בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

.



בעזר השם וועט נאך בעפאר שבת קודש זיין צען מיליון טאלער פלאס!!!!!!


https://www.charidy.com/bonei


.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220811-071212_Chrome.jpg
Screenshot_20220811-071212_Chrome.jpg (64.54 KiB) געזען 3276 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
בוקר האט געשריבן:
בוקר האט געשריבן:
ווער איז די שפילער?
איך מיין אז ער הייסט דוד פינק
דער הייסט דוד פינק, דאכט זיך מיר אן אנטווערפענער, ער פארמאגט א סטודיו אין מאכט מיוזיק פאר אלע גרויסע חברה, שמואלי אונגאר מיכאל שניצלער וכו'
די שול ניגון איז זיין מיוזיק
לעצט פארראכטן דורך חרבונא אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 10:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

9.6

מי כעמך
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

משמש בקודש האט געשריבן:
9.6

מי כעמך
אטעטשמענטס
8E5DB0C1-A6C7-4983-B709-C260CB6C5F00.jpeg
8E5DB0C1-A6C7-4983-B709-C260CB6C5F00.jpeg (181.41 KiB) געזען 2996 מאל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נישט צום גלייבן וואס 'כלל ישראל' האט דא באוויזן, איך בין געפרוירן.

אינפלאציע, רעסעסיע, אינטערסט ראטע, אנעמפלוימענט וכל שום חניכא דאית להן דאס אלעס איז גוט פאר נייעס ברענגער און עקאנאמישע עקספערטן. די חרדישע אידן אבער לעבן למעלה מן הטבע, למעלה מן השכל און למעלה מן הזמן.

אנגעהויבן פון ר' שלמה וב"ב שיחיו און זייער נאענטע ענגע מיטארבעטער די פירער פון די הייליגע' בוני עולם' ארגאניזאציע, אראפ ביזן קלענסטן נתינה און די אלע געטרייע וואלונטירן אינדערמיט שרייט די נעכטיגע מאסיווע סוקסעס אויס איין גרויסע מעכטיגע געשריי.

פון ווען אן מיר זענען געווארן א פאלק ועד היום הזה האבן מיר מיט 'טבע' נישט געהאט קיין שייכות, מיר זענען מיט איר צו קריגט און צו'הרג'ט. דער אויבערשטער האט אונז ברוב רחמיו וחסדיו אויסדערוועלט פאר זיין עם הנבחר אן קיין שום שכל'דיגע הסבר בלויז צוליב די מסירת נפש וואס די אבות הק' האבן געהאט בשעתם אויסצושרייען דעם דבר ה' און גלייבן אין אים, זיי האבן מיט הייסע תפילות אראפגעברענגט קינדער שלא כדרך הטבע און טאקע דערפאר האט דער אויבערשטער געזען פאר פאסיג אז די קינדער זייערע זענען ראוי צו לעבן א העכער לעבן אנדערש ווי די גואישע פעלקער.

אונז פון אונזער זייט האבן אויסגעשריגן דעם' נעשה ונשמע' נישט וויסנדיג פונטקליך וואס אונז גיי מיר איין אבער כי עזה כמות אהבה, די קשר צווישן אונז און דעם בורא עולם האט אונז געפירט צו אונזער באשלוס.

די שרפי מעלה פארשטייען אונז נישט און די פעלקער וועלכע האבן אונז פרובירט אזוי פיל מאל אויסצוראטן קריצן מיט די ציין, זיי האבן פרובירט אלעס מעגליך פון אונז לויז צו ווערן אבער מיר זענען בכלל נישט און די דרך הטבע'דיגע פלעיבוק.

אין דעם דור השפל, אין די טריפענע ניו יארק, אין א וועלט פון שוואוילטאג, נידריקייט און גרויליקייט ווי דער זוהמת הנחש דיקטירט דעם דעת הקהל זיך צו באקוועם צו מאכן און נאכגעבן דעם נפש הבהמיות'דיגע אינסטינקטן, אין א דור ווי א. ג. אינטעליגענטן און פראפעסארן שטופן דעם וואגן פון צוברעכן דעם חיי משפחתית מיט טויזנטער הסברים, לאכן אפ פון די וועלכע ווילן נאכלעבן אביסל טראדיציאנאל לויט די גויעשע מושג פון טראדיציאנעל. מ'ווערט אפ געשטעמפלט מיט פארשידענע לעיבלען און שפעט ווערטער פאר'ן לעבן אינעם מיטל-אלטער און נישט וועלן מיטגיין מיטן רוח הזמן. די מידיא, און אלע גרויסע אינסטיטוציעס אין לאנד שעיפן פובליק פאליסי און פובליק אפיניאן אין די דירעקציע ווי ס'האט א גרויסע השפעה אויף די יוגנט. פרעג סיי וועלכע ארנטלעכע גוי און ער קען נישט גלייבן וואס זיינע אייגענע קינדער ווילן אלץ יא אדער נישט, וואס זיי שטרעבן אלץ.

שטייט א הייפעלע אידן אין די רוישיגע כוואליעס און ווילן נישט וויסן פון קיין מציאות, ס'אינטרעסירט אונז נישט קיין פאקטן, ס'גייט אונז נישט אן די היינטיגע נארמען און די מאדערנע סטאנדארטן.

מ'איז אריינגעשפרונגען אין א תחום וואס קיינער האט זיך נישט געוואגט, קיינער האט נישט געחלומט, קיינער האט נישט געהאלטן אז מ'קען עפעס אויפטאהן, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז מ'קען דורכברעכן די סטיגמע פון רעדן איבער די נושא און די עפענטליכקייט, אז דער ציבור וועט עס אויסהערן, אז דאקטוירים וועלן זיך מיט אונז רעכענען און אז פילאנטראפן וועלן זיך לאזן קאסטן פאנטאסטישע סומעס פאר די סארטן צוועקן.

איך טרייב נישט איבער, הערט נאר אמאל אויס ר' שלמה' ס שמועסן ווי ער האט זיך געבעטן מיט זודיגע טרערן צו אידן וואס ער האט גוט געקענט אז ער דארף געלט. נישט געלט דארף ער, קינדער דארף ער, איין קינד נאר. אבער די צייט איז נישט געווען רייף פאר אידן צו דערהערן און כאפן וואס דא גייט פאר.

האט דער אויבערשטער געהאלפן ווען די ריכטיגע מינוט איז געקומען און א העכערע כח האט אריינגעשיינט אין זיי אריינצושפרינגען אין דאס אומגלויבליכע עגענסט אלל אדדס, די רעסט איז היסטאריע.

א פונק פון אהבת ישרא' האט זינט דאן אויפגעפלאמט און ס'שיסט העלישע פלאמען וואס גרויסע עראפלאן קענען נישט פארלעשן, רשפי אש שלהבת י-ה.

יאר נאך יאר ברעכט ב"ע דורך דאס אומגלויבליכע, מ'דיפייט דעם דרך הטבע, מ'איז איר מבזה אין גרויסן אזש זי קען זיך נישט אהין טוהן פאר גרויס בושה.

זיי ברעכן דורך חידושים נפלאים אין די פעלד פון אינפערטיליטי, יעדע שטיק צייט מיט א פרישע שטאפל.

אזוי אויך ברעכן זיי דורך חידושים ווי אין אזא רעלאטיווע קורצע זייט זענען זיי אויס געשטיגן אלץ אזוי גרויסע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע מיט לאקאלע אפיסעס איבער צענדליגער שטעט און לענדער.

און כמובן, זייער פאנדעריעזינג אפאראט, ווי ב"ע ברעכט כסדר דורך די אנגענומענע כללים שלא כנגד הטבע, נישא קוקנדיג אויף די כסדרדיגע באריכטן איבער וויפיל מענטשן לעבן פון פעיטשעק צו פעיטשעק, וויפיל פראצענט אמעריקאנער האבן נישט גארנישט אין סעיווינגס, די פראצענט וואס לעבן און גרויסע ק. ק. חובות, דאס אלעס איז בכלל נישט מאסגעבנד. מ'קוקט אויף איין זאך וואס דארפן מיר ערייכן היי יאר, וואס פארא פרישע דורכברוך אין די פעלד פון מרבה זיין כלל ישרא' ליגט אויף די אגענדע און וואספארא פרישע סומע אין פאנדעריעזינג דארף מען דורכברעכן דערפאר.

מ'מאכט זיך צו די נאז און מ'פלאטשקעט אריין אינעם וואסער, ס'קלינגט אפ איבעראל, ס'שפריצט פון אלע זייטן און מ'נעמט זיך שווימען אן רחמנות.

קומט צו גיין די חרדישע כלל ישראל, די אומגעלערנטע, די אנעדיוקעידעד, די פאראזיטן וואס ארבעטן נישט געהעריג און אפילו אויב יא לעבן זיי א טייערע לעבן צוליב די קינדער געבענטשטע פאמיליעס.

די ליבעראלע אויפגעקלערטע רייכע אידן, די מאדערן ארטאדאקסישע ברידער אונזערע וואס טינקען זיך אין די וועלט פון פראפעשינאליזם, ביזנעס, דאקטאריי און וואל סטריט הייבן נישט אן אונז צו פארשטיין, כאפן נישטאמאל ווי אונז שטופן דורך די טעגלעכע לעבן.

אבער די חרדישע ציבור קוקט ניטאמאל אהין.

צום וויפילטן מאל זענען איינגעשפאנט געווארן די גרעסטע לייבן אין די חרדישע אומגעלערנטע וועלט און אויפגעשטעלט העכסט פארגעשריטענע אפאראטן אויף א אומבאגרייפער פארנעם צו ריעטשן דעם שלא כדרך הטבע'דיגע נומער פון 8 אבטיחים...

איך בין בכלל נישט בכח ארויסצוברענגען וואס עס ליגט אלץ אונטערצונעמען אזוי געוואגטע קאמפיין, געפירט פון ב"ע צענטראל אראפ ביז לאקאלע עסקנים די בכל אתר ואתר.

און דער עולם האט פארשטאנען אידיש, עסקנים אינג און אלט, האבן זיך אנגעטראגן צו וואלונטירן, זיך אונטערגענומען טיעמס, אנגעפירט און אריינגעשלעפט איינער דעם צווייטן, זיך אונטער גענומען גרעסערע גאולס און געשפרינגען.

מ'האט נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי מ'גייט דאס מאכן אבער הו קערס, אז בוני עולם שפרינגט, שפרינגען מיר מיט. אז ב"ע טראכט נישט פון פאראויס טראכטן מיר אויך נישט. מיר שפאצירן מיט מיט די וויזיע וועלכע משפחת באכנער שיחיו האבן איינגעפעדעמט אין כלל ישרא', מגייט, משפאנט פאראויס, בבחינת נעשה ונשמע.

אין דער עולם האט נישט סורפרייזט, דער ציבור איז אנטקעגן געקומען מיט נומערן למעלה פון יעדע דמיון. וויפיל הונדערטער טיעמס האבן געהכערט זייער גאולס מער ווי איינמאל, מ'האט געקאלט, געשריבן, גערעדט און ארומגעלאפן פאר גרעסערע און קלענערע סכומים אבי מזכה זיין ווי מער אידן. אידן וואס קענען באמת נישט געבן האבן זיך צעריסן יא צו געבן. וויסנדיג אז די ארגאניזאציע איז נישט בלויז דא אראפצוברענגען נאך נשמות נאר דאס רעפרעזענטירט די נשמה פון אונזער פאלק און שרייט ארויס ווער מיר זענען, יעדער האט געוואלט זיין א חלק.

וויפיל מענטשן האבן געקרעכצט אז זיי קענען נישט געבן מער און וויפיל האבן געקנייטשט מיט די שטערן היתכן דו בעטסט אזוי ווייניג.

איך רעדט שוין נישט פון די עשירים פון צווישן אונז וואס האבן אויפגענומען ר' שלמה וסייעתו אין בעפארברייטונג צום קאמפיין מיט אפענע ארעמס, מיט אפענע טשעקבוקס, מיט אפענע הערצער און א זכיה עצומה אז דער פאן טרעגער פון כלל ישראל'ס עתיד קומט ארויף צו זיי אין שטוב.

פאר ווער ס'איז נישט געווען אין זאל די לעצטע צוויי טעג. יוי פאטער אין הימל, ס'איז שווער צו רעדן. הונדערטער אינגעלייט און עסקנים זיך צוזאםגעקומען אין א זאל ווייט אוועק פון שטוב פארוואס? פארוואס? פארוועם? פארווען?

מ'זיצט איינגעשפאנט שעות על גבי שעות אויף די פארשאלטענע טעכנאלאגישע כלים וואס די פעלקער צווישן אונז נוצן אויס פאר דאס ארגסטע אבער מיר שטייען איינגעשפאנט און נוצן עס פאר???

מרבה זיין כבוד שמים, מרבה זיין כלל ישרא', אריינצוברענגען ווי מער תורמים אינעם בילד, ווי מער געלט פאר ב"ע'ס פרישע געוואגטע אונטערנעמונגען. די לופט דארט, די גייסט וואס האט געשוועבט איז סאמטינג עלס.

און ווען דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, ווען מ'האט דערגרייכט דעם אכטער, דאס געפיל פון אחדות פון דאס הייליג פאלק האט ארומגענומען יעדעם איינעם זיי אין זאל און סיי ווי אימער.

און דערנאך מיטן בואנוס רונדע, מ'גייט העלפן נאך אכט פארפעלקער, למנצח על השמינית (וואס דאס ווייזט אויף שלא כדרך הטבע, דברי ישראל אויף חנוכה), מ'האט געארבעט אויף קעסל און כלים פאר יעדע קליינע און גרויסע נתינה מיט זעלבן חשיבות וויסנדיג אז די ציל איז סיי ווי נישט בדרך הטבע, אונז ארבעטן און דער אויבערשטער וועט העלפן בעז"ה.

נישט קיין ספק אז מ'גייט דאס מאכן, נישט קיין ספק אז מ'גייט אויפרעכטן אזויפיל אידישע פארפעלקער, נישט קיין ספק אז מ'גיי מיר קומענדיגע מאל נאכאמאל מיטשטיין מיט די צעדרייטע צילן פון ב"ע, משיח זאל אוודאי פריער קומען.

אונז שרעק מיר זיך פון דער דרך הטבע, אונז ציטערן פון דיר, מיר וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט דיר, אונז זעמיר אויף מעסער שטעך בסתר ובגלוי פון דאס ערשטע מאל אונזער זיידע אברהם אבינו האט זיך מיט דיר געטראפן, דו האסט אונז קיינמאל נישט געהאלפן בלויז געשטאנען אין וועג. מ'האט דיך געמאכט פאר די גוים און אביסל פאר וויפיל השתדלות אונז אידן דארפן טוהן עפ"י גזירת הבורא ברוך הוא, דאס איבעריגע גיי פון דא, שטיי נישט אין וועג!

און צו אייך ברידער און שוועסטער המצפים לישועה, מיר האבן מיטגעוויינט מיט אייך, מיר האבן נישט פארגעסן פון אייך, מיר האבן זיך געזארגט פאר אייך, מיר האבן נישט געגעסן און געשלאפן צוליב אייך, מיר האבן געגעבן סכומים אדירים פאר אייך, מיר האבן געשוויגן ווען תורמים האבן געפרעגט וואס גייט זיין מיט אייך, (ב"ע העלפט אים אויך? דו האלטסט ער גייט האבן קינדער? וכהנה אבער מיר האבן געזיפט די ליפן נישט רעדנדיג קיין ווארט פון קיין איין יחיד) אבער מיר בעטן אייך עפעס אויף צוריק.

איצט איז אייער אויפגאבע זיך מיטצופרייען מיט אונז, אונז האבן געארבעט ביטער שווער און מיר האבן עס בס"ד געמאכט. מיר זענען באמת בשמחה אז מיר האבן עס דורכגעשוויצט, סיי דיי אייגענע גאולס און סיי די אלגעמיינע ציל. די נותנים האבן זיך באמת געפרייט צו געבן מיטצופילן מיט אייער צער און האפנדיג בקרוב אויף אייער שמחה.

מיר דארפן אייער השתתפות, מיט דארפן אייער מיטגעפיל, מיר דארפן אייער 'האפענונג' , מיר נייטיגן זיך אין אייער אפטימיזם און שמייכל. מיר האבן געבעטן אזוי פיל הילף פון אידן און מ'האט נישט אפגעזאגט. איצט בעטן מיר אייך אז אין די גרויסע ענגשאפט וואס איר געפינט זיך, אין די פיין פון עלנדשאפט, איינזאמקייט, פארלוירנקייט און מאנאטליכע דורכפעלער, זאלט איר כאטשיג אין די טעג זיך מיט פרייען מיט אונז.

בדרך הטבע קענט איז זיך נישט פרייען, בדרך הטבע קענען די שטערקסטע כלי מכשירים נישט ארויפברענגען א שמייכל אויף די אנגעצויגענע לעפצן אדער אויפהאקן די פעלזן שטיינער אויף אייערע הערצער אבער מיר זענען נישט אינעם דרך הטבע mode, מיר זענען אין העכערע ספערן ווי "אפילו מלאכים קענען נישט פארשטיין".

קומט מיט מיט אונזער שמחה פאר א גאר קורצע תקופה ווייל נאך אביסעלע גייען מיר זיך מיטפרייען מיט אייך, נאך אביסל וועט שיינען און לייכטן אין אייערע הייזער, א מינוטקעלע פארבליבן און די רעזולטאטן גייען צייגן דאס אומגלויבליכע. גיב עס א קורצע צייט און ס'גייט זיך אנדערש אריבער וואקן א סטאר וואס פארקויפט קערידעזעס, קינדער בעטעלעך און די מוזיק קאטשקעלעך העכער זיי. אין א קורצע תקופה גייט איר דאגה'ן ווי צו מאכן שלום זכר, וואכנאכט, ברית, פדיון הבן, קידוש א. א. וו. מיר גייען זיך מיט אייך מיט פרייען דאן, איר גייט דעמאלטס אויך נישט זיין אליין, מער וועלן שטראמען בקרוב צו אייער שמחה אין קעלט און אין היצן.

די בורא עולם בקנין האט געהאלפן בוני עולם אנצוקומען ביז אהער אז בקרוב וועט ביי אייך זיין דעם "השלם זה הבנין"., מיר זענען בטוח דערין.

מיר וועלן לאזן די אומות העולם זיך ספראווען מיט רעפארט, סטאטיסטיקס, סטאדיס, ריסעערטש, פרעדיקשנס, לאגיק און עסטימעטס און אונז וועל מיר זיך אנכאפן כלנו יחד כאחד באור פניך מיט אמונה, ובטחון, שמחה און צדקה.

כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.

בקרוב אלע צוזאמען אין ירושלים עיר הקודש
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
@פראקטיש!!!!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פראקטיש האט געשריבן:
בקרוב אלע צוזאמען אין ירושלים עיר הקודש
איין ווארט, וואוו!!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

משה הילל האט געשריבן:
איז דא ערגעץ ווי מקען איבער זען די גאנצע לייוו?
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איין טובה וואס איז ארויסגעקימען פון קאוויד
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@פראקטיש.... דאס אטעם האסטו מיר ארויסגענומען!!!

יאפ, כלל ישראל לייכט און שיינט, און איך וואונטש יעדן איינעם צו געהאלפן ווערן בקרוב ממש. אמן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

פראקטיש האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

@פראקטיש ;l;p-

אזא פעדער!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בעריש'ל האט געשריבן:
@פראקטיש ;l;p-

אזא פעדער!
געלאזט א טרער.

אשריכם ישראל! איך בין שטאלץ צו זיין א בוני עולם מיטארבעטער! אין יארן ארום ווען אינשורענס העט באצאלן די אלע זאכן וועט די זכות נישט זיין מער, הקב״ה וועט צוריק קוקן און ווייזן מיט די פינגער אויף די אידן וואס האבן געהאט שכל און זוכה געווען צו זיין א חלק בבנינו של עולם.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

בעריש'ל האט געשריבן:
@פראקטיש ;l;p-

אזא פעדער!
טרערן זענען מיר געקומען אין די אויגן ליינענדיג דיין באריכט, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »



דאנערשטאג 11:30AM

$9,624,568 געשאפט

פון 47,060 דאונערס

96% פון באונעס גאול $10,000,000
120% פון אריגנעלע גאול $8,000,000
-----------------------------------------------------------------------------------

באונעס גאול - פעלט אונטער $377,000 - 3.77%
אריגנעלע גאול פעלט $0,000,000 - 0%


https://charidy.com/bonei
לעצט פארראכטן דורך דיעל שפיל אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 11:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משה הילל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:06 pm
לאקאציע: גארנישט קארנער גארנישט

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הילל »

@פראקטיש
זייער זייער שיין!!!

כלל ישראל שיינט אין לייכט!!!
מיין נישט אז איך קיק אויף דיר
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »


$9,626,170- 47,084 דאונערס - 96%

דאנערשטאג 11:40AM - קהילות טיעמ'ס


120% פון אריגנעלע גאול $8,000,000



#1 חב״ד איז ביז דערווייל די העכסטע טיעם - $985,530.

#2 קהל צמח דוד סקווירא - $527,973.

#3 מאנטריאל-טאהש - $487,687.

#4 לאס אנדז׳עלעס (towns 5) - $280,573.

#5 פייוו טאונס - $255,790.

#6 בערגאן קאונטי $152,796.

#7 פילידלפיע - $61,644.


https://charidy.com/bonei
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

אויב א יעדע טיעם ברענגט אריין נאך $430 קען מען דערגרייכען צי 10 מיליון
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח פראקטיש! זייער הארציג!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שכח פאר אלע שכח'ס.

ס'איז פון הארץ ארויסגעשריבן, איך בין נישט ביי מיר פון די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס מיר האבן אינאיינעם מצליח געוועזן בעזרת הבורא ברוך הוא וברוך שמו.

איך בין שטאלץ צו זיין א חרדישע אנעדיוקעיטעד יוד.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ר' שלמה באכנער'ס פעידזש האלט שוין ביי 9413 דאנער'ס!
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

@פראקטיש, דיינע ווערטער זענען אויך אויפן לעוועל פון בוני עולם, אקעי, כמעט אויפ'ן לעוועל.

WHAT א הארציגע הייליגע שפראך!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

זכיתי צו זיין מיט די געטרייע עסקנים אין סטעמפארד די פארגאנגענע צוויי טעג - עס איז געווען מוראדיג צו צוזעהן פון די נאהנט די געטריישאפט פון די הונדערטע וואלאנטירען פון אלע חסידישע קרייזען באחדות און עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט ברוחניות וגשמיות
הצלחה מרובה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

עימעקס האט געשריבן:
@פראקטיש, דיינע ווערטער זענען אויך אויפן לעוועל פון בוני עולם, אקעי, כמעט אויפ'ן לעוועל.

WHAT א הארציגע הייליגע שפראך!!!
:grin:

איך בין נאך אנדער די אינפלוענס.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: בוני עולם: "האפענונג" $8,000,000 קאמפיין, אב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

פראקטיש, דיינע ווערטער דערווארעמען.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”