עטרת תפארת האט געשריבן:וואס איז די היסטארישע סיבה דערפין?
דער פשוטער טעם איז געווען צו זיין אפגעשיידט פון די גוים, זיי זענען געגאנגן מיט לאנגע הויזן וועלן מיר גיין קורצע.
נאך צווי באקאנטע טעמים זענען דא.
איינם בשם ר' ישכר בער בעלזער וואס האט געזאגט אז וויבאלד ביי חסידים איז מנהג געווען צו גיין די אויבערשטע קנעפל פונעם העמד אפען, אזוי אויך איז מען געגאנגן מיט חסידישע העמעדכר וואס איז אינגאנצן אפען, די סיבה דערפאר איז וויבאלד מען האט געוואלט אז יראת שמים זאל האבן פון ווי אריינצוגיין אוןאנקומען צום הארץ, אויב אזוי האט ר' ישכר בער געזאגט, אויב וועט מען גיין לאנגע הויזן וועט די ביסעלע יראת שמים וואס גייט שוין יא אריין ארויספאלן פון די הויזן, דערפאר בינדט מען צו די הויזן עס זאל נישט ארויספאלן.
נאך א טעם וואס איך האט אמאל געהערט אבער נישט זיכער בשם וועמען איז אויך תלוי אין א צווייטע חסידישע לבוש, ווי באקאנט פלעגן אמאל אלע חסידישע אידן גיין מיט פערטל שיך אנע בענדלעך, און מיט אזאלכע שיך קען מען נשיט מקיים זיין די הלכות פון צובינדען די לינקע שיך בעפאר די רעכטע, וועגן דעם האט מען געלייגט בענדלעך אויף די הויזן צו קענען מקיים זיין די הלכה.
די נפקה מינה להלכה קומט אויס ביי די וועלקראו הויזן, אויב גייט מען מיט די ערשטע צוויי טעמים איז עס גוט, אבער אויב נעמט מען אהן ווי די דריטע טעם איז עס גארנישט ווערט.