דורהעם אויספארשונג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מוק זאגט אין געריכט אז די קאמפיין האט פארצילט פאר קלינטאן אז זיי זיצן אויף די אלפא באנק געשיכטע און אז זיי ווילן עס מיטטטיילן מיט א רעפארטער וועלכע זאל עס פובליצירן

מוק זאגט אז קלינטאן פערזענליך האט געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין דערמיט טראץ וואס זיי זעלבסט זענען נישט געווען זיכער אז די אינפארמאציע איז פולשטענדיג לעגיטים
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עדות בעיקער דריטע טייל


פארגעסן צו שרייבן איבער די קרייץ פארהער וועלכע אדוואקאט יענקל בערקאוויטש האט געזוכט צו אינטערמינעווען די עדות פון בעיקער

בערקאוויטש האט אנגעצייגט אויף מערערע פעלער ווען בעיקער האט געזאגט פאר דורהעם אנדערש ווי פאר פריערדיגע אויספארשער און געזוכט אונטערצוגראבן די צוטרוי פון דזשוראר'ס אין זיינע ווערטער

בערקאווישט האט דערמאנט אז צו ערשט האט בעיקער געלייקנט אז ער האט געוואוסט אז סאסמאן ארבעט אין אלגעמיין פאר די קלינטאן קאמפיין אין די צייט ווא ער האט זיך מיט אים געטראפן אבער שפעטער עס מודה געווען

בעיקער האט פרובירט צו זאגן אז ער האט נישט געדענקט גענוי די דאטום ווען ערא איז געוואויאר געווארפן פון זייין ארבעט פאר די קלינטאן קאמפיין אבער שפעטער אנערקענט אז ער האט שוין געוואוסט דערפון ביי א פריערדיגע דאטום

בערקאוויטש האט ביים ענדע פון זיין פארהער געפרעגט בעיקער אויב דורהעם האט אמאל געסטראשעט אז אויב זאל ער נישט קאאפערירן וועט ער אים אנקלאגן באזירט אויף די אלע סתירות אין וועלכע מען קען אים כאפן ביי א ליגן אבער בעיקער וואס האט אנערקענט אז מען קען אים אנקלאגן אויב מען זאל אים טאקע כאפן ביי א ליגן האט געזאגט אז דורהעם האט אים קיינמאל נישט געסטראשעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורהעם האט פארלאנגט פון די ריכטער מסלק צו זיין איין דזשוראר וועלכע באטייליגט זיך אין א גרופע ביי שווימען ספארט פארמעסטן אין וועלכע סאסמאן'ס טאכטער איז אויך א טייל אבער ריכטער קופער האט עס אפגעזאגט זאגנדיג אז זי האט קלארגעשטעלט אז די גרופע באשטייט פון 40 מענטשן און זי קען נישט סאסמאן'ס טאכטער פערזענליך און וועט דעריבער קענען זיין אומפארטייאיש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:בעיקער: מייקל איז מיר א פריינד און קאלעגע און איך האב געהאט צוטרוי אין זיינע ווערטער אז ער ברענגט עס נישט אלץ שליח פון א קליענט

די פראסעקיוטער האבן באווייז אז סאסמאן איז יא געקומען אלץ שליח?

די באווייזן זענען אז ער האט אין יענע טעג געבילט די קלינטאן קאמפיין פאר די מיטינג

יא אבער סמיז נישט זיין אז ער האט זיי געבילט פארדעם, די קלינטאן קאמפיין איז דאך געווען זיין קליענט אין זשענערעל.
.

אקעי, די קטיגור האט לעצטע וואך געוויזן פאר די דזשורי מערערע אימיעל אויסטוישן און רעקאדס וועלכע צייגן אז סאסמאן האט געבילט די קאמפיין פאר די ארבעט איבער די אלפא באנק באשולדיגונג אבער.. יענע רעקארדס זענען איבער די ארבעט אין אלגעמיין צו באאדי וואך דינסטאג איז ערווארטעטרבעטן די באשולדיגונג און עס פארקויפן פאר די פרעסע

קומט דאך אויס אז העיקר חסר מן הספר און ווי איר זאגט דארפן זיי נאך אויפווייזן אז אויך פאר די מיטינג מיט די עף בי איי האט סאסמאן זיי געבילט

די וואך דינסטאג איז ערווארטעט אז די קטיגור זאל ענדיגן פארצושטעלן זייער קעיס און אסאך שפעקולירן אז זיי האבן ספעציעל נאכנישט פארגעשטעלט די אייניצגע רעקארד וועלכע צייגט אז סאסמאן האט גערעכנט די קאמפיין פאר די "צייט פון די מיטינג" ווייל זיי האבן עס געוואלט אוועקלייגן אויף די וואך אלץ א לעצטע באמבע און נישט געוואלט אז עס זאל פארפאלן גיין צווישן אנדערע מער לאנגווייליגע רעקארדס נאר אז די דזשורי זאל אוועקגיין מיט א לעצטע איינדרוק אז סאסמאן האט ווירקליך ליגן געזאגט

אנדערע צווייפלען אויב אזא רעקארד עקזיסטירט בכלל אבער קטיגור שאו האט פאריגע וואך געזאגט אז די רעקארדס צייגן קלאר אז סאסמאן האט יא גערעכנט די קאמפיין פאר יענע צייט אן אריינגיין און מער ערקלערונגען און דאס ברענגט פילע צו קלערן אז זיי האבן אוועקדעלייגט די באוויייזן פאר די וואך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פראצעס זעצט היינט פאר און די קטיגור פלאנט די וואך אראפצוברענגן די געוועזענע געהילף פון די ביורא קאנטער שפיאנאזש דיוויזיע ביל פריסטעפ, עף בי איי אדוואקאט טרישא ענדערסאן און א פערקינס קואי בילינג עקספערט און דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אפעראטיוו טאם מקמעהען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 24, 2022 1:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווען די קטיגור ענדיגט (ווארשייינליך דינסטאג) וועט די סניגור אנהויבן זייער קעיס און ערווארטעט אראפצוברענגן צווישן אנדערן יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע דזשענעראל מערי מקארד און אן עף בי איי אגענט וועלכע וועט סזאגן אז די ביורא וואלט פאראויסגעגאנגען מיט די אויספארשונג אפגעזעהן פון די גענויע ווערטער פון סאסמאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל מייקל הורוויץ איז אויך ערווארטעט אויפצוטרעטן די וואך ביים פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די פראצעס זעצט היינט פאר און די קטיגור פלאנט די וואך אראפצוברענגן די געוועזענע געהילף פון די ביורא קאנטער שפיאנאזש דיוויזיע ביל פריסטעפ, עף בי איי אדוואקאט טרישא ענדערסאן און א פערקינס קואי בילינג עקספערט און דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אפעראטיוו טאם מקמעהען

פריסטעפ: עס איז געוויס רעלעוואנט פאר די ביורא צו וויסן די מאטיוואציע פון עימיצן וועלכע ברענגט אינפארמאציע פאר א מעגליכע אויספארשונג

ער זאגט אבער אז עס איז נישט די "איינציגסטע" פאקטאר ווען די ביורא שאצט אפ די אינפארמאציע וועלכע זיי האבן ערהאלטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 24, 2022 1:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

טענקס הבל!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

עני אפדעטס פונעם היינטיגן טאג?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:א פרישע שטרייט אנטוויקלט זיך צווישן די צוויי זייטן ווען די ניו יארק טיימס רעפארטער פאר וועם סאסמאן האט פרובירט צו פארקויפן זיינע באשולדיגונגען גרייט זיך אראפצוקומען אין געריכט

סאסמאן האט סובפינעט עריק ליכטבלאו אראפצוקומען און יענער פלאנט עס צו טוהן אבער האט פארלאנגט אז צוליב ספעציעלע באשיצונג פון וועלכע רעפארטער געניסן זאל מען באגרעניצן וועלכע סארט פראגן דורהעם'ס טיעם וועט קענען פרעגן ביים קרייץ פארהער

דורהעם האט אצינד צוגעשיקט א מאושען צום געריכט אין וועלכע ער מאכט די קעגן ארגומענט און פארלאנגט א געהעריגע קרייץ פארהער און קיין צוימונגען

נעכטן האט דער ריכטער אויסגעקוקט צו צווייפלען אויב דורהעם האט אנגעוואנדן אלעס אין זיינע מעגליכקייטן אויסצופארשן ליכטבלאו איידער ער נעמט אים אויף א קרייץ פארהער אין אן אנדייטונג אז ער איז מעגליך נישט גרייט צו גיבן די גרינע ליכט צו פארלאנגען אז ער זאל אראפקומען אבער קיין באשלוס איז נישט געפאסט געווארן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איצט פארהערט מען עף בי איי אגענט קורטיס העידע וועלכע זאגט אז די ביורא פירט דורך אן אינערליכע איבערזיכט צו פארשטיין פארוואס וויכטיגע באווייזן און רעקארדירונגען זענען געווארן צוריקגעהאלטן פון די פייסא געריכט (מען פארשטייט אז ער באציהט זיך צו די פייסא ווארענט אויף קארטער פעידזש)

די אויספארשונג איז אויף עטליכע אגענטן און הויפטזעכטליך אויף איין אגענט וועלכע האט מעגליך בייזוויליג צוריקגעהאלטן די אינפארמאציע

ער זאגט אז נישט ער איז דער וועלכע האט עס צוריקגעהאלטן אבער באשטעטיגט אז ער איז אויך אונטער די אויספארשונג וועלכע איז אנגייענד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די פראצעס זעצט היינט פאר און די קטיגור פלאנט די וואך אראפצוברענגן די געוועזענע געהילף פון די ביורא קאנטער שפיאנאזש דיוויזיע ביל פריסטעפ, עף בי איי אדוואקאט טרישא ענדערסאן און א פערקינס קואי בילינג עקספערט און דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע אפעראטיוו טאם מקמעהען

אינדערפרי האט ענדערסאן אויפגעטראטן

דערנאך האט קורטיס העידע אנגעהויבן (ער איז געווארן באאויפטראגט אריינצוקוקן אין די אלפא באנק באשולדיגונג) איצט איז מיטאג און באלד וועט מען אים פארזעצן אויסצופרעגן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 24, 2022 1:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

הכל הבל האט געשריבן:איצט פארהערט מען עף בי איי אגענט קורטיס העידע וועלכע זאגט אז די ביורא פירט דורך אן אינערליכע איבערזיכט צו פארשטיין פארוואס וויכטיגע באווייזן און רעקארדירונגען זענען געווארן צוריקגעהאלטן פון די פייסא געריכט (מען פארשטייט אז ער באציהט זיך צו די פייסא ווארענט אויף קארטער פעידזש)

די אויספארשונג איז אויף עטליכע אגענטן און הויפטזעכטליך אויף איין אגענט וועלכע האט מעגליך בייזוויליג צוריקגעהאלטן די אינפארמאציע

ער זאגט אז נישט ער איז דער וועלכע האט עס צוריקגעהאלטן אבער באשטעטיגט אז ער איז אויך אונטער די אויספארשונג וועלכע איז אנגייענד

ענדליך הערט מען שוין עפעס וואס ווייזט אויף די אונטער די קארפעט סחורה וואס איז די אמתדיגע ציל פון די טרייעל. הייסט עס די פבי פארשט אפיציעל ווער און פארוואס מהאט אפגעהאלטן פון די פייסא קאורט זאכן וואס וואלטן געמאכט מזאל נישט געבן די וואראנט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הײנט איז ענדליך געװען עפעס א זאפטיגע טאג אין די טרײל
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אָהאַ!

יעצט בינעך נייגעריג וואס עריק האלדער האט צו זאגן…

א טרילאן שעה האט ער פארברענגט אויף די פעיק נוז, מיסאינפארמאציע קאנאלן, מיט טראמפ ראשע.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ש'כח הבל פאר די רעפארטס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:ש'כח הבל פאר די רעפארטס.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

abeg האט געשריבן:הײנט איז ענדליך געװען עפעס א זאפטיגע טאג אין די טרײל

קעיר טו עלעבערעיט?
וואספארא חידושים?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שמאטע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:הײנט איז ענדליך געװען עפעס א זאפטיגע טאג אין די טרײל

קעיר טו עלעבערעיט?
וואספארא חידושים?

בין איך אויך נייגעריג?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עדות העידע צווייטע טייל



הכל הבל האט געשריבן:איצט פארהערט מען עף בי איי אגענט קורטיס העידע וועלכע זאגט אז די ביורא פירט דורך אן אינערליכע איבערזיכט צו פארשטיין פארוואס וויכטיגע באווייזן און רעקארדירונגען זענען געווארן צוריקגעהאלטן פון די פייסא געריכט (מען פארשטייט אז ער באציהט זיך צו די פייסא ווארענט אויף קארטער פעידזש)

די אויספארשונג איז אויף עטליכע אגענטן און הויפטזעכטליך אויף איין אגענט וועלכע האט מעגליך בייזוויליג צוריקגעהאלטן די אינפארמאציע

ער זאגט אז נישט ער איז דער וועלכע האט עס צוריקגעהאלטן אבער באשטעטיגט אז ער איז אויך אונטער די אויספארשונג וועלכע איז אנגייענד

העידע איז א וועטעראן אגענט וועלכע ארבעט שוין אין די ביורא פאר 16 יאר

ער האט נעכטן געזאגט פאר די דזשורי אז ער האט גענומען א הונטערשטע זיץ ראלע ווען עס איז געקומען צו די אלפא באנק אויספארשונג צוליב וואס ער האט געוואלט גיבן א געלעגנהייט פאר א צווייט אגענט וועלכע טרענירט זיך אויף די ארבעט צו באקומען א שאנס זיך צו איבן ווי אזוי צו עפענען אן אויספארשונג

די אגענט וועם ער האט ערלויבט צו זיצן פארנט איז געווען אליסאן סאנדס

סאסמאן'ס אדוואקאט שאן בערקאוויטש וועלכע האט פארהערט העידע האט אים געפרעגט איבער א טייפא אין זייער באריכט אין וועלכע עס איז געשטאנען אז די אינפארמאציע איבער די טראמפ קאמיוניקאציע מיט אלפא באנק איז געקומען פון "די יוסטיץ דעפארטמענט" אין די צייט וואס עס איז געווען סאסמאן וועלכע האט געברענגט די אינפארמאציע און עס איז נישט קלאר ווער און פארוואס האט געשריבן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט פארשאפט די אינפארמאציע

איבער די טייפא האט העידע געזאגט אז ער איז נישט געווען באוואוסטזיניג איבער דעם ווען זיי האבן געשריבן זייער באריכט און 2016 למספרם און ערשט אין 2019 למספרם ווען דער אינספעקטאר דזשענעראל האט אים פארהערט איבער דעם האט מען ערשט געכאפט די גרייז

ער האט נישט געקענט געדענקן אויב עס איז געווען ער אדער סאנדס וועלכע האט געשריבן די טיילן פון די באריכט נאר בלויז געזאגט אז אדער ער אדער זי האבן ווארשיינליך פארטוישט די קוואל פון אינפארמאציע פון עף בי איי (אין אידיש:בעיקער האט עס געהערט פון סאסמאן) צו אז עס איז געקומען פון די יוסטיץ דעפארטמענט און צוגעלייגט אז ער פארשטייט טאקע נישט ווי אזוי אזא גרייז זאל פאסירן

בערקאוויטש האט אויך געפרעגט פון העידע פארוואס ער האט נישט געקענט אויספרעגן די קוואל וועלכע האט געברענגט די אינפארמאציע איידער ער האט זיך געזעצט שרייבן די באריכט (אז גארנישט עכט ליגט נישט אונטער די באשולדיגונג)

העידע האט רעאגירט זאגנדיג אז אז זיינע פארלאנגען צו הערן מער איבער דעם אינפארמאנט זענען אריבער אומגעענטפערט און דאס האט אים זייער אויפגעברויזט

בערקאוויטש האט ווייטער געפרעגט אויב דאס האט געמאכט זיין אויספארשונג אומפארענדיגט אויף וועלכע העידע האט געענטפערט אז יא

פראקוראר יונתן אלגאר האט דאן ווידער אויסגעפרעגט העידע אויב ער איז איינשטימיג מיט די ענדגילטיגע געפינס אז די באשולדיגונג איז באזיסלאז צו וועלכע ער האט צוגעשטימט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאן האט קורצליך אויפגעטראטן אגענט טרישא ענדערסאן און דערנאך דזשערעד נאוויק וועלכע האט אין יענע צייט געארבעט אלץ הויפט פון די דאטא ריסוירטש פירמע און עדות געזאגט אז ראדני יאלפא האט אים געבעטן אריינצוקוקן אין דאטא פארבונדן צו טראמפ או רוסלאנד וועלכע איז געווען צו אים עקסטרעם אומגעווענליך און איינגארטיג און עפעס וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטוהן בעפאר אפילו עפעס ענליך צו דעם און אז די גאנצע זאך האט געשמעקט צו אים ווי אפזאציע ריסוירטש

נאוויק האט אנערקענט אז ער האט זיך געטראפן מיט אויספארשער בעפאר ער איז נעכטן ערשינען צום פראצעס און בערקוויטש האט עס באצייכנט אז נאוויק האט זיל צוגעשטעלט אלץ וואלונטיר עדות צו זאגן בלויז נאך וואס א מאן מיט א ביקס האט אים באזוכט (ער מיינט צו זאגן אז דורהעם האט אים אנגעשראקן)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די קטיגור איז היינט ערווארטעט צו ענדיגן פרעזענטירן זייער קעיס און דערווייל האט מען נישט געהערט פון די סניגור אויב סאסמאן וועט זיך זעצן אויפן עדות שטוהל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סניגור באשלאסן נישט אראפצורופן ליכטבלאו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קטיגור געמאכט זייער שליסונג ארגומענטן און געצייגט פאר די דזשוראר בילינג רעקארדס וועלכע האבן געוויזן אז סאסמאן האט געבילט די קאמפיין פאר פאליטישע ראט און לעגאלע הילף
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מאי 26, 2022 9:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”