ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ברוכים הבאים!!

ווי איך שמעק און איך שטעל מיך פאר, זענען דא פארהאן אסאך חברים און תלמידים פון מיר'ע ישיבה לדורותיה, סיי די וואס זענען אויסגעשטיגן דארט און אנגעפילט די צייט/היכל, און געהאט א פלאץ פאר האלב צעהן... (בשעתו פלעגט יעדער זאגן דעם ווערטל אז 'א מיר'ער בחור דאוונט יעדן טאג פון הודו ביז האלב צען'...), און האבן אסאך רוחניות'דיגע זכרונות

און סיי די וואס האבן געברענגט פרנסה פאר די אלע געשעפטן אזוי ארום און ארום... שוין כ'וויל נישט מאריך זיין...

און וויפל קעמען שרייבן איבער די אז"ג דירות...

עס איז דא אזויפיל צו ארומשמועסן, איינער ווערט געבעטן איבערנעמען דאס ווארט.....
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דינסטאג יוני 22, 2021 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

סאיז דא אזויפיל צו פארציילן, איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן........
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נו, איינער זאל אריינקומען קלאר....
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

זייט עס איז ארויסגעקומען די נייע דראג אקעגן אלצהיימערס שפראצן ארויס יעדן טאג נייע אשכולות פון זכרונות..

נחזור לענין.. יאפ געווען פיינע יארן דארט אין מיר, ברוח ובגשם
ווייס נישט ווי אנצוהייבן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

בין איך אמאל געפארן מיט מיין חבר אין קאר חודש אדר און דורכגעפארן די בנין הישיבה בית ישראל, רעדנדיג וועגן די בנין הישיבה פרעגט ער מיר ווייזנדיג אויף די בנין: אה דא לערן איך??...
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

איך מיין אז נישט אלעס מעג מען ווערן פארשריבן לדורות עולם. ודי.
אבער, מי יתן והיה זיך אריבער צו כאפן איין טאג צו ר' אשר'ס א שיעור וכדומה... ס'בענקט!
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב געלערנט ביי הרב איטשע מאיר שטרנבוך פארמיטאג, זיינע שיעורים זענען געווען מתוק לחייך, אוי האט ער געקענט אריינפארן..... ער האט געמאכט א הערליכע שבת אין טבריה לעבן די וואסער, זיין פלאץ אויבן אין ווייבער שוהל פון בית שלום איז זיך ווערט א ארטיקל פאר זיך ווי מ'האט זיך געדארפט ארומשלאגן מיט די שכנים די בעלי תשובות און ליטאים, די שיעור אין א פיצעלע שטיבל אונטער בית מנחם ווי ס'האבן זיך אריינגעשטופט אכציג בחורים אין א פלאץ וואס פיט געווענטלעך נאר צוואנציג, אזוי האט זיך די מגיד שיעור געפילט ווי א פארטיגע קאמפעטישאן מיט ר' אשר.....
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

משה בעלז האט געשריבן:איך מיין אז נישט אלעס מעג מען ווערן פארשריבן לדורות עולם. ודי.

:?
משה בעלז האט געשריבן:אבער, מי יתן והיה זיך אריבער צו כאפן איין טאג צו ר' אשר'ס א שיעור וכדומה... ס'בענקט!

גראדע שוין געמאכט אמאל... נישטא קיין ווערטער!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

משה בעלז האט געשריבן:איך מיין אז נישט אלעס מעג מען ווערן פארשריבן לדורות עולם. ודי.

יאפ...דעיס העט מען רעדן צווישן מיר און דיר....
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אייי ר'יצחק
רב פערקאוויטש
חיים מאיר פילאפפ איי איי נו חברה ברענגסט ארויף די זכרונות
מקום בלי שם
אפרים שטערן
שפאצירן אויף גאולה פרייטאג צונאכאטס לויפן צום כותל ביים זמן
ועוד
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

fiena nieas האט געשריבן:אייי ר'יצחק
רב פערקאוויטש
חיים מאיר פילאפפ איי איי נו חברה ברענגסט ארויף די זכרונות
מקום בלי שם
אפרים שטערן
שפאצירן אויף גאולה פרייטאג צונאכאטס לויפן צום כותל ביים זמן
ועוד

קענסט זיי אלע טרעפן דא אין ניו יארק פון צייט צו צייט (חוץ ר אפרים)
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הײמישער זײגער האט געשריבן:

אויך די כותל מיט גאולה?

tarmab האט געשריבן:

:grin:
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

זייער געשמאק און אינטערעסאנט,
כאב נישט געלערנט אין מיר אבער יא געווען אין ארץ ישראל אין די געגענט פון מיר און זיך געדרייט דארט אביסל, געשמאקע זכרונות..

נחמה בעקערי מיט קיפעלעך אינדרויסן מיטן פרענק ביים רעזשיסטער.. סלאנימע ביהמ''ד דארט אינטן.. שייקע שרייט נעבעך אין מרכזי.. די ספרים געשעפט דארט ווי מען האט מער געליינט ווי געקויפט.. די געשעפטן דארט קעגן בית ישראל שטיבלעך וואס האט זיך געטוישט שנעלער ווי איך טויש זאקן..
חחח...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סאטמאר יואל די אלטע בית מדרש אוי די זיסע יודן דארט דער טעמעשווארער זצ"ל מיט דעי חזן איך געדענק שוין נישט זיין נאמען

די זיסקייט ווען די מילך פלעיגט אנקימען ווי יעדער כאפט א פלסטיק קאפ פאר די קאווע אוון ביז מיניטן איז דעי בעג ליידיג
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

איינער געדענקט יאסל הירשלערס חבורה
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

נאר פין מיר? אדער פון די מסעדת קעגן איבער אויך?
משה בעלז האט געשריבן:אבער, מי יתן והיה זיך אריבער צו כאפן איין טאג צו ר' אשר'ס א שיעור וכדומה... ס'בענקט!

ס'איז יראתו קודמת לחכמתו, ענווה מיט תורה צוזאמען
מיר האט איינער געזאגט, אז מ'האט שוין לאנג געוואלט מאכן אז ר' אשר זאל מען נאר קענען אריינגיין אז מ'האלט דערביי (נאך א יאר כמנהג בריסק..) אבער ר' אשר האט נישט געוואלט, ווייל אויב איינער וויל הערן א ווארט תורה טאר מען נישט צוריק האלטען..והאיש אשר עניו מאוד
זוכה געווען מיט צוהאלטן די חזרה שיעורים חודש אב דעמאלסט איז ער מער היימיש מיטן עולם
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow זכרונות.. בינעך כמעט צוויי יאר געווען אין מיר (נישט
איינגעשריבען...)ווי הייב איך אן??? ביי פרישטאג יעדן טאג אין מקום בלי שם.. דאס פלאץ שטייט נאך ? יוש די ציגארעטל גראד נאכן איין פיסיגען סענדוויטש אנגעפאקט מיט טאנא, קאולסלא, פיקעלס,חצילים אין וואס נישט... פאלאפול מירו אויש די פלעיטס.. נחמה׳ס רוגולעך.. מצליח גאנץ א פיינע פליישיגע פלאץ.. רעדן פין סאטמאר יואל??? ר׳ יוליש קרויס פרייטאג צינאכטס סעודה א טעם גן עדן געווען.. איי ר׳ יוליש מיר בענקען זיך נאך דיר ! אפרים קרויס שבת ציפרי אדער אהרן בלום? די שטיבעלעך ? די תות בננה ? די קרעטשניפער רבי׳ס טישן/מלווה מלכה׳ס די ראש השנה וואס איך בין געבליבן דארט ביים רבין,דאס דאווענען האט גענימען 12 שעה, אויש ליגט מיר נאך אין די ביינער! א פורים אין ירושלים, האב איך אויך געדאווענט אין קרעטשניף מהאט זיך געשטעלט דאווענען בערך 11 אין פערטיג געווארן 3!וואס נאך, א שבת אין צפת אדער טבריא..א וותיקין אין מירון,די שפאציר פרייטאג צינאכטס אראפ מאה שערים ? די טישן דארט.. גיין שלאפען 3 פארטגס אין איינזיקען פאר בושה זעהנדיג עלטערע אידן אויף וועג צים שוהל.. די דירה...???? די ספאנדשא.. אויף יעדע זאך קען מען שרייבען אין שרייבען אין לאכן...
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מיינע זיסע זכרונות'לעך..

געלערנט האט מען ביי ר' אשר שליט"א א איד וואס זיין צורה שיינט און לייכט, ארומגענומען בד' אמות של הלכה, זיינע שיעורים וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן.
האסט אמאל געזעהן א (מכלומר'שטע) בארבער זאל פארקויפן גלעזלעך טרינקען פאר א שקל א גלאז? האסט אמאל געזעהן א בארבער זאל פארקויפן א סלייס אלטע קעיק פאר א שקל? יא, די וואס האבן געלערנט אין מיר געדענקן נאך לכאורה 'עדי' די בארבער...
פרישטאג פלעגט מען קויפן ביי פיצה ביתית א מאפין פאר 3 שקל און בשעת'ן עסן פלעגט מען ליינען די יתד...
נחמה בעקעריי טוט זיך א געטועכץ יעדע וואך פרייטאג איין ספיקער זעצט פרענקישע מוזיק..און פון אן אנדערע מייקראפאון שרייט די פארקויפער "לחמניות עשר בעשר"...
פרייטאג צונאכנטס ביים כותל - טוט זיך א געמיש פון אלע סארט אנגעהויבן פון אמעריקאנער בחורים און געענדיקט ביים קארליבאך מנין וואס טאנצט ביי לכה דודי..ספרדישע פון א יעדע סארט וואס עקזיסטירט נאר (פראנצויזישע, מאראקאנער, איראקער, אלגעריע, תימן'ע...בקיצור), העריס פון 5-טאונס מיט די קליינע היטלעך אויפן קאפ, און אפי' א היימישע ווארימער ויזניץ'ע מנין ביי די לינקע זייט ביי די וואנט.. מתנחלים, און ציונים און אפי' פרייע אידן קומען אויך זיך וואונטשן "שבת שלום" ביים כותל, גוי'שע טוריסטן פלעגן אויך קומען מיט האלטן די סצענע ביי די 'וועסטערן וואל'.. חבד'סקער וואס שטייען מיט די תפילין עטליכע מינוט פאר די שקיעה פאר ווער עס האט נאכניש געלייגט קיין תפילין....דער עולם זינגט מיט א געשמאק און יעדע שרייט איבער דעם אנדערען..בקיצור ס'נישט צום באשרייבן וואס דארט טוט זיך..
האט זיך געמאכט שבתים וואס מ'האט נישט געהאט קיין סעודה, פלעגט מען אריינגיין קיין תולדות אהרן און וויאזוי הייסט ער נאר דארט די סעודות גבאי? כ'האב שוין פארגעסן - פלעגט מיר אנשדכן'ען א געשמאקע סעודה ביי א גוטהארציגע תולדות אהרן'ע וועלכע האט ספעציעל אוועקגעלייגט א גוט שטיקל פיש פאר אזעלכע וואס קענען נאך אנקומען די לעצטע מינוט...
די חצות דאווענען שבת אינדערפרי אין בית ישראל שטיבלאך..ווי לייבוש בלוי פלעגט צאמשטעלן א מנין קריאת התורה..
אפרים שטערן'ס סעודות פלעג איך בעיקר גיין שבת אינדערפרי "קום אריין בחור..וויאזוי הייסטו? וועמענס?" פלעגט ער שרייען בשעת ווען מאסן בחורים שטראמען פון אלע עקן און מ'קען נישט אריינשטעקן נאדל..עסן איז דארט געווען בשפע רב, מ'האט געהאקט געבעקס חלה מיט טאמעיטאו דיפ און טחינה..און נאך א האלבע שעה פלעגט מען זיין אווער מיט אלעס און זיך צוריקגעפאקט אין בעט אריין...
מוצ"ש מלוה מלכה ביי ר' שעי'לע (דורך הרב משה שמואל ראטטענבערג שליט"א) אויף רחוב חגי..
כ'געדענק נאך ווי די אלטע מאה שערים'דיגע אידן פלעגן זיך בייזערן אויף די אמעריקאנער בחורים וואס קומען האקן א לעבן.."גייטס צוריק קיין אמעריקא" האב איך אמאל אפי' באקומען א שריי פון א פארצייטישע טשאלמע..געווען אבער אזעלכע וואס פלעגן זיך יא צושארן צו די 'חוצניקים' און מאכן א שפראך.
בקיצור דאס איז נאר על קצה המזלג..ס'נאך דא א באנטש צו פארציילן א דאנק פארן פותח האשכול!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

א געשמאק אשכול דאס
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:מיינע זיסע זכרונות'לעך..
האסט אמאל געזעהן א (מכלומר'שטע) בארבער זאל פארקויפן גלעזלעך טרינקען פאר א שקל א גלאז? האסט אמאל געזעהן א בארבער זאל פארקויפן א סלייס אלטע קעיק פאר א שקל? יא, די וואס האבן געלערנט אין מיר געדענקן נאך לכאורה 'עדי' די בארבער...

ער איז שוין נישט קיין בארבער ... ער האט אפאר דירות דארט צווי קעגן בית שלום און נאך ...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אפרים שטערן פלעגט טרעפן מיט יעדן בחור עפעס א שייכות, ער פלעגט פרעגן בחורים פון טשיקאגאו און לאס אנזשעלעס וויאזוי זיי הייסן זיי פלעגן אים אנקוקן מיט אזא בליק, דו וועסט נישט וויסן, זאגנדיג אז איך הייס קאזשעפלאוסקי אדער עפעס אזוי, אה יענער און יענער איז עפעס פאר דיר? יא א פעטער! וואס הייסט איך קען דאך אים גוט......
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

תלישא קטנה האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:מיינע זיסע זכרונות'לעך..
האסט אמאל געזעהן א (מכלומר'שטע) בארבער זאל פארקויפן גלעזלעך טרינקען פאר א שקל א גלאז? האסט אמאל געזעהן א בארבער זאל פארקויפן א סלייס אלטע קעיק פאר א שקל? יא, די וואס האבן געלערנט אין מיר געדענקן נאך לכאורה 'עדי' די בארבער...

ער איז שוין נישט קיין בארבער ... ער האט אפאר דירות דארט צווי קעגן בית שלום און נאך ...

ער פארופט זיך נאך אלס א בארבער, צו ער האט קאסטומערס? ווייסעך נישט - אבער אפיציעל שטייט נאך זיין געשעפט און אז דו ווילסט קענסט דיך שערן ביי אים.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

tarmab האט געשריבן:אפרים שטערן פלעגט טרעפן מיט יעדן בחור עפעס א שייכות, ער פלעגט פרעגן בחורים פון טשיקאגאו און לאס אנזשעלעס וויאזוי זיי הייסן זיי פלעגן אים אנקוקן מיט אזא בליק, דו וועסט נישט וויסן, זאגנדיג אז איך הייס קאזשעפלאוסקי אדער עפעס אזוי, אה יענער און יענער איז עפעס פאר דיר? יא א פעטער! וואס הייסט איך קען דאך אים גוט......

יא דער ר' אפרים איז פיין
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ציווישן מיר און מי"ר: זכרונות פון מיר'ע ישיבה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

וואס קומט ארויף... קרעטשניף דאווענען , טישן,ביינאכט־בייטאג־ימים טובים לעילא ולעילא.. סוף טיש די באטע. אה די נעימות... לעלוב ניקלסבורג, א געשמאק וואס מען קען נישט אראפשרייבן.. עסן ביי ר ישראל מאיר קויפמאן, זיינע נעמען... למשל די גארבעדש קען האט געהייסן לופיאנסקי על שם די מעיאר.. יאנקעלע ברענג אריין די לופיאנסקי... די אריינפאלן יעדע צייט ביי ר לייביש בלוי, שפעטע מלוה מלכה.. שמעון הצדיק ביינאכט, נחמה הייסע ראגעלעך אינמיטן נאכט, ווער רעדט נאך פון די לאנגע וויקענדס ביי ר שמעון... אדער אין צפת ביי ר ב. פ., אדער אין טבריה ביי .. וכו וכו , רחוב יואל מיט די דארע מענטש.. די אנדערע וואס פלעגט שלאפן מיי א קייט צוגעבינדן צום באנק.. די חצות אידן דארט און בעיקר אלע טיפ מענטשן דארט... ווייס איך נישט ווי אנצופאנגען..
נכספה וגם כלתה נפשי.. נפשי חולת...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”