טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך ממוצע »

יעדער האט געשריבן:
וואס זאגט מען ווען מען איז מתפלל אויף די קינד וואס האט נאך נישט קיין נאמען?
התינוק בן/בת פלונית
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

ממוצע האט געשריבן:

הרך הנולד בן פלונית
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

zugurnish האט געשריבן:
איינער פון די פצועים פון דער אוטובוס וואס איז צוריקגעקומען פון כותל איז א ליובאוויטשער בחור ציון נאמען מנחם פאלאס, א קויל איז אריין לעבן פלייצע. און מען האט געמאכט א אפעראציע און ער איז ב"ה בסדר
ער האט ניטאמאל געוויסט אז ער האט א קויל,
ער האט געזאגט פאר הצלה אז ער איז פארוואונדעט ווייל ער האט געזען בלוט, אבער גארנישט געפילט
בלויז אין שפיטאל האט מען אידענטיפצירט די קויל און דאס ב"ה ארויסגענומען
לעצט פארראכטן דורך דבר החרדים מירושלים אום זונטאג אוגוסט 14, 2022 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

האלצשטיין האט געשריבן:
פון די גאר גרויסע ניסים איז אז דער מחבל איז נישט ארויף אויפ'ן באס, ער האט זיך אריינגעבויגן און געשאסן, אך און וויי אויב ער גייט ווען ארויף.
ער האט היינט פארציילט ביים אויספארשונג אז ער האט געהאט א פראבלעם אין די גאן און מער נישט געקענט שיסן דעמאלטס איז ער אנטלויפן,,

(צו איסור פרסום..)
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בעל מדרגה »

zugurnish האט געשריבן:
איינער פון די פצועים פון דער אוטובוס וואס איז צוריקגעקומען פון כותל איז א ליובאוויטשער בחור ציון נאמען מנחם פאלאס, א קויל איז אריין לעבן פלייצע. און מען האט געמאכט א אפעראציע און ער איז ב"ה בסדר
אויף קול מבשר זאגט איינער אז דער בחור האט געראטעוועט פרוי גליק.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך גברא דקפדנא »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
וואס זאגט מען ווען מען איז מתפלל אויף די קינד וואס האט נאך נישט קיין נאמען?
התינוק בן/בת פלונית
הרך הנולד בן פלונית
אויב געדענק איך גוט זאגט מען ארויס די מאמע פון די מאמע'ס נאמען אויך

הרך הנולד בן פלונית בת פלונית
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גברא דקפדנא האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
וואס זאגט מען ווען מען איז מתפלל אויף די קינד וואס האט נאך נישט קיין נאמען?
התינוק בן/בת פלונית
הרך הנולד בן פלונית
אויב געדענק איך גוט זאגט מען ארויס די מאמע פון די מאמע'ס נאמען אויך

הרך הנולד בן פלונית בת פלונית
האט מיר א גרויסער איד געזאגט אמאל אז מען איז מזכיר דעם מאמען און דער תינוק איז שוין נכלל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: שיסעריי אטאקע אויף א באס נעבן קבר דוד ה"י

תגובה דורך מיסתפינא »

טישטוך האט געשריבן:
די גאנצע מעשה שטינקט פון קאפ, זינט ווען זאל ער זיך קומען אויסגעבן צו די פאליציי?

חוץ אויב האט מען ארעסטירט זיין מאמע און פאמיליע (ווי באריכטעט) דאן הייבט עס אן שטימען, אבער סתם אזוי שמעקט עס פון א פרואוו צו בארואיגן די מאסן.
פארוואס נישט?
אויב גיבט ער זיך נישט אינטער, וועלן די פאליציי ארויף גיין אויף איהם, און זיכער מאכן ער פייגערט בי אן אבלאווע אויף זיין הויז.
אויב ער גיבט זיך אינטער, גייט ער אריין אין א געשמאקע קעמפ וואס מפני מה הייסט עס א תפיסה, ציזאמען מיט אלע זיינע חמולות, ער גייט דארט האקן א שוואויל טאג, און באקומען א פעטע געהאלט פון אבו-מאזן, איז פארוואס נישט.
פריצעל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:34 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך פריצעל »

אלץ איינער וואס געפינט זיך אין ארה׳׳ק און קען גאנץ אפאר עסקני רפואה וכדו׳ וואלט איך געוואלט געבן מיינע צוויי צענט

אין א געוויסע זין -ווען ס׳געשעהט א טעראר אטאקע אדער סתם אן אר׳׳ן (אירוע רב נפגעים) - פארלאזט מען זיך דא אויף מעשה ניסים..

כ׳רעד נישט וועגן אן אטאקע זעלבסט אדער די ניסים גלויים פון די געראטעוועטע נאר ליבערשט פון די שפיטעלער דאהי ווי די איזרעלי גאות שיינט ארויס במילואו

די אנשי הצלה (מד׳׳א, הצלה וכו׳ ) טוען א געוואלדיגע ארבעט אבער איינמאל ס׳קומט אן צים שפיטאל איז די מצב כמעט אזויווי אן עיר שאין לו רופאים
קוק אויף די טראומה יניט׳ס אין די שפיטעלער דא, הדסה איז גאנץ כמעשה אבער שערי צדק און נאך זענען באלד נישט מער ווי א גוטע אורג׳נט קעיר און נוי יארק

אפילו נאך אזויפיל געשעהנישן וואס פאסירט דא ליידער דארף נאך די מצב א גרויסען תיקון; א שפיטאל ווי שע׳׳צ וואס מ׳ברענגט אהין אסאך פארוואנדעטע זאל נישט האבען גענוג טראומה דאקטוירים און פערסאנעל ??? 2/3 שעה צו אינדענדיפיצירען און ארויסנעמען א קויל פון א באטראפענעם ??? זענען זיי פאריקט ?
אוודאי אלעס גייט מיט די אויסרייד אז מ׳דארף קודם מטפל זיין מיט די וואס זענען און באלדיגע סכנה (נשקפת סכנה מיידית לחייהם) וואס וועגן דעם לאזט מען די פצועים בינוניים/קל ליגן אפאר שעה מיז מ׳נעמט געהעריג קעיר, אבער מ׳רעדט דאך דא פון א שפיטאל ניין ? און נישט א שפיטאל אין די שווייץ וואס האבען 3 טראומע פאציענטן איאר, מרעדט דאך פון ארה׳׳ק ווי ס׳קען זיך ח׳׳ו מאכען אסאך מאסען אימערדזענסיס , עכ׳׳ז זענען זיי נאכנישט געהעריג אויסגעשטאטערט. אתמהה

יא, זיכער זענען די איזראעלי׳ס זייער גוט צו הענדלען א אר׳׳ן אבער דעס מיינט לכל היותר אראפברענגען אנשי הצלה, אסאך רעד טעיפ, האבען קבוצות פון פאליציי שישקעס מיט אויסגעפליקטע קעפ שרייען אויף די מכשירי קשר, טעלעוויזיה/רדיו , זעלנער מיט ביקסען , קנאקערס וואס געבען א׳׳ג לייוו אפדעיטס וכו׳ וכו׳ אבער ותו לא מידי
ווען איינער דארף ליידער אנקומען אין שפיטאל איז ה׳׳י, יעדער וואס האט געדארפט אנקומען צי דעם ווייסט אז אין שע׳׳צ קען מען ווארטן לאנגע טייערער מינוטן ביז א טראומע דאקטער קומט קוקען אויפן פאציענט וכולי האי ואולי אז די נורסעס זאלען נישט זיין פארנומען מיטן סעלפאן און זיך קומערן מיט׳ן אימערדזענסי
און ס׳געלונגט זיי נאך אויך ווייל רובא דרובא מאל ענדיגט זיך אלעס מיט ניסים ממש- ולולי ה׳ שהי׳ לנו ה׳׳י וואס דא וואלט געווען..

מ׳רעדט זייער געשמאק מיט ר׳ א.ר. אויף קאלמבשר אבער פארוואס שטעלט מען זיך נישט אפ א מינוט און מפרעגט אים, ר׳ יוד, פארוואס טראגט מען נישט כאטשיג אלע טראומע פעשענס צי הדסה ? לוינט זיך דען נישט די עקסטערער 15 מינוט פארן אז שפעטער אנקומענדיג אין שפיטאל זאל ח׳׳ו נישט זיין יצא שכרו בהפסדו ח׳׳ו ? (כ׳מיין נישט דא ר׳ א.ר. דירקעקט ווייל ס׳נישט בידו נאר ביד מד׳׳א און אינטערנעל עגרימענטס)

ביוראקראטיע איז אימער אבער די נוסח פון ביראקראטיע צוזאמען מיטן דיר געבן די גאנצע מגילה ווי געוולדיג בשליטה (אין קאנטראל) די מצב איז, געפונט מען נאר דאהי
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
פון די גאר גרויסע ניסים איז אז דער מחבל איז נישט ארויף אויפ'ן באס, ער האט זיך אריינגעבויגן און געשאסן, אך און וויי אויב ער גייט ווען ארויף.
ער האט היינט פארציילט ביים אויספארשונג אז ער האט געהאט א פראבלעם אין די גאן און מער נישט געקענט שיסן דעמאלטס איז ער אנטלויפן,,

(צו איסור פרסום..)
מ'הערט אזויפיל מאל פון טעראריסטן אז זייער גאן האט זיך עפעס פארהאנקערט בשעת די אטאקע. איז דא עפעס א הסבר אויף דעם בדרך הטבע?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער באשעפער מאכט דאס.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

מומחה יוחס האט געשריבן:
דער באשעפער מאכט דאס.
כ'האב געפרעגט אויב ס'איז דא א הסבר בדרך הטבע . סאו דו מיינסט צו ענטפערן אז ס'איז נישטא קיין טבע'דיגע הסבר, אדער דו האסט געמיינט אז איך ווייס נישט אז די באשעפער מאכט עס?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בעריש'ל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
פון די גאר גרויסע ניסים איז אז דער מחבל איז נישט ארויף אויפ'ן באס, ער האט זיך אריינגעבויגן און געשאסן, אך און וויי אויב ער גייט ווען ארויף.
ער האט היינט פארציילט ביים אויספארשונג אז ער האט געהאט א פראבלעם אין די גאן און מער נישט געקענט שיסן דעמאלטס איז ער אנטלויפן,,

(צו איסור פרסום..)
מ'הערט אזויפיל מאל פון טעראריסטן אז זייער גאן האט זיך עפעס פארהאנקערט בשעת די אטאקע. איז דא עפעס א הסבר אויף דעם בדרך הטבע?
אוודאי איז דא א בדרך הטבעדיגע תירוץ! אין מדינת ישראל איז דא גאר שטרענגע גאן געזעצן, מען קען נישט דארט קויפן א גאן סתם אזוי.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בעריש'ל »

דערפאר האבן די שווארצע מארקעט צוריקגעשטאנענע מעשיות.

און אוודאי דער בוכ״ע איז שומר ישראל.

shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך shimon7323 »

ס'דא א דרך הטבע אז א פלעינע מענטש ווערט פארלוירן בשעת ער טוט אזאנע מעשים מטורפים. א מיליטער מאן איז מער געלערנט דערויף מיט דעם אלעם קענען זיי אויך ווערן פארלוירן.

חוץ לדרך הטבע דארף נישט קיין הסברה.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

בעריש'ל האט געשריבן:
דערפאר האבן די שווארצע מארקעט צוריקגעשטאנענע מעשיות.

און אוודאי דער בוכ״ע איז שומר ישראל.
ליגט מיר אין קאפ אז מ'הערט עס אפט אין אמעריקע אויך. קען זיין ווייל די טעראריסט איז אינטער גרויס דרוק בשעת'ן אויספירן די אטאקע, ממילא טוט ער בטעות זאכן וואס פארהאנקערט די רעוואלווער. אפשר.

-
האקט.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בעריש'ל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
דערפאר האבן די שווארצע מארקעט צוריקגעשטאנענע מעשיות.

און אוודאי דער בוכ״ע איז שומר ישראל.
ליגט מיר אין קאפ אז מ'הערט עס אפט אין אמעריקע אויך. קען זיין ווייל די טעראריסט איז אינטער גרויס דרוק בשעת'ן אויספירן די אטאקע, ממילא טוט ער בטעות זאכן וואס פארהאנקערט די רעוואלווער. אפשר.

-
האקט.
אין אמעריקא הערט מען עס ווייניגער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בעריש'ל האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
דערפאר האבן די שווארצע מארקעט צוריקגעשטאנענע מעשיות.

און אוודאי דער בוכ״ע איז שומר ישראל.
ליגט מיר אין קאפ אז מ'הערט עס אפט אין אמעריקע אויך. קען זיין ווייל די טעראריסט איז אינטער גרויס דרוק בשעת'ן אויספירן די אטאקע, ממילא טוט ער בטעות זאכן וואס פארהאנקערט די רעוואלווער. אפשר.

-
האקט.
אין אמעריקא הערט מען עס ווייניגער.
די טעראריסטן דא האבן אסאך בעסערע גאנס
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

פריצעל האט געשריבן:
אלץ איינער וואס געפינט זיך אין ארה׳׳ק און קען גאנץ אפאר עסקני רפואה וכדו׳ וואלט איך געוואלט געבן מיינע צוויי צענט

אין א געוויסע זין -ווען ס׳געשעהט א טעראר אטאקע אדער סתם אן אר׳׳ן (אירוע רב נפגעים) - פארלאזט מען זיך דא אויף מעשה ניסים..

כ׳רעד נישט וועגן אן אטאקע זעלבסט אדער די ניסים גלויים פון די געראטעוועטע נאר ליבערשט פון די שפיטעלער דאהי ווי די איזרעלי גאות שיינט ארויס במילואו

די אנשי הצלה (מד׳׳א, הצלה וכו׳ ) טוען א געוואלדיגע ארבעט אבער איינמאל ס׳קומט אן צים שפיטאל איז די מצב כמעט אזויווי אן עיר שאין לו רופאים
קוק אויף די טראומה יניט׳ס אין די שפיטעלער דא, הדסה איז גאנץ כמעשה אבער שערי צדק און נאך זענען באלד נישט מער ווי א גוטע אורג׳נט קעיר און נוי יארק

אפילו נאך אזויפיל געשעהנישן וואס פאסירט דא ליידער דארף נאך די מצב א גרויסען תיקון; א שפיטאל ווי שע׳׳צ וואס מ׳ברענגט אהין אסאך פארוואנדעטע זאל נישט האבען גענוג טראומה דאקטוירים און פערסאנעל ??? 2/3 שעה צו אינדענדיפיצירען און ארויסנעמען א קויל פון א באטראפענעם ??? זענען זיי פאריקט ?
אוודאי אלעס גייט מיט די אויסרייד אז מ׳דארף קודם מטפל זיין מיט די וואס זענען און באלדיגע סכנה (נשקפת סכנה מיידית לחייהם) וואס וועגן דעם לאזט מען די פצועים בינוניים/קל ליגן אפאר שעה מיז מ׳נעמט געהעריג קעיר, אבער מ׳רעדט דאך דא פון א שפיטאל ניין ? און נישט א שפיטאל אין די שווייץ וואס האבען 3 טראומע פאציענטן איאר, מרעדט דאך פון ארה׳׳ק ווי ס׳קען זיך ח׳׳ו מאכען אסאך מאסען אימערדזענסיס , עכ׳׳ז זענען זיי נאכנישט געהעריג אויסגעשטאטערט. אתמהה

יא, זיכער זענען די איזראעלי׳ס זייער גוט צו הענדלען א אר׳׳ן אבער דעס מיינט לכל היותר אראפברענגען אנשי הצלה, אסאך רעד טעיפ, האבען קבוצות פון פאליציי שישקעס מיט אויסגעפליקטע קעפ שרייען אויף די מכשירי קשר, טעלעוויזיה/רדיו , זעלנער מיט ביקסען , קנאקערס וואס געבען א׳׳ג לייוו אפדעיטס וכו׳ וכו׳ אבער ותו לא מידי
ווען איינער דארף ליידער אנקומען אין שפיטאל איז ה׳׳י, יעדער וואס האט געדארפט אנקומען צי דעם ווייסט אז אין שע׳׳צ קען מען ווארטן לאנגע טייערער מינוטן ביז א טראומע דאקטער קומט קוקען אויפן פאציענט וכולי האי ואולי אז די נורסעס זאלען נישט זיין פארנומען מיטן סעלפאן און זיך קומערן מיט׳ן אימערדזענסי
און ס׳געלונגט זיי נאך אויך ווייל רובא דרובא מאל ענדיגט זיך אלעס מיט ניסים ממש- ולולי ה׳ שהי׳ לנו ה׳׳י וואס דא וואלט געווען..

מ׳רעדט זייער געשמאק מיט ר׳ א.ר. אויף קאלמבשר אבער פארוואס שטעלט מען זיך נישט אפ א מינוט און מפרעגט אים, ר׳ יוד, פארוואס טראגט מען נישט כאטשיג אלע טראומע פעשענס צי הדסה ? לוינט זיך דען נישט די עקסטערער 15 מינוט פארן אז שפעטער אנקומענדיג אין שפיטאל זאל ח׳׳ו נישט זיין יצא שכרו בהפסדו ח׳׳ו ? (כ׳מיין נישט דא ר׳ א.ר. דירקעקט ווייל ס׳נישט בידו נאר ביד מד׳׳א און אינטערנעל עגרימענטס)

ביוראקראטיע איז אימער אבער די נוסח פון ביראקראטיע צוזאמען מיטן דיר געבן די גאנצע מגילה ווי געוולדיג בשליטה (אין קאנטראל) די מצב איז, געפונט מען נאר דאהי
כ’האב נישט קיין כח צו שרייבן לאנגע מגילות דערפאר וועל איך פרובירן צו מקצר זיין.

מטפל זיין אין א אר”ן (ח”ו, זאל זיך נישט מאכן) איז אין אר”י פון די בעסטע און שנעלסטע אין די וועלט, און פון איבעראל קומט מען זיך לערנען פון זיי. טראצ וואס האסט געשריבן איבער די ’מכשירי קשר’ ראדיא וכדו’..
א סצענע אין אמעריקע ווי א טעראריסט מיט א גאן וואס ברעכט זיך איין אין א גראסערי/שולע וכו, נעמט ש-ע-ו-ת ביז מ’מאכט אים ’אים שעדליך’ (נטרול בלע”ז).

לעניין השפיטעלע”ר איז באקאנט איבעראל אז אין אר”י איז כהיום די רפואה וועלט פון די בעסטע טראצ די גודל פונעם קליינעם לאנד.
- פון אייגענע עקספיריענס (מניסיון אישי בלע”ז) ליידער איז דא אין אמעריקע אסאך ערגער ווי ממינט אז סאיז אין די ”גאלדענע אמעריקע”... -
און אויב רעדסטו ספעציפיש אויף ’שערי צדק’, וועל איך דיר פארציילן וואס איך האב אליין בייגעוואינט מיט נישט אסאך יארן צוריק ווען איך בין דארט געווען און ווארטנ’דיג אין די ’מיון’ (מיט מיין מאמע זז”ג, מיט אפענדיציט ל”ע), סאיז געווען ער”ש נאכמיטאג ממש פארן זמן, ווען מ’הערט אויסרופן אויפן הויעכליכער (רמקולים בלע”ז) ”קארדיאלאג לחדר טראומה בבקשה” ”ארטאפעד לחדר טראומה בבקשה” (איך געדענק נישט פונקטליך די נעמען פון די סארט דאקטוירים אבער) אפאר מאל האט מען עס אויסגערופן א שורה פון נעמען און ביז אפאר מינוט זענען אלע געווען דארט ווארטנ’דיג אויפן פאציענט (ער איז נאכנישט אנגעקומען אין שפיטאל) , וועלכע איז אריבער א שווערע עקסידענט אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען. און אויך נאכן אנקומען פונעם פאציענט האבן געשטראומט נערסעס און דאקטוירים אהין, סאו אויב ער”ש נאכמיטאג און א שווערע זמן האבן זיי געהאט אוועילעבל די אלע דאקטוירים איז וואס נאך וויל מען פון זיי.....
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טעראריסטישע שיסעריי אטאקע ביי באס סטאנציע נעבן קבר דוד, וומ"ס'ע משפחה צווישן פארוואונדעטע ה"י

תגובה דורך משמש בקודש »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
הודו לה׳ תפילות ישראל עושה רושם. די מצב איז ב״ה פיל בעסער. זייטס ווייטער מתפלל יושע צבי בן שרל ובנו הבחור החתן ברוך בענדיט בן חנה גיטל לרפו״ש
און וואס איז מיט די פרוי וואס איז שווער פארוואונדעט געווארען?
לויט די לעצטע אפדעיט פון שפיטאל איז זי ווייטער אין א זייער שווערע צושטאנד.

די קינד איז ווייטער קריטיש אבער סטאביל.
נאמען צו מתפלל זיין?
הציבור נקרא להתפלל לרפואת האישה ליבא אהובה בת רבקה, תושבת העיר ביתר עילית שנפצעה קשה מאד בפיגוע הלילה בירושלים
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך Greeneryid »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
פון די גאר גרויסע ניסים איז אז דער מחבל איז נישט ארויף אויפ'ן באס, ער האט זיך אריינגעבויגן און געשאסן, אך און וויי אויב ער גייט ווען ארויף.
ער האט היינט פארציילט ביים אויספארשונג אז ער האט געהאט א פראבלעם אין די גאן און מער נישט געקענט שיסן דעמאלטס איז ער אנטלויפן,,

(צו איסור פרסום..)
מ'הערט אזויפיל מאל פון טעראריסטן אז זייער גאן האט זיך עפעס פארהאנקערט בשעת די אטאקע. איז דא עפעס א הסבר אויף דעם בדרך הטבע?
כדי צו פארשטיין דעם דרך הטבע דארף מען פארשטיין ווי אזוי א גאן ארבעט און ב"ה דא אין אמעריקע מיט א קליינעם גוגל זוך קען מען זיך שנעל אויסלערנען.

א גאן האט א מעקאניזעם ווי אזוי ער שיסט און ווי אזוי ער ברענגט אריין דעם נעקסטן בולעט און מאכט אים גרייט צו שיסן. יעדע שטיקל אין דעם מעקאניזם קען גורם זיין אז עס זאל ווערן פארהאנקערט. איינע פון די זאכן וואס מען דארף טוהן מיט א גאן איז אז מען דארף עס קלינען און מען דארף עס אוילן כסדר. אויב מען טוט עס נישט קען עס גורם זיין אז עס זאל זיך פארהאנקערן. איינע פון די זאכן וואס סאלדאטן דארפן קענען איז זייער שנעל צונעמען און צוריק צאמשטעלן זייער גאן אויב עס פארהאנקערט זיך. איינע פון די זאכן וואס מען איז מקפיד מיט סאלדאטן איז אז די גאנס מוזן זיין זייער ריין. עס איז דא עפעס אזא ווערטל אז א גאן איז אזוי גוט ווי דער וואס קלינט עס. פארשטייט זיך אז עס איז דא אזוי פיל מיני גאנס צו קויפן און דע פאפולערסטע גאנס זענען טאקע די וואס פארהאנקערן זיך די ווייניגסטע.
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך צושליסן »

הר"ר שמעון שישא אין שפיטאל ביי די אמעריקאנער געשעדיגטע לרפו"ש, ארויסהעלפן די בני המשפחה וואס זענען אלע געסט און האבן געדארפט באגלייטונג צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין.

ויה"ר שנשמע בשורות טובות.
אטעטשמענטס
5 (2).jpg
5 (2).jpg (17.21 KiB) געזען 1291 מאל
0.jpg
0.jpg (33.51 KiB) געזען 1291 מאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בלייב געזונט »

צושליסן האט געשריבן:
הר"ר שמעון שישא אין שפיטאל ביי די אמעריקאנער געשעדיגטע לרפו"ש, ארויסהעלפן די בני המשפחה וואס זענען אלע געסט און האבן געדארפט באגלייטונג צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין.

ויה"ר שנשמע בשורות טובות.
שטארקע זאך, אשרי לו ואשרי חלקו!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך רוב כוס »

די מצב האט זיך הודו להשם פארבעסערט ביי די שווער פארוואנדעטע און זענען ארויס פון סכנה
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טעראר אטאקע נעבן קבר דוד - מוצש"ק נחמו תשפ"ב

תגובה דורך בעל מדרגה »

רוב כוס האט געשריבן:
די מצב האט זיך הודו להשם פארבעסערט ביי די שווער פארוואנדעטע און זענען ארויס פון סכנה
פון וועם?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”