עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

IMG_20220705_111112_913.jpg
IMG_20220705_111112_913.jpg (66.64 KiB) געזען 4210 מאל


ק.נ.א. עקסקלוסיוו אינטערוויו - ישראל הלוי

צום ערשטן מאל אין אייוועלט היסטאריע, ווערט אפגעהאלטן אן עקסקלוסיוו שמועס מיט די פראמינענטע דזשורנאליסטן און איבערגעגעבענע נייעס ברענגער פון די וועלט בארימטע קרעטשמע נייעס אגענטור.

ווען מען רעדט פון די דריי בוכשטאבן ק.נ.א., זעקס אויב מען רעכנט אויך די פינטלעך, דארף מען נישט קיין סאך מסביר זיין אדער אויסשמועסן, עס רעדט פאר זיך.

א רייע גאר טאלאנטפולע אידן וועלכע באהאלטן זיך אונטער אנאנימע ניקס, און שטעלן צו פאר כלל ישראל קראנטע נייעס אויף א גאר פראפעסיאנאלע פארנעם, און פונעם העכסטן קאליבער, וואס האט נישט זיינס גלייכן ביים היימישן אידנטום.

זאל זיין וואס אימער עס שפילט זיך אפ ערגעץ וואו אויפן ערד קוגל, ק.נ.א. האט גלייך זשורנאליסטן אויפן ארט וואס וועלן דורך זיפן די נייעס און עס ברענגען מיט א קלארקייט ביזן לעצטן דעטאל.

ווער רעדט פון א גרויסע סענזאציע, א שטארקע נייעס אדער געשעעניש, וועט קומען פונקטליכע קלארע דעטאלן אן אויפהער. א שטייגער ווען עס קומט פאר נאציאנאלע וואלן, ווייסט יעדער, מען גייט צו אייוועלט פאר קראנטע קלארע אפדעיטס.

אפגערעדט פון די רוסישע אוקריינע קריג, פון די רגע וואס די קריג האט אויסגעבראכן האט יעדער געוויסט, צו וועם האסט גערעדט, אייוועלט האט עס. און וויאזוי האט עס אייוועלט? ק.נ.א. דאס איז די ענטפער.

א גרויס טייל ליינער כאפן ניטאמאל וואס פאר א מאסיווע ארבעט דאס איז, און וויפיל צייט און כוח דאס נעמט אריין, און דאס גייט אן אן קיין אפשטעל, די נייעס פליסט, און די געטרייע נייעס ברענגער פילטערן עס דורך, שרייבן עס אפ אויף א קלארע פארשטענדליכע שפראך, און לייגן עס ארויף אויף א גאלדענעם טאץ, כ'מיין צו זאגן א געפינטע אשכול, פאר אונז אייוועלט ליינער.

האבן מיר באשלאסן אז יעצט צו דעם געלעגנהייט וועלן מיר אפהאלטן א שמועס מיט די טייערע ניקס וואס שטייען אונטער דעם מאסיוון אפאראט, און הערן פון זיי אביסל וואס טוט זיך מאחורי הפרגוד.

צום ערשט האבן מיר זיך געוואנדן צו דעם מייסטער זשורנאליסט ישראל הלוי, עס איז באמת איבריג יעדעס איינציגע ווארט נאכן דערמאנען דעם נאמען, אבער חוץ זיינע שטענדיגע מאסיווע רעפארטאזשן פון אלע חצירות און אלע אנדערע נייעס און געשעענישן, שטעלט ער אונז אבער צו עפעס א נישט נארמאלע ארבעט דורכאויס די רוסישע אוקריינע קריג, מיט א מין איבערגעגעבנהייט און קראנטקייט וואס איז שווער צו טרעפן. ממש יום ולילה איז ער שטענדיג דא מיט קנאקעדיגע קראנטע באריכטן.

דאס איז האפענטליך בעז"ה די ערשטע שמועס אין א סעריע שמועסן, און אין די גאר נאנטע וועט אי"ה שטארק מעגליך נאכפאלגן די צווייטע אין דעם סעריע.

טוט אייך אן דעם העלמעט, מלאמיר זיך ארויס צו די פראנט ליניעס אין א פארשטופטע דערפל ערגעץ וואו אין אוקריינע, וואו מיר האבן אנגעטראפן ישראל פארשטעקט אין א בונקער אינמיטן אפשרייבן א באריכט, און ער האט אונז אוועקגעגעבן פון זיין טייערע צייט, פאר די הנאה פון די טויזענטער אייוועלט ליינער.

ליינט און האט הנאה, און פארגעסט נישט אפצוגעבן אייער דאנק פאר ישראל פאר זיינע שטענדיגע באריכטן פון וואס מיר אלע האבן הנאה, און פארן מסכים זיין צו אפהאלטן דעם שמועס.



א גוט יאר הרב ישראל הלוי, עס איז מיר א כבוד צו קענען אפהאלטן דעם שמועס מיט אייך.

איז אזוי... איר זענט שוין דא א לאנגע וויילע, האט איר גלייך אנגעהויבן מיט נייעס?


י: איך בין שוין דא צו גוטן איבער 16 יאר איך געדענק נישט וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן.

איר פלעגט אמאל נאר זיין אין חסידישע נייעס דאכט זיך, ווען און פארוואס האט פאסירט דעם טויש?

י: לאוו דווקא. אקטיווע חסידישע נייעס איז רעלאטיוו ניי דא אויפן וועלטל. עס איז געווען אנגענומען אז אן אשכול איבער די נושא וועט ווערן 'פארטעגלאשט' זייער שנעל און וועט נישט זיין א דבר של קיימא. ב"ה עס האט זיך גוט אויסגעשטעלט און כפי ידיעתי איז דיזען אשכול פון די מערסטע באזוכטע אשכולות ביינונז.

די סיבה פארוואס איך בין דארט אקטיוו איז ווייל מיין אישי (און עווענטועל מיין אימעיל) איז געווארן א פונדק ווי עס רעגענען אריין מודעות ועוד פון אלע קהילות בישראל בכל העולם כולו בלי גוזמא, צוליב וואס נישט יעדער איז באקוועם אליינס צו דעקן זיין אייגענע חסידות, קהלה ישיבה וכדומה.

טשיהא! קענסט אנהייבן טשארדזשן פאר ספעציעלע דעקונג...

א נייעס וואס מען זעהט פון ישראל הלוי ווייסט מען אז עס איז קראנט, פון וואו - אויב כ'מעג פרעגן - נעמט איר אייערע נייעס אזוי שנעל און פונקטליך, און וויאזוי ווייסט איר מחליט צו זיין ווען א נייעס איז קראנט און ווען נישט, נעמענדיג אין באטראכט אז איר האט די נייעס סאך פאר די גרויסע נייעס סטאנציעס האבן עס?

י: במשך די יארן האב איך דעוועלאפד א קאנעקשן צו געוויסע פארלעסליכע מקורות וואס האבן מיך נאך נישט אנטוישט דערווייל.

פון אייער שנעלקייט און קראנטקייט שיינט ווי זיי אנטוישן טאקע נישט...

ווען און פארוואס האט איר בכלל מחליט געווען צו זיין א נייעס באריכטער, וואס למעשה טוט איר עס מיט גרויס סוקסעס, און וואס האט אייך געצויגן דערצו?

י: איך האב נאך אלס נישט מחליט געווען… און איך וואלט שוין ביליאן מאל אויפגעהערט אבער די בקשות און גוטע ווערטער וואס דער עולם שיקט אריין אין אישי וואס דאס מיינט פאר זיי, גיט א שטופ צו גיין ווייטער.

א בקשה צום ציבור הליינער: ביטע לאזט נישט נאך... מיר קענען זיך דאס נישט ערלויבן!

וויאזוי פילטערט איר אייערע נייעס, דהיינו וואס יא צו באריכטן און וואס נישט?

י: עס קומט שוין פון זיך אליין…

איר געדענקט עפעס א טאג, אדער גרויסע נייעס, וואס איר האט אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צו דעקן דעם טאג אדער נייעס?

י: די מלחמה אין מדינת ישראל ווען ראקעטן זענען געפלויגן זעמיר געווען אפ טו דעיט און געהאלפן דעם עולם אפשלאגן פאלשע נייעסער וואס האט סתם געווארפן פאניק וכדומה. מירון נישט מער געדאכט אויך... אנהייב די אוקריינע קריג (נאך עטליכע וואכן איידער די קריג האט אויסגעבראכן זעמיר געווען דא מיט קריסטאל קלארע רעפארטאזשען). ועוד.

אנהייב די אוקריינע קריג? כאילו יעצט נישט...

וועלכע חלק קוקט איר אן די שווערסטע, מיטן טראגן דעם טיטל וואס איר טראגט, אלס א פראמינענטער נייעס באריכטער אין ק.נ.א.?

י: צו ברענגן די נייעס קלאר, אין צייט, און על טהרת הקודש עס איז נישט קיין לייכטע זאך בכלל.

פון וועלכע חלק האט איר די מערסטע הנאה אלס א נייעס באריכטער?

י: אז אידן האבן א כשר און קראנטע פלאץ מיטצוהאלטן די נייעס. ווי אויך אז מען קען זיין א שופר ביי יעדע ענין וואס איז נוגע יהדות וכדומה.

שטערט עס אייך נישט אייער סדר היום, ווען עס איז דא גרויסע נייעס מיט נאכאנאנדע אפדעיטס?

י: שטערט יא. כאמור לעיל. די חיזוק פון ציבור שטופט נישט אויפצוגעבן.

וואס פאר אן אינטערסאנטע פאקט אדער אנעקדאט קענט איר פארציילן פאר אייערע דארשטיגע ליינער ארום אייער עבודת הקודש דא אויף אייוועלט?

י: דער עולם הייבט נישט אן מכיר צו זיין וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן, וואסערע געטרייע מנהלים אחראים חברי הנהלה מיר פארמאגן עס פיבערט 24 שעה א טאג אלעס לטובת הציבור.

אן אנעקדאט? בשעת די אנפאנג פונעם אוקריינער רוסישע קריג ווען עס איז געווען היציג בינעך געווען אין א גרויסן ביהמ"ד ביי מנחה מעריב און איך האב מיטגעהאלטן א גרויסע קופקע ווי מען האט נאכגעזאגט שטיקער אייוועלט מיטן לשון… דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי איינער רופט זיך אן 'דו האלט דיך ווייטער מיט דיין ישיבה וואלרד און כל העולם…. וועסט העכסטענס וויסן די נייעס 3 טעג שפעטער און ס'העט מסתם נאך אלס נישט זיין קראנט. האמיר עס שפעטער איבערגעגעבן פאר די אנדערע זשורנאליסטן זיי זאלן א שמייכל טאן.

גוט גוט... און טאקע בנוגע די אויסטערלישע געטרייע הנהלה קען איך נישט מער ווי צושטימען, און מען דארף זיי כסדר דאנקבאר זיין פאר אלעס וואס זיי טוען דא פאר אונז.

פלאנט איר גענצליך צו אויפהערן מיט די נייעס ברענגעריי איין טאג? וכן, פלאנט איר איין טאג צוריק צו גיין נאר צו חסידישע נייעס?

י: כאמור לעיל האבעך שוין 100 מאל געוואלט גענצליך אויפהערן אבער רבו עלי חבירי.

איך וויל פשוט נאכאמאל דרוקן אז איך בין קיינמאל נישט געווען נאר חסידישע נייעס... ווען עס מאכט זיך א גרויסע אלגעמיינע נייעס בינעך אן דוטי, און אזוי אויך געב איך צושטייער אין נאך אשכולות כפי שידי ועטי מגעת.

כ'אנטשולדיג מיך אביסל... איך בין נישט דא אזוי לאנג אויף אייוועלט... סאו מיר האט עס אזוי אויסגעזעהן, אז איר זענט שטארק אין חסידישע נייעס...

אז איר האט דעם מייק, וואס קענט איר זאגן פאר די אייוועלט נייעס ברענגער, קאמענטירער, און סתם ליינער?

י: עס איז א 'טיעם' ארבעט יעדער גיט צו לויט זיינע פעאיגקייטן, קיינער איז נישטא פאר געלט כבוד וכדומה, נאר איש את רעהו יעזורו… חזקו ואמצו עס איז א כבוד שמים אז אין די היינטיגע תקופה איז דא א כשרע ווינקל וואס איז כולל אין זיך תורה עבודה און גמילות חסדים במלוא מובן המלה. אידן ווערן געהאלפן אויף דעם פלאטפארמע בעצה ותושי' צומאל איז עס ברבים און צומאל אין אישי. (א חבר מיינס האט מיר פונקט געזאגט ווי אויף אייוועלט האט מען עם ממש געראטעוועט מיט א געוויסע אנעמפלוימענט פלאנטער, וכהנה יש עוד רבות, אסאך מער ממה שקריתי לפניכם).

יאפ! איר זענט דאך אזוי גערעכט! א כבוד שמים און א כבוד און פראכט פאר כלל ישראל!

באדערט עס אייך ווען איר גרייט אן א ברעיקינג נייעס, און איר זעהט, האקט, איינער האט עס שוין געשריבן?

י: באדערט? נע.. אבער כ'העט עפרישיעיטעד ווען מ'קעמיר זיך דורכרעדן בעפאר.. אגב, אונז זשורנאליסטן פרובירן זיך אנטיילן ווען עס איז א היציגע צייט אז עס זאל זיין געקאווערט 24 שעה א טאג (פאר ווער עס געדענקט ביים אנהויב פון יעצטיגן קריג איז געווען א בחינה יום ולילה לא ישבותו).

פשיהא! אינטערסאנט צו הערן איבער דעם!

וואס וואלט איר געוואלט פארבעסערן אין די אייוועלט נייעס אפטיילונג, אויב איר האט ווען די מעגליכקייט?

י: די געטרייע הנהלה ב"ה טראכט כסדר וואס מען קען פארבעסערן און פארשענערן איך פארלאז מיך אויף זיי בלינדערהייט.

וואס וואלט איר געוואלט פארבעסערן אין אייוועלט בכלל?

י: פרישע זשורנאליסטן אין אלע אספעקטן.

די באר איז זייער הויעך פאר פרישע ווען מ'האמיר אזאלכע לייבן...

וויאזוי קוקט איר אן היינט אייוועלט אנדערש ווי אמאל?

י: ווי א חומה בצורה. יא! מען קען אינעם היינטיגן מצב אנהאלטן אן אויסגעהאלטן פלאץ ברוחניות ובגשמיות.

פון אייערע באריכטן דערקענט מען עס נישט, אלזא, צו וועלכע זייט פון די פאליטישע ספעקטרום געהערט איר?

איך האלט מיך פאר אן אביעקטיווער אינדיפענדענט. (איי געס איך דארף אן אביעקטיווער פערזאן מיר צו זאגן צו איך בין טאקע אזוי...)

ווער האלט איר וועט געווינען די קריג אין רוסלאנד?

י: אוקריינע האט שוין געווינען.

שטארק! די מיד-טוירם וואלן?

י: א נאנטע פארמעסט, איך מיין די רעפאבליקאנער וועלן ארויסקוועטשן א געווינס בעיסד אויף סטאטיסטיקל היסטאריע. (עס איז אבער שטארק מעגליך אז צוליב די אנטי רציחה אורטייל וועט אפשר זיין אנדערש פון די סטאטיסטיקס.. ווענדט זיך וואו די גאז פרייזן העלן האלטן אויף עלעקשאן דעי).

וועט טראמפ נאכאמאל לויפן? אויב יא, וועט ער געווינען?

י: וואספארא מאדנע שאלה? ער האט דאך קיינמאל נישט פארלוירן…
חחח גוט גוט...

האט מען אייך שוין אמאל אנגעטראגן א פאסטן ערגעץ אלס א דזשורנאליסט?

י: קאנפידענשאל.

אההם.... אויב יא פארוואס נעמט איר עס נישט אן? און אויב נישט, וואלט איר אנגענומען אזאנס?

י: ניין איך טוה עס נאר ווייל איך וויל מהנה זיין אידישע קינדער.

עפעס וואס איר ווילט פרעגן די אנדערע נייעס באריכטער פון ק.נ.א.?

י: ב"ה מ'זעמיר אויף טאלקינג טערמס… איך פרעג זיי כסדר ווען און וואס איך וויל.

א מעסעדזש פאר כלל ישראל?

י: סארי, איך האב סטעידש פרייט…

קוקט נישט אויס אזוי.... עפעס וואס איר ווילט צולייגן?

י: איך וויל ברבים באדאנקן די געטרייע הנהלה והמסתעף פאר די אויסטערלישע ארבעט וואס זיי לייגן אריין וואס מען ווייסט און וואס מען ווייסט נישט. און פאר זייער שטיין צו הילף צו אונז זשורנאליסטן מיט סיי וואס מען ברויך אז אונז זאל מיר קענען אויספירן אונזער ארבעט בשלימות.

וואס וואלט איר געפרעגט ישראל הלוי ווען איר קענט אים ווען פרעגן עפעס?

י: איך פלאן עם אליינס צו פרעגן...

קענסטיך מיט אים?!?!

געוואלדיג הרב ישראל הלוי, כ'מיין אז דאס זענען מער ווייניגער מיינע פראגעס, עס איז געווען גאר אנגענעם צו פארברענגען מיט אייך, א הערצליכן דאנק פון מיר און גאנץ אייוועלט פאר אלעס וואס איר טוט און פארן נעמען די צייט און אפהאלטן דעם שמועס.

זאל אייך הקב"ה באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט און עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן ברחניות ובגשמיות.


האט איר הנאה געהאט פונעם שמועס? האט איר הנאה פון דעם מייסטער זשורנאליסט ישראל הלוי'ס שטענדיגע מאסיווע נייעס באריכטן? איר זענט אנגעקומען צום ריכטיגן ארט!

געבט אים אפ זיין פארדינטע דאנק, און מאכט זיכער אז ער וועט אונז חלילה נישט פארלאזן!
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

WOW!

כ'האב געוויסט אז אידישליך אנטוישט נישט!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

וואףףףף!!!!

וואס קען זיין בעסער ווי א אינטערוויו מיט אונזער באליבטע זשורנאליסט?
גיי מיר עס ליינען בעז"ה
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

WOW שכוח @אידישליך פארן אינטערוויו און @ישראל

פליז ווארט נישט ביז 100000 פאר נקדימון'ס איטערוויו


איך שוין דיר אז די גייסט זיך יעצט באדאנקען פאר 500 ניקס אזוי ווי די טוסט אלעמאל
לעצט פארראכטן דורך לעמאן סאדע אום דינסטאג יולי 05, 2022 11:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מאסיוו מאסיוו!!!!

כלל ישראל דערקוויקט זיך מיט ביידע פון אייך!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

;l;p-
הערליך און אינטערעסאנט!

יישר כח @אידישלעך, און שטייצעך א ריזן יישר כח הרב @ישראל הלוי!
עטץ זענטס 2 אף עי קיינד!

קעמיר קוים ווארטן אויף די קומענדיגע אין די סעריע... און יא! אונז זעמיר "טונד"
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח פאר ענק ביידע!
איך האב זייער הנאה געהאט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wowow!

thank you!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow אויף דעם האב איך מיר נישט געראכטן...
ש'כח @אידישליך פאר דיין איבערגעגעבענע ארבעט און פאר דיינע געשמאקע אינטערוויוס.. און ריזיגן ש'כח @ישראל הלוי פאר דיינע געוואלדיגע אפדעיטס און באריכטן און פאר דיין שווערע שווערע ארבעט!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער אינטרעסאנט געוועהן צו ליינען יישר כח
פאר ביידע פון ענק
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אייזען!!!

ביידע פון ענק
חינוך האט געזיגט!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- דעס איז פאר יעצט אין מיטן דרייווען
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

מעכטיג מעכטיג מעכטיג!!!
א ריזיגן ישר כח @אידישליך, און א דזשאמבאו ישר כח פאר @ישראל הלוי.
זאל אייך דער אייבישטער באצאלן פון אלעם גוטן, און איר זאלט שטענדיג מבשר זיין נאר גוטע בשורות, און פארשטייט זיך בקרוב די לאנג ערווארטעטע באריכט איבער ביאת גואל צדק בב״א.
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

WOW WOW
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

WOWOWOWOWOWO

יישר כח אייך ביידע פאר די וואונדערליכע ארבעט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

כ'קען שוין קוים ווארטן אויף ווען @אידישליך גייט אנקומען צו 4000 תגובות.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

@אידישליך....... ;l;p- ;l;p- ;l;p- ער אנטוישט נישט.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

איך בלאש אוועק... יישר כח אידישלעך פאר אלעס וואס דו טוהסט קיפאיראפ...!

יישר כח פאר אלע מברכים!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א גרויסען דאנק אייך ישראל הלוי!
הנאה האבן מיר אסאך!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

א גרויסן דאנק אייך הער ישראל הלוי - קלאר און פליסיג אלע אפ טו מינוט נייעס, א נחת!

און אדאנק אייך הער אידישליך ווי כאילו דו ביזט נישט פון אונזערע קארעספעדאנטן....
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

א דאנק אידישליך און ישראל הלוי
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

און ווידעראמאל א מעגא איבערראשונג פון אידישלעך, סופער!

ייש"כ ענק ביידע פאר די געוואלדיגע ארבעט לטובת הציבור.
לינק?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

א גרויסן דאנק אידשליך און ישראל הלוי פאר אייערע געטרייע ארבעט פאר'ן כלל!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

WoW!

@אידישליך קומט ווייטער אריין מיט זיינע מאסיווע מעגא פראיעקטן, און דאסמאל מיטן מלך @ישראל_הלוי אליינס!

- - -

איין שאלה וואס איך וואלט שטארק געוואלט פרעגן ר' ישראל, אויב דו האסטעך איינגעשריבן דא אויף אייוועלט מיט א קנאפע 14 יאר צוריק, ווי ביזטו געווען ביז א יאר צוריק???
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ישראל הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אידישלעך מיט זיינע איידיעס... א גרויסן שכח פאר די אינטערוויו און פאר ישראל הלוי פארן אונז כסדר מהנה זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”