Borrower האט געשריבן:פאמפעניקעל האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:פאמפעניקעל האט געשריבן:מקובל אלוקי האט געשריבן:
כאטש איינס???
גאנצטע בלעטער גמרא, סגיות און ש"ס, סימנים און שו"ע!!!
ווי הייב איך אן?
קיינער איז למעשה נישט געקומען פארענפערן מיינע פראגען אייטעם ביי אייטעם, איך האב געברענגט צום טיש הייסע-ווארע,
און חוץ אראפרייסן, זאגן ווי זאלעך אונהייבן בליק דורך כל-התורה-כולה, און ברענגען ווי ביליג אינשורענס איז פאר א 20 יעריגע אינגערמאן, און שטייצעך נישט ראגירן צו נאנסענס, האט אין מיי עפיניאן קיינער גערעדט צו זאך, אפי' איינער סטראשעט ער גייט אויסטוהן זיין ריפלעקטער...
איך האב געהעריג געענטפערט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p4086237
דו וואקסט שוין ביים גרעניץ פון א טראלל...
לאמער רעדן אפן
פינק ווי דו פארשטייסט אז איך דארף נישט טראכטן אז א עריפלעין גייט אראפקראכן פינק העכער מיין קאפ אויפן וועג צו מיין קאר, אפי' סדא טשענסעס און איך בין א געטרייע טאטע,
פארוואס אין די וועלט זאל א יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן טראכטן אז ער קען שטארבן? ( חוץ סיוסייד)
מיין ענטפער איז א פראגע.
איר האט פייער אינשורענס ?
א גוטע קשיא,
די תירץ איז גראדע יא,
געהאט א גוטע אפיר, איך בין גראדע היפש אנדעראינשורד ,עס צאלט זיך מיר אויס ווען איך זעה לעלאס שמאסן צו מיין געגענט ארויף, מיר איז ווערט די האלבע פעני וואס איך צאל שוין דארט פאר דעי סעקאנד טרילל, און שוין.
אבער איך מאך נישט קיין מצב פון דעם אן התעורות מיט התבונות... אז דער עולם זאל וויסן אז א פייער קען חלולא אויך געשעהן 3:00 אינמיטן די נאכט 15 מינוט נאכן איינשלאפן און איר וועט נעבעך ברויכן ארויס לויפן מיט א שיפע-בארד מיט די פאנטאפעל אין די הענט, און פינקט דעמולטס וועלן אלע שכנים אהיימקומען ציזאמען פון א חתונה און יעדער וועט אייך זעהן
שטיין אינטער א פארטש בעיטף מיט די רבינו תם'ס בעירם ובחוסר כל...
איך פארשטיי איינער וואס האט נישט קיין פייער אינשורענס...! און ס'וועט מיר גאנצווייניג אינטערסירן אויב א קהלה וועט מאכן 'קהלפייער'!
און אגב ביי א פייער לעבט דער מענטש מיט ווען און וואס עס געשעהט (ווי אויבן דערמאנט),
און ווי אויך קען איך עס זעהן מער געשען איספעשעלי ביי אונז חסידושע יודן וואס מען צינד מען כסדר אן דא לעכטל פאר ר' ישעי'לע און דארט א לעכטל פאר ר' מענדעלע און דא קומט צוגיין א 3 טעג יו''ט, א יקנה''ז, אזוי אויך להבדיל פארן ציגרעטל...
(יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס האט ק''י למשל געדארפט עפענען מצילי אש... )
און אז א מענטש וויל קענען רואוג אנצידן לעכט במשכן יאר, מאכט סענס צו האבן א פאלעסי, און די זעלבע זאך ביי לייף אינשורענס אויב דארף מען אדורך גיין א קידני-טרענספלענט ל''ע פארשטיי איך אויך פאר די זעלבע סיבה אז א מענטש זאל ווילן קויפן א לייף אינשורענס פאלעסי (עטס וועטס מיר ענפערן אז דעמולטס קען מען שוין נישט קויפן...)
און לאמיך דיר טאקע פרעגן Borrower
דו האסט דאך יא לייף און פול פייער אינשורענס, האסטו דען אמאל זיכער געמאכט אז דיין טאטע האט א גוטע לייף אינשורענס פאלעסי? און נאכדערצו א גוטן פייער אינשורענס?
א מכה!
אויב האלסטו באמת אז עס קען געשען א פייער/שטארבן און מען דארף זיך זארגן פאר דעם, וואלסטו שוין לאנג זיכער געמאכט אז דיין טאטע/שווער/ברודערס/שוואגער האבן מעקס פייער און לייף אינשורענס ווייל אויב נישט גייט דיר ווייטער קאסטן....
נארוואדען
יעדער איז בארעכטיגט אליינס צו דיסיידן פון וואס ער האט מורא און פון וואס מען וויל זיך באשיצן און דעי גאנצע אווערנעס קומט בכלל נישט אריין.