נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

ליכוד: דאס איז א איינזייטיגע פשרה
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אין קורצן דער רעיון אונטער הערצוג'ס פארשלאג.

הערצאג האט גענומען א ליניע ווי ער ווארפט כמעט גענצליך אפ די רעפארמען אין די סופרים קאורט, און אנשטאט דעם האט ער צוגעווארפן ביינדעלעך פאר אלע וואס האבן עס בעצם געוואלט, ער האט פארגעשלאגן א פלאן צו פטר'ן חרדים פון גיוס לעגאל, א פלאן צו לאזן אריה דרעי זיין א שר און נאך.

פון די אנדערע זייט האט ער געמאכט קליינטשיגע רעפארמען אין די וועג וויאזוי מען נעמט אויף שופטים, און געלאזט ענדלאזע מאכט אין די הענט פון די אטוירני דזשענעראל'ס מיטן האפענונג אז נאכוואס דרעי וועט בלייבן א שר און נאכוואס גיוס וועט זיין מסודר, ווי אויך געוויסע הנחות פאר נתניהו וועט דער גאנצער דרייוו צום רעפארמע אויסרינען און דער עולם וועט אננעמען זיין פארשלאג.

למעשה איז דאס אפגעווארפן דורך די רעכטע און אויך דורך די לינקע ארגאניזירער פון די פראטעסטן, פון פארשידענע פאראנטווארטליכע אין די אפאזיציע ווי לפיד און רע"ם זענען געקומען פארעווע סטעיטמענטס אז זיי שטיצן עס האלבוועגס און באשולדיגן די קאאליציע פארן עס אפווארפן.

איצט ווארט מען פאר די קאמענטארן פון די דריי קעפ אונטערן רעפארמע, שמחה ראטמאן, יריב לעווין און ביבי נתניהו, מעגליך אויב גאנץ וועט פארשטעלן א ווייכערע שטעלונג וועט עס אויך טוישן דעם בילד. אויף דערווייל קוקט אבער אויס ווי קיין איין זייט איז נישט דערביי און זיין פארשלאג איז געגאנגען שנעלער ווי עס איז געקומען.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.

אפדעיט: בעני גאנץ און גדעון סער זענען ארויגעקומען שטיצן דעם נשיא'ס פארשלאג און גערופן נתניהו עס צו אדאפטירן.

דאס איז די ערשטע באנוס וואס נתניהו באקומט אויב גייט ער אננעמען דעם נשיא'ס פארשלאג נאכוואס מיט גאנץ האט ער א ברייטע הסכמה און עס איז גענוג אפצושטעלן די פראטעסטן, מצד שני איז שווער צו זעהן אז רעכטע לאגער זאל איינגיין דערפאר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נתניהו אין ענטפער צו הערצאג: צענטראלע חלקים פון דיין פארשלאג ברענגען נישט קיין באלאנס צווישן די אויטאריטעטן און פאראייביגן נאר דעם יעצטיגן צושטאנד.

יתגדל ויתקדש שמיה רבא
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
פעיפער ספרעי
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:14 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיפער ספרעי »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 3:41 pm
אין קורצן דער רעיון אונטער הערצוג'ס פארשלאג.

הערצאג האט גענומען א ליניע ווי ער ווארפט כמעט גענצליך אפ די רעפארמען אין די סופרים קאורט, און אנשטאט דעם האט ער צוגעווארפן ביינדעלעך פאר אלע וואס האבן עס בעצם געוואלט, ער האט פארגעשלאגן א פלאן צו פטר'ן חרדים פון גיוס לעגאל, א פלאן צו לאזן אריה דרעי זיין א שר און נאך.

פון די אנדערע זייט האט ער געמאכט קליינטשיגע רעפארמען אין די וועג וויאזוי מען נעמט אויף שופטים, און געלאזט ענדלאזע מאכט אין די הענט פון די אטוירני דזשענעראל'ס מיטן האפענונג אז נאכוואס דרעי וועט בלייבן א שר און נאכוואס גיוס וועט זיין מסודר, ווי אויך געוויסע הנחות פאר נתניהו וועט דער גאנצער דרייוו צום רעפארמע אויסרינען און דער עולם וועט אננעמען זיין פארשלאג.

למעשה איז דאס אפגעווארפן דורך די רעכטע און אויך דורך די לינקע ארגאניזירער פון די פראטעסטן, פון פארשידענע פאראנטווארטליכע אין די אפאזיציע ווי לפיד און רע"ם זענען געקומען פארעווע סטעיטמענטס אז זיי שטיצן עס האלבוועגס און באשולדיגן די קאאליציע פארן עס אפווארפן.

איצט ווארט מען פאר די קאמענטארן פון די דריי קעפ אונטערן רעפארמע, שמחה ראטמאן, יריב לעווין און ביבי נתניהו, מעגליך אויב גאנץ וועט פארשטעלן א ווייכערע שטעלונג וועט עס אויך טוישן דעם בילד. אויף דערווייל קוקט אבער אויס ווי קיין איין זייט איז נישט דערביי און זיין פארשלאג איז געגאנגען שנעלער ווי עס איז געקומען.
סארי פאר די אמעראצישע שאלה אבער איך קען מיך נישט אויס אין די נושא
איז גיוס בני ישיבות (צו גיוס בנות) אויך אויפן טיש דא ?
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 2:51 pm
English version
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פעיפער ספרעי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 4:17 pm

סארי פאר די אמעראצישע שאלה אבער איך קען מיך נישט אויס אין די נושא
איז גיוס בני ישיבות (צו גיוס בנות) אויך אויפן טיש דא ?
איינע פון די פראבלעמען וואס דער ביז איצטיגער סיסטעם האט געמאכט, איז געווען אז אלע גיוס געזעצן ביז אהער האט דער בג"ץ אפגע'פסל'ט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

איסלאמיק דזשיהאד טעראר גרופע אפעלירט צו אראבער אין מדינת ישראל אונטערצונעמען נייע אינטיפאדא‎‎:
רעדנדיג נאָך גרויסע מיליטערישע דרילס וואָס די טעראָר גרופּע האָט דורכגעפירט אין צפון עזה, האָט דער איסלאמיק דזשיהאַד וואָרטזאָגער אַבו האמזא געסטראַשעט, אַז די גרופּע וועט אונטערנעמען פרישע ראַקעטן אַטאַקעס. אַבו האמזא האָט געזאָגט אַז עס איז צייט פאַר אַלע אַראַבער וועלכע וואוינען אין מדינת ישראל טעריטאָריע, צו מאַכן אַן אויפשטאַנד מיט וואָפנס און אונטערנעמען אַן אינטיפאַדאַ.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל האט ארויס געגעבן צום ערשטן מאל דעטאלן איבער די אויפרייס אינצידענט וואס האט פאסירט מאנטאג צופרי ביי די מגידו דזשאנקשאן:
אין צייט פון די אינצידענט האט מען בלויז געהערט באריכטן איבער אן אויפרייס וואס איז געווארן אויסגעפארשט פאר לאנגע שטונדן מער ווי געווענטליך. יענע צייט איז באריכטעט געווארן אז אן אראבישע דרייווער איז פארוואונדעט געווארן ביי די אויפרייס, אבער מער דעטאלן איז נישט געמאלדן געווארן. יעצט דערציילט מדינת ישראל אז דער פארוואונדעטער איז געווען אן אראבער וועלכע איז געפארן אויף די אנדערע זייט הייוועי און איז באטראפן געווארן פון די שאסיי-זייט באמבע. מדינת ישראל געט נאך נישט ארויס אלע דעטאלן פון די אינצידענט, אבער דערציילט אזויפיל, אז זיכערייען נאכ'ן אויפרייס האבן געפירט צו א קאר אין די געגענט פון מושב יעַרָה אין צפון ארץ ישראל און אין די קאר האט זיך געפונען א טעראריסט וועלכע האט געשטעלט א געפאר דעריבער האט מען אים פאטאל דערשאסן. ביים אינטערזיכן דעם קאר האט מען געפונען פארשידענע סארט וואפן, אריין גערעכענט א זעלבסטמארד וועסטל גרייט צו נוצן.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל ווילן נישט ערלויבן די 'אי-יו' אויסערן פאליסי טשיף דזשאסעף בורעל אויף אן אפיציעלע באזיך אין לאנד:
אלץ פראטעסט אקעגן דעם וואס ער האט פארגליכן טעראר געפאלענע צו פאלעסטינער געהארגעטע אין הענט פון די מדינת ישראל מיליטער. בורעל וועט נישט פארבאטן ווערן פון אריין קומען אין לאנד אין אלגעמיין, נאר וועט נשיט האבן דעם פריוועליגיע פון באקומען אן אפיציעלע באזיך. מדינת ישראל מיט די אי-יו האבן נאנטע טרעידינג באציאונגן, אבער האבן אין די זעלבע צייט אנגעצויגענע באצירונגן איבער פאלעסטינער און אנדערע איינגעלעגענהייטן.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו מאכט אוועק פארשלאג פון פרעזידענט הערצאג פאר נייע סארט יוסטיץ רעפארם‎‎:
הערצאָג האָט אַרויסגעשטעלט דעם פּלאַן מיט'ן ציהל צופרידנצושטעלן די לינקע מאַסן וועלכע פּראָטעסטירן שוין פאַר לענגער ווי צוויי חדשים קעגן נתניהו'ס פּלענער, זאָגנדיג אַז די רעגירונג נעמט צופיל מאַכט פאַר זיך. אָבער ביבי נתניהו האָט יעצט געזאָגט אַז הערצאָג'ס פּלאַן לעזט בכלל נישט די אישוס און פּראָבלעמען וואָס ס'זענען ביז יעצט געווען מיט געריכטן און פּראַסעקיוטערס אַז זיי האָבן געקענט נעמען פּאָליטישע נקמה קעגן פּאָליטישע פירער.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פרעמיער נתניהו אין בערלין טרעפט זיך מיט קאונצלער שולץ.
אטעטשמענטס
IMG_20230316_093243_120.jpg
IMG_20230316_093243_120.jpg (58.92 KiB) געזען 2554 מאל
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אהוד אולמערט רופט צו וועלט פירער פריינטליך צו מדינת ישראל, אז זיי זאלן בויקאטירן פרעמיער מיניסטער נתניהו צוליב די געריכט רעפארם פלענער:
אולמערט האט שארף ארינטער געריסן די נתניהו קאאליציע פאר'ן נישט אקצעפטירן די פשרה פון פרעזידענט הערצאג, און געווארענט אז די שארפע צוגאנג פון נתניהו וועט אים צוריק קומען. ער זאגט אז לויט זין מיינונג מאכט נתניהו ניטאמאל די באשלוסן, נאר ער איז ביים שוועל פון אן ערענסטע נערוון צוזאמברוך, און מען דארף אים בויקאטירן וויבאלד זיין רעגירונג איז אנטי-מדינת ישראל.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל אפיצירן האבן זיך באנוצט מיט 'שטינק באמבעס' אקעגן חיזבאלא אגענטן וועלכע האבן גע'רודפ'ט גרעניץ איינוואוינער מיט לעיזער :
די חיזבאלא אגענטן פלעגן שיינען אויף דרייווער און שפאצירער, און צומאל אריין שיינען אין הייזער. אזוי אויך האבן זיי געמאכט הויכע גערודער און אויסגעגאסן אפלויף וואסער נעבן די גרעניץ, ביז מדינת ישראל אפיצירן האבן אראפ געלאזט נעבן זיי שטינק באמבעס און זיי האבן אויפגעהערט.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פרעזידענט פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן האט געהייסן שיקן 3 מיליאן דאלאר צו העלפן צוריק בויען די פאלעסטינער שטעטל חווארא:
די געלט וועט גענוצט ווערן צו פאררעכטן געשעדיגטע געביידעס און העלפן מענטשען וועלכע זענען באטראפן געווארן. אין אנדערע נייעס איז פארגעקומען א זיצונג אין אבו דאבי צווישן די הויפט נאציאנאלא זיכערהייט ראטגעבער פון די עמיראטן מיט א הויפט איראנער זיכערהייט באאמטער, עטליכע טעג נאך די מעלדונג פון א דיפלאמאטישע אפמאך צווישן איראן מיט סאודי אראביע.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל האט צום ערשטן מאל באשטעטיגט א דיפענס עקספארט לייסענס צו פארקויפן אנטי-דראון סיסטעמס פאר אוקראינא:
דאס וועט העלפן אוקראינע זיך באשיצן פון אטאקעס מיט איראנער דראונס. מדינת ישראל און אוקראינער באאמטע האבן עס נישט אפיציעל געמאלדן, אבער ווי מען הערט רעדט זיך עס פון א סיסטעם וואס ברענגט אראפ דראונס דורך צושאקלן די פריקווענסיס.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

געוועזענער מדינת ישראל שב"כ שפיאנאזש פירער ווארנט איבער קאנסעקווענצן פון קאנטראווערסיאלע יוסטיץ רעפארם‎‎:
די וואָרענונג האָט מען געהערט פון נדב ארגמן, וועלכער האָט אָנגעפירט די שב"כ אַגענטור פאַר עטליכע יאָר, אונטער ביבי נתניהו, און ער זאָגט אַז די געזעצן וועלן ברענגען אינערליכע פּראָבלעמען פאַר די אַגענטור. ארגמן זאָגט אַז ער איז אויסגעשפּראָכן קעגן דעם יוסטיץ רעפאָרם געזעץ, זאָגנדיג אַז עס וועט פאַרוואַנדלען מדינת ישראל אין א דיקטאַטורישע רעזשים.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ספעציעלע סאמיט צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינער איבער מעגליכע ראמאדאן אטאקעס‎‎:
דער ציהל פונעם סאמיט וועט זיין צו בארואיגן די געמיטער צווישן די מדינת ישראל רעגירונג און די פאלעסטינער אויטאריטעט, צוליב וואס מען שטייט בעפאר די ראמאדאן חאגע, ווען פאלעסטינער פירן געווענליך דורך אטאקעס. פון מדינת ישראל וועט קומען צחי הנגבי צו די געשפרעכן, און מען ערווארטעט אז א פולע דיעל צו בארואיגן די געמיטער וועט געמאלדן ווערן אין די קומענדיגע טעג, אבער עס איז נישט ערווארטעט אז מדינת ישראל וועט מסכים זיין איינצופרירן בוי ארבעט אין פאלעסטינער שטחים.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פאלעסטינער בירגער אין שכם האבן פרובירט דערמארדן צוויי טוריסטן פון דייטשלאנד וועלכע האבן בטעות אריינגעבלאנדזשעט, זיי זענען באצייטנס געווארן געראטעוועט דורך מדינת ישראל קרעפטן
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אין א באזונדערער אינצידענט איז א פאלעסטינער טעראריסט דערשאסן געווארן דורך מדינת ישראל קרעפטן פרייטאג נאכמיטאג, נאכ'ן ארויסנעמען א מעסער אויף מדינת ישראל סאלדאטן אין צפון ראמאללא.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

עס איז שוין די 11-טע וואך, ווען שווערע טויזענטער מענטשן אין ארץ ישראל, געשאצט ביז א פערטל מיליאן, זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן די יוסטיץ רעפארמירונגען וואס די אמטירנדער רעגירונג טוט דורכפירן.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל~ גענימען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל אורטיילט אז איתמר בן גביר האט נישט רעכט ארויס צו געבן אפארעישינאל פארארדענונגן פאר די פאליציי וויאזוי צו באהאנדלן פראטעסטן
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
אוועטאר
זקן ורגיל
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 6:44 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן ורגיל »

נאך פינף חדשים נישט רעדן, האט היינט דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידן טעלעפאנירט די מדינת ישראל פרעימיער ביבי נתניהו. אין די האלבע שעה פאן געשפרעך, האבן די צוויי גערעדט איבער די איראנע געפאר, אויסברייטערן די איבערהעם עקארדס. אויך האט מען גערעדט איבער די געריכט רעפארם וואס נתניהו פירט דורך. ביבי האט פארשפראכן פאר ביידן אז מדינת ישראל וועט פארבלייבן א שטאנהאפטיגע און בליענדע דעמאקראטיע.
לבי במזרח
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

זקן ורגיל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:52 pm
נאך פינף חדשים נישט רעדן, האט היינט דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידן טעלעפאנירט די מדינת ישראל פרעימיער ביבי נתניהו. אין די האלבע שעה פאן געשפרעך, האבן די צוויי גערעדט איבער די איראנע געפאר, אויסברייטערן די איבערהעם עקארדס. אויך האט מען גערעדט איבער די געריכט רעפארם וואס נתניהו פירט דורך. ביבי האט פארשפראכן פאר ביידן אז מדינת ישראל וועט פארבלייבן א שטאנהאפטיגע און בליענדע דעמאקראטיע.
זיי האבן גערעדט ווייניגער ווי צוויי חדשים צוריק נאך די טעראר אטאקע אין נוה יעקב
viewtopic.php?p=4083874#p4083874
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

א טעראריסט האט היינט געעפנט פייער אויף א קאר מיט מדינת ישראל לייסנס פלעיטס, ביי די אינעבוס דזשאנקשן אין חווארה.

די פייער האט קריטיש פארוואונדעט די מאטאריסטן, איינער פון זיי מיט מיליטערישע ערפארונג רעאגירנדיג מיט הייס פייער, צוריק שעדיגנדיג דעם טעראריסט.

די איי-די-עף האט נאך א קורצע זוכעריי געפונען און ארעסטירט דעם געשעדיגטן טעראריסט און אים אריינגעפירט אין טורמע פאר אויספארשונג.
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:15 pm
סא סתם עפעס א סוגיא אין בבא קמא גייט דער עולם נישט אזוי אנגיין...
טרייט מען אביסל קאנטערוויסיאלע נושאים...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”