מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

נאך א זאך וואס די ריכטערין ברענגט ארויס איז אז נאר 'איין פראצענט' פון אלע צוגענומענע דאקומענטן האבן געהאט א Classified/top secret מארקינג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין קענאן ברענגט אויך ארויס אז צווישן די קאנפיסקירטע מאטריאל פון מאר-א-לאגא געפונען זיך טראמפ'ס מעדיצינישע רעקארדס, קארעספאנדענץ פארבונדן צו שטייער רעקארדס און אקאונטינג אינפארמאציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט שפיאנאזש קאמיטע פארזיצער מארק ווארנער זאגט אז סיי וועלכע פארמאלע סעסיע מיט די אפיס פון נאציאנאלע שפיאנאזש איבער די מאר-א-לאגא אויספארשונג וועט נישט צושטאנד קומען בעפאר קומענדיגע וואך ווען קאנגרעס קומט צוריק קיין וואשינגטאן
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

וואשינגטאן פאוסט: די עף בי איי האט געטראפן דאקומענטן אין מאר-א-לאגא וואס האט אנטהאלטן מאטעריאל איבער אנדערע לענדער'ס פארטיידיגונג כוחות און זייערע נוקלעארע מעגליכקייטן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
וואשינגטאן פאוסט: די עף בי איי האט געטראפן דאקומענטן אין מאר-א-לאגא וואס האט אנטהאלטן מאטעריאל איבער אנדערע לענדער'ס פארטיידיגונג כוחות און זייערע נוקלעארע מעגליכקייטן.
דאס איז די נוקלעארע מאטעריאל פון וואס מען האט גערעדט, אקעי...
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
וואשינגטאן פאוסט: די עף בי איי האט געטראפן דאקומענטן אין מאר-א-לאגא וואס האט אנטהאלטן מאטעריאל איבער אנדערע לענדער'ס פארטיידיגונג כוחות און זייערע נוקלעארע מעגליכקייטן.
געוויסע פון די דאקומענטן וואס מען האט געטראפן איז אזוי שטארק טאפ סיקרעט אז נאר א פרעזידענט אליין אדער פון די גאר הויכע פאזיציעס אינעם קאבינעט קענען אויטאריזירן אנדערע צו וויסן דערפון.
אטעטשמענטס
20220906_214146.jpg
20220906_214146.jpg (130.02 KiB) געזען 4791 מאל
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
וואשינגטאן פאוסט: די עף בי איי האט געטראפן דאקומענטן אין מאר-א-לאגא וואס האט אנטהאלטן מאטעריאל איבער אנדערע לענדער'ס פארטיידיגונג כוחות און זייערע נוקלעארע מעגליכקייטן.
געוויסע פון די דאקומענטן וואס מען האט געטראפן איז אזוי שטארק טאפ סיקרעט אז נאר א פרעזידענט אליין אדער פון די גאר הויכע פאזיציעס אינעם קאבינעט קענען אויטאריזירן .
מארקו רוביא האט געזאגט אױף פאקס אז ס׳איז נישטא אזא מין זאך װי א טאפ סיקרעט אז נאר א פרעזידענט אליין אדער פון די גאר הויכע פאזיציעס אינעם קאבינעט קענען אויטאריזירן אנדערע צו וויסן דערפון
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הילערי קלינטאן: איך וועל נישט זיין אויפריכטיג אויב איך וועל נישט זאגן אז איך האלט אז אז עס געווען א קרימינאלע קאנספיראציע אקעגן די אמעריקאנע רעגירונג אנגעפירט און געמוטיגט דורך דאנאלד טראמפ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוטא סענאטאר מיט ראמני (ר): עס איז א זייער ערנסטע אנגעלעגנהייט צו האבן ארויסגענומען קלאסיפיצירטע אינפארמאציע צו אן אומפארזיכערטע פלאץ און עס איז ריכטיג צו פרובירן אויסצוגעפונען וואס אלץ איז גענומען געווארן און זעהן אויב מען קען נישט באשוצן די קוועלער פון וועלכע די אינפארמאציע איז ערהאלטן געווארן
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

געוועזענער אטוירני דזשענערעל אונטער טראמפ, מר. ביל בארר האט אין אינטערוויאו ארונטערגעריסן ריכטערן קענאנאן'ס פסק צו לאזן א ספעשיל מעסטער אדורך זיפן אלע אינפארמאציע קאנפיסיקירט ביי די עף בי איי אבלאווע.

ער זאגט אז איר פסק איז אומריכטיג און לעכעריג אויף אסאך וועגן.

בארר רעקאמאנדירט אז די דזשאסטעס דעפארטמענט זאל אפעלירן דעם פסק.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטאר לינזי גרעהעם איבער די נעכטיגע וואשינגטאן פאוסט באריכט: אויב וואלט עס ווירקליך געווען נוקלעארע מאטריאל, פארוואס האבן זיי געווארט נאכן וויסן פאר מער פון א יאר דערוועגן צו ווארטן ביז 90 טאג איידער די וואלן צו נעמען שריט דערוועגן?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מעקאנעל זאגט אז ביי די נעכטיגע זיצונג מיט פירנדע רעפובליקאנע סענאטארן האט מען נישט גערעדט פון די מאר-א-לאגא קעיס

ער זאגט אז ער האט נישט וואס צו קאמענטירן איבער די אנגעלעגנהייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויליאם באר: עס זענען נישט פארהאן קיין אומשטענדן -לעגאל- אונטער וועלכע דער פרעזידענט קען האלטן רעגירונג דאקומענטן אפגעזעהן אויב זיי זענען קלאסיפיצירט אדער נישט
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

הכל הבל האט געשריבן:
א באריכט ציטירט פון מערערע טראמפ ווייסע הויז באאמטע וועלכע שילדערן ווי אזוי טראמפ'ס אינטערעסע אין שפיאנאזש רעפעראטן פלעגט זיין באגרעניצט הויפטזעכטליך צו באריכטן איבער אנדערע וועלט פירער איבער וועם ער האט ארויסגעקקוט צו הערן געהיימע פערזענליכע אינפארמאציע

ער פלעגט אויך שטארק וועלן הערן איבער איראן און איבער זייערע וואפן אנטוויקלונג פארשריט
ער האט נישט געוואלט מער וויסען אדער מען האט אים נישט געוואלט מער ווייזען?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט א ען פי אר-פי בי עס-מעריסט אנקעטע גלויבן 61% אמעריקאנער אז טראמפ האט געטוהן "עפעס אומלעגאל" אדער כאטש "אומעטיש אבער לעגאל" מיטן האלטן די דאקומענטן אין מאר-א-לאגא
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

DOJ פיילט אן אפיעל אויף ריכטערין קענאנן'ס פסק איבער א ספעשל מעסטער.

https://www.dropbox.com/s/ja95pty57k3gq ... 1.pdf?dl=0

קלארשטעלונג: זיי האבן געפיילט א נאטיץ אז זיי האבן אין פלאן צו אפעלירן אבער דאס איז נאכנישט דער עצם אפיעל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
DOJ פיילט אן אפיעל אויף ריכטערין קענאנן'ס פסק איבער א ספעשל מעסטער.

https://www.dropbox.com/s/ja95pty57k3gq ... 1.pdf?dl=0
קלארשטעלונג: זיי האבן געפיילט א נאטיץ אז זיי האבן אין פלאן צו אפעלירן אבער דאס איז נאכנישט דער עצם אפיעל.
טראץ וואס ריכטערין קענען האט געשריבן אז די ספעציעלע מייסטער וועט נישט שטערן די אפיס פונעם דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דורכצוקוקן די דאקומענטן טענה'ט איצט די יוסטיץ דעפארטמענט אז עס טוט ווירקליך יא אפשטעלן די שפיאנאזש אפיס איבערזיכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
טראמפ פארלאנגט אין אנקלאגע אז מען זאל שטעלן א ספעשל מעסטער איבערצוקוקן וואס די רעגירונג מעג יא אדער נישט זעהן
די טראמפ מאשען

https://www.dropbox.com/s/qugjocs0m5wpt ... 9.pdf?dl=0
אין גינסטיגע נייעס פארן געוועזענעם פרעזידענט איז די קעיס אנגעקומען צו דזשאדש Aileen Cannon וואס איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ און ווערט פאררעכענט ווי א שטארק רעכטער לויט איר היסטאריע.
ווען טראמפ האט געהאט אריינגעטראגן זיין קלאגע אקעגן הילערי קלינטאן האט עס געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער דאנאלד מידלברוקס

מידלברוקס האט דאן הויך שפעקולירט אז טראמפ האט בכוונה געפיילט די אנקלאגע אין די פארט פיערס געריכט דיוויזיע מיט די האפענונג אז די קעיס זאל אנקומען צו ריכטערין קענאן..
שטעלט זיך ארויס אז עס איז די אויטאמאטישע סיסטעם גורל וועלכע האט צוגעשיקט די קעיס צו ריכטערין קענאן טראץ וואס זי איז פון פארט פיערס און די ריכטער וועלכע סערווירט איצט אין וועסט פאלם ביעטש איז ריכטער ראזנבערג (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
דאנאלד אקעגן דאנאלד

ריכטער מידלברוקס (נאמינירט דורך קלינטאן) ווארפט ארויס די אנקלאגע פון טראמפ אקעגן קלינטאן ראד ראזנסטיין און אנדערע יוסטיץ דעפארטמענט און עף בי איי געוועזענע באאמטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רעגירונג האט פארגעשלאגן 2 קאנדידאטן צו דינען אלץ ספעציעלע מייסטער

1) רעטייערטע פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין פון ניו יארק בארבארא דזשאונס (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)

2) רעטייערטע פעדעראלע די סי קרייז געריכט ריכטער טאמאס גריפיט (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טראמפ טיעם האט פארגעשלאגן 2 קאנדידאטן צו דינען אלץ ספעציעלע מייסטער

1) רעטייערטע הויפט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער פון ניו יארק (וועלכע האט אויך סערווירט אויפן פייסא געריכט, דיריע (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און דורך הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס צום פייסא געריכט)

2) געוועזענע פלארידא דעפיוטי אטוירני דזשענעראל פאול האק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רעגירונג וועט רעאגירן מאנטאג איבער זייער שטעלונג אויף די טראמפ טיעם קאנדידאטן ליסטע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אז מען זאל רעדוצירן די איבערזיכט פעריאד אויף די קאנדידאטן פון אנשטאט 21 צו 10 טאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רעגירונג וועט צושטעלן פאר טראמפ קאפיעס פון אלע דאקומענטן וועלכע זענען נישט געווען באצייכנט אלץ קלאסיפיצירט אריינגערעכנט פרעזידענטליכע רעקארדס (אבער שטעלן קלאר אז זיי האבן עס געעמגט צו ערשט נעמען אונטער די סוירטש ווארענט) און אומקערן אלע פערזענליכע זאכן וועלכע זענען געווארן קאנפיסקירט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מאר-א-לאגא אבלאווע והמסתעף -בלויז נייעס-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טראמפ טיעם שרייבט אז די ספעציעלע מייסטער זאל מעגן איבערקוקן אלצדינג און נישט דארפן קאמיונקירן מיט די נאציאנאלע ארכיוון און באשטימען וואס עס זענען באשוצט אלץ עקזעקוטיווע פריווילעגיע

בעת וואס די רעגירונג שרייבט אז די מייסטער זאל בלויז מעגן זעהן אומקלאסיפיצירטע דאקומענטן און נישט באשטימען דאקומענטן אלץ עקזעקוטיווע פריווילעגיע באשוצט נאר בלויז אנצייכענען צו די נאציאנאלע ארכיוון אלע דאקומענטן וועלכע ווערן פארלאנגט דורך די טראמפ טיעם צו זיין באשוצט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”