ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

מהאט געסטאפט בויען ? נישט באקומען פון זיי קיין בילדער לעצטענס
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

מ'ארבעט דארט יעדן איינציגן טאג.
מ'טוט נאך די זעלבע זאכן ווי די לעצטע פאר חדשים.
קוק איבער די לעצטיגע בילדער וועסטו זען וואס מען טוט, די חילוק איז נאר אז ס'איז אויף די אנדערע זייט פונעם לאך.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (274.74 KiB) געזען 7393 מאל
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

מנשה האט געשריבן:
unnamed.jpg
פון ווען איז די אפדעיט?
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
מנשה האט געשריבן:
unnamed.jpg
פון ווען איז די אפדעיט?
היינט
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

היסטארישע טאג בקרב קהילת באבוב 45!!
ערשטע דאזע פון סעמענט געגאסען פאר די יסודי הבית!!

ויהי ממחרת יום הכיפורים
בארא פארק איז נאך איינגעהילט אין א פינסטערניש, אבער ווי מיר אלע ווייסען איז די טאג נאך יום קדוש איינס פון 'השכמות' וואס מ'גייט פרי אין ביהמ"ד!

ביים שטח פון בית מדרשינו החדש האט מען מקיים געווען דעם ענין במלוא מובן המילה, ווען פיהר אזייגער פארטאגס האט זיך אנגעהויבען צו ווירבלען ביים סייט ווי אין א בין שטאק!!

צעהנדליגע Cement trucks און ארבייטער זענען אנגעקומען צום שטח אריינצוגיסען די ערשטע דאזע פון Footings פאר די יסודות הבנין און פון 4:00 פארטאגס ביז 9:00 פארמיטאג איז די עבודה אנגעגאנגען ברציפות מיט א מורא'דיגע שנעלקייט און פונקטליכקייט!

אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און מסביר זיין מער פאמעליך ווי מ'האלט ערגעץ אויף די וועלט מיט די בוי ארבייט.

אויסליידיגען די שטח
ווי די עולם האלט מיט אין די לעצטע לענגערע תקופה, האבן שוין מאסן טראקס אוועקגעפירט טאנען און טאנען פון זאמד און אראפגעגראבען קרוב צו 50 פוס טיף אין די ערד. ב"ה רוב פון די שטח איז שוין טאקע אויסגעליידיגט חוץ ביי איין ווינקעל ביי די זייט פון די 14טע עוועניו. אויף דעם ארויף איז באשטעלט א ספעציעלע טרעקטאר וואס וועט בעז"ה אנקומען די וואך נאך סוכות כדי ארויסצוגראבען די איבריגע זאמד און בעז"ה וועט אוועקגעפירט ווערן נאך.... 175-200 Truck loads פון זאמד!!!

יסוד היסודות
אין די פארגאנגענע וואכען האבן זיך אנגעהויבען די הכנות ביים שטח צו קענען לייגען די יסודות – א פראצעדור וואס נעמט אן ערך פון 4-5 חדשים.

כדי צו קענען גיסען די יסודות דארף מען צום ערשט לייגען די Footings וואס אויף דעם וועט געשטעלט ווערן די יסודות, וואס דאס איז ביי געוויסע פלעצער אויפ'ן שטח, ווי מגראבט אראפ נאך טיפער, דארט שטעלט מען צום ערשט די Fencing, וואס דאס פארעמט אויס די פלעצער ווי מגייט לייגען די Footings, דערנאך לייגט מען אריין אין די גרובער די Rebar וואס זענען אייזערנע שטאנגען וואס ווערן אויסגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט דארט ווי מ'גייט גיסען די Concrete.

ווי די עולם האט טאקע געקענט זעהן אין די לעצטע וואכען און ספעציעל אין די לעצטע וואך צוויי, האבן זיך יעדען טאג געפונען אויפ'ן סייט צעהנדליגע ארבייטערס וואס זענען געלאפען אהין און צוריק, אלעס כדי צו קענען צוגרייטען די שטח פאר'ן היינטיגען טאג ווען עס איז געווען באשטעלט צו גיסען די סעמענט אין די באשטומטע פלעצער, און ענדיגען די Framing און אריינלייגען די Rebar. אפילו אין די לעצטע וואך אליין ווען עס איז געווען גאר א שווערע וועטער און ס'איז כסדר געגאנגען א שווערע רעגן, האט דאס ב"ה נישט אפגעשטעלט די ארבייט פון אנגיין און די ארבייטער זענען אין די גאס רעגן אנגעגאנגען מיט די ארבייט אוי'פן שנעלסטען אופן שייך.

ערשטע דאזע פון Concrete
די היינטיגע טאג איז א מורא'ידיגע דערגרייכונג און פאקטיש האט זיך אנגעהויבען די קומענדיגע שלב פון בניית בית מדרשינו מיט'ן אראפלייגען די יסודות.

צום שטח זענען היינט אנגעקומען קרוב צו 40 סעמענט טראקס און נאך א ספעציעלע Boom machine, וואס זאל קענען אריבערפירען די סעמענט פון די טראקס צו די גענויע פלעצער 50 פוס טיף אראפ אין די ערד, ווען אויף א סיסטאמאטישע אופן האבן זיך יעדע מינוט צוויי געטוישט די טראקס, די פולע קומט אן און די ליידיגע פאהרן אוועק, צעהנדליגע ארבייטערס זענען געשטאנען גרייט צו די עבודה און 325 Yards פון סעמענט איז געווארען אריינגעגאסען ביים שטח וואס דאס איז 75% פון די Footings וואס דארפען ווערן אריינגעגאסען!

אין די קומענדיגע טעג ביז יו"ט וועט אנגיין דער חלק פון לייגען די ווייטערדיגע Footings און באלד נאך יו"ט וועט מען בעז"ה אנהייבען צוצוגרייטען די Fencing פאר די Foundation walls.

דרכיה דרכי נועם
עס מוז ארויסגעברענגט לשבח די סענסעטיווקייט פון די עסקנים צו מאכען זיכער אז אין די פארנומענע טעג פאר יו"ט זאל מען נישט אפשטעלן די פארקער אויף די 14טע עוועניו וואס וואלט געשאפן אסאך קאפ ווייטאג און עגמת נפש פאר די גאנצע געגענט, דעריבער איז אלעס געטוהן געווארען באשמורת הבוקר, ווען די גאסען זענען נאך ליידיגער.

(ערהאלטן אין אימעי"ל בייגעלייגט מיט בילדער)
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

מנשה האט געשריבן:
היסטארישע טאג בקרב קהילת באבוב 45!!

(ערהאלטן אין אימעי"ל בייגעלייגט מיט בילדער)
שטעל ביטע ארויף די בילדער
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

אלטע קוגל האט געשריבן:
מנשה האט געשריבן:
היסטארישע טאג בקרב קהילת באבוב 45!!

(ערהאלטן אין אימעי"ל בייגעלייגט מיט בילדער)
שטעל ביטע ארויף די בילדער
גא״מ
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

די ערשטע שטאפל פון הכנות מיטן לייגען די פענסינ"ג און די אייזערנע שטאנגען (ריבא"ר)
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (383.12 KiB) געזען 4208 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (146.81 KiB) געזען 4208 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (173.3 KiB) געזען 4208 מאל
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (178.71 KiB) געזען 4199 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (164.43 KiB) געזען 4199 מאל
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (133.47 KiB) געזען 4189 מאל
unnamed (19).jpg
unnamed (19).jpg (136.73 KiB) געזען 4189 מאל
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (81.02 KiB) געזען 4189 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברך עלינו »

סוכות
אטעטשמענטס
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (272.46 KiB) געזען 3735 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברך עלינו »

פרשת נח
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (346.25 KiB) געזען 3085 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברך עלינו »

פרשת לך לך
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (381.66 KiB) געזען 2423 מאל
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

מנשה האט געשריבן:

דרכיה דרכי נועם
עס מוז ארויסגעברענגט לשבח די סענסעטיווקייט פון די עסקנים צו מאכען זיכער אז אין די פארנומענע טעג פאר יו"ט זאל מען נישט אפשטעלן די פארקער אויף די 14טע עוועניו וואס וואלט געשאפן אסאך קאפ ווייטאג און עגמת נפש פאר די גאנצע געגענט, דעריבער איז אלעס געטוהן געווארען באשמורת הבוקר, ווען די גאסען זענען נאך ליידיגער.

(ערהאלטן אין אימעי"ל בייגעלייגט מיט בילדער)
טאקע געהערט פון א שכן דארט אז ממחרת יום כיפור, נאכן זיך לייגן שפעט מיטן בויען די סוכה, האט ער נישט געקענט שלאפן פון פיר פארטאגס....
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

וואס איז פשט אז אזא מעכטיגע בנין צוטיילט מען די בויען אין צוויי חלקים? ס'איז דאך ביטערע שאדן אז מ'בויעט נישט אויפאיינמאל, קוק אן אזא גרויסע גריב ווען דאס איז צוזאמען מיט די קומענדיגע חלקים וואלט געווען גאר פראפיטבאר, און בכלל וויאזוי וועט מען זיך שפעטער מחבר זיין אזוי טיף?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פליפ פאון
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליפ פאון »

פרייליכען האט געשריבן:
מנשה האט געשריבן:

דרכיה דרכי נועם
עס מוז ארויסגעברענגט לשבח די סענסעטיווקייט פון די עסקנים צו מאכען זיכער אז אין די פארנומענע טעג פאר יו"ט זאל מען נישט אפשטעלן די פארקער אויף די 14טע עוועניו וואס וואלט געשאפן אסאך קאפ ווייטאג און עגמת נפש פאר די גאנצע געגענט, דעריבער איז אלעס געטוהן געווארען באשמורת הבוקר, ווען די גאסען זענען נאך ליידיגער.

(ערהאלטן אין אימעי"ל בייגעלייגט מיט בילדער)
טאקע געהערט פון א שכן דארט אז ממחרת יום כיפור, נאכן זיך לייגן שפעט מיטן בויען די סוכה, האט ער נישט געקענט שלאפן פון פיר פארטאגס....
מען קען נישט צופרידן שטעלן יעדן איינעם.
טאמער וואוינסטו אין בארא פארק און האסט מיטגעהאלטן די היסטארישע [היסטערישע] טרעפיק וואס איז פארגעגאנגען אויף די בארא פארקער גאסן פון נאך די זוממער ביז צו די ימים טובים פארשטייסטו אז ווען דאס קומט פאר אינמיטן טאג וואלט געווען כאאטיש די מצב פון די טרעפיק אין די ערב יום טוב טעג, און גאנץ בארא פארק וואלט געליטן.
אוועטאר
פליפ פאון
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליפ פאון »

נארמאליזעם האט געשריבן:
וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
42 פיס, ס"ה צוויי הויכע שטאקן פון בערך 20 פיס פער שטאק. די אונטערשטע וועט זיין א גרויסע היכל התורה און די אויבערשטע וועט זיין די מקוה וכדו'.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פליפ פאון האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
42 פיס, ס"ה צוויי הויכע שטאקן פון בערך 20 פיס פער שטאק. די אונטערשטע וועט זיין א גרויסע היכל התורה און די אויבערשטע וועט זיין די מקוה וכדו'.
די מקוה גייט זיין אויף א שטאק? וויאזוי ארבעט עס מיט די בור?
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

כל טוב האט געשריבן:
וואס איז פשט אז אזא מעכטיגע בנין צוטיילט מען די בויען אין צוויי חלקים? ס'איז דאך ביטערע שאדן אז מ'בויעט נישט אויפאיינמאל, קוק אן אזא גרויסע גריב ווען דאס איז צוזאמען מיט די קומענדיגע חלקים וואלט געווען גאר פראפיטבאר, און בכלל וויאזוי וועט מען זיך שפעטער מחבר זיין אזוי טיף?
די בוי ארבעט איז צוטיילט אין 3 חלקים. די חלק וואס מ'בויט יעצט, נאכדעם די וואכן ביהמ"ד גייט זיין שלב ב', נאכדעם די Y וואס איז שלב ג'

איך מיין אז די חלק פון די וואכן ביהמ"ד גייט נישט האבן קיין בעיסמענט, נאר שלב א' און ג' וועלן האבן
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

נישטאמת האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
42 פיס, ס"ה צוויי הויכע שטאקן פון בערך 20 פיס פער שטאק. די אונטערשטע וועט זיין א גרויסע היכל התורה און די אויבערשטע וועט זיין די מקוה וכדו'.
די מקוה גייט זיין אויף א שטאק? וויאזוי ארבעט עס מיט די בור?
די חלק פון די בור וועט מסתמא אראפגיין ביז אונטן

ס'קומט אויך אן אונטערערדישע היכל השולחנות מיט גאלאריען
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

נישטאמת האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
42 פיס, ס"ה צוויי הויכע שטאקן פון בערך 20 פיס פער שטאק. די אונטערשטע וועט זיין א גרויסע היכל התורה און די אויבערשטע וועט זיין די מקוה וכדו'.
די מקוה גייט זיין אויף א שטאק? וויאזוי ארבעט עס מיט די בור?
קענסט בויען א בור אויף'ן צוואנציגסטן שטאק אויך! ווי לאנג ס'איז מחובר לקרקע - ס'דא קהילות (לפחות אין א"י ווייס איך) וואס מאכן די בור אויף 4 שטאנגען (געגאסן פון צעמענט) אז מ'זאל קענען אונטער גיין און זען אז ס'האט נישט קיין ליעק"ס...
מאך נאר זיכער צו ניצן א גוטן ענדזשעניער....
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פליפ פאון האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
וויפיל שטאק גייט זיין אינטער דער ערד?

דעס קוקט אויס מאסיוו, סדערמאנט מיר פון די טווין טאוערס
42 פיס, ס"ה צוויי הויכע שטאקן פון בערך 20 פיס פער שטאק. די אונטערשטע וועט זיין א גרויסע היכל התורה און די אויבערשטע וועט זיין די מקוה וכדו'.
וואו שכח

(אין מעזיביזש איז דאכט זיך מיר אויך די מקוה אויף די צווייטע שטאק)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

פארוואס מאכן א היכל התורה אזוי טיף?
מ'ברויך דען מהדר זיין אין תורה מתוך הדחק?
חינוך האט געזיגט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”