כאפצעם האט געשריבן:וועלעכע נארמאלע מענטש, ספעציעל ווען ער ווייסט מ'קוקט אים נאך מיט 100 אויגן, כאפט ארויס פון ווייסן הויז לאודס מיט העכסט קלאסיפיצירטע דאקומענטן?! אנריעל.
ער ברויך נישט תפיסה דערפאר, נאר גראד אריין אין בעלוויו שפיטאל.
ארויסגעכאפט? העכסט קלאסיפיצירטע דאקומענטן?
מרעדט דא פון דאקומענטס וואס טראמפ האט ע"פ רוב אליינס געשריבן
וואס מעג א פרעזידענט אהיימנעמען און וואס נישט? וואס איז די פעדעראלע גאווערנמענט אייגנטום און וואס איז טראמפס פריוואטע אייגנטום?
מרעדט דא פון גרעי עריע אויף וואס מהאט קיינמאל נישט אנגעקלאגט אדער איבערגעפאלן א געוועזענער פרעזידענט
רויט דארף מען ווערן ווען מפארפירט כסדר קעגן די זעלבע מענטש אבער די טענה טוישט זיך יעדע שני וחמישי!!!
די הייליגע נעשענעל ארכייווס...
אין בעלוויו שפיטאל דארפן אריינגיין די וועלכע באמבלען נאך די מידיע און קענען נישט ניצן דעם אייגענעם קעפל און זעהן זאכן "וויאזוי סאיז"; די FBI האט דא געבראכן אן אומדערהערטע פרעצעדענט!! די FBI וויל אינטערברענגען טראמפ איין וועג אדער די אנדערע!!
די זעלבע וועלכע זענען ביזי מיט "פרעצעדענט" ווען סקומט צו די סופרים קאורט אורטייל חוקי רציחה ווייסן נישט דערפון ווען סקומט צו FBI אביוז!! סאיז נישט געווען קיין שום סיבה צו ברעכן טראמפס ציווילע רעכטן און איבערפאלן זיין הויז!!! די געריכט האט דאס אלעס געקענט פלעין פארלאנגען פון אים.
די זעלבע וועלכע זענען ביזי מיט די טערמין "אינסערעקששאן" פאר פשוטע ראיאטן לייקענען אז דא איז פארגעקומען די טערמין "איבערפאל"..
די זעלבע וועלכע פארטיידיגן כאילו פרייהייט זענען ביזי אז טראמפ זאל ארויסשטעלן די פייסא ווארענט.. ניין!! ער איז דיר גארנישט שולדיג..!!! זאל די FBI זאגן וואס זיי ווילן.. זיי זענען די אגרעסערעס און זיי זאלן זיך בעסער מסביר זיין.