נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל - בלויז נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

ר' איד האט געשריבן:כ'קען נישט כאפן ווי זיין שכל איז געווען.
וואס האט עס עם אויסגעפעלט?

פאר ווער ס'געדענקט נישט...
די בג"ץ האט אים גע'פסל'ט פון לויפן פארן מעיאר בענקל אין אלעד...
ס'האט קנאפ מיט אידישקייט אנגעלעגנהייטן.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

זילבערווערק האט געשריבן:

01.jpg
01.jpg (61.58 KiB) געזען 3743 מאל
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ר' איד »

זילבערווערק האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:כ'קען נישט כאפן ווי זיין שכל איז געווען.
וואס האט עס עם אויסגעפעלט?

פאר ווער ס'געדענקט נישט...
די בג"ץ האט אים גע'פסל'ט פון לויפן פארן מעיאר בענקל אין אלעד...
ס'האט קנאפ מיט אידישקייט אנגעלעגנהייטן.

האסט מיך אבער נישט גענטפערט,
פונקטלך וואס ער האלט אויף בג"ץ איז מיר נישט קיין חידוש ווייל יעדע חרידשע איד האלט פונקט ווי עם.
אבער פארוואס אזא שארפע סטעיטמענט,
וואס פארא קולות וואלט געגאנגען ובצדק, ווען איינער זאל זיך אנריפען אז ער וויל צופלאצען די בנין פון הרבנות הראשית.

מ'רעדט נישט אזוי, ער ווייס נישט אז ער איז א איש ציבור וואס איז מייצג די חרידישע ציבור און מדנ"י (כ'רעד נישט פון די ארצישראלדיגע אייוועלט ליינער), און ברויך אכטונג געבן רעדן ווי א מענטש.

ס'לייגט גארנישט צו פאר די רעקארד פון די פרומע אז אונז (זיי) האמיר א ח"כ מיט אזא סטעיטמענט אויף זיין רעקארד.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

ר' איד האט געשריבן:

איך האב דיר געענטפערט, די בג"ץ האט אים פערזענליך געטשעפעט, און דערפאר ווייסט ער נישט פון קיין גרעניצן...

אגב, בכלל וואלט די מצב פון חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל געווען פיל בעסער אן קיין רעליגיעזע חברי כנסת המינים
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

און וואס נאך?
ציוניסטישער אויסערן מיניסטער און ראש ממשלה חליפי יאיר לפיד, איז היינט געקומען "באשיינען" א מסיבת יום הולדת פאר משה גפני פארזיצער פון "דגל התורה" פארטיי, צום זיין זיבעציגסטע געבורטס'טאג
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ר' איד »

זילבערווערק האט געשריבן:
אגב, בכלל וואלט די מצב פון חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל געווען פיל בעסער אן קיין רעליגיעזע חברי כנסת המינים

#טריקענע נייעס אלערט
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

ענדליך:
א יאר נאך די שרעקליכע מירון טראגעדיע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון 45 נשמות, האט די 'ועדת הכספים' פון כנסת המינים אנגעפירט דורך אלכס קושניר (פון ליבערמאנ'ס "ישראל ביתינו" פארטיי), היינט באשטיטיגט פארגיטונגס געלטער פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע.
א האלב מיליאן ש"ח פאר יעדער קרבן
די געלט וועט פארטיילט ווערן פאר עלטערן/פרויען פון די קרבנות
טאמער וועט אין דער צוקונפט זיין א משפט וואס די רעגירונג וועט דארפן באצאלן גרעסערע געלטער, וועט די יעצטיגע געלט ווערן אראפגערעכנט פון יענע סומע.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

פינדרוס האט זיך שפעטער פארענטפערט לייוו אויף די ערוץ 12 אז ער האט טאקע נישט ריכטיג געזאגט נאר האט געדארפט זאגן אז זיין חלום איז צו אריין ווארפן די בג''ץ מיט א ''מריצה'' אריין אין מיסט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך דרייטצעך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:פינדרוס האט זיך שפעטער פארענטפערט לייוו אויף די ערוץ 12 אז ער האט טאקע נישט ריכטיג געזאגט נאר האט געדארפט זאגן אז זיין חלום איז צו אריין ווארפן די בג''ץ מיט א ''מריצה'' אריין אין מיסט

;l;p- ;l;p- ;l;p-
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

פירוד לרשעים
אין די קומענדיגע וואכן וועלן די ציוניסטן חאגען זייער יום ירושלים, און אפצייכענען 55 יאר זינט די מלחמת ששת ימי אפילה ווען זיי האבן איינגענומען אלט שטאט ירושלים.
יאר יערליך ווערט דער טאג געפייערט מיט א רייצערישע מארש מיט פענער אין די שער שכם, און אויך א צערעמאניע אין 'מרכז הרב' וואו דער פרעמיער מיניסטער ווערט געלאדנט.
אין ליכט פון די "אהבה ואחוה" וואס הערשט צווישן די מזרחיסטן און זייער פרעמיער בענעט, איז היינט באריכטעט געווארן, אז היי יאר, ווען זיי האבן שוין ענדליך דער ערשטער פרעמיער פון זייערע קרייזן מיט א קאפל אויפן קאפ, וועט בענעט צום צווייטן יאר נאכאנאנד נישט געלאדנט ווערן צום צערעמאניע...
מיר האפן אז די מדינה וועטשוין בטל ווערן ביז דאן, אז נישט וועלן מיר זיך שטארקן בחשכת הגלות מיטן פירוד לרשעים
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

אזוי?!
חבר כנסת המינים מיקי זוהר פון די הליכוד פארטיי האט געלאזט הערן: "ווען אונזערע זיידעס און באבעס האבן גע'חלומ'ט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל, איז זיי נישט בייגעפאלן אז די איסלאמישע פארטיי (רע"ם) וועט אמאל באשליסן דער ראלע פון די רעגירונג".

#מיקי, דיינע זיידעס אין מאראקא או טוניסיע, האבן אויך נישט געקלערט אז מ'קען זיין א איד אָן היטן שבת...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

דער צעיושטער חבר כנסת המינים איתמר בן גביר האט זיך אריינגעריסן צו א פרעסע קאנפרענץ פון דער אראבישער חבר כנסת המינים מנסור עבאס, און אים געשריגן 'מחבל'.
ס'איז 'כמעט' געגאנגען קלעפ דארט...

לתפארת די ציוניסטישע פארלעמענט
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

זילבערווערק האט געשריבן:אזוי?!
חבר כנסת המינים מיקי זוהר פון די הליכוד פארטיי האט געלאזט הערן: "ווען אונזערע זיידעס און באבעס האבן גע'חלומ'ט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל, איז זיי נישט בייגעפאלן אז די איסלאמישע פארטיי (רע"ם) וועט אמאל באשליסן דער ראלע פון די רעגירונג".

#מיקי, דיינע זיידעס אין מאראקא או טוניסיע, האבן אויך נישט געקלערט אז מ'קען זיין א איד אָן היטן שבת...

;l;p-
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זילבערווערק האט געשריבן:דער צעיושטער חבר כנסת המינים איתמר בן גביר האט זיך אריינגעריסן צו א פרעסע קאנפרענץ פון דער אראבישער חבר כנסת המינים מנסור עבאס, און אים געשריגן 'מחבל'.
ס'איז 'כמעט' געגאנגען קלעפ דארט...

לתפארת די ציוניסטישע פארלעמענט

ווען א פרענק טרעפט זיך מיט א ערבוטשי...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

האט איר געהערט אז די רוסן האבן דעם 9'טן אין מאי, נישט אפגעראכטן די פאראדע מיט די פליגער'ס "צוליב די וועטער"...
ליינט אצינד אן אינטערעסאנטע צושטעל:
אין ארץ ישראל טוט זיך לעצטנס איבער משונה'דיגע קולות וואס קומען צומאל אין רעזולטאט פון מיליטערישע פליגערס וואס פליען אויף א הויכער ספיד שנעלער ווי דער קול.
ווען די זאכן האבן פאסירט אין די דרום זייט פון מדינת ישראל האט קיינער געשמוסעט דערפון, לעצטנס האט מען דאס געהערט עטליכע מאל אין תל אביב, און די מידיא איז ארויסגעקומען פארהאלטן די מיליטער, היתכן זיי דערשרעקן א גאנצע שטאט מיט טויבנדע קולות.
די וואך איז געווען אזא אינצידענט, די מידיא האט געהאט טענות, און וואס דער האט ווארטזאגער פון די ציוניסטישע מיליטער געמאלדן? ליינט און שטוינט:
"די פילאטן האבן געטון אלס לויטן סיסטעם, זיי זענען נישט שולדיג אין די הויכע גערויש, ס'האט געהאט מיט די וועטער..."
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מדינת ישראל וועט אונטערשרייבן א פרייע טרעיד הסכם מיט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך זילבערווערק »

אמר ליה רבי יהושע אם אין עושין תשובה אין נגאלין אלא הקב"ה מעמיד להן מלך שגזרותיו קשות כהמן וישראל עושין תשובה ומחזירן למוטב
(סנהדרין צז ב)
img-20220531-wa0228_optimized.jpg
img-20220531-wa0228_optimized.jpg (29.93 KiB) געזען 2145 מאל
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אין אנדערע נייעס
(באלאנגט עכט אין עפעס א פארשפארטע אשכול)
האבן די ריכטער וואס זיצן אויף תיק 4000 וואס דארף צו אנקלאגן די רה''מ לשעבר נתניהו אויף געוויסע שוחד קלאגעס, ארויס געווארפן די פארלאנג פון די פרקליטות צו פארעכטן די כתב אישום צום 4'דע מאל און מיט דעם איז די ערנסטע תיק 4000 לכאורה גענצליך געגאנגען שלאפן.
-------
נאנטע צו ח''כ גדעון סער וואס האט אפגעלאזט די ליכוד פארטיי וועגן די גאנצע משפט סאמעטוכע זאגן אז סער'ס נערוון פלאצן שוין און ער פאנגט שוין אן צו טראכטן פון א וועג צוריק אריין אין ליכוד.
(לענ''ד איז דאס עורבא פרח, הגם דאס האט תקווה חדשה געשריגן השכם והערב אז בלויז נתניהו'ס משפט האלט זיי אפ פון צו זיצן מיט אים משא''כ אויב איז ער ריין האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם מיט אים, נאכאלץ, נאך די לעצטע יאר איז די שנאה צווישן די ליכוד/תקווה חדשה געשטיגן אזוי אז איך קען קוים גלייבן אז צב''ש אזא קרעי/אמסלם זאלן לאזן סער/אלקין צוריק אהיים קומען
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ר' איד »

לאנגיעריגע חבר כנסת מטעם יהדות התורה, יענק'ל ליצמן האט זיך היינט אפגעזאגט פון כנסת, און גייט מער נישט צוריק קומען.

דאס איז נאכ'ן אפמאכן פריער מיט די פראסקיוטער אז ער זאגט זיך אפ פון כנסת פאר די משפט זיינע הייבט זיך אן די אנדערע וואך.

ווער עס גייט עם איבערנעמען נאך די קומעדיגע בחירות איז הרב יצחק גולדקנופף מנהל פון גנים בית יעקב, און יו"ר הוועדה למען השבת.

ווער עס גגיט אריין יעצט און כנסת במקומו איז די קומעדיגע בענקל פון יהדות התורה יעקב טסלר די נציג פון ויזניץ.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך בעל מדרגה »

זאל איך זאגן אז איך געדענק לעצטע מאל ער האט זיך אפגעזאגט?...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך טוה א טובה »

בעל מדרגה האט געשריבן:זאל איך זאגן אז איך געדענק לעצטע מאל ער האט זיך אפגעזאגט?...

איך מיין אז דעמאלטס האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין א שר, נישט אינגאנצן פון כנסת המינים.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך בעל מדרגה »

טוה א טובה האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:זאל איך זאגן אז איך געדענק לעצטע מאל ער האט זיך אפגעזאגט?...

איך מיין אז דעמאלטס האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין א שר, נישט אינגאנצן פון כנסת המינים.

ליגט מיר יא אין קאפ אז ער האט געסטראשעט אז ער גייט ארויס.. וועל איך דארפן איבערבלעטערן די אשכול עס צו טרעפן..
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ישראל_הלוי »

בן גביר מיט טיבי האבן זיך שיעור נישט צופראסקעט יעצט אין כנסת בעת די הצבעה איבער טויט שטראף פאר טעראריסטן...
אטעטשמענטס
IMG-20220601-WA0054.jpg
IMG-20220601-WA0054.jpg (130.24 KiB) געזען 1642 מאל
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ר' איד »

בעל מדרגה האט געשריבן:
ליגט מיר יא אין קאפ אז ער האט געסטראשעט אז ער גייט ארויס.. וועל איך דארפן איבערבלעטערן די אשכול עס צו טרעפן..

יעצט רעדט מען שוין נישט פון קיין סטראשע, יעצט איז שוין לאחר מעשה, ער קען שוין נישט צוריק צוהן אפילו אויב ער וויל.
חוץ פון דעם וואס די יעצטיגע זיך אפזאגען איז צוליב פריוואטע עניינים, נישט קיין סטראשע אויף קיינעם, און ער האט נישט געהאט צופיל ברירות פאר דעם, ווען ער קען בלייבט ער דארט.
05dffc796f5d8ac9fed4.jpg
05dffc796f5d8ac9fed4.jpg (43.43 KiB) געזען 1549 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פרעמיער בענעט אויף א באזוך אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן

https://www.dropbox.com/s/2igu6u84gepxg ... 0.mp4?dl=0
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”