חלק שני פונעם ערשטן טאג בארצינו הקדושה:באנאנא האט געשריבן:היום יום ראשון שבו ביקר רבינו שליט"א אנ"ש תושבי ארצינו הקדושה:
פון די מעמד קבלת פנים אין קרית באבוב מיט די קינדער איז רבינו שליט"א געפארן אין א מאטארקאדע מיט די נגידים ובוני הבנינים, ובראשם הנגיד ר' ישראל אלכסנדר הכהן ענגלענדער, קיין בני ברק צום מעמד קביעת מזוזה פארן בנין החדש והמפואר ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק 'בנין רובין'. די מעמד קביעת מזוזה איז געווען מיט א ענגע צאל מקורבים, בלויז מיט די נגידים בעם.
נאכן מעמד זענען די נגידים געפארן קיין תל אביב צום גרויסארטיגן מעמד חנכות הבית פאר די צוויי נייע גרויסע בנינים. אין די זעלבע צייט האבן הונדעטער אנ"ש און בחורי אנ"ש אין אר"י זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום גרויסען מעמד. עס איז געווען א קידוש השם ווען די בילבארדס ארום די היכל שלמה אין ת"א האבן מקדים געווען בברכה די משתתפים צום חנוכת הבית נאכדעם וואס די עסקנים האבן זיך דערזען מיט גרויסע בילבארדס וואס ברענגט מיט זיך א גרויסע נסיון אין שמירת עינים איז מען געגאנגען און דאס געדינגען פאר די נאכט.
אריינקומענדיג צום מעמד האבן אלעמענס אויגן זיך נישט געקענט אפזעטיגן פונעם הערליכע מיאעסטעטישע מלכות'דיגע אויסשטעל פונעם זאל. אינטער'ן אויבנאן איז געווען אויפגעשטעלט א הערליכע פלאטפארמע מיט די צורת הבנינים, און אויך אלע בניני קהילתנו הק' אין ארץ ישראל. ארום און ארום די זאל איז געווען אויף אויסשטעל אלע בנינים פון קהילתנו הק' די בכל אתר ואתר.
די בחורים האבן זיך נישט געוואשן דארט אין זאל נאר נאכדעם געקומען מיטהאלטן אויף די גרויסע הויעכשטאקיגע פארענטשעס. מהנה געווען בשיר האט די מלכות כאר אינאיינעם מיט ר' זאנוויל וויינבערגער. דורכאויס די מעמד האבן זיי הערליך שיין אראפגעלייגט ניגוני באבוב ולמעלה בקודש.
אין די זעלבע צייט איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' מאיר יעקב ראזנגארטן, און הרה"ח הישיש ר' יהושע העללער, וואו עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים. דערנאך איז דער רב געווען מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר' קלבן בריננער, ראש קרן הבנין, וואס זיצט שבעה נאכן מאמע ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין תל אביב צום גרויסן צענטראלע מעמד וואו די ריזן ציבור האבן מקבל פנים געווען בשיר 'קול רנה וישועה' און 'צהלו ורוני יושבת ציון'. באלד נאכן זיך וואשן האט אויפגעטרויטן הרב חיים דוד באקאן, מנהל ישיבת קדושת ציון, מיט דברי פתיחה ארויסברענגענדיג רגשי הלב פון קהליתנו הקדושה אין אר"י אויף דעם גרויסע מאמענט, בפרט בביאת צדיק אל המקום מיטן געהויבענע באזוך פון רבינו שליט"א אריינצובלאזן חיזוק און התעלות בקרב אנ"ש און די בחורים.
רח"ד האט דערנאך אויסגערופן הרב יצחק שטערנבוך פון אנטווערפן וועלכע האט במתק לשונו אויפגעטרויטן בשם די מוסדות אלס שבח והודאה פאר'ן נגיד ר' איזי ענגלענדער אויף די ריזיגע תמיכה פון מיליאנען דאלארן וואס ער האט זיך געלאסט קאסטן פאר דעם קרן הבנין פראיעקט.
דערנאך האט אויפגעטרויטן הנה"ח ר' לייביש לאנדא, מגבאי קהל שערי ציון פאר לאנגע יארן, וועלכע איז געווען גאר אקטיוו אין די מלאכת הבני. ער האט אויסגעשריגן 'מזל טוב פאר רבינו הקדוש ז"ל.. און מזל טוב פאר הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א צום גרויסע מאמענט. דערנאך האט ער מכבד געווען איזי ענגלענדער מיט א גאלדענע שליסל אין א שיינע פלעק, ארויסברענגענדיג אז ער איז 'די שליסעל צו אונזער הצלחה'. ער האט דערמאנט די לשון פון די סליחות 'עיזי עזה נא' אז ער שטייט צום היינט פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ווען אימער מען דארף אים נאר. ביים פרעזענטירן דעם פלעק איז מען געגאנגען צום פלאץ פון רבינו שליט"א וועלכע האט דאס געליינט און געוואונטשען ברכות קדשו.
באלד דערנאך האט זיך דאס גאנצע זאל אויסגעבראכן אין הילכיגע געזאנג און טענץ בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווען פון איין זייט כאפט אן ר' ישראל ענגלענדער און די צווייטע זייט ר' לייבל רובין, נאכן זינגען א ניגון שמחה האט מען אנגעהויבן 'קה זכות אבות' און רבינו שליט"א האט געטאנצן א לענגערע צייט מיט גרויסע דביקות און שמחה.
נאכן טאנצן האט מען אויפגערופן די נעמען פון אלע נגידים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פאר די נייע בנינים, און רבינו שליט"א האט יעדעם איינעם געגעבן א באטל וויין אינאיינעם מיט ברכת קדשו פאר ווייטערדיגע הצלחה.
ר' שמחה שלמה רובין האט דאן אויפגעטרויטן מיט א הערליכע דרשה לכבודו פון זיין חשובע'ן טאטע ר' לייבל רובין, ארויסברענגענדיג אז שוין פון די ערשטע מינוט פון ווען רבינו שליט"א עלה על כס הרבנות האט זיין טאטע אויסגעשריגן הננו און געשטאנען צו די האנט אלע יארן מיט גרויסע סכומים און אצינד אפגעקויפט די שם הבנין פאר ביידע נייע בנינים דא אין ארץ ישראל.
דערנאך איז געקומען די הויעכפונקט פונעם מעמד ווען רבינו שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט א הערליכע לענגערע דרשה ודברי ברכה פאר עדת צאן מרעיתו אין ארצינו הקדושה. קודם האט דער רב געגעבן א יסודות'דיגע שמועס בענין אז מען קען נאר זיך האלטן אין אונזער שווערע דור אויב ריקט מען זיך נישט פון די דרך המסורה לנו מדור דור און מען גייט נאך פונקליך אזוי ווי אונז האבן מקבל געווען, דאס איז די יסוד זיך צו האלטן מיט אידישקייט און בלייבן א ערליכע איד.
דערנאך האט דער רב דערמאנט אלע נעמען פון נגידים בעם באזונדער, און ביי יעדעם איינעם אויסגעשמועסט זייער געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו די פראיעקטן אין די קהילה וואו זיי געבן אוועק פון זיך גרויסע סכומים פאר תורה וחסידות. אויך האט דער רב דערמאנט דער עסקן ר' קלמו בריננער וועלכע זיצט אצינד שבעה, און ר' לייביש לאנדא וועלכע איז געווען שטארק אקטיוו מיט די בוי ארבעט פון בנין הישיבה חכמת שלמה.
נאכן צענטראלע דרשה האבן זיך די רבנים משתתפים געזעגענט פון רבינו שליט"א און מען האט געבענטש. דא האט זיך געענדיגט די ערשטע יומא אריכתא פונעם געהויבענעם מסע הקודש בראשות רבינו שליט"א.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע:
הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ר"י ויז’ניץ
הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלזינגר שליט"א חבר הבד"ץ בעדה החרדית
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י סאטמאר ב"ב
הגה"צ ר' הרב נחמן בידערמאן שליט"א
הגה"צ בן אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א
אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א
אדמו"ר מגארליץ ב"ב שליט"א
אדמו"ר מזוטשקא שליט"א
אב"ד טאמאשוב שליט"א
הגאון החסיד רבי מאיר לוריא שליט"א ראש ישיבת באבוב ב"ב
הגאון ר’ מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה
הגאון ר’ פנחס פרידמן שליט"א ראש הכוללים של בעלזא
הגאון ר’ סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד שיכון ג’ בני ברק
הגאון ר’ מרדכי גלבר שליט"א רב קהילת מונקאטש
הגאון ר’ יחזקאל דרברימדיגר שליט"א רב קהילת באיאן
הגאון ר’ יעקב דוד הלברשטאם שליט"א אב"ד צאנז טשאקאווא
הגאון ר’ שמעון שמואל הלברשטאם שליט"א אב"ד דברי משה