ק.נ.א. וועטער ביורא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

EURO אויף קומענדיג וואך מאנטאג

קרית יואל - 18 אינטשעס
מאנסי - 6-12 אינטשעס
ניו יארק סיטי - 0

אלעס קען און וועט זיך נאך טוישן.

sn10_acc.us_ne (7).png
sn10_acc.us_ne (7).png (163.55 KiB) געזען 8495 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

סיי די GFS און סיי די EURO ווייזען יעצט אויף 12-18 אינטשעס פאר קרית יואל און בערך א פיס פאר מאנסי אויף קומענדיגע וואך זינטאג נאכט אריין אין מאנטאג.

אין ניו יארק סיטי/לעיקוואד וועט לויט די צוויי מאדעלס זיין ארום 40 דעגרי אין די צייט פון די שטורעם.

מען האלט נאך יעצט 5 טעג פאר די שטורעם, ס'גייט זיך נאך זיכער טוישן אסאך זאכן, ס'איז סתם צו קייען שטרוי מיט די לאנג רעינדזש מאדעלס.
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

די GFS זאגט יעצט פאר ציפידיגע פרעסטן אויף פרשת משפטים.

מיטוואך פרשת משפטים, קרית יואל, 16- !

sfct.us_ne (1).png
sfct.us_ne (1).png (183.2 KiB) געזען 8224 מאל


מיט די ווינט טשיל 25- !!!

sfctapp.us_ne.png
sfctapp.us_ne.png (492.39 KiB) געזען 8224 מאל
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

א גרויסן דאנק אייך הרב שוויציגע ביר!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי ש »

שוויציגע ביר האט געשריבן:סיי די GFS און סיי די EURO ווייזען יעצט אויף 12-18 אינטשעס פאר קרית יואל און בערך א פיס פאר מאנסי אויף קומענדיגע וואך זינטאג נאכט אריין אין מאנטאג.

אין ניו יארק סיטי/לעיקוואד וועט לויט די צוויי מאדעלס זיין ארום 40 דעגרי אין די צייט פון די שטורעם.

מען האלט נאך יעצט 5 טעג פאר די שטורעם, ס'גייט זיך נאך זיכער טוישן אסאך זאכן, ס'איז סתם צו קייען שטרוי מיט די לאנג רעינדזש מאדעלס.

דעס איז די זעלבע שטארעם וואס האט געקענט זיין דע שבת אריין אין זינטאג?
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

IMG_20220111_174033.jpg
IMG_20220111_174033.jpg (79.85 KiB) געזען 7317 מאל
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

שטורעם טרעק
אטעטשמענטס
טרעק.png
טרעק.png (675.34 KiB) געזען 6937 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

די וואך שבת אינדערפרי איז ערווארטעט ביטערע פרעסטן אין די טריי סטעיט ראיאן.

די NAM פאר שבת פרשת בשלח.

sfct.us_ne.png
sfct.us_ne.png (152.27 KiB) געזען 6823 מאל


מיט די ווינטן.

sfctapp.us_ne.png
sfctapp.us_ne.png (451.43 KiB) געזען 6823 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

ווי מען שטייט יעצט אינדערפרי קוקט אויס מער און מער אז די שניי וועט זיין מער אינלענד, און ברענגן מערסטענסט רעגן פאר די סיטי, און א געמיש פאר מאנסי.

אלעס קען און וועט זיך נאך טוישן.

IMG_20220112_092032.jpg
IMG_20220112_092032.jpg (425.08 KiB) געזען 6521 מאל
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

מיטוואך וועטער פון קול הציבור!
אטעטשמענטס
IMG_20220112_111518.jpg
IMG_20220112_111518.jpg (182.75 KiB) געזען 6041 מאל
הירש בן משה
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 8:10 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירש בן משה »

EURO אויף קומענדיג וואך מאנטאג



Capture.PNG
Capture.PNG (310.73 KiB) געזען 5152 מאל
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

ר יקיר קומט אריין קלאר
20220112_160914.jpg
20220112_160914.jpg (705.2 KiB) געזען 4551 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

IMG_20220112_221214.jpg
IMG_20220112_221214.jpg (190.96 KiB) געזען 3599 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לייטער האט געשריבן:איינער מיט א דיטעלט באריכט וואס מקען ערווארטן פאר מאנטאג??

דערווייל נישט שייך א דעטאלירטע באריכט, ביטע פארשטיין אז די שטורעם איז נאך 5 טעג אוועק, און אסאך אסאך שטיקלעך אינעם פאזל ברויכן נאך פאלן אין פלאץ.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יישר כח שוויציגע ביר, קומסט אריין הערליך און קלאר!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברוכים הבאים הרב ק.נ.א.

ביטע אפדעיטן אין דעם אשכול, פאר קאמענטארן איז דא א באזונדערע אשכול.

viewtopic.php?f=21&t=52310

פאר פראגעס איבער די וועטער איז דא די אשכול
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

שבת קודש פרשת בשלח, NAM

sfct.us_ne (2).png
sfct.us_ne (2).png (152.81 KiB) געזען 2562 מאל


מיט די ווינטן

sfctapp.us_ne (1).png
sfctapp.us_ne (1).png (455 KiB) געזען 2562 מאל
אוועטאר
אזוי ארום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי ארום »

א גוט מארגן!

די מאדעלס טון ווייטער דאס זייעריגע, און ווייזן אז שטורעם וועט אנפאלן אויף די נארטאיסט ראיאן זונטאג נאכמיטאג אריין אין מאנטאג.

מאמענטאל האבן די מאדעלס נישט גענוג אינפארמאציע איבער די שטורעם, וויבאלד די שטורעם וואס קומט צוגיין איז נאך צוטיילט אין אפאר חלקים אויף אנדערע פלעצער פונעם פלאנעט (בעיקר אויף די מזרח פאציפישן אקעאן)

חלק א' האט איז שוין אויפן יבשה, אבער חלק ב' און ג' נישט.

חלק ב' וועט מאכן לאנדפאל ארום די סיאטל וואשינגטאן געגנט און בריטיש קאלאמביע היינט אינמיטן טאג.

חלק ג' גייט הערשט מאכן לאנד פאל שבת קודש, און זיך איילן גאר שנעל צו די אויבנדערמאנטע חלקים.

די מאדעלס זענען געווען (טייל זענען נאך) ביי די מיינונג אז די שטורעם גייט טרערן אינלאנד, וואס אין פאל עס שפילט זיך אויס אזוי, גייען אלע געגנטער אריינגערעכנט קרית יואל און מאנסי זען א געמיש פונעם שטורעם.

די קאנאדישע מאדעל פון נעכטן נאכט, אזוי אויך די דזשי עף עס פון נעכטן נאכט האבן געצייגט אז די שטורעם וועט פארן אויפן שפיץ פונעם אפאלעיטשין בערג, וואס אזא זאך קען פאסירן, אבער פאסירט נישט געווענליך, וויבאלד א שטורעם גלייכט נישט קיין בערג. (די דזשי עף עס פון צופרי האט שוין אוועקגעטרעטן פון אזא אויסקום)

די ענסאמבלס (וואס זענען איבערגעשפילטע מאדעלס מיט אנדערע פאקטארן צו זיך) צייגן אז די שטורעם וועט זיין הארט ביים קאוסט, אדער אפילו אויפן וואסער. וואס אויב איז עס אמת וועלן די אפסטעיט געגנטער זען א שיינע גרויסע שניי שטורעם און די סיטי וועט אריבערגיין צו רעגן, אויב די שטורעם וועט זיין אויפ'ן וואסער, וועט די סיטי אויך זען מערסטנס שניי.

בלייבט איבער צו אויסווארטן ביז נאך שבת, איינמאל די שטורעמעס זענען אויפן יבשה, און די וועטער באלאנען וועלן אויסשפיאנירן די שטורעם גרינטלעך, צו קענען פאסן א באשלאס וואס די ענדגילטיגע אויסקום וועט זיין.
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

די פרישע GFS פון יעצט פארמיטאג ברענגט די שטורעם אביסל מער צו דרום מזרח, וואס דאס מיינט עטליכע אינטשעס אויך פאר ניו יארק סיטי פארן אריבערגיין צו רעגן.

לויט די GFS

קרית יואל - בערך 10 אינטשעס
מאנסי - בערך 6 אינטשעס
ניו יארק סיטי - בערך 4 אינטשעס
לעיקוואד - 0

דאס איז נאר איין מאדעל, און פארשטייט זיך נישט קיין פארקעסט.

sn10_acc.us_ne (8).png
sn10_acc.us_ne (8).png (168.38 KiB) געזען 2083 מאל
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

די קעלט פון די קומענדיגע צוויי וואכן וועט לכאורה זיין אויף צו געדענקן.

814temp.us_ma.png
814temp.us_ma.png (351.76 KiB) געזען 1958 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אביסל מער פרטים איבערן שטורעם:

ס'האנדעלט זיך דאסמאל פון א ריכטיגע שטורעם, אזוינס וואס אויב קומט אלעס אלס שניי איז עס א "בליזארד" אדער "זאווערוכע" אזוי ווי אין די אלטע צייטן. דהיינו הויכע שניי באגלייט מיט שטארקע ווינטן.

נאר היות ס'איז א בחינה פון ויבא גם השטן בתוכם [נאר א משל ומליצה], דהיינו ס'איז שטארק מעגליך - מאמענטאל - אז האגל און רעגן איז אויך אינעם מעניו, ספעציעל פאר ניו יארק סיטי און נאכמער פאר לעיקוואד, דעריבער ווערט עס היפש קאמפליצירט פארצושאצן, היות יעדע קליינע טויש מאכט אויס גאר אסאך אין וויפיל שניי מ'וועט באקומען איידער די טויש.

יעצט לאמיר גיין געגנט ביי געגנט:
לעיקוואד: לעת עתה קוקט אויס אז לעיקוואד וועט כמעט גארנישט באקומען קיין שניי, "מעגליך" א קאודינג, אבער רוב שטורעם וועט קומען וואסעריג, און נישט סתם וואסעריג ווי א פלעינע רעגן, נאר ס'וועט קומען בשפע גדול אינאיינעם מיט זיין באגלייטער דער ווינט וואס וועט אויך ווייזן וואס ער קען.

ניו יארק סיטי: ניו יארק סיטי און אויך ביי די שכנים 'לינדען' און 'דזשערזי סיטי', קוקט אויס לעת עתה אז ס'וועט פאלן דארט עטליכע אינטשעס שניי איידער ס'טוישט זיך צו א העווי רעגן באגלייט מיט מאכטפולע ווינטן (מעגליך 60+ מפ"ש). אבער... דא קומט די גרויסע אבער, א שיפט אין די טרעק פון די שטורעם קען מאכן גרויסע ריזיגע חילוקים. עמיר זעהן אין די קומענדיגע טעג וויאזוי ס'שטעלט זיך אויס.

מאנסי: מאנסי ווי אויך די שכנים וואס מ'רופט מיטן שם הכולל 'מאנסי', וועלן ווארשיינליך באקומען ארום א האלבע פיס שניי איידער די טויש צו האגל און נאכדעם צו רעגן, אויך באגלייט מיט שטארקע ווינטן. אבער דאס אלעס איז ווי ס'זעהט אויס יעצט אויף די רגע. טוישונגען זענען ערווארטעט.

קרית יואל: די שטאט קרית יואל רבתי וכל הגלילות לארכה ולרחבה, אריינגערעכענט בלומינגראוו, וועלן ווארשיינליך באקומען נענטער ווי ווייטער צו א פיס שניי איידער עני טויש צו א מיקס אדער צו רעגן. טאמער בלייבט עס אינגאנצן שניי [וואס דארט איז דא א בעסערע פאטענטשל דערפאר ווי פאר די געגענטער אראפציר], קען זיין דארט א פול-פלעדזש בליזארד.

קעטסקילס: די קעטסקילס אריינגערעכנט דאס שטעטעלע בלומינגבורג וואס געפינט זיך ממש ביי אנהייב סאליווען קאונטי, וועלן לכאורה באקומען 12+ אינטשעס, בלויז א שוואכע שאנס אז ס'וועט זיך דארט טוישן צו רעגן, אבער א טויש צו האגל פאר א צייט אינמיטן די שטורעם איז יא מעגליך. פון אלע חרדישע געגענטער איז דארט דא די בעסטע שאנס צו זעהן א פול-פלעדזש בליזארד.

*

יעצט לאמיר גיין צום זייגער, ווען הייבט זיך דאס אלעס אן און ווען ענדיגט זיך עס?

ווי ס'קוקט אויס מאמענטאל וועט זיך עס אנהייבן אין די מיטעלע שפעטע אווענט שעה'ן זונטאג נאכט, אבער ס'איז דא א שטיקל מעגליכקייט אז ס'וועט זיך שוין אנהייבן פארנאכטס.

די הויכפונקט וועט זיין מאנטאג צופרי, און וועט זיך צוביסלעך אפשטעלן דורכאויס די נאכמיטאג שעות.

*

וואס טוט זיך מיט די וועגן און שטעגן?

געגענטער פון אראנדזש קאונטי ארויף ביז קאנאדא, סיי אין די לענג (קיין מאנטריאל) און סיי אין די ברייט (קיין טאראנטא) וועלן לכאורה זיין כמעט אומדרייוובאר, אז מ'דארף נישט פארן גאר וויכטיג איז אוודאי בעסער נישט צו פארן. פון אראנדזש קאונטי און אראפ צו די סיטי אדער נוי דזשערזי, וועט לכאורה יא זיין דרייוובאר, אבער מ'קען עקספעקטן דעלעיס.

וועגן פליגער'ס ביטע פארבינדט אייך מיט אייער טרעוול אגענט, אדער דירעקט מיט די לופטליניע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

אינטערוויו איבער די מעגליכע שניי-שטורעם קומענדיגע וואך, דורך יושע יחזקאל גליק
https://www.yiddish24.com/interviews/12/54065

ער קומט אריין גאר קלאר, מיט אסאך דיטעילס, אבער, זאגט קודם אויך אין קורצן די אויסבליק, פאר די אידן וואס זענען נישט אינטערעסירט אין קיין דיסקאשענס און דיטעילס, זיי זאלן גלייך קענען דרוקן פּאַונד...
(זעט אויס אז ער'ט זיך געדרייט דא און געזען אז ס'איז דא א טיילונג...)
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
הירש בן משה
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 8:10 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירש בן משה »

Capture (10).png
Capture (10).png (399.29 KiB) געזען 13913 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אביסל מער פרטים איבערן שטורעם:

ס'האנדעלט זיך דאסמאל פון א ריכטיגע שטורעם, אזוינס וואס אויב קומט אלעס אלס שניי איז עס א "בליזארד" אדער "זאווערוכע" אזוי ווי אין די אלטע צייטן. דהיינו הויכע שניי באגלייט מיט שטארקע ווינטן.

נאר היות ס'איז א בחינה פון ויבא גם השטן בתוכם [נאר א משל ומליצה], דהיינו ס'איז שטארק מעגליך - מאמענטאל - אז האגל און רעגן איז אויך אינעם מעניו, ספעציעל פאר ניו יארק סיטי און נאכמער פאר לעיקוואד, דעריבער ווערט עס היפש קאמפליצירט פארצושאצן, היות יעדע קליינע טויש מאכט אויס גאר אסאך אין וויפיל שניי מ'וועט באקומען איידער די טויש.

יעצט לאמיר גיין געגנט ביי געגנט:
לעיקוואד: לעת עתה קוקט אויס אז לעיקוואד וועט כמעט גארנישט באקומען קיין שניי, "מעגליך" א קאודינג, אבער רוב שטורעם וועט קומען וואסעריג, און נישט סתם וואסעריג ווי א פלעינע רעגן, נאר ס'וועט קומען בשפע גדול אינאיינעם מיט זיין באגלייטער דער ווינט וואס וועט אויך ווייזן וואס ער קען.

ניו יארק סיטי: ניו יארק סיטי און אויך ביי די שכנים 'לינדען' און 'דזשערזי סיטי', קוקט אויס לעת עתה אז ס'וועט פאלן דארט עטליכע אינטשעס שניי איידער ס'טוישט זיך צו א העווי רעגן באגלייט מיט מאכטפולע ווינטן (מעגליך 60+ מפ"ש). אבער... דא קומט די גרויסע אבער, א שיפט אין די טרעק פון די שטורעם קען מאכן גרויסע ריזיגע חילוקים. עמיר זעהן אין די קומענדיגע טעג וויאזוי ס'שטעלט זיך אויס.

מאנסי: מאנסי ווי אויך די שכנים וואס מ'רופט מיטן שם הכולל 'מאנסי', וועלן ווארשיינליך באקומען ארום א האלבע פיס שניי איידער די טויש צו האגל און נאכדעם צו רעגן, אויך באגלייט מיט שטארקע ווינטן. אבער דאס אלעס איז ווי ס'זעהט אויס יעצט אויף די רגע. טוישונגען זענען ערווארטעט.

קרית יואל: די שטאט קרית יואל רבתי וכל הגלילות לארכה ולרחבה, אריינגערעכענט בלומינגראוו, וועלן ווארשיינליך באקומען נענטער ווי ווייטער צו א פיס שניי איידער עני טויש צו א מיקס אדער צו רעגן. טאמער בלייבט עס אינגאנצן שניי [וואס דארט איז דא א בעסערע פאטענטשל דערפאר ווי פאר די געגענטער אראפציר], קען זיין דארט א פול-פלעדזש בליזארד.

קעטסקילס: די קעטסקילס אריינגערעכנט דאס שטעטעלע בלומינגבורג וואס געפינט זיך ממש ביי אנהייב סאליווען קאונטי, וועלן לכאורה באקומען 12+ אינטשעס, בלויז א שוואכע שאנס אז ס'וועט זיך דארט טוישן צו רעגן, אבער א טויש צו האגל פאר א צייט אינמיטן די שטורעם איז יא מעגליך. פון אלע חרדישע געגענטער איז דארט דא די בעסטע שאנס צו זעהן א פול-פלעדזש בליזארד.

*

יעצט לאמיר גיין צום זייגער, ווען הייבט זיך דאס אלעס אן און ווען ענדיגט זיך עס?

ווי ס'קוקט אויס מאמענטאל וועט זיך עס אנהייבן אין די מיטעלע שפעטע אווענט שעה'ן זונטאג נאכט, אבער ס'איז דא א שטיקל מעגליכקייט אז ס'וועט זיך שוין אנהייבן פארנאכטס.

די הויכפונקט וועט זיין מאנטאג צופרי, און וועט זיך צוביסלעך אפשטעלן דורכאויס די נאכמיטאג שעות.

*

וואס טוט זיך מיט די וועגן און שטעגן?

געגענטער פון אראנדזש קאונטי ארויף ביז קאנאדא, סיי אין די לענג (קיין מאנטריאל) און סיי אין די ברייט (קיין טאראנטא) וועלן לכאורה זיין כמעט אומדרייוובאר, אז מ'דארף נישט פארן גאר וויכטיג איז אוודאי בעסער נישט צו פארן. פון אראנדזש קאונטי און אראפ צו די סיטי אדער נוי דזשערזי, וועט לכאורה יא זיין דרייוובאר, אבער מ'קען עקספעקטן דעלעיס.

וועגן פליגער'ס ביטע פארבינדט אייך מיט אייער טרעוול אגענט, אדער דירעקט מיט די לופטליניע.

נאכן איבערקוקן די היינטיגע פרישע מאדלס איז דערווייל נישטא קיין שום ערנסטע טויש לכאן או לכאן.

ס'איז מעגליך אז היינט נאכט וועט יא זיין ערענסטע טוישונגען אין די מאדלס, היות ס'איז אריינגעשיקט געווארן א ספעציעלע פליגער אינעם ערווארטעטן שטורעם (וואס איז נאך אינעם פאסיפיק) כדי צו דערשנאפן נאך אינפארמאציע.

די פרישע אינפארמאציע איז אריינגעלייגט געווארן אין די קאמפיוטער מאדלס וואס וועלן נוצן די נייע דעטא שפעטער היינט נאכמיטאג אדער ביינאכט אויסצורעכענען די מהלך פונעם שטורעם.

אויב וועט נישט זיין ביז היינט נאכט ערענסטע טוישונגען באדייט עס לכאורה אז די מאדלס ביז יעצט האבן יא גערעכנט גאנץ גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”