דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

איך האב א קשיא וואס באדערט מיך שוין לאנג
אויב איז עס בערך פיר ביליאן ליכט יארן אוועק, דאן וויאזוי איז די ליכטיגקייט שוין אנגעקומען צו אונזער וועלט אז מ'זאל עס קענען זעהן?
די טעלעסקאופ איז סך הכל א פארגרעסערונג גלאז צו קענען אויפכאפן שוואכערע ליכט שטראלן ווען זיי קומען אן צו אונזער וועלט

HUBBLE DEEP FIELDS

NASA’s Webb Delivers Deepest Infrared Image of Universe Yet
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

אביגעזונט האט געשריבן:איך האב א קשיא וואס באדערט מיך שוין לאנג
אויב איז עס בערך פיר ביליאן ליכט יארן אוועק, דאן וויאזוי איז די ליכטיגקייט שוין אנגעקומען צו אונזער וועלט אז מ'זאל עס קענען זעהן?
די טעלעסקאופ איז סך הכל א פארגרעסערונג גלאז צו קענען אויפכאפן שוואכערע ליכט שטראלן ווען זיי קומען אן צו אונזער וועלט

מען האט שוין גערעדט דא דערפון אפאר מאל.

מען קען זאגן צוויי תירוצים. איינס אז דער אייבערשטער האט באשאפן א פארטיגע וועלט מיט די ליכטיגקייט שוין דערגרייכט צו אונזער וועלט. צוויי אז מען ווייסט נישט וואס עס מיינט א טאג ביי בריאת העולם, עס קען זיין רעלאטיוו איז עס געווען ביליאנע יארן, הגם עס איז חידוש אבער מען ווייסט גארנישט.
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

צדוק האט געשריבן:

קענסט מיר ביטע צוצייכענען ווי מ'האט שוין גערעדט דערפון?
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

איש יהודי בשושן האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:
איש יהודי בשושן האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
איש יהודי בשושן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט.
דוכט זיך ס׳דא א תשובה פון הרב וואזנער בעל שבט הלוי נישט צו קוקען אויף בילדער פון ספעיס אלס דאס וואס די גמרא זאגט און חגיגה אז כל המסתכל בארבעה דברים וכו׳ מה למעלה מה למטה וכו׳. כ׳האב עס נישט געזעהן כ׳האב נאר געהערט דערפון. אדרבא אויב איינער קען אויסקלארן די הלכה דערפון יישר כוחו!

איך האב נישט געזען דעם תשובה, אבער דער פשט אין מה למעלה מה למטה וכו' קומט פון א רש"י על המשנה חגיגה דף י"א ע"ב (אין די גמרא איז קלאר נישט אזוי פשט אזוי ווי תוס' פרעגט שוין אויף רש"י על המשנה) אז מה למעלה מיינט אינדרויסן פון די וועלט, אבער.. 'מסתכל' וואס שטייט דארט מיינט נישט קוקן, מסתכל מיינט טראכטן וואס דארטן טוט זיך אפ.. (אנדערש ווי מסתכל על הקשת וואס דאס מיינט א שטארקע בליק) און מען זעט נאך אין די גמרא אז אמוראים האבן חוקר געווען די שבילי הרקיע.

אויף פשט און די גמרא איז דא א גרויסע מדובר און די ראשונים, איך האב זיך באצויגן צי די פסק הלכה למעשה וואס קימט ארויס. כ׳וועל אי״ה נאכקוקען לכשאפנה…

גערעכט. זייער סאך ראשונים לערנען אז נישט דאס מיינט עס. נאך מער, זייער אסאך פון זיי רעדן דערפון. אינטערסאנט וואס הרב וואזנער זצ''ל האט געהאלטען, וועלן מיר דארפען ווארטען זאלסט נאכקוקען.

די מראה מקום איז שו״ת שבט הלוי חלק ג׳ סימן ח. פינקט פעלט די צוויי בלעטער אויף היברו בוקס… והיה לפלא…

יישר כח, וועט מען דארפען נאכקוקען אי''ה.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
לעכוויטשער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2022 5:06 am
לאקאציע: Brooklyn

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכוויטשער »

אידישליך האט געשריבן:נאסא האט היינט ארויסגעלייגט די ערשטע בילדער פון די דזשעימס וועב טעלעסקאופ, און די גאנצע סייענטיפישע וועלט דרייט זיך איבער מיט די פרישע הערליכע און היסטארישע בילדער. לאמיר פרובירן אביסל צו פארשטיין פון וואס מען רעדט דא.

די דזשעימס וועב טעלעסקאפ איז גאר טייער און פארגעשריטן און איז געמאכט צו אבזערווירן די ענדלאזע ספערן נוצענדיג 'אינפרארעד', אנדערש ווי טעלעסקאופס ביז היינט, און פליעט אסאך ווייטער אין ספעיס ווי סיי וועלכע אנדערע טעלעסקאופ. דאס גיבט פאר'ן טעלעסקאופ די מעגליכקייט צו זעהן און אבזערווירן זאכן וואס שפילן זיך אפ אזוי ווייט ווי 13.5 ביליאן ליכט יארן, און וועט געבן פאר סייענטיסטן א ברייטערע אריינבליק אין די גאלאקסיעס און זיי שטודירן.

וואס איז אינפרארעד? אלעס וואס די אויגן כאפן אויף איז כוואליעס וועלכע אונזערע אויגן טייטשן אויס אלץ קאלירן. די פיזישע ליכט-כוואליעס לויפן אויף א ספעקטרום וואס הייבט זיך אן מיט בלוי, און ענדיגט זיך מיט רויט, און אינדערמיט איז דא אלע קאלירן וואס די מענטשליכע אויג קען זעהן.

אינפרארעד איז די ליכט כוואליעס וואס מיר קענען שוין נישט זעהן און איז אויף די ספעקטרום גלייך נאך די רויט וואס מיר קענען נאך יא זעהן, מיט די בענעפיט אז עס קען לויפן פאר אסאך ווייטערע שטרעקעס. אינפרארעד ווערט גענוצט אין אסאך טעכנאלאגיעס ווי סקענערס וכדו'.

בעפאר די קאלירן וואס מיר קענען זעהן מיט די אויגן איז עקס-רעיס וכו', און נאך די קאלירן וואס מיר קענען זעהן, איז אינפרארעד, נאכדעם איז ראדארן, ראדיא כוואליעס, מייקראוועיוו, און נאך.

יעצט לאמיר איבערגיין די בילדער, איינס ביי איינס.

ערשטע בילד: די 'צפון רינג נעבולא'.

IMG_20220712_115548_946.jpg

די בילד איז פון א שטערן אין אירע לעצטע טעג, ארומגענומען מיט א נעבולא - רינגען פון גאזן און שטויבן וואס נעמען זיך צוזאם ארום די שטערן און גיבן ארויס ליכטיגקייט ארויסגעבנדיג הערליכע קאלירן. די נעבולא איז נאנט צו א האלבע ליכט יאר ברייט, און איז ארום 2,500 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד.

וואס פונקטליך איז דאס א נעבולא? ווען א שטערן ווערט עלטער טוישט עס די וועג וויאזוי עס שאפט ענערגיע און ווארפט אראפ אירע דרויסענדיגע שיכטן, און ווען עס ווערט זייער הייס, גיבט עס אריין ענערגיע אין די אלע שיכטן - שטויב און גאזן וואס עס האט אראפגעווארפן פון זיך. דאס ווערט גערופן א 'פלאנעטישע נעבולא'. - וואס אגב האט עס בעצם גארנישט מיט קיין פלאנעט, די נאמען שטאמט פון א טעות פון סייענטיסטן פון יארן צוריק. - די בילדער וועט ערמעגליכן פאר פארשער צו בעסער פארשטיין די נעבולא ערשיינונג, וויאזוי עס פארמירט זיך און נאך.

צווייטע בילד: 'סטעפאנ'ס קווינטעט'.

IMG_20220712_115551_360.jpg

סטעפאנ'ס קווינטעט איז א גרופע פון 5 גאלאקסיעס גרופירט אינאיינעם. עס געפונט זיך אין די פעגאסאוס פארמאציע פון פלאנעטן און שטערנס און נאך, פלאצירט אין די צפון הימלען, און איז ארום 290 מיליאן ליכט יאר אוועק.

די גרופירונג איז צום ערשט אנדעקט געווארן אין 1877 דורכן פראנצויזישער אסטראנאמער עדווארד סטעפאן, און ווערט טאקע גערופן אויף זיין נאמען.

4 פון די 5 גאלאקסיעס זענען געווען די ערשט אנדעקטע 'גאלאקסיע צוזאמהאלטונג' - ד.מ. ווען א קליינע גרופע גאלאקסיעס זענען רעלאטיוו גאר נאנט פארמירט איינע צו די אנדערע, איזאלירט פון אלע איבריגע ארום זיי, און וועלן ווי געשאצט מיט די צייט זיך צוזאמשטעלן אלס איינס.

די פרישע אינפראורעד בליק גיבט פאר אסטראנאמער אסאך מער אינפארמאציע צו שטודירן די ערשיינונגען, און ווי נאסא זאגט גיבט עס זיי א בעסערע אריינבליק איבער די איינפלוס וואס די אינטעראקציעס צווישן גאלאקסיעס האבן געהאט אויף די פריע שטאפלען אין די אוניווערס. אויך האבן זיי אנדעקט א ריזיגע שאק כוואליע ווען איינע פון די גאלאקסיעס רייסט זיך דורך א גרופע פון שטערנס, עפעס וואס זיי באצייכענען די מערסטע דראמאטישע אויפדעקונג פון די בילדער.

דריטע בילד: 'קערינע נעבולא'.

IMG_20220712_115552_981.jpg

קערינע איז א פארמאציע פון שטערן און נאך אין די דרום הימלען, עס געפונט זיך ארום 7,600 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד, און אין איר געפונט זיך איינע פון די ליכטיגסטע און גרעסטע נעבולא רינגען אין די הויעכע רוימען.

די נעבולא נעמט ארום וואס ווערט גערופן די 'קאסמיק קליפס', די מאסיווע 'בערג און טאלן' וואס איז אייגענטליך ביי די עק פון א גיגאנטישע כמו הייל אנגעפילט מיט גאזן, אונטער וועלכע עס געפונט זיך די געבורטס ארט פון נייע שטערנס, ד.מ. אז אין די ראיאן ווערן פארמירט פרישע שטערנס, און קומען ארויס פון דארטן. אין די בילד זעהט מען נייע יונגע שטערנס הויערן פון אויבן, און די אינטערשטע האלב שטויב און גאזן, און עס דעקט אויף צום ערשטן מאל געוויסע ראיאנען וואס מען האט ביז היינט נישט געקענט זעהן.

Wow זייער שיין. איז נאר דא 3 בילדער וואס זיי האבן ארויסגעגעבן
A meeting with out food is like an email
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אביגעזונט האט געשריבן:איך האב א קשיא וואס באדערט מיך שוין לאנג
אויב איז עס בערך פיר ביליאן ליכט יארן אוועק, דאן וויאזוי איז די ליכטיגקייט שוין אנגעקומען צו אונזער וועלט אז מ'זאל עס קענען זעהן?
די טעלעסקאופ איז סך הכל א פארגרעסערונג גלאז צו קענען אויפכאפן שוואכערע ליכט שטראלן ווען זיי קומען אן צו אונזער וועלט

HUBBLE DEEP FIELDS

NASA’s Webb Delivers Deepest Infrared Image of Universe Yet

אויב איך פארשטיי גוט איז א חלק פון די שעלה אז די וועלט שטייט 5772 יאר. צדוק האט דיר גוט גענטפערט, אבער זייער בקיצור. איז לאמיר אביסל מער אויסשמועסן וואס ער האט גענטפערט.
די ערשטע תירץ אז די וועלט איז באשאפען געווארן מיט די שטראלן שוין שיינעדיג...

די רמבם אין מורה נבוכים פרעגט דיין שעלה, און ער ענטפערט מיט אן אינטערסאנטע משל.

א קינד איז געבוירן צו זיין טאטע אין מאמע. נישט לאנג נאכן געבוירן, האט די טאטע גענימען זיין פריש געבוירן קינד, אין אוועקגעפארן צו א שטאט ווי עס געפונען זיך נאר מענער. דאס קינד איז געווארן עלטער און עלטער, און ווי פארשטענדליך קיין נייע מעמבער'ס צו סעסייעטי זענען נישט צוגעקומען. איין טאג פרעגט די זוהן פונעם טאטע א מיליאן דאלער שעלה, טאטי, וויאזוי בין איך באשאפען געווארן? הייבט איהם די טאטע אן מסביר זיין... ס'איז דא נאך א מין מענטש וואס מ'רופט נקיבה, א.א.וו. דער זוהן קוקט אן דעם פאטער ווי ער איז נישט ביים זונען!
טאטי, איך האב געמיינט אז ביזט קליגער פון דעם! אין די 9 חדשים קען מען אטעמען? ניין ענטפערט די טאטע, אבער.. טאטי, האקט איהם דער זוהן איבער, די וואלסט געמעקט וויסן אז ווען עס קומט צו אטעמען איז נישטא קיין אבער'ס! אז מען אטעמט נישט לעבט מען נישט!! סימפל! עסן טאטי וויאזוי עסט מען? פרעגט דער זוהן, און אזוי גייט די שמועס ווייטער.

ביז דער טאטע כאפט אן דעם זוהן ביים קארג אין ער זאגט איהם בזה הלשון... שעפעלע טייערע, ביזט טאקע מורא'דיג קלוג, און די ווייסט אז אן אטעמען, עסן, וכדומה איז נישטא קיין לעבן. אבער דיין קלוגשאפט באשטייט נאר פון וואס די זעהסט. די זעהסט א געוויסע מציאות און די פארשטייסט נישט לויט דעם וויאזוי עס ארבעט. עס זענען אבער דא נאך מציאות'ער!
וואס די האסט נישט געזעהן, און א קינד אין די 9 חדשים איז א צווייטע מציאות!

און די רמבם גלייכט צו די ''ששת ימי בראשית'' צו די ניין חדשים פון א קינד. אינז ווייס מער אז כדי ס'זאל וואקסן דארף רעגענען. אבער ווען דער באשעפער האט באשאפן צום ערשטן מאל ביימער זענען זיי באשאפען געווארן גאנץ! ווייל ס'איז געווען א צווייטע מציאות. אונז ווייס מער אז שטראלן גייען מיט ליכט יארן, אבער ווען דער באשעפער האט באשאפען דער וועלט איז געווען א צווייטער מציאות!!

(איך האב נישט יעצט מעיין געווען די שטיקל און מורה נבוכים. אבער דעס איז בערך וואס ער זאגט)

די צווייטע תירוץ וואס צדוק האט גענטפערט איז די רמב''ן תירוץ. אז כ'וועל האבן צייט וועל איך יענץ אויסשמועסן אי''ה.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שיין @נקודה למחשבה
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך בין א נאר און איך גלייב
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

האסטו וועסטו האט געשריבן:זייער שיין @נקודה למחשבה

יישר כח!
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין א נאר און איך גלייב

געוואלדיג!
געדענק נאר אז די שער הבחינה אינעם חובת הלבבות איז אויך געשריבן געווארן פאר אזעלכע נערנים ווי דיר. און די זעלבע איז מיט די ''חזון איש אמונה ובטחון'' ועוד ועוד.

גוט שבת!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:זייער שיין @נקודה למחשבה

יישר כח!
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין א נאר און איך גלייב

געוואלדיג!
געדענק נאר אז די שער הבחינה אינעם חובת הלבבות איז אויך געשריבן געווארן פאר אזעלכע נערנים ווי דיר. און די זעלבע איז מיט די ''חזון איש אמונה ובטחון'' ועוד ועוד.

גוט שבת!

@נקודה, ישר כח פאר דיין באשרייבונג, איך האב נישט קריטיקירט, איך האב בלויז צוגעלייגט, און לכאורה האסטו געמיינט דאס ארויסצוברענגען פונעם רמב״ם.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
אביגעזונט האט געשריבן:איך האב א קשיא וואס באדערט מיך שוין לאנג
אויב איז עס בערך פיר ביליאן ליכט יארן אוועק, דאן וויאזוי איז די ליכטיגקייט שוין אנגעקומען צו אונזער וועלט אז מ'זאל עס קענען זעהן?
די טעלעסקאופ איז סך הכל א פארגרעסערונג גלאז צו קענען אויפכאפן שוואכערע ליכט שטראלן ווען זיי קומען אן צו אונזער וועלט

HUBBLE DEEP FIELDS

NASA’s Webb Delivers Deepest Infrared Image of Universe Yet

אויב איך פארשטיי גוט איז א חלק פון די שעלה אז די וועלט שטייט 5772 יאר. צדוק האט דיר גוט גענטפערט, אבער זייער בקיצור. איז לאמיר אביסל מער אויסשמועסן וואס ער האט גענטפערט.
די ערשטע תירץ אז די וועלט איז באשאפען געווארן מיט די שטראלן שוין שיינעדיג...

די רמבם אין מורה נבוכים פרעגט דיין שעלה, און ער ענטפערט מיט אן אינטערסאנטע משל.

א קינד איז געבוירן צו זיין טאטע אין מאמע. נישט לאנג נאכן געבוירן, האט די טאטע גענימען זיין פריש געבוירן קינד, אין אוועקגעפארן צו א שטאט ווי עס געפונען זיך נאר מענער. דאס קינד איז געווארן עלטער און עלטער, און ווי פארשטענדליך קיין נייע מעמבער'ס צו סעסייעטי זענען נישט צוגעקומען. איין טאג פרעגט די זוהן פונעם טאטע א מיליאן דאלער שעלה, טאטי, וויאזוי בין איך באשאפען געווארן? הייבט איהם די טאטע אן מסביר זיין... ס'איז דא נאך א מין מענטש וואס מ'רופט נקיבה, א.א.וו. דער זוהן קוקט אן דעם פאטער ווי ער איז נישט ביים זונען!
טאטי, איך האב געמיינט אז ביזט קליגער פון דעם! אין די 9 חדשים קען מען אטעמען? ניין ענטפערט די טאטע, אבער.. טאטי, האקט איהם דער זוהן איבער, די וואלסט געמעקט וויסן אז ווען עס קומט צו אטעמען איז נישטא קיין אבער'ס! אז מען אטעמט נישט לעבט מען נישט!! סימפל! עסן טאטי וויאזוי עסט מען? פרעגט דער זוהן, און אזוי גייט די שמועס ווייטער.

ביז דער טאטע כאפט אן דעם זוהן ביים קארג אין ער זאגט איהם בזה הלשון... שעפעלע טייערע, ביזט טאקע מורא'דיג קלוג, און די ווייסט אז אן אטעמען, עסן, וכדומה איז נישטא קיין לעבן. אבער דיין קלוגשאפט באשטייט נאר פון וואס די זעהסט. די זעהסט א געוויסע מציאות און די פארשטייסט נישט לויט דעם וויאזוי עס ארבעט. עס זענען אבער דא נאך מציאות'ער!
וואס די האסט נישט געזעהן, און א קינד אין די 9 חדשים איז א צווייטע מציאות!

און די רמבם גלייכט צו די ''ששת ימי בראשית'' צו די ניין חדשים פון א קינד. אינז ווייס מער אז כדי ס'זאל וואקסן דארף רעגענען. אבער ווען דער באשעפער האט באשאפן צום ערשטן מאל ביימער זענען זיי באשאפען געווארן גאנץ! ווייל ס'איז געווען א צווייטע מציאות. אונז ווייס מער אז שטראלן גייען מיט ליכט יארן, אבער ווען דער באשעפער האט באשאפען דער וועלט איז געווען א צווייטער מציאות!!

(איך האב נישט יעצט מעיין געווען די שטיקל און מורה נבוכים. אבער דעס איז בערך וואס ער זאגט)

די צווייטע תירוץ וואס צדוק האט גענטפערט איז די רמב''ן תירוץ. אז כ'וועל האבן צייט וועל איך יענץ אויסשמועסן אי''ה.

דאס איז נישט קיין מורה נבוכים סטיל תירוץ, און איך האב נישט געדענקט אזא תירוץ אין מו"נ, און נאכקוקנדיג יעצט שנעל האב נישט געקענט טרעפן אזא שמועס.
פוצה פה ומצפצף
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

נקודה למחשבה האט געשריבן:די צווייטע תירוץ וואס צדוק האט גענטפערט איז די רמב''ן תירוץ. אז כ'וועל האבן צייט וועל איך יענץ אויסשמועסן אי''ה.

קענסט מיר צוצייכענען ווי צו טרעפן די רמב"ן?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

און בדרך פשוט קען מען ענטפערן אז גארנישט וואס סייענטיסטן ווייסן איבער זעהקראפט איז געשריבן אין שטיין.

עס איז דא אזויפיל נקודות וואס קענען זיין פאלש אין זייערע טעאריעס. אין צוואנציג יאר ארום קענען זיי נאך פונקט אזוי לאכן פון זייער פארשטאנד אין טעלעסקאופס און די יוניווערס, ווי זיי לאכן היינט פון דעס וואס זיי האבן אמאל געהאלטן איבער די מערכת החמה.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

סטיטשינער האט געשריבן:און בדרך פשוט קען מען ענטפערן אז גארנישט וואס סייענטיסטן ווייסן איבער זעהקראפט איז געשריבן אין שטיין.

עס איז דא אזויפיל נקודות וואס קענען זיין פאלש אין זייערע טעאריעס. אין צוואנציג יאר ארום קענען זיי נאך פונקט אזוי לאכן פון זייער פארשטאנד אין טעלעסקאופס און די יוניווערס, ווי זיי לאכן היינט פון דעס וואס זיי האבן אמאל געהאלטן איבער די מערכת החמה.

יא יא, אבער ספיד אוו לייט איז נישט עפעס וואס איז אפן פאר דעבאטע.

אזוי צו אזוי זענען דא זייער שיינע תירוצים דערויף
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

Webb space telescope.jpg
Webb space telescope.jpg (190.87 KiB) געזען 1111 מאל

jwt.jpg
jwt.jpg (227.85 KiB) געזען 1111 מאל

דער דזשעימס וועב האט אנגעטראפן עטליכע גאר ווייטע גאלאקסיעס, ברעכנדיג די רעקארד פון די ווייטסטער גאלאקסיע וואס מען האט נאר אמאל געפינען.

https://drive.google.com/file/d/1ptj3Ve ... JA39K/view
02:11 (אודיאו אראפגענומען)
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

דאס אז נייע שטערנס ווערן געבוירן / באשאפן
איז אויסגעהאלטן צו זאגן?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

התחברות האט געשריבן:דאס אז נייע שטערנס ווערן געבוירן / באשאפן
איז אויסגעהאלטן צו זאגן?

ווער/וואו זאגט מען אזוי?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

התחברות האט געשריבן:דאס אז נייע שטערנס ווערן געבוירן / באשאפן
איז אויסגעהאלטן צו זאגן?

למה לא?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

דאס איז נישט קיין מורה נבוכים סטיל תירוץ, און איך האב נישט געדענקט אזא תירוץ אין מו"נ, און נאכקוקנדיג יעצט שנעל האב נישט געקענט טרעפן אזא שמועס.[/quote]

קוק אריין אין חלק ב' פרק י''ז
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אביגעזונט האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:די צווייטע תירוץ וואס צדוק האט גענטפערט איז די רמב''ן תירוץ. אז כ'וועל האבן צייט וועל איך יענץ אויסשמועסן אי''ה.

קענסט מיר צוצייכענען ווי צו טרעפן די רמב"ן?

דער רמב''ן האב איך געהערט אויף דעם שיעור https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=146878

אז די זוכסט נאך קלארקייט אין דעם ענין, וואלט איך דיך רעקאמענדעד צו אויסהערן ר' אביגדער מיללער ווען ער רעדט פון ספעס.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

נקודה למחשבה האט געשריבן:דאס איז נישט קיין מורה נבוכים סטיל תירוץ, און איך האב נישט געדענקט אזא תירוץ אין מו"נ, און נאכקוקנדיג יעצט שנעל האב נישט געקענט טרעפן אזא שמועס.

קוק אריין אין חלק ב' פרק י''ז[/quote]
ייש"כ.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

Mezofzef האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:דאס איז נישט קיין מורה נבוכים סטיל תירוץ, און איך האב נישט געדענקט אזא תירוץ אין מו"נ, און נאכקוקנדיג יעצט שנעל האב נישט געקענט טרעפן אזא שמועס.

קוק אריין אין חלק ב' פרק י''ז

ייש"כ.[/quote]

ספר מורה הנבוכים חלק ב פרק יז
ונניח במה שהמשלנו בו, שאיש שלם במדע המוטבע באדם מאד, נולד, ומתה אמו אחר שהניקתהו חדשים ואביו לבדו השלים גידול הנולד ההוא, באי נגזר, עד שגדל והשכיל וידע, והוא לא ראה כלל אשה ולא נקבה מנקבות שאר בעלי חיים, ושאל ואמר לאיש אחר מאשר אתו איך נמצינו ועל אי זה ענין נהוינו, וענהו הנשאל כי כל איש ממנו אמנם נתהוה בבטן איש ממיננו כמותנו היא נקבה בצורת כך, ושכל איש ממנו היה קטן הגוף בתוך הבטן, יתנועע ויזון ויצמח מעט מעט והוא חי, עד שיגיע אל גבול כך מן הגודל, יפתח לו שער בגוף למטה שיצא ממנו, ולא יסור היותו צומח אחר כן עד שישוב כמו שתראנו, והנולד ההוא היתום, ישאל בהכרח ויאמר, וזה האחד ממנו כשיהיה קטן בבטן והוא חי מתנועע צומח אם היה אוכל ושותה ומתנשם בפיו ונחיריו ויוצא, יאמר לו לא, והוא בלא ספק יתחיל להכחיש זה ויעמיד המופת על כל הענינים האלה האמתיים שהם נמנעים, בעשותו ראיה בנמצא השלם הנח, ויאמר כל איש ממנו כשתכלא ממנו הנשימה קצת שעה ימות ויבטלו ממנו תנועותיו, ואיך יצוייר שיהיה איש ממנו בתוך כיס סתום מקיף בו בתוך גוף מדת חדשים והוא חי מתנועע, ואלו בלע אחד ממנו צפור חיה, הצפור ההוא מת לשעתו בהגיעו באצטומכה וכל שכן בבטן התחתון, וכל איש ממנו אם לא יאכל המזון בפיו וישתה המים בימים מועטים ימות בלא ספק, ואיך ישאר חדשים האיש חי מבלתי מאכל ומשתה, וכל איש ממנו כשיזון ולא יוציא בימים מועטים ימות בכאב גדול, ואיך יעמוד זה חדשים בלא יציאה, ואילו נקב בטן אחד ממנו ימות אחר ימים, ואיך יחשב שזה העובר היה טבורו פתוח, ואיך לא יפתח עיניו ולא יפרוש כפיו ולא יפשוט רגליו וכל אבריו שלמים אין חלי בהם כמו שחשבתם, וכן ימשך לו ההקש כולו שהאדם אי אפשר בשום פנים שיתהוה על זאת הצורה, והתבונן זה המשל ובחנהו אתה המעיין, ותמצא זה עניננו עם אריסט"ו שוה בשוה, שאנחנו עדת הרודפים אחר משה רבינו ואברהם אבינו ע"ה נאמין שהעולם נתהוה על צורת כך וכך, והיה כך מכך, ונברא כך אחר כך, ויבא אריסט"ו לסתור דברינו ויביא עלינו ראיות מטבע המציאות הנח השלם ההוה בפעל, אשר נודה לו אנחנו שהוא אחר התיישבו ושלמותו לא ידמה דבר ממה שהיה עליו בעת ההוויה, ושהוא נמצא אחר ההעדר הגמור, ואי זו טענה תעמוד עלינו ......

ברודער מיין'ס קענסטו ביטע מסביר זיין וואס באדערט דיך?
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אופס :oops: האב איך נישט געזעהן די יישר כח.
זיי מיר מוחל.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

בעריש'ל האט געשריבן:
נקודה למחשבה האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:זייער שיין @נקודה למחשבה

יישר כח!
בעריש'ל האט געשריבן:איך בין א נאר און איך גלייב

געוואלדיג!
געדענק נאר אז די שער הבחינה אינעם חובת הלבבות איז אויך געשריבן געווארן פאר אזעלכע נערנים ווי דיר. און די זעלבע איז מיט די ''חזון איש אמונה ובטחון'' ועוד ועוד.

גוט שבת!

@נקודה, ישר כח פאר דיין באשרייבונג, איך האב נישט קריטיקירט, איך האב בלויז צוגעלייגט, און לכאורה האסטו געמיינט דאס ארויסצוברענגען פונעם רמב״ם.

אנשולדיגט! און ש'כח פאר די יישר כח!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

שטעלט זיך ארויס אז דער דזשעימס וועב איז גאר דער וואס קען אויפווייזן אז זייער פאלטשע שיטה ווי לאנג די וועלט שטייט איז הוילע בלאף!

למשל; אויב האלטן זיי אז די וועלט מיט אלע כוכבים שטייט 13.8B יאר, יעצט ווען די דזשעימס וועב טרעפט א גאלאקסיע (א שטייגער ווי glass z13) וואס איז ווייט 14B ליכט יארן, דאן ווי אזוי שטימט עס מיט זייערע 'סייענס' ? ווי אזוי קענען מיר זען יענעם גאלאקסיע?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”