דורהעם אויספארשונג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הס קטיגור וקח סניגור

פארטיידיגונג אנגעהויבן מיט זייער פרעזענטאציע און געצייגט פאר די דזשורי איז סאסמאן האט געבילט וואס עס האט אים געקאסט די טעקסי רייד (צו די זיצונג ביין די עף בי איי מיט בעיקער) פון זיין פיראמע פערקינס קואי (לאפוקי פון די קלינטאן קאמפיין)
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:הס קטיגור וקח סניגור

פארטיידיגונג אנגעהויבן מיט זייער פרעזענטאציע און געצייגט פאר די דזשורי איז סאסמאן האט געבילט וואס עס האט אים געקאסט די טעקסי רייד (צו די זיצונג ביין די עף בי איי מיט בעיקער) פון זיין פיראמע פערקינס קואי (לאפוקי פון די קלינטאן קאמפיין)

א 10$ ביל
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

דער פראסיקיוטער האט פרעזענטירט בילינג רעקארדס וואס ווייזט אז סאסמאן האט געטשארדזש דער קלינטאן קאמפעין פאר ארבעט אינעם טאג וואס ער האט זיך געטראפן מיט דער FBI גענעראל קאונסול דזעימס בעיקער.

פראסיקיוטער מייקעל קיילטי האט געוויזען פאר די דזורי א בילינג רעקארד פון סאסמאן פאר 3.3 שעה ארבעט פאר "work and meetings regarding confidential project" פון סעפטעמבער 19.

קיילטי האט אויך געלייגט אויפן רעקארד א עקספענס רעפארט געפיילט דורך סאסמאן אין סעפטעמבער 22 צו די קלינטאן קאמפעין דורך פערקינס קאוי פאר קויפען "flash drives". ער האט אויך געוויזען א רעסיעט אז די פלעש דרייווס זענען געקויפט געווארען פאר סאסמאן'ס זיצונג מיט בעיקער.

די "DNS data" וואס האט געדיענט פאלש אויף צו ווייזען א קאמוניקאציע צווישען טראמפ און אלפע באנק האט סאסמאן פרעזענטירט צו בעיקער אויף פלעש דרייווס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די קטיגור איז היינט ערווארטעט צו ענדיגן פרעזענטירן זייער קעיס און דערווייל האט מען נישט געהערט פון די סניגור אויב סאסמאן וועט זיך זעצן אויפן עדות שטוהל

נאכאלץ נישט באשלאסן אויב סאסמאן זאל מארגן אויפטרעטן

זיין אדוואקרט זאגט איצט אז עס קען מעגליך פאסירן אויב דער ריכטער שטימט איין צו פארבאטן פאר פראקורארן צו פרעגן איבער פארהאנדלונגען וועלכע זענען פארגעקומען צווישן די צוויי זייטן איידער סאסמאן איז געווארן אפיציעל אנגעקלאגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זארג נישט האט געשריבן:דער פראסיקיוטער האט פרעזענטירט בילינג רעקארדס וואס ווייזט אז סאסמאן האט געטשארדזש דער קלינטאן קאמפעין פאר ארבעט אינעם טאג וואס ער האט זיך געטראפן מיט דער FBI גענעראל קאונסול דזעימס בעיקער.

פראסיקיוטער מייקעל קיילטי האט געוויזען פאר די דזורי א בילינג רעקארד פון סאסמאן פאר 3.3 שעה ארבעט פאר "work and meetings regarding confidential project" פון סעפטעמבער 19.

קיילטי האט אויך געלייגט אויפן רעקארד א עקספענס רעפארט געפיילט דורך סאסמאן אין סעפטעמבער 22 צו די קלינטאן קאמפעין דורך פערקינס קאוי פאר קויפען "flash drives". ער האט אויך געוויזען א רעסיעט אז די פלעש דרייווס זענען געקויפט געווארען פאר סאסמאן'ס זיצונג מיט בעיקער.

די "DNS data" וואס האט געדיענט פאלש אויף צו ווייזען א קאמוניקאציע צווישען טראמפ און אלפע באנק האט סאסמאן פרעזענטירט צו בעיקער אויף פלעש דרייווס.

ריכטיג

די רעסיט פון די פלעש דרייווס איז פון סעפטעמבער 13 למספרם (די מיטינג איז געווען סעפטעמבער 19 למספרם) ביי א סטעפלס געשעפט נעבן סאסמאן'ס אפיס

די אדוואקאט האט נעכטן אנגעהויבן זיין פרעזענטאציע און אונטערגעשטראכן אז אין די בילינג רעקארדס האט סאסמאן נישט געשריבן א רעפעראנץ אז עס איז אנבאלאגט א זיצונג מיט די עף בי איי טראץ וואס אין די פארגאנגנהייט ווען ער פלעגט רעכענען פאר אזעלכע זיצונגען האט פלעגט ער עס יא אנרופן ביים נאמען אין זיינע בילינג בויגנס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאסמאן גייט נישט אויפטרעטן אלץ עדות אין זיין פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן נאכמיטאג האט די סניגור אנגעהויבן ארויפברענגן זיינע עדות

אדוואקאט באסווארט האט געבעטן די דזשורארס צו באטראכן די עף בי איי באזירט איבער וואס זי האט געטוהן דאן ווי איידער באזירט אויף וואס זיי זאגן איצט

ער ווייזט אן אז די פאקט אז די קלינטאן קאמפיין איסז געווען איינע פון סאסמאן'ס קליענטן איז געווען א סוד פאר בראד און אפן פאר יעדן צו וויסן

די פארטיידיגונג האט פארציילט פאר די דזשוראר אז סאסמאן האט זיך שוין געטראפן מיט עף בי איי אגענטן וואכן בעפאר די מיטינג מיט בעיקער אין אן עקסטארשען פארבונדעטע אנגעלעגנהייט

די צוויי נעכטיגע עדים זענען געווען אגענטן מארטא סטאנסעל-גאם און עליאט סטיווענס און טראץ וואס די קטיגור האט פרעזענטירט נאטיצן וואס אגענטן (וועלכע זענען געווען ביי א מיטינג מיט סאסמאן) האבן געשריבן האבן דערמאנט דארט די ווארט "קליענט" וואס איז איז לויט די קטיגור א באווייז אז ער האט זיי געזאגט אז ער ארבעט איצט פאר די קלינטאן קאמפיין האבן די סניגור עדות גע'טענה'ט אז פון וואס זיי געדענקן אז סאסמאן האט זיי קלאר געזאגט אז ער טוט עס נישט פאר א קליענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אינפארמאציע וועלכע אגענט העידע האט אנגעבליך מעגליך פארהוילן איז געווען אז ביים אויספרעגן פאפאדאלפאלוס האט אים יענער געזאגט אז ער האט נישט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די רוסן

דער אגענט האט נישט געמוזט קויפן זיינע ווערטער אבער עס יא געזאלט איינשליסן אין זיין באריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סניגור פארטיג מיט זייער קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ליינט פאר די אינסטרוקציעס פאר די דזשורי וועלכע גייט אנהויבן פארהאנדלונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ליינט פאר די אינסטרוקציעס פאר די דזשורי וועלכע גייט אנהויבן פארהאנדלונגען

ריכטער קופער האט פארארדנט די דזשורי אריינצוקוקן אויב די סאסמאן האט געמאכט פאלשע סטעיטמענטס וועלכע האבן געטראגן געוויכט און אויב ער האט עס געטוהן במזיד פאר די עקזעקוטיווע פליגל פון די רעגירונג און אויב יא זאלן זיי אים געפונען שולדיג

מארגן וועלן די דזשורארס אויסהערן די שליסונג ארגומענטן פון ביידע זייטן און ווען זיי וועלן צוריקקומען קומענדיגע וואך דינסטאג וועלןו זיי אנהויבן די פאקטישע פארהאנדלונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:

למעשה האבן די דזשורארס אנגעהויבן פארהאנדלען פרייטאג נאך די שליסונג ארגומענטן

ביי די שליסונג ארגומענטן האט יותן אלגאר אלץ קטיגור געזאגט פאר די דזשורי אז סאסמאן איז געווען א מאכטפולע אדוואקאט און געוועזענע פעדעראלע פראקוראר וועלכע האט געזוכט אויסצוקרויזן די געווענליכע פארשריפטן צו פארשנעלערן א זיצונג מיט די עף בי איי ווען ער האט אריינגענארט בעיקער אין א זיצונג וואו ער האט איבערגעגעבן פיילס ועולכע זענען בכלל נישט געווען איבער נאציאנאלע זיכערהייט נאר ליבערשט פאראויסצוטופן שמוץ אויף דאנאלד טראמפ

ער האט אוועקגעמאכט די עף בי איי נאטיצן וועלכע האט געצייגט אז אגענטן האבן געוואוסט אז סאסמאן האט געארבעעט פאר די קלינטאן קאמפיין בעפאר זאגנדיג אז אין יענע קעיסעס האט ער רעפרעזענטירט די באטראפענע פון א העקינג אויף די קלינטאן קאמפיין און אגענטן האבן בלויז געוואוסט אז ער רעפרעזענטירט די קאמפיין אלץ סייבער סעקיוריטי עקספערט און אדוואקאט אבער קיינמאל געקלערט אז ווען עס קומען אריין פאליטישע שמוץ באשולדיגונגען קען עס מעגליך קומען פון סאסמאן

אלגאר האט אויך אנגעוויזן אז ווערנדיג אויסגעפרעגט אין קאנגרעס האט ער ביי איין פאל געזאגט אז עס וואלט געווען די מערסט אקוראטע וועג צו זאגן אז ער האט עס געטוהן אלץ ארבעט פאר א קליענט און שפעטער געזאגט י פארקערטע אז ער האט נישט רעפרעזענטירט א קליענט

לויט אלגאר איז עס נישט געווען א גרייז נאר ספעציעל אויסגערעכנט פון סאסמאן וועלכע אלץ אדוואקאט ווייסט ווי אזוי צו קונצלען מיט די ווערטער און ער האט געוואלט זאגן אלעס און גארנישט אז אין יעדע פאל קען ער אנווייזן אז ער אויך געזאגט פארקערט און ער האט באמת יענץ געמיינט צו זאגן

אדוואקאט שאן בערקאוויטש האט דאן אנגעהויבן זיין קעיס און געזאגט אז טראץ וואס סאסמאן'ס קאנגרעסיאנאלע אויפטריט איז מעגליך די בעסטע באווייזן וואס די קטיגור באזיצט שטעלט עס אבער נישט פאר די פולע בילד

ער פארטיידיגט די קאנגרעס אויפטריט זאגנדיג אז סאסמאן האט קלארגעשטעלט אז ער זוכט נישט צו גיבן די איינדרוק אז ער איז געווארן "דירעקטירט" פון א קליענט עס צו טוהן און שפעטער טאקע געזאגט אז עס וואלט געווען די מערסטע אקוראט צו זאגן אז ער האט עס נישט געטוהן פאר א קליענט

ער האט געבעטן די דזשורי אפצושאצן אויב זיי האלטן טאקע אז ער האט עס געטוהן פאר א קליענט אדער די ערשטע קאנגרעס סטעיטמענט איז איינפאך געווען אומאקוראט און גרייזיג וליב וואס עס איז דאן שוין געווען א יאר מיט א האלב נאך די בעיקער זיצונג

בערקאוויטש האט אויסגעפירט פרעגנדיג: האלט איר אז דאס איז געווען א בייזוויליגע ליגן אדער בלויז א פראדוקט פון צומישעניש?

בערקאוויטש האט דאן געזאגט אז ער האט א פראגע צו די פראקורארן און זייער ווערסיע
אויב די אונטערליגנדע סיבה פון וואס עס האט געברענגט סאסמאן פאראויסצוקומען מיט אינפארמאציע עכט געשפילט א ראלע אין די אויספארשונג, דאן פארוואס האט טאקע די ביורא אים נישט אויסגעפארשט צו הערן מער איבער פארוואס און ווער האט אים געשיקט אין ליניע מיט די געווענליכע צוגאנג פון פראקורארן אויסצופארשן עדות מערערע מאהל איידער מען גייט צו א פראצעס?

ער האט באשולדיגט אז דורהעם פרובירט צו פארקאכן א קאשע פון וואס עפעס וואס איז רוטינע פאליטישע שמוץ זוכעריי וואס איז פולשטענדיג לעגאל און אויב זאל מען עס מאכן אומלעגאל וועט עס איבערפולן די טורמעס אין וואשינגטאן די סי

נאך די שליסונג ארגומענטן האט די דזשורי פארהאנדלט פאר ארום 4 שטונדן און וועלן דינסטאג פארזעצן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די דזשורי גייט מארגן ווייטער פארהאנדלען און מען קען בלויז שפעקולירן איבער וואס זיי גייען באשליסן

איין דעטאל וועכלע מיר האבן אויסגעלאזט איז געווען אז די טעקסט מעסעדזש וועלכע סאסמאן האט געשיקט בעפאר די בעיקער מיטינג אין וועלכע ער שרייבט אז ער קומט אויף די אייגענע האנט איז עפעס וואס דער ריכטער האט פארבאטן די דזשורי צו געפונען סאסמאן שולדיגט באזירט דירעקט אויף דעם אבער זיי מעגן עס יא נוצן פאר באווייז

דאס קומט צוליב דעם וואס דורהעם האט אריינגעטראגן זיין קלאגע אין די לעצטע מינוט איידער די סטעטשו אוו לימיטעישאנס איז אפגעלאפן און צו יענע צייט האט ער נאכנישט געהאט געליגט א האנט אויף יענע מעסעדזש און די קלאגע איז בלויז געווען אז "בעיקער האט געזאגט" אז סאסמאן האט אים מונדליך קלאר געזאגט ביי די מיטינג אז ער איז טוט קיינעם רעפרעזענטירן

קוקנדיג בלויז אויף דעם וואלטן די דזשורי געדארפט באשליסן אויב צו גלויבן בעיקער אדער סאסמאן

אבער שפעטער האט בעיקער איבערגעגעבן די טעקסט מעסעדזש פאר דורהעם וועלכע האט עס געוואלט איינשליסן אין די קלאגע אבער צוליב וואס די סטטעטשו אוו לימיטשעישאנס איז שוין דאן אפגעלאפן האט דער ריכטער געזאגט אז מען קען מער נישט ברענגן קיין נייע קלאגעס און בלויז די קלאגע וואס מען האט געברענגט אין צייט קען בלייבן כמות שהיא

וואס ער האט יא ערלויבט פאר סאסמאן איז דאס נוצן יענע מעסעדזש אלץ באווייז צו די שוין עקזיסטירנדע קלאגע וואס באדייט אז די דזשורי קען נוצן יענע שריפטליכע מעסעדזש זיי צו העלפן קומען צום אויספיר אז סאסמאן האט שפעטער טאקע אזוי געזאגט מונדליך פאר בעיקער אבער די זינד זעלבסט קען בלויז זיין די מונדליכע באמערקונג צו בעיקער

אויב אבער צום ביישפיל א דזשוראר איז איבערצייגט אז מען קען בכלל נישט געטרויען בעיקער צוליב וואס ער האט צופיל מאהל נישט געדענקט זאכן אדער גאר סותר געווען, קען דער דזשוראר אויסקלויבן נישט צו גלויבן בעיקער'ס ווערסיע פון די מיטינג און נישט האבן קיין פראבלעם מיט די טעקסט מעסעדזש גופא ווייל יענץ איז נישט טייל פון די קלאגע

דאס איז אלעס אין באצוג צו די באווייזן פון דורהעם אז סאסמאן האט ווירקליך געארבעט פאר די קלינטאן קאמפיין און עס דארף צו הייסן אז אויף דעם פראנט האט ער געמאכט א בעסערע ארבעט

ווען עס קומט אבער די צווייטע פראגע אויב נניח אז סאסמאן האט ליגן געזאגט איז עס געוווען א גענוג ערנסטע ליגן וועלכע האט געהאט אן אימפאקט אויב יא אדער נישט צו עפענען די אויספארשונג זאגן מערערע עקספערטן אז די סאסמאן טיעם האט געמאכט א היבש גוטע ארבעט צו איבערצייגן אז די אויבערשטע אין שטייסל האבן פיין געוואוסט ווער עס איז מדבר מתוך גרונו של סאסמאן און ארויסגעהאט אז זיי גריבלען אין קאמפיין שמוץ און טאקע נישט געוואלט דרוקן מער אויף סאסמאן ארויסצוגעבן ווער עס האט אים געשיקט און געזוכט אים צו העלפן עס האלטן אונטער די קארפעט און געזוכט צו באהאלטן פון אנדערע אגענטן אויפן קעיס ווער עס האט געברענגט די אינפארמאציע און צוליב דעם מיסטריעז זיכער געמאכט צו שרייבן אומריכטיג אז די אינפארמאציע איז גאר געקומען פון די יוסטיץ דעפארטמענט

איז דאס אלעס די ווארהייט? דאס בלייבט פאר די דזשורי צו באשליסן אבער מען דארף געדענקן אז די דזשורארס שטאמען ארויס פון די סי און ווירדזשיניע (וואו די פראצעס קומט פאר) און עטליכע פון זיי זענען קלינטאן שטיצער און דעריבער ערווארטן היבש אסאך עקספערטן אז דורהעם קען האן א שווערע פעלד מיט זיי
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ווער נאך איז ערוואטערט צו גיין אויף טרייעל?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:ווער נאך איז ערוואטערט צו גיין אויף טרייעל?

די קומענדיגע פראצעס וועלכע איז געסקעדזשועלט איז אויף איגאר דאנשענקא

ער איז דער וועלכע האט געהאלפן צוזאמשטעלן די סטיעל דאסיער און די עף בי איי האט אים אויסגעפרעגט (ער איז איינגעגאנגען דערויף נאכן באקומען לעגאלע אימיוניטי) און געקומען צום אויספיר אז האט קאאפערירט און געענטפערט די אמת

א שפיאנאזש איבערזיכט אנאליסט פון די ביורא האט אבער שפעטער געפונען אז לויט זיין איינדרוק איז מעגליך אז דאנשענקא איז נישט געווען פולשטענדיג אויפריכטיג און האט מעגליך מינימיזירט געוויסע אספעקטן וואס ער האט געזאגט פאר סטיעל אדער געוויסע פאקטן אבער אויך אנערקענט אז יענער האט נישט איינפאך געליגנערט פאר די אויספארשער

שפעטער האט דורהעם סובפינעט דאנשענקא פיילס און נאכן זיי איבערקוקן אים ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט 5 קאונטס פון ליגן זאגן פאר די ביורא דורכאויס א רייע אויספארשונג פארהערן אין די לעצטערע יארן איבער געוויסע קאנטאקאטן מיט מענטשן ווען ער האט אנגעבליך געלייקנט דאס זיין אין קאנטאקט מיט געוויסע אינפארמאנטן מיט וועם ער איז פאקטיש געווען אין פארבינדונג און פון די צווייטע זייט פארבריצירט אנדערע נעמען וועלכע האבן אים פארציילט זאכן אין די צייט וואס ער איז נישט געווען פארבונדן מיט זיי

דאנשענקא האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף אלע קלאגעס און זיין פראצעס איז ערווארטעט זיך אנצוהויבן אום אקטאבער 11 למספרם
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

טענקס הבל!

דעטס אלל וואס זענען אנגעקלאגט געווארן דורך דורהעם?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

פוילער האט געשריבן:טענקס הבל!
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:טענקס הבל!

דעטס אלל וואס זענען אנגעקלאגט געווארן דורך דורהעם?

דער איינציגסטער אויסער די צוויי צו ווערן אנגעקלאגט איז געווען קליינסמיט

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קליינסמיט געווארן פאראורטיילט צו 12 מאנאטן פראבעישאן און 400 שטונדן קאמיוניטי סערוויס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר אלע וואס לאזן פידבעק!

עס גיבט מוט פארצוזעצן בעז"ה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשורארס זעצן פאר צו פארהאנדלען

זיי האבן שוין געבעטן פונעם ריכטער היינט עטליכע עדות שטיקלעך צו קענען איבערקוקן
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

ברעיקינג: סאסמאן געפונען אומשולדיג!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

א מאכטפולע דורעכפאל פאר דורהעם און זיין אויספארשונג!
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

!Double standard
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3671
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פוילער האט געשריבן:!Double standard

זיי מסביר
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”