל אפירגעזוכט דא און דארטן, און איך האט געטראפן אין אסאך פריערדיגע ספרים אז ס'איז געווען א מנהג צו מאכן א הדלקה ביים קבר פון שמואל הנביא, ווי אויך פלעגט מען דארט מאכן די חאלאקע פאר די קינדער, און שפעטער האט זיך עס אויפגעהערט צוליב וואס די מקום איז אריבער בידי הגוים.

אולי איז עס פון דארט אריבער צו רשב"י?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער בני יששכר רעדט שוין פון הדלקות ל"ג בעומר
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אינו מוכרח אבל במשמע מלשון נרות "ומאורות".
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ס'איז דא א ספר "אהבת ציון" (הגה"ח ר' שמחה ב"ר יהושע מזאלאשיץ זצ"ל) מבני פמלייתו של הרה"ק רבי נחמן מהורדענקא זי"ע, ווי ער לייגט אראפ זיין באזוך אין מירון, און ער שרייבט בתוה"ד וז"ל "ואצל כיפה ר"ש עמוד של חמה ועליו כמין ספל גדול ששופכים לתוכו שמן ומטילין לתוכו בגדים וכתונות של צמר גפן או פשתן ומדליק בהם ומאיר האור על כמה פרסאות". וכן הביאו כותבי הדורות למיניהם, ואכמ"ל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז דא סך א פריערדיגע מקור
דער ברטנורא איז געווען אין ארץ ישראל ערגעץ אין די מיטעלע ר' יארן, און ער דארמאנט דעם מנהג, אבער נאר אין מירון,
דער בני יששכר דערמאנט נישט קיין הדלקה, נאר 'נרות ומאורות', ענליך צום ספרדישן מנהג....
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

דער ברטנורא האט עס געשריבן אין שנת רמ"ט, אז ביים קבר פון שמואל הנביא מאכט מען א הדלקה, וז"ל: "קברו של אדונינו שמואל הרמתי הוא עוד היום ביד היהודים, ובאים להשתטח שם בכל שנה ושנה בכ"ח באייר, ביום מיתתו, מכל הסביבות. ומדליקין עליו אבוקות גדולות מלבד מה שמדליקין עליו נר תמיד, ורמז מצאו (שמואל א' ג' – ג') ונר אלקים טרם יכבה ושמואל שוכב בהיכל ה'".

די קבר פון שמואל הנביא איז אריבער בידי הגוים בערך 100 יאר שפעטער אין שנת ש"ל, דעריבער האב איך א קלער אז אולי איז עס משם נשתרבב געווארן צו קבר הרשב"י, או אפשר שבזמנים הללו איז אזוי געווען די מנהג ביי אלע קברי צדיקים.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גערעכט, אינעם ארגינעלן בריוו פון רע"ב שרייבט ער דאס אויף שמואל הנביא, שפעטרדיגע ספרים זענען מעתיק דעם בריוו גאר אויף מירון וקבר הרשב"י בל"ג בעומר....
(הריא"ז מרגליות ברענגט אויך דעם בריוו בשמו אין זיין ספר הילולא דרשב"י, והוא טעות גמור
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די מנהג פון צינדן הדלקה אין מירון ווערט געברענגט אין חתם סופר אין שואל ומשיב (זיי האבן טענות פארוואס מען פארברענט בגדים), און אויך אין שו"ת תורה לשמה.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

אין "דער איד" די וואך איז דא אן ארטיקעל דערוועגן איך האב עס נאכנישט געליינט אבער קען זיין אז דארט שטייט עפעס מער וועגן די הדלקות
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:די מנהג פון צינדן הדלקה אין מירון ווערט געברענגט אין חתם סופר אין שואל ומשיב (זיי האבן טענות פארוואס מען פארברענט בגדים), און אויך אין שו"ת תורה לשמה.


א גאנץ ספר דערוועגן (שריפת בגדים בהדלקת רשב"י במירון) מהגה"צ ר' שמואל העליר אב"ד צפת (זקינו של כ"ק אדמו"ר מתולדת אהרן בעל דברי אמונה זצ"ל)

http://www.hebrewbooks.org/1671
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויף 'ספרים בלוג' א גאנצע מאמר בענין די מקורות פון א סאך מנהגים ל"ג בעומר
בתוך הדברים דערמאנט ער אויך די מנהג פון הדלקה און פון וויא דאס האט זיך גענומעם

http://seforim.blogspot.com/2011/05/pri ... igins.html
the SCY is the limit
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

די אלע וואס ברענגען דעם חתם סופר, בני יששכר וכו' וכו', דאס אלעס איז באקאנט, און דאס איז געווען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט (שנות הת"ק).

עס איז זיכער שוין געווען אסאך פארן בני יששכר און חתם סופר, איך זיך די "מקור" פון ווי עס האט זיך אנגעהויבן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב אין אנ'אנדער געזעהן אז עפעס אנ'אויבער חכם זאגט
אז דער מנהג נעמט זיך פון אנ'אלטע דייטשע אבערגלויבען...
היתכן?
ווי קען דאס זיין?
רבותינו הקדושים האבען דען א טעות געמאכט?
און בכלל איז שווער אז די ספרדים האבען דאך אויך אזוי נוהג געווען
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אויף דער איד עפרא לפומיה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ארויף.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאטמארער חסידים זענען באקאנט מיט די ווערטער וואס מרן זצ"ל שרייבט אין "על הגאולה" איבער א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אום ל"ג בעומר אין מירון, וכה דבריו ז"ל:
בילד


היצטערט האט ר' הירשל ציג מפרסם געווען צוויי באריכטן פונעם "מארגן זשורנאל" פון שנת תרע"א וועלכע באריכטעט טאקע דעם טראגעדיע פילפארביג, מיט נעמען פון די אומגעקומענע רח"ל.
זיבען טויט און דרייסיג פארוואונדעט, היל"ת, אין מירון אין תרע"א

נאך אינפארמאציע איבער די טראגעדיע קען מען לעזן דא

קברים פון די אומגעקומענע בסביבות ציון הרשב"י אין מירון:
בילד
אטעטשמענטס
Lag Bomer.png
בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דוד »

נאטרוליסט האט געשריבן:1) אין תולדות אהרן איז קיינמאל נישט געווען קיינע הדלקות אין מירון.
עס איז א נייע דערהער.

2) גראדע דער דערהער פון הדלקות אין מירון איז אויך א "נייע" זאך פון 500 יאר צוריק בערך.

3) אין די ערשטע 1200 יאר וואס רבי שמעון איז נטמן געווארן איז נישט באקאנט דער מנהג. נאך 200 יאר צוריק שרייבט דער חתם סופר גאנץ שארף קעגן דעם מנהג קדוש.


לידיעה בעלמא די צושפרייטונג פון הדלקות ווי אזוי דאס איז געגאנגען

די גאנצע זאך ווי א הדלקה אין מירון האט אנגעהויבן דער אר"י הקדוש, אבער בימיו איז די הדלקה נאר געווען אין מירון ביים ציון און אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז פאר 100 יאר צוריק לערך ווען נאר בלויז אין מירון איז געווען א הדלקה.

נאכדעם וואס די פרייע האבן אנגעהויבן צו איבער נעמען מירון ווען די חובבי ציון זענען געווען די רוב, האבן אסאך אידן נישט געוואלט קומען אויף מירון און נאכמער איז עס געווען נאך די באוויסטע צוזאם פאל פון דעם דאך ביומא דהילולא תרע"א, ווען אסאך פרומע אידן זענען מער נישט געקומען אויף מירון האט מען אנגעהויבן צו צינדן א הדלקה ביים ציון פון שמעון הצדיק אין ירושלים, ביז תש"ח ווען דער ציון איז אריין אונטער די ירדנער רעגירונג און דענסמאל האט זיך שטארק צושפרייט די מושג פון צינדן הדלקות אין א"י לאורכה ולרחבה.

אין די יארן פון תש"ח ביז תשס"ב זענען זייער ווייניג היימישע אידן געפארן אויף מירון, פון תש"ח ביז תשל"ד זענען ממש נאר געציילטע געפארן, די חסידי ביאאן און קארלין זענען געפארן, ווען ביאאנער רבי האט געצינדן ביינאכט און קארלין ביי חצות און דאס זענען געווען די איינציגע 2 הדלקות אין מירון, אין די יארן איז קיינער נישט געפארן אויף מירון וואס איז ליידער געווען א מערת פרצים, ס'איז נישט געווען קיין מחיצה אין חצר און אויך נישט אין מערה, און דארט איז געווען א חג פאר געריל'ס, מען האט געשאכטן לעמעלך און מען האט געמאכט על האש און ס'איז געגאנגען א רויך

תשל"ד נאך די יום כיפור מלחמה האט מען אנגעהויבן מער צו קאנטראלירן די צוזאמקום ווייל מען האט מורא געהאט פון סיריע וואס איז נישט ווייט פון מירון, און אזוי האבן די ערליכע אידן שטאטליך אנגעהויבן צו איבער נעמען קאנטראל פון מירון, צום ערשט האט מען געמאכט א מחיצה אין מערה און נאכדעם סוף די מ"ם יארן האט מען געמאכט א מחיצה אין חצר, אנהייב די נו"ן יארן האט מען געמאכט די ערשטע דרך מהדרין נאר פאר פרויען, און תשס"ב האט מען געמאכט די יעצטיגע דרך מהדרין.

תשל"ה האט דער רב הראשי געוואלט צונעמען די הדלקה פון ביאאן און די פאליציי האט פראבירט צו פארמאכן דעם שטח אבער די מלחמה פון ביאאן איז געווען זייער שטארק און דער רב הראשי האט נישט געקענט צינדן האט ער געצינדן די הדלקה ביי חצות,

דער איינציגער פון די קנאישע קרייזן וואס איז געפארן אויף מירון איז געווען דער גאב"ד רמ"א פריינד זצ"ל וואס ער פלעגט יא קומען צו פארן אויף מירון נאכמיטאג ווען די גאנצע פריצות איז שוין געווען שוואכער, די יונגעלייט זענען נישט געגאנגען פון די וועג ווי אלע זענען געגאנגען זיי זענען געגאנגען פון דרך מגידו, דאס איז ביים נחל מירון און פון דארט זענען זיי געקראכן אויף שטיינער און ביינער און אזוי אנגעקומען צו מירון נעבען דעם ציון פון בית הלל, אבער ווי געזאגט אויסער עם איז קיינער נישט געקומען, נישט תולדות אהרן נישט דושינסקי, קיינער נישט (עכ"פ נישט אפציעל, און בחורים איז געווען יהרג ואל יעבור דאס איז געווען די גרעסטע חטא וואס א בחור אין א"י האט געקענט האבן).

דער גאב"ד איז געפארן ווי געזאגט נאכמיטאג און ער האט געהאט די דאך ווי דארט האט ער געפראוועט די ריקודין של מצוה אבער נישט אנגעצינדן קיין הדלקה איינער פון די וואס זענען יערליך געפארן מיטן גאב"ד איז געווען דער היינטיגער תוא"י רבי וואס איז זייער נאנט געווען צו עם, דער גאב"ד איז נפטר געווארן אלול תשנ"ו און תו"א רבי איז נפטר געווארן כסליו תשנ"ז, ל"ג בעומר תשנ"ז איז דער נייער רבי תוא"י רבי געפארן אויף מירון און האט ממשיך געווען צו טאנצען אויף דעם דאך (נישט דער ערשטער דאך ווי די הדלקה איז, נאר דער צווייטער דאך ווי היינט איז דארט דא א בית מדרש), תולדות אהרן איז תשנ"ז נישט געקומען אויף מירון, און אין יענע יאר האט נאך קיינער נישט געצינדן קיין הדלקה אין מירון אויסער די 3 ביאאן קארלין און דער רב הראשי, אויב מיין זכרון געדענקט גוט איז תולדות אהרן רבי געקומען דאס ערשטע מאל אויף מירון ל"ג בעומר תש"ס, אבער דאס איז געווען בזעיר אנפין, ווייל תולדות אברהם יצחק האט געהאט די זאך אלעס איז געווען ביי עם יענע יארן.

תשס"ב ווען מען האט געבויעט דעם דרך מהדרין איז צבי מיכל העעלער מיט נאך עטליכע עסקני תו"א אנגעקומען ל"ג בעומר נאכמיטאג און זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען טאנצען דאס יאר אין די ליידיגע לאט אונטער די מערה וואס איז נאך געווען זאמד, זיי האבן באגאסן די גאנצע לאט מיט וואסער אז די זאמד זאל נישט ארויף קומען און תו"א רבי איז דארט אנגעקומען טאנצען.

תשס"ג האט מען געבויעט דעם בית המדרש אויפן דאך און תוא"י האט שוין נישט געהאט דעם דאך, אויב געדענק איך גוט איז יענעס יאר געווען דאס ערשטע מאל וואס תו"א האט אנגעצינדן א הדלקה אין מירון, און פון דענסמאל האט זיך אנגעהויבן די הדלקות אין מירון יעדע שעה א אנדער רבי.

דאס אזי בקיצור אי היסטאריע פון הדלקות, מירון 1 הדלקה, ירושלים 1 הדלקה, ירושלים און גאנץ א"י הדלקות, מירון צענדליגע הדלקות, און יעצט קען מען אנהייבן רעדן פון מנהגים
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

WOW דער בן דוד האט אראפגעלייגט א דזשאב דא!! wow

יעצט פארשטיי איך שוין די שארפקייט פון מהרי"ץ דושינסקי אויף דאס פארן קיין מירון, עס האט מיר פשוט געפעלט די ידיעות פון די פאקטן.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

הערליכע ארבייט, בנוגע די היסטאריע פון מירון, יישר כח.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מיסטעריעז האט געשריבן:WOW דער בן דוד האט אראפגעלייגט א דזשאב דא!! wow

יעצט פארשטיי איך שוין די שארפקייט פון מהרי"ץ דושינסקי אויף דאס פארן קיין מירון, עס האט מיר פשוט געפעלט די ידיעות פון די פאקטן.

בן דוד קלאר ווי אלעמאל.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

יישר כח בן דוד פאר די שיינע באריכט, ואיידי דבבאיאן קמשתעי, אפשר וואלט כדאי געווען צו פארציילן אביסל מער איבער וויאזוי עס איז געלונגען פאר באיאן צו אנצוהאלטן די חזקה אויף די הדלקה, אונדערצייט ווען דער רב הראשי האט לכאורה געהאט שטיצע און הילף פון די מדינה וכדו', און ווי אויך וואס עפעס האט באיאן באקומען די חזקה מער ווי אלע אנדערע גזע'ס מיוצאי חלציו פונעם מלך ישראל דער הייליגער רוזישנער זי"ע, דאכט זיך אז ער איז אפילו נישט קיין באח"ב.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

על פי ירושה באלאנגט דאס פאר סאדיגורא רבי, דער כנסת מרדכי האט נישט געוואלט זיין באנאכט אין מירון וכן נהג אחריו בנו האדמו"ר זצ"ל, ווען דער יעצטיגע סאדיגורא רבי זאל זיך ווען שטעלן אויף דעם קען ער דאס צוריק באקומען, עכ"פ מיט זיך אויס גלייכען איין יאר ער און איין יאר ער, וכן הלוך ושוב. לבי אומר לי אז דאס גייט נאך אמאל געשעהן אויב דער רבי (אדער א הייסע חסיד) זאל זיך בארעכען אז אזוי דארף זיין.

לויט די אקטן און דאקומענטן און אזוי אויך ליגאלע פאפירען קומט דאס פאר'ן סאדיגורא רבי, וועלעכע האט כח הנהגה א זאך וואס זיין טאטע האט נישט געהאט צופיל, ער מישט זיך און אלע געביטען פון זיין חסידות, שטילע און שטאטערהייט בויעט ער אויף א פעסטע חסידות, ביי מלכות רוזין וואס בלויע בלוט שפילט א גרויסע ראלע, א בן אחר בן, איז אסאך ריכטיגע רוזינער חסידים צוריק געקומען צו איהם.

ימים ידברו
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ , בן דוד פארן קלארשטעלן די פאקטען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. פון וואנעט נעמט איר אז דער אר״י הק׳ האט געמאכט אן הדלקה?
2. די חזקה וואס בית ריזין האט איז ״צו קויפן די זכות ההדלקה״! דער הייליגע ריזענער פלעגט יעדעס יאר שיקן א שליח צו קויפן דער זכות ההדלקה. טעכניש וואלט מען עס געדארפט פארקויפן און אויב עס ברענט די באיאנער און דער סאדיגערע צו צינדען די מדורה, זאלן זיי אפקויפן די זכות ההדלקה, ווי זיערע זיידע דער ריזינער האט געטוען, ניין?
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

מיר האבן א קובץ יפה, אבער וועגט צו פיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

אולי יחוס

אבער דאס יא, די הדלקות איז געווען א מנהג יפה אזוי

ווער עס באמערקט געוויסע קברים האט מען געמאכט אזוי ווי ביי ר יוחנן הסנדלר מיט טרעפן ארום און ארום פאר לעכט, און ווען מצינדט לעכט ארום און ארום ווערט א שיינע טורעם פון ליכט, און אויפן שפיץ א שיסל פאר א גרעסערע פייער
דאס האט געמאכט אידן אין תקופת ס ביי אסאך קברים קדמונים, לכבוד וליתר שאת, ווי אויך האט מען געמאכט אז מזאל קענען מאכן זיבן הקפות וכו', דאס האט מען געמאכט ביי ר' אלעזר ר' שמעון ר' יצחק ר' יוחנן הסנדלר און נאך, עס איז געווען א הערליכע מראה אין צפת און אלע ארומיגע בערג ווי עס ברענען לכבודם שיינע הדלקה'לך

דערנאך אויך די פייל און בויגן, די מארישקעס [אור אור אלטע אידן וואס ענדלן צו חכמי המג[ע]רב] האבן זיך געפירט בעת שמחה צו נוצן די געווער שהיו בימים ההם, און ביי די הילולות =זייארא"ס [אפי' היינט באנוצט מען זיך מיט דעם נאמען זעה דא ביי אונז און קרעטשמע]וואס מ'האט געפראוועט האבן זיי דאס גענוצט, כולל לג בעומר.
כהיום איז נאך דאס די מנהג בארצות המגרב ומזרח ביי די חתונות ושמחות בחצרם, און ביי אומבאקאנטע מגרבדיגער אידן שיסן זיי מיט געווער דאן.
אלעס איז מפלאי הבורא ב"ה, דאס אנטוויקלונג פון מנהגים, וכדו', צדיקים האבן אריינגעלייגט רמזים וסיפורים און די ענינים, און געטראפן און א יעדע אופן שמחה וואס די בורא ית' הטביע בברואיו, צו געפונען דערינען די יוצר הבריאה און עס מקשר געווען בתורה הק', מיר קענען זיך אסאך בויען אויף דעם, ה' יעזרני על דבר כבוד שמו.
לעצט פארראכטן דורך חניוק אום דינסטאג מאי 12, 2015 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ישלהוסיף האט געשריבן:על פי ירושה באלאנגט דאס פאר סאדיגורא רבי, דער כנסת מרדכי האט נישט געוואלט זיין באנאכט אין מירון וכן נהג אחריו בנו האדמו"ר זצ"ל, ווען דער יעצטיגע סאדיגורא רבי זאל זיך ווען שטעלן אויף דעם קען ער דאס צוריק באקומען, עכ"פ מיט זיך אויס גלייכען איין יאר ער און איין יאר ער, וכן הלוך ושוב. לבי אומר לי אז דאס גייט נאך אמאל געשעהן אויב דער רבי (אדער א הייסע חסיד) זאל זיך בארעכען אז אזוי דארף זיין.

לויט די אקטן און דאקומענטן און אזוי אויך ליגאלע פאפירען קומט דאס פאר'ן סאדיגורא רבי, וועלעכע האט כח הנהגה א זאך וואס זיין טאטע האט נישט געהאט צופיל, ער מישט זיך און אלע געביטען פון זיין חסידות, שטילע און שטאטערהייט בויעט ער אויף א פעסטע חסידות, ביי מלכות רוזין וואס בלויע בלוט שפילט א גרויסע ראלע, א בן אחר בן, איז אסאך ריכטיגע רוזינער חסידים צוריק געקומען צו איהם.

ימים ידברו

וואס עפעס,
ווען די צוויי ברודער בני האדמו"ר הראשון מסאדיגער האבן זיך צוטיילט, האט ר' ישראל באקומען דאס הויף, און בתמורה, האט אויסער געלט, ר' איציניו באיאנער באקומען נשיאות ארץ ישראל, וכל השייך לזה, ממילא באלאנגט דאס צינדען לבית באיאן
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”