כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בדאגה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 8:43 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך בדאגה »

די ערשטע זאך וויל איך אפעלירען אז ווער עס איז נאר ביים כלי
זאל זיך לאזען הערן פשוט אויפצולעבן דעם אשכול
אזא וויכטיגע אשכול וואלט ווען געדארפט האבן פינף הונדערט בלעטלעך גארנישט ווייניגער ווי אינוואזיע פון רוסלאנד אוקריינע
בדאגה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 8:43 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך בדאגה »

ווער עס שטימט מיט זאל ביטע ארויפקומען געבן זיין הסכמה
עשה למען דורותינו
אוועטאר
בן ימיני
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך בן ימיני »

בדאגה האט געשריבן:ווער עס שטימט מיט זאל ביטע ארויפקומען געבן זיין הסכמה
עשה למען דורותינו

ביי אונז היימישע אידן איז די מנהג צו זיין שטיל ביז א וואך צוויי פאר די דעדליין
בדאגה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 8:43 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך בדאגה »

בן ימיני האט געשריבן:
בדאגה האט געשריבן:ווער עס שטימט מיט זאל ביטע ארויפקומען געבן זיין הסכמה
עשה למען דורותינו

ביי אונז היימישע אידן איז די מנהג צו זיין שטיל ביז א וואך צוויי פאר די דעדליין


זעהט זיך אויס אז הרב איש ימיני איז א ליטוואק
ערענסט גערעדט איש ימיני וויסן זיין זאלסטו אז
בדאגה גדולה אנו נמצאים ולא עת לחשות
וכן כתיב במגילה איש ימיני היהי בשושן הבירה וכו' ובהמשך
ויצא בתוך העיר ויזעק זעקה גדולה ומרה..............
ע''כ מען דארף דא אויפקומען מיט קריעטייוו איידעות ..................
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

בריוו פון כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי

2022-04-11 094303.png
2022-04-11 094303.png (457.69 KiB) געזען 4561 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך programmer »

programmer האט געשריבן:אפדעיט זיך אליין די סכום פון בריוון אריינגעשיקט

בילד

בילד
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

אימעיל פון קהל ויואל משה דסאטמאר מאנסי

תגובה דורך אורח הכבוד »

אורח הכבוד האט געשריבן:בריוו פון כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי

2022-04-11 094303.png


בס"ד

,לכבוד אנשי שלומינו שיחיו

אחרי דרך מבוא השלום - ווי איר האט זיכער געהערט, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס און אינספעקציעס אויף אלע פריוואטע מוסדות און סקולס, וואס וועט ח"ו ענדיגן דעם ערליכן חינוך לויט די ערליכע מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען

דער געזעץ וועט פארלאנגן אז מ'זאל לערנען 12 סאבדזשעקטס. עס וועט ברענגן כסדר'דיגע אינספעקציעס, און עס וועט געבן די אויטאריטעט פאר די לאקאלע סקול באורדס צו באשליסן ווער עס איז געאייגנט מחנך צו זיין אונזערע קינדער

דאס איז א גזירה נגד תורתינו הקדושה און אנטקעגן אונזער ערליכע חינוך, וואס מיר קענען נישט דערלאזן ח"ו

די סטעיט נעמט איצט אן קאמענטארן איבער'ן געזעץ. עס איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט און טענות דערויף

די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס, האט אונטערגענומען א בריוו קאמפיין, אז אלע עלטערן זאלן שיקן בריוון קעגן די גזירה, וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צו די סטעיט

:צו שיקן א בריוו דארפט איר בלויז גיין צו

https://www.voice.pearlsny.org/28

פילט אריין אייער נאמען, אדרעס און אימעיל. אויב ווילט איר שיקן אן אויטאמאטישן בריוו ,Send the Email אנגעגרייט דורך פערל”ס, דרוקט

געדענקט: ס'איז קריטיש וויכטיג אז עס זאל קומען א גרויסע צאל קאמענטארן צו צייגן אונזער קעגנערשאפט, בעז"ה אפצושלאגן די גזירה. מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן, נאר אלע עלטערן זאלן שוין אריינשיקן זייערע בריוון דורך דעם וועב-סייט

[email protected] :איר קענט אויך אריינשיקן אייער קאמענט דורך אימעיל צו

:אויך קענט איר אריינשיקן אייער קאמענט דורך די פאסט צו

PEARLS, 12 Heyward St. Suite #313, Brooklyn, NY 11249

בזכות טאן וואס מיר קענען צו באשיצן דעם ערליכן חינוך, און בזכות וואס מיר וועלן מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, זאל דער אייבירשטער העלפן מיר זאלן אלע זען הצלחה אינעם ערליכן חינוך פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זען זרעא חיי וקיימא בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת, און לכל הברכות האמורות בתורה

,בכבוד רב

הנהלת הקהלה
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך קעדילעק »

קוקט מיר נישט אויס ווי אן אקטיווער חתימות דרייוו, מ'זיצט נישט אן ערגעץ זאמלען קיין חתימות ווי געווענליך ביי אן ערנסטן דרייוו..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קעדילעק האט געשריבן:קוקט מיר נישט אויס ווי אן אקטיווער חתימות דרייוו, מ'זיצט נישט אן ערגעץ זאמלען קיין חתימות ווי געווענליך ביי אן ערנסטן דרייוו..

איך האב געזען אין בתי מדרשים, דו נישט?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך קעדילעק »

נאופס, איך האב געזען זיצן נעמען געלט פאר אוקריינע..
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

[align=center]10,000

2022-04-13 165110.png
2022-04-13 165110.png (119.69 KiB) געזען 3763 מאל
[/align]
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) האט נעכטן ביינאכט ביי די חול המעוד דרשה און ביהמ"ד הגדול און וויליאמסבורג גערעדט אז יעדער זאל אינטערשרייבן די בריוו צום אדשקעישן דעפארטענט אפצושלאגן די ביטערע גזירות החינוך און ניו יארק
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך גוט פאריקט »

צענטעריסט האט געשריבן:דער לינק צו אינטערשרייבן פאר "כלל ישראל פאראייניגט"
https://unitedklalyisrael.org/#/

די סייט האט די נוסח וואס האדמו’’ר מסאטמאר מהר’’א האט באשטעיטיגט
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך קולי שמע »

גוט פאריקט האט געשריבן:
צענטעריסט האט געשריבן:דער לינק צו אינטערשרייבן פאר "כלל ישראל פאראייניגט"
https://unitedklalyisrael.org/#/

די סייט האט די נוסח וואס האדמו’’ר מסאטמאר מהר’’א האט באשטעיטיגט

וואס איז די חילוק פין דעי נוסח צי די אנדערע?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך פאטאקי08 »

פארוואס נישט שיקן דירעקט אין אימעיל?
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (74.87 KiB) געזען 3404 מאל
Capture2.PNG
Capture2.PNG (220.65 KiB) געזען 3404 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאטאקי08 האט געשריבן:פארוואס נישט שיקן דירעקט אין אימעיל?

די וועבזייטל איז פשוט גרינגער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קולי שמע האט געשריבן:
גוט פאריקט האט געשריבן:
צענטעריסט האט געשריבן:דער לינק צו אינטערשרייבן פאר "כלל ישראל פאראייניגט"
https://unitedklalyisrael.org/#/

די סייט האט די נוסח וואס האדמו’’ר מסאטמאר מהר’’א האט באשטעיטיגט

וואס איז די חילוק פין דעי נוסח צי די אנדערע?

פראבירט עס צו ליינען
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

כ''ק מרן אדמו''ר מ'באבוב שליט''א האט נעכטען ביים סעודת הילולא פון זקינו דער הייליגער דברי חיים זצוקללה''ה אויפגעפאדערט אז יעדער איינער זאל סיינען די פעטיציעס להצלת החינוך.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''יי) האט נעכטען נאכט ביים סעודת הילולא פון רבינו בעל ברך משה זי''ע דערמאנט אז ווען מ'גייט ארויף צום ציון זאל מען איינרייסען איבער די גזירות החינוך ארויסברענגענדיג וויפיל די טאטע ז''ל האט זיך כל ימיו איבערגעגעבן און געחזרט מזאל חלילה נישט משנה זיין פון וואס מ'האט מקובל פון רביה''ק זצ''ל איז זיכער א זמן גרמא צו בעטן ער זאל מעורר רחמים זיין מ'זאל דאס קענען ממשיך זיין אומגעשטערט ולא ירעו ולא ישחתו בכל הר קדשי.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אושפיזין »

זייער ווייניג חתימות ביז דערווייל
איינער געדענקט ווי לאנג ס'האט זיך געצויגן די פאריגע בריוון קאמפיין?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

אושפיזין האט געשריבן:זייער ווייניג חתימות ביז דערווייל
איינער געדענקט ווי לאנג ס'האט זיך געצויגן די פאריגע בריוון קאמפיין?

ביי די מוסדות ליגט נאך אסאך מער וואס די עלטערן שיקן צוריק, מהאט עס נאכנישט צוריקגעשיקט/געענטערט.
ווי מ'שטייט היינט איז נאך דא א ביסל מער ווי א חודש.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
רפאל פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:08 pm

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך רפאל פריעדמאן »

פאריגע מאל איז אריינגעקומען צענדליגע טויזענטער בריוון מיט א גרויסע קעגנערשאפט צו זייערע גיידליינס האבן זיי געמיזט עס איבער מאכן וואס האלטן זיי אז זיי שטעלן זיך מער צו אין די נייע גיידליינס אין דער עולם גייט זיין צופרידן?

כפרעג פון נייגער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

רפאל פריעדמאן האט געשריבן:פאריגע מאל איז אריינגעקומען צענדליגע טויזענטער בריוון מיט א גרויסע קעגנערשאפט צו זייערע גיידליינס האבן זיי געמיזט עס איבער מאכן וואס האלטן זיי אז זיי שטעלן זיך מער צו אין די נייע גיידליינס אין דער עולם גייט זיין צופרידן?

כפרעג פון נייגער

זיי האבן ארויסגעלאזט די קאטוילישע און די מער מאדערנע
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך אורח הכבוד »

שטארקער אינטערשריפט קאמפיין געווען היינט ב''ה אין אסאך גרעסערע בתי מדרשים און וויליאמסבורג

96693.jpeg
96693.jpeg (643.09 KiB) געזען 2228 מאל
96695.jpeg
96695.jpeg (451.31 KiB) געזען 2228 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

Re: כלל ישראל ווידעראמאל פאראייניגט: 1000'טער חתימות לביטול גזירות החינוך

תגובה דורך programmer »

programmer האט געשריבן:אפדעיט זיך אליין די סכום פון בריוון אריינגעשיקט

בילד
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”