ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 26, 2023 1:57 am
צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 26, 2023 1:17 am
לאנטש טיים האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 26, 2023 1:15 am
צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 26, 2023 1:08 am
אין גאר אסאך סטעיטס, בעיקר "רויטע" האט א ריזן עולם נישט קיין גאז.
וויאזוי קאכט מען דארט? מען עסט אלעס רוי?
עלעקטריק
אין מער רורעל געגענטער, לוינט זיך נישט אזוי צו ציען קיין גאז ליניעס.
IMG_20230326_011856.jpg
זייער איטערעסאנט, רורעל איז לכאורה נישט די איינציגסטע תירוץ וויייל אין רורעל נ''י נוצט מען פראפעין וכדו', איך מיין אז אין אייראפע אויך.
עס האט מיט פרייזן, געווענליך איז ביליגער צו פראדוצירן היץ מיט געז ווי מיט עלעקטעריק, ווייל עלעקטעריק פראדוצירט מען אויך מיט היץ פון געז אדער קוילן , פון די היץ ווערט עלעקטעריק, און פון די עלעקטעריק דארף צוריק ווערן היץ, און אסאך ענערגיע ווערט פארלוירן אינצווישן.
קאנאדע איז א אויסנאם מיט דעם, ווייל זיי האבן זייער אסאך עלעקטעריק פון היידראפאוער, ד''מ עס ווערט פראדוצירט מיטן כח פון טייכן וואס לויפן, און דארט איז עלעקטעריק ביליגער ווי געז.
נאכדעם דארף זיך לוינען צו בויען און אויפהאלטן געז ליניעס, די חילוק אין פרייז צווישן גז און עלעקטעריק ווערט כסדר קלענער, ווייל עלעקטעריק ווערט מער און מער פארגעשריטן בעת געז ארבעט נאך בערך די זעלבע ווי הונדערט יאר צוריק, אין ניו יארק זענען שוין דא געז ליניעס נאך פאר מען האט בכלל געקענט הייצן מיט עלעקטעריק, אבער אין שטעט וואס זענען שפעטער געווארן אינדוסטריאליזירט האט זיך שוין אסאך מאל נישט געלוינט צו בויען געז ליניעס.
נאכדעם אין די ווארעמע פלעצער ווי מען דארף נישט קיין סאך הייצונג לוינט נישט די קאסט פון אויפהאלטן געז ליניעס בלויז פאר קאכן און באקן.