דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

נאסא האט היינט ארויסגעלייגט די ערשטע בילדער פון די דזשעימס וועב טעלעסקאופ, און די גאנצע סייענטיפישע וועלט דרייט זיך איבער מיט די פרישע הערליכע און היסטארישע בילדער. לאמיר פרובירן אביסל צו פארשטיין פון וואס מען רעדט דא.

די דזשעימס וועב טעלעסקאפ איז גאר טייער און פארגעשריטן און איז געמאכט צו אבזערווירן די ענדלאזע ספערן נוצענדיג 'אינפרארעד', אנדערש ווי טעלעסקאופס ביז היינט, און פליעט אסאך ווייטער אין ספעיס ווי סיי וועלכע אנדערע טעלעסקאופ. דאס גיבט פאר'ן טעלעסקאופ די מעגליכקייט צו זעהן און אבזערווירן זאכן וואס שפילן זיך אפ אזוי ווייט ווי 13.5 ביליאן ליכט יארן, און וועט געבן פאר סייענטיסטן א ברייטערע אריינבליק אין די גאלאקסיעס און זיי שטודירן.

וואס איז אינפרארעד? אלעס וואס די אויגן כאפן אויף איז כוואליעס וועלכע אונזערע אויגן טייטשן אויס אלץ קאלירן. די פיזישע ליכט-כוואליעס לויפן אויף א ספעקטרום וואס הייבט זיך אן מיט בלוי, און ענדיגט זיך מיט רויט, און אינדערמיט איז דא אלע קאלירן וואס די מענטשליכע אויג קען זעהן.

אינפרארעד איז די ליכט כוואליעס וואס מיר קענען שוין נישט זעהן און איז אויף די ספעקטרום גלייך נאך די רויט וואס מיר קענען נאך יא זעהן, מיט די בענעפיט אז עס קען לויפן פאר אסאך ווייטערע שטרעקעס. אינפרארעד ווערט גענוצט אין אסאך טעכנאלאגיעס ווי סקענערס וכדו'.

בעפאר די קאלירן וואס מיר קענען זעהן מיט די אויגן איז עקס-רעיס וכו', און נאך די קאלירן וואס מיר קענען זעהן, איז אינפרארעד, נאכדעם איז ראדארן, ראדיא כוואליעס, מייקראוועיוו, און נאך.

יעצט לאמיר איבערגיין די בילדער, איינס ביי איינס.

ערשטע בילד: די 'צפון רינג נעבולא'.

IMG_20220712_115548_946.jpg
IMG_20220712_115548_946.jpg (91.42 KiB) געזען 4423 מאל


די בילד איז פון א שטערן אין אירע לעצטע טעג, ארומגענומען מיט א נעבולא - רינגען פון גאזן און שטויבן וואס נעמען זיך צוזאם ארום די שטערן און גיבן ארויס ליכטיגקייט ארויסגעבנדיג הערליכע קאלירן. די נעבולא איז נאנט צו א האלבע ליכט יאר ברייט, און איז ארום 2,500 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד.

וואס פונקטליך איז דאס א נעבולא? ווען א שטערן ווערט עלטער טוישט עס די וועג וויאזוי עס שאפט ענערגיע און ווארפט אראפ אירע דרויסענדיגע שיכטן, און ווען עס ווערט זייער הייס, גיבט עס אריין ענערגיע אין די אלע שיכטן - שטויב און גאזן וואס עס האט אראפגעווארפן פון זיך. דאס ווערט גערופן א 'פלאנעטישע נעבולא'. - וואס אגב האט עס בעצם גארנישט מיט קיין פלאנעט, די נאמען שטאמט פון א טעות פון סייענטיסטן פון יארן צוריק. - די בילדער וועט ערמעגליכן פאר פארשער צו בעסער פארשטיין די נעבולא ערשיינונג, וויאזוי עס פארמירט זיך און נאך.


צווייטע בילד: 'סטעפאנ'ס קווינטעט'.

IMG_20220712_115551_360.jpg
IMG_20220712_115551_360.jpg (113.75 KiB) געזען 4423 מאל


סטעפאנ'ס קווינטעט איז א גרופע פון 5 גאלאקסיעס גרופירט אינאיינעם. עס געפונט זיך אין די פעגאסאוס פארמאציע פון פלאנעטן און שטערנס און נאך, פלאצירט אין די צפון הימלען, און איז ארום 290 מיליאן ליכט יאר אוועק.

די גרופירונג איז צום ערשט אנדעקט געווארן אין 1877 דורכן פראנצויזישער אסטראנאמער עדווארד סטעפאן, און ווערט טאקע גערופן אויף זיין נאמען.

4 פון די 5 גאלאקסיעס זענען געווען די ערשט אנדעקטע 'גאלאקסיע צוזאמהאלטונג' - ד.מ. ווען א קליינע גרופע גאלאקסיעס זענען רעלאטיוו גאר נאנט פארמירט איינע צו די אנדערע, איזאלירט פון אלע איבריגע ארום זיי, און וועלן ווי געשאצט מיט די צייט זיך צוזאמשטעלן אלס איינס.

די פרישע אינפראורעד בליק גיבט פאר אסטראנאמער אסאך מער אינפארמאציע צו שטודירן די ערשיינונגען, און ווי נאסא זאגט גיבט עס זיי א בעסערע אריינבליק איבער די איינפלוס וואס די אינטעראקציעס צווישן גאלאקסיעס האבן געהאט אויף די פריע שטאפלען אין די אוניווערס. אויך האבן זיי אנדעקט א ריזיגע שאק כוואליע ווען איינע פון די גאלאקסיעס רייסט זיך דורך א גרופע פון שטערנס, עפעס וואס זיי באצייכענען די מערסטע דראמאטישע אויפדעקונג פון די בילדער.


דריטע בילד: 'קערינע נעבולא'.

IMG_20220712_115552_981.jpg
IMG_20220712_115552_981.jpg (186.19 KiB) געזען 4423 מאל


קערינע איז א פארמאציע פון שטערן און נאך אין די דרום הימלען, עס געפונט זיך ארום 7,600 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד, און אין איר געפונט זיך איינע פון די ליכטיגסטע און גרעסטע נעבולא רינגען אין די הויעכע רוימען.

די נעבולא נעמט ארום וואס ווערט גערופן די 'קאסמיק קליפס', די מאסיווע 'בערג און טאלן' וואס איז אייגענטליך ביי די עק פון א גיגאנטישע כמו הייל אנגעפילט מיט גאזן, אונטער וועלכע עס געפונט זיך די געבורטס ארט פון נייע שטערנס, ד.מ. אז אין די ראיאן ווערן פארמירט פרישע שטערנס, און קומען ארויס פון דארטן. אין די בילד זעהט מען נייע יונגע שטערנס הויערן פון אויבן, און די אינטערשטע האלב שטויב און גאזן, און עס דעקט אויף צום ערשטן מאל געוויסע ראיאנען וואס מען האט ביז היינט נישט געקענט זעהן.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יולי 13, 2022 1:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח אידישלעך, זייער אינפארמאטיוו.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

WOW

אינפארמאטיוו!

(ווער עס איז יונגער פון די יפה בעתו עפאכע זאל קויפן די ביכל אינטערעסאנט צו פארשטיין די בילדער)
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ריזן שכוח, שייער שיין און קלאר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
מיינסט עס ערנסט?!
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינסט עס ערנסט?! »

הערליך! שכוח!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

טענקס! זייער קלאר מיט אלע דעטאלן ארום.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח!
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זייער אינפארמאטיוו ישר כח
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
different
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:47 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך different »

שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן

5.88 trillion miles
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן

כאפ א בליק אין דעם אשכול;
די שנעלקייט פון ליכטיקייט
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

יש הנאה האט געשריבן:
שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן

כאפ א בליק אין דעם אשכול;
די שנעלקייט פון ליכטיקייט

אדער דא ווי מעכל האט דאס שיין באשריבן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן

די שטרעקע וואס ליכט פארט אין א יאר צייט. ליכט פארט ביי ~186,000 מייל פער סעקונדע.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן

ליכט יאר איז וויפיל מייל ליכטיגקייט לויפט אין א יאר.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

אלטער האט געשריבן:ריזן שכוח, זייער שיין און קלאר!

גא"מ
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

נאכן דאס זעהן שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם!
כולם בחכמה עשית!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

עי׳ דרוש אור החיים מבעל תפארת ישראל
ותמצא נחת.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח זייער גוט מסביר געווען! ס'איז הערליכע בילדער.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

קיסריה האט געשריבן:עי׳ דרוש אור החיים מבעל תפארת ישראל
ותמצא נחת.

איפה זה נמצא?
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

ייש''כ אידישליך פארן העכסט אינפארמאטיווע ארטיקל!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח אידישליך! גאר אינטערעסאנט! (כאטש כ׳אב נישט אלעס פארשטאנען 100%..)
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אנטציקנד שיין און גאר קלאר מסביר געווען. שוין צענדליגע מאל געזעהן בילדער נעבולאס אבער קיינמאל געוואוסט/פארשטאנען וואס דאס איז, יעצט האביך עס שוין ארויס.

די בילד פון קערינע איז הימליש שיין, עס באיינדרוקט א וואונדער פאר זאכן וואס זענען העכער פון אונז און וואס מיר קענען נישט פארשטיין. די הסבר פון די שטערן וואס ווערן דארטן פארמירט נעמט מיר איבער.

שכ'ח אידישליך פאר א הויכע קוואליטעט קוואליטעט ארטיקל!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א דאנק אידישליך פאר די שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל

--
פארוואס נישט אונטער אידישליך פאליטיק ניק?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יישר כח אידישלעך. הערליך שיין באשריבן.

כ’האב זיך געוואונדערט די לעצטע פאר טעג וואס איז די גדולה פון די בילדער.

(האמיר אקטיוועזירט מיין ניק, זיך צו באדאנקן פאר דיר...)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער אינטערסאנט און שכח

אם מהאט נישט געקענט טרעפן ווי די UFO'ס זענען מיט די גרינע מענטשן?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”