מיללער האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:ווי איז דער שטעטל/דערפל מיטן נאמען ווישניפטשיק (מקורו: ווישניווטשיק, ווישנאווטשיק)?
בספר דרכי שלום פון הגאון המהרש"ם מבערזאן (דף 34) שטייט אז דאס איז "סמוך לעיר פידהייץ".
אין שו"ת חבצלת השרון (ח"ב אה"ע סימן נח) וכן בשו"ת מחזה אברהם פון הגאון רבי אברהם מנחם שטייבערג (אה"ע תקנות עגונוץ סימן לז) זענען זיי דן איבער א אשת שלמה רייז (אדער רייס) פון ווישניאווטשיק.
היברו בוקס האט מיר צוגעפירט צו א רבי יצחק קעלמען אבד"ק ווישניווטשיק (אמרי יושר סימן קנ"ד)
רבי ישראל בלומענרייך ראבד"ק ווישניווטשיק (שושנים לדוד יו"ד סימן ט)
ספר דודי לצבי (ירושלים תרפ"ט) "מר' וכו' צבי טובי' הכהן רוטינשטריך הלומד בישיבת מאה שערים הגדולה בירושלים בהרה"ח וכו' ר' אליה' קלונומוס הכהן נכד החכם צבי" - פון די הסכמות זעהן מען אז ער קומט פון ווישניווטשיק.
ועל כן נפשי באשלתי ועמי בבקשתי ווי אויף דער מאפע געפונט זיך אט דעם שטעטל?
אין ווי אזוי הייסט דאס אין פוליש (לכאורה איז דאס אין גאליציע)?
א אמת'ע גרויסע ייש"כ למפרע פאר ווער עס קען מיר ארויסהעלפן.
http://kevarim.com/rabbi-yitzchok-kelman/
עס זענען דא דריי שטעט מיט די זעלבע נאמען, נעבן כמעלניצקי, נעבן לבוב און נעבן פאדהייץ.
ווי עס ווייזט אויס רעדט זיך טאקע די דאזיגע תשובה פון די וושניפטשיק הסמוכה לפאדהייץ
Vyshnivchyk [Ukr], Wiśniowczyk [Pol], Vishnivchik [Rus], Vishnevchik, Vis'niovchik, Vysnivcyk