סטיטשינער האט געשריבן:ביי מיר איז די גרעסטע פלא די פאקט אז די אמעריקאנער האבן מיט די אייגענע הענט געבויט די מציאות וואס הייסט גאן רעכטן, און היינט, אפילו נאך דעם וואס רובא דרובא זענען מודה ביי זיך אין הארצן אז עס איז געווען א פאטאלע טעות מיסודו, האבן זיי לכ''ע נישט קיין נארמאלע וועג זיך ארויס צו זעהן פונעם פלאנטער, ווייל יעצט איז שוין טאקע צו שפעט צו פארבאטן געווער. אבער לכל הפחות, זיי גרייט! אז דו ווייסט אז דיין לאנד האט א פראבלעם וואס הייסט מאסן שיסערייען, גרייט דיך דערצו! דעס איז דאך די סיבה פארוואס מען שרייט היינט אז מ'קען שוין נישט מאכן גאן קאנטראל, ווייל די שלעכטע חברה גיין בלייבן מיט זייער געווער. נו, לכל הפחות זאל די פאליציי זיין גרייט דערויף. סיי אינעם ריפארם סינעגאגע און סיי דא האבן זיי שרעקליך אויםגעמעסט. די אטאקירער האט ארום שפאצירט פראנק און פריי און געקענט טוהן העולה על רוחו, טראץ דעם וואס די פאליציי איז געשטאנען אינדערויסן פון טיר.
פון ענגלאד למשל טרייבט מען ליצי (קען זיין מיט רעכט) אז די פאליציי האבן נישט קיין געווער. אבער וואס טוט מען אויף אז די פאליציי מיט געווער זענען גארנישט ווערד? דארט האט מען לפחות אויפגעטוהן אז קיינער האט נישט. אבער דא האבן נאר די שלעכטע און נישט די גוטע. עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.
וואס מיינט דאס זיין גרייט?
דא איז געווען פאליציי, דא איז געווען טרעינינג אפאר וואכן צוריק און נאכאלץ אויפגעמעסט. ווילסט דען אז יעדע סקול זאל זיין ארומגענומען מיט שארף צילער אויף הויך אלערט?
מ'דארף פארשטיין אז דא איז געווען 3 סצענעס וואס האט היבש צעמישט די פאליציי אין די קליינע שטאט, מ'ווייסט נישט וויפיל שיסער ס'איז דא, ווי הייבט מען אן ערשט, ווי פונטקליך איז ער לאקירט, מ'וויל דאך נישט שיסן ווילדערהייט און הרג'נן אנדערע מענטשן אינדערצווישן.
איך האלט אויך אז די פאליציי האט אויפגעמעסט איך ווייס נאר נישט וואו, דא גייט נאך זיין שווערע אינוועסטיגאציעס און טאמער פראטאקאלן זענען נישט געווען געפאלאוט זאל זיין אקאונטעבילטי עד הסוף, אן רחמנות.
אבער מ'קען נישט פראטקעטן זיך פון יעדע מין סינעריא, ס'איז נישט מענטשן-מעגליך.
ס'איז דא א נטיה, א בארעכטיגע נטיה ווי מ'האט מער מורא פון בעלי בחירה'דיגע געפארן ווי נאטירלעכע. ביידע קען מען טוהן זיך צו ראטעווען, ביידע קען מען נישט. ביי די בעלי בחירה קען און מ'דארף מער טאהן אבער ס'האט א מאס.
קוק אויף די גוטע זייט, אז מי יודע וויפיל פראפערטי רייטס אדער שווערע שטייערן די פעדס האבן צוריקגעהאלטן פון זיך ארויפצוצווינגען אויף אונז א דאנק גאן רעכטן. די אלע געשטארבענע זענען קאלעטערעל דעמעדזש פאר אונזער פרייהייט, דארפן ווען זיין נאציאנאלע העלדן!
איי דו האלטס נישט אזוי? חזר עס אזוי לאנג (מיט צווייטע חברים) ביז דיין פארשטאפטע קאפ וועט זיך עפענען...