דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אזוי ווי עס טוט זיך יעצט אויף טישן און אויף בענק אין וואשינגטאן, וואו ביידע פארטייען אמפערן זיך ארום איבער זייער טייל אין דער מאכט דורכצושטופן אדער שטערן בילס דורכצוגיין אין סענאט. טוט צענטראלער טעמע ארום וועלכע די אמפערייען דרייען זיך, זיין: דער וואל רעפארם ביל.

אזוי ווי מען רעדט דא איבער היבש ברייטע רעפארמען, אלזא איז נישט מער ווי רעכט אז די דעטאלן אין דעם ביל זאלן ווערן אביסל ברייטער אויסגעשמועסט און צענומען לכאן ולכאן.

שטים רעכטן

1. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אנצוטראגן פאר מענטשן צו ווערן רעגיסטרירט צו שטימען אין פעדעראלע וואלן, בו ביום פון די וואלן. אזוי אויך וואלט עס געגעבן דעם מעגליכקייט פאר מענטשן צו מאכן טוישונגען אין זייער רעגיסטראציע ביי די שטים בודקעס.

2. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אפצוהאלטן 'ערלי וואוטינג' פאר מינימום צוויי וואכן.

3. דער ביל וואלט אויפגעבויעט א סיסטעם וואס וואלט געגעבן די מעגליכקייט פאר שטים בארעכטיגטע צו ווערן 'אויטאמאטיש רעגיסטרירט' צו שטימען אין פעדעראלע וואלן אינערהאלבן די סטעיט. נעמליך, אז אויב א מענטש געבט אריין זיין פערזענליכע אינפארמאציע פאר סטעיט אגענטורן, צום ביישפיל אין די DMV אדער פובליק אוניווערסיטיס, זאל ער קענען ווערן 'אויטאמאטיש' רעגיסטרירט צו שטימען. אויסער אויב דער אינדיווידואל קלויבט אויס נישט צו ווערן רעגיסטרירט.

4. דער ביל וואלט אויך צוגעלייגט נאך מעגליכקייטן צו קענען שטימען דורך 'פאוסט'. אזוי אויך וואלט עס פארלאנגט פון סטעיט אנצוטראגן פאר מענטשן זיך צו קענען רעגיסטרירן 'אנליין'. עפעס וואס איז שוין במציאות אין ניין און דרייסיג סטעיטס. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אויפצובויען א סיסטעם דורך וועלכע וויילער זאלן קענען אויספילן זייערע אפליקאציעס 'עלעקטראניש', עס ארויסשיקן און עס זאל אנקומען צו עלעקעשאן באאמטע עלעקטראניש. אזוי אויך צו ערלויבן רעגיסטרירטע וויילער צו אפדעיטן זייער רעגיסטראציע 'עלעקטראניש'.

5. דער ביל וואלט געמאכט 'עלעקשאן דעי' פאר א 'נאצינאלע חאגע'.

6. דער ביל וואלט איינגעפירט 'קרימינאלע שטראפן' פאר מענטשן וואס קארופטירטערהייט האלטן זיי צוריק אדער שטערן א צווייטן פון ווערן רעגיסטרירט צו שטימען. אזוי אויך טוט דער ביל קרימינאל באשטראפן פאר'ן אויס'נער'ן אדער מאניפולירן וויילער. דער ביל טוט פארבאטן במזיד פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איבער דער 'צייט, פלאץ אדער צוגאנג פון די וואלן', פובליק אינדארסמענטס און איבער די רעגולאציעס בנוגע וואוטער רעגיסטראציע, מיט'ן דירעקטן ציל צוריקצוהאלטן 'פאסיגע וויילער' פון איבערצוגעבן זייער בעלאט.

7. דער ביל וואלט דירעקטירט פאר דער 'עלעקשאן אסיסענס קאמישאן' צו געבן רעקאמאנדאציעס איבער פארהיטן 'אינטערפערענס' אין וויילער רעגיסטראציע.

8. דער ביל וואלט אויטאריזירט זעכצן און זיבעצן יעריגע זיך פון פאראויס רעגיסטרירן צו שטימען אויף ווען זיי וועלן ווערן אכצן יאר.

9. דער ביל וואלט אויך פארבאטן דעם פראקטיצירונג פון 'וואוטער קעידזשינג'. דאס מיינט טשאלענדזשן די רעגיסטראציע סטאטוס פון אן אינדיווידואל און שטעלן זיין לעגאליטעט צו שטימען אין א ספק. געווענליך ווערט דאס דורכגעפירט דורך שיקן פאוסט דירעקט צום רעגיסטרירטן וויילער, און דאן מאכן א ליסטע פון אלע צוריקגעקומענע פאוסט וועלכע זענען נישט דעליווערד געווארן צו זייער דעסטינאציע, וואס דאס טוט לייגן ספיקות איבער די וואוינונג פון דעם אינדיווידואל לויט ווי עס איז איינגעגעבן אין זיין רעגיסטראציע.

10. אזוי אויך וואלט דער ביל געצוימט 'וואוטער ראול קלינינג'. דאס מיינט דאס איבערמאכן און איבערקוקן די ליסטע פון רעגיסטרירטע וויילער וועלכע זענען ערלויבט צו שטימען אין די וואלן. די ליסטע איז דער לעצטער שטאפל פון שטימען רעגיסטראציע. דאס טוט באשטעטיגן אז דער אינדיווידואל האט דעם רעכט צו שטימען. די ליסטע ווערט איבערגעמאכט און איבערגעקוקט יעדע שטיק צייט, צו פארזיכערן אז זאכן שטימען טאקע. דורך דער ליסטע קען מען אויפכאפן פעלשונגען אד"ג. דער ביל טוט שטעלן צוימונגען ווען מען מעג אראפנעמען רעגיסטרירטע וויילער פון דער ליסטע, עס טוט שטעלן 'תנאים' און 'קאנדישאנס' ווען מען קען דאס טון. צום ביישפיל: דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס צו שאפן ספעציפישע אינפארמאציע בעפאר'ן אראפנעמען איינעם פון דער ליסטע, און עס וואלט פארבאטן דורכצופירן די סארט 'קלינינגס' ווייניגער פון זעקס חדשים בעפאר די וואלן.

11. דער ביל פארבאט סיי וועם פון קאמיוניקירן איבער 'מאטרעאליסטישע פאלשע קלעימס', א שטייגער ווי ליגנט זאגן איבער דער צייט פון שטימען אדער פלאץ פון שטימען, ליגנט זאגן איבער די עידזש פון שטימען, ליגנט זאכן איבער דער וועג וויאזוי מען שטימט אדער וועלכע שטימען עס מאכן בעיקר אויס פאר'ן אוטקאם, אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטישע פאלשע קלעימס וועלכע וועלן געמאכט ווערן מיט'ן ציל צוריקצוהאלטן וויילער פון שטימען, אין די זעכציג טעג בעפאר די וואלן.

12. דער ביל טוט אויך פארלאנגען פון עלעקשאן באאמטע צו לאזן וויסן אין צייט פאר יעדן וויילער וואס איז פארצייכנט געווארן אז ער וועט ארויספאלן פון דער ליסטע, זיי צו געבן גענוג צייט פייטן דאס באזייטיגט ווערן פון דער ליסטע, אדער צו בעטן אז זייער רעגיסטראציע זאל ווערן איבערגעפרישט.

13. דער ביל טוט אויך צוריקגעבן שטים רעכטן פאר קרימינאלן וועלכע האבן שוין פארענדיגט זייערע טורמע טערמינען.

14. דער פארגעשלאגענער ביל אנהאלט פארשידענע אנווייזונגען וויאזוי צו פארבעסערן צוטריט צו שטימען פאר מענטשן מיט באגרעניצונגען. אזוי אויך אנהאלט עס אנווייזונגען וויאזוי צו פארשטערקערן דאס אימפלימענטירן דעם "UOCAVA ביל" וועלכע ערלויבט פאר אויסלענדישע בירגער און די וועלכע ארבעטן אין דער מיליטער צו שטימען דורך עבסענטי בעלאטס.

צו פארזיכערן אז די סטעיטס שטעלן זיך צו צו וואס דער UOCAVA ביל פארלאנגט, טוט דער יעצטיגער ביל:

    • פארלאנגען פון אלע סטעיטס צו שיקן די עבסענטי בעלאטס פאר די אויבנדערמאנטע גרופעס וויילער פינף און פערציג טעג בעפאר פעדעראלע וואלן (מיט א תנאי אז די ריקוועסט דערפאר איז שוין אריינגעקומען בעפאר פינף און פערציג טעג צו די וואלן).

    • עס פארלאנגט פון סטעיטס צו ניצן און באצאלן פאר 'שנעלע דעליווערי' צו שיקן און צוריקצובאקומען די בעלאטס, אויב זיי האבן פארפעלט צו שיקן די בעלאטס בעפאר דעם אויבנדערמאנטן דעדליין.

    • עס טוט אויך פארלאנגען צו פארברייטערן די 'גאראנטי אף סטעיט רעזידענס', אז עס זאל אויך ארייננעמען דעם בן/בת זוג און אלע וועלכע זענען אפהענגיג אין דעם 'סערוויס מעמבער'. דהיינו, אז ווען א מיליטערמאן גייט פון איין סטעיט צו א צווייטער צוליב א מיליטערישער באפעל, איז ער פטור פון טוישן זיין אפיציעלע 'איינוואוינערשאפט' צו זיין אן איינוואוינער אין דער נייער סטעיט. נאר ער קען ווייטער אנהאלטן איינוואוינערשאפט אין דער סטעיט וואו ער האט ביז יעצט געהאט איינגעגעבן אז ער וואוינט דארט. דער יעצטיגער ביל טוט פאברייטערן דעם גאראנטי פאר 'סטעיט איינוואוינערשאפט' אז עס זאל אויך ארייננעמען די פאמיליע וועלכע איז אפהענגיג אין דעם סערוויס-מעמבער. וואס דאס טוט זיי גרינגער מאכן צו שטימען אין דעם סטעיט און נישט דארפן זיין פארנומען צו עפלייען יעדע שטיק צייט פאר איינוואוינערשאפט אין א צווייטער סטעיט.

    • דער ביל וואלט אוועקגעשטעלט א יסוד אויף וועלכע דער 'אטוירני דזשענעראל' אדער א פרייוועט ענטעטי זאל קענען קלאגן אויב א סטעיט טוט עובר זיין די אויבנדערמאנטע 'איינווייזונגען', און עס טוט פארלאנגעו פון סטעיטס צו שיקן א רעפארט פאר קאנגרעס צו באריכטן עוועילעביליטי פון עבסענטי בעלאטס פאר סערוויס-מעמבערס און אויסלענדישע וויילער, וויפיל פון די בעלאטס זענען איבערגעגעבן געווארן, און וויפיל זענען צוריקגעקומען.

15. דער ביל וואלט אוועקגעשטעלט א קאנגרעסיאנאלע 'טעסק פאורס' איבער 'שטים רעכטן' אינערהאלב 'אמעריקאנע טעריטאריעס'


עלעקשאן סעקיוריטי

דער ביל אנהאלט 'עלעקשאן סעקיוריטי אנווייזונגען', אריינגערעכנט א פארלאנג צו ניצן באשטעטיגטע 'פאפירענע בעלאטס' וועלכע קענען ווערן אנגעצייכנט מיט די הענט אדער דורך א 'בעלאט צייכענער דעווייס', און עס זאל ווערן דורכגעקוקט דורך דעם וויילער, אז ער זאל קענען פאררעכטן טעותים בעפאר ער געבט איבער דעם בעלאט צו שטימען.

דער ביל וואלט אויך פארלאנגט פון סטעיט עלעקשאן באאמטע אפצוהיטן די 'פאפירענע בעלאטס', אין פאל מען וועט זיי דארפן פאר א 'ריקאונט' אדער אן 'אודיט', און דורכצופירן א 'האנט ריקאונט' אין פאל פון א ריקאונט אדער אודיט.

דער ביל וואלט פארלאנגט פון אלע 'וואוטינג מאשינען' וועלכע ווערן געניצט אין 'פעדעראלע וואלן', צו ווערן פראדוצירט "אין אמעריקע".

דער ביל וואלט באאויפטראגט די "נעשאנעל סייענס פאנדעישאן" צו מאכן 'גרענטס' צו שטודירן און אויספרובירן און פאבריצירן א מעקאניזם וואס זאל צושטעלן אז מען זאל קענען גרינג אפגעבן די שטימע און באשטעטיגן פאפירענע בעלאטס.


עטיקס

דער ביל וואלט פארלאנגט פון דעם פרעזידענט און דעם וויצע פרעזידענט, אזוי אויך פון די פרעזידענט און וויצע פרעזידענט קאנדידאטן, צו פובליצירן זייער 'אינקאם טעקס ריטוירן' פון די לעצטע צען יאר.

דער ביל וואלט אויך עלימינירט דאס ניצן שטייער-צאלער געלטער פון דער טרעזשערי דעפ. דורך קאנגרעס מיטגלידער צו סעטלען ארבעטער דיסקרימינאציע באשולדיגונגען. דער ביל וועט פארלאנגען פון קאנגרעסלייט וועלכע טוען דאס, צוריקצובאצאלן פאר דער דעפארטמענט יעדן פרוטה וועלכע זיי האבן באצאלט פון די געלטער.

דער ביל וועט אויך אוועקשטעלן פרישע 'דיסקלאוזשער רולס', און רולס צו באגרעניצן 'איינשווערונג קאמיטעען':

    • איינשווערונג קאמיטעען וועלן זיין פארבאטן פון נעמען געלט פון קארפארעישאנס.
    • ביישטייערונגען צו איינשווערונג קאמיטעען וועלן זיין באגרעניצט צו פופציג טויזנט דאלער פער מענטש.
    • ביישטייערונגען פון מער פון טויזנט דאלער וועלן דארפן ווערן ארויסגעגעבן אין נישט שפעטער ווי איין טאג.
    • דאס ניצן די געלטער וועלכע קומען פון ביישטייערונגען צו די קאמיטעען וועלן זיין באגרעניצט זיי צו קענען ניצן נאר פאר איינשווערונג איווענטס און פאר פאר טשערידי ביישטייערונגען.


עס זענען דא נאך פראוויזיעס אין דעם ביל וועלכע איך בין נישט דורכגעגאנגען. א שטייגער ווי רעפארמען אין "קאמפיין פינאנצן, דזשערימענדרינג און איבער פארוואנדלען 'וואשינגטאן די.סי. פאר א סטעיט". אלזא, ווער עס וויל מוסיף זיין, איז מכובד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פיינעלי!!!!

שכוח הרב פעיק, עמיר באלד ליינען!!!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יישר כח שוין געליינט,

עס וואלט זיך אויסגעפעלט א פירוש אויף יעדע סעיף,

פארוואס פארלאנגט נישט דער ביל אז יעדע סענעטאר און קאנגרעסמאן דארף ארויסלייגען זיינע טעקס ריטורען?

ווי אויך פארוואס זעהט מען נישט אין לאקאלע וואלען ווי למשל ניו יארק סטעיט
זאל קודם אדורעכפירען אלע אויבענדערמאנטע געזעצען אויף א לאקאלע פארנעם?
אז יענער קען קענסטו אויך
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פרוביר אויך האט געשריבן:יישר כח שוין געליינט,

עס וואלט זיך אויסגעפעלט א פירוש אויף יעדע סעיף,

פארוואס פארלאנגט נישט דער ביל אז יעדע סענעטאר און קאנגרעסמאן דארף ארויסלייגען זיינע טעקס ריטורען?


אזוי זעהט אויס ווער רעגילעטערס דארפן זיך אליין רעגולירן....


ווי אויך פארוואס זעהט מען נישט אין לאקאלע וואלען ווי למשל ניו יארק סטעיט
זאל קודם אדורעכפירען אלע אויבענדערמאנטע געזעצען אויף א לאקאלע פארנעם?

נישטא קיין ענטפער אויף דעים.... און אסאך וועגן איז גרינגער צו וואטן אין georgia ווי אין Delaware.


Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

שכוח הרב פעיק.

נאך אזאך וואס איז איינע פון די גרעסטע זאכן אינעם ביל,

עס וואלט אוועקגענומען די רידיסטרעקטינג פון די לעגסלעטער צו א ביפארטעס קאמישן, מען וועט דארפן האלטן קאמיוניטיס ציזאמען, און נאך אסאך צאמאנגען ביי די רידיסטרעקטינג פראסעס..

איראניש האבן די דעמאקראטן אין נוי יארק פארגעשלאגן פאראיאר א קאנסטיטוציע אמענדמענט אז מען זאל עס אוועקנעמען פין די קאמישן און געבן פאר די לעגסלעטער.....
עס איז דערעכפאלן נאך א העפטיגע קאמפיין פון די רעפאבליקאנס.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח פעיק

זייער קלאר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אויף דאס שלאגט מען זיך? דאס קוקט מיר אויס זייער ריזענעבעל.
אני הוא הנער, נער המדבר
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

thanks
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

יישר כח! זייער קלאר צונימען
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום זונטאג יאנואר 16, 2022 11:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

באופן כללי שלאגט מען זיך, אז די פעדעראלע רעגירונג נעמט דא צו פאוער פון די סטעיטס אנטבאלאנגט עלעקשאנס. וואס א סך טענה'ן אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח פעיק!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

יישר כח פעיק!

איך וואלט אבער מיך געשטעלט אויף די לשון ''די ביל וואלט...'' ווייל אויב די איינציגסטע סיבה פארוואס די ביל איז נישט דורך איז ווייל די דעמאקראטן האבן פשוט נישט קיין פעסטע מאיאריטעט, מיינט עס אז די געזעץ איז קאי וקיים, עס איז נאר בלויז א פראגע פון צייט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א מאסיווער ארבעט פעיק. איך וועל באלד מוזן מאכן צייט דאס דורכצוליינען בעיון..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:באופן כללי שלאגט מען זיך, אז די פעדעראלע רעגירונג נעמט דא צו פאוער פון די סטעיטס אנטבאלאנגט עלעקשאנס. וואס א סך טענה'ן אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל.

אזוי אויך דער התחייבות אז א פרעזידענט און וויצע פרעזידענט קאנדידאט זאלן מוזן ארויסגעבן זייער אינקאם טעקס ריטוירן, איז א צעדרייטע זאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איך וויל פארשטיין איין זאך.

איז דאס HR1 אדער א נייע זאך?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די זעלבע זאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

יישר כוח פעיק!

שוין לאנג וואס כ'ווארט אויף אזוינס, און יעצט קומט עס גאר פון פעיק..... קעניש זיין בעסער...

ש'כח נאכאמאל.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאר א געשמאקע און קלארע שיעור אויף די נושא, לוינט זיך אויסצוהערן סענעטאר לענקפורד'ס (אוקלאהאומא) דרשה אויף די פלור פונעם סענאט אפאר טעג צוריק, אויב איינער קען עס ברענגן תבוא עליו ברכה.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

שכוח @פעיק, זייער קלאר!
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

שבח ארואל האט געשריבן:שכוח @פעיק, זייער קלאר!

גא"מ
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

פארוואס מוז יעדע זאך אין וואשינגטאן קומען אין באלק? עס איז דא אין דעם ביל זייער אסאך זאכן וואס מער פון 60 סענאטארן זענען מסכים. פארוואס מוז עס גיין "אלעס אדער גארנישט"?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

נברא האט געשריבן:פארוואס מוז יעדע זאך אין וואשינגטאן קומען אין באלק? עס איז דא אין דעם ביל זייער אסאך זאכן וואס מער פון 60 סענאטארן זענען מסכים. פארוואס מוז עס גיין "אלעס אדער גארנישט"?


איך פארשטיי דעיס שוין נישט פאר יארן....


ווען טים קאטן און קארי באקער האבן פארהאנדלט פאר חדשים אויפ פאליס רעפארם, האבן זיי עגריט אויף אסאך גיטע זאכן, אזויווי מאכן א נעשנל דעטעבעיס ווי מען האט אלע פאליס אפיסערס וואס מען האט פארשיקט, אזוי זיכער מאכן אז זיי גייען נישט צו קיין אנדערע סטעיטס, קאנטי, און ווערן א פאליס אפיסער נאכאמאל..

אבער עס איז דערעכפאלן וועגן זיי האבן נישט געקענט עגריען אויף qualified immunity, און choke hold. און אפילו אויף דעי זאכן האט קאטן געהאט זאכן וואס ער האט נאכגעגעבן..

איי מאך א ביל אויף די זאכן וואס אײדער עגריד ?
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

Wow a1 האט געשריבן:
נברא האט געשריבן:פארוואס מוז יעדע זאך אין וואשינגטאן קומען אין באלק? עס איז דא אין דעם ביל זייער אסאך זאכן וואס מער פון 60 סענאטארן זענען מסכים. פארוואס מוז עס גיין "אלעס אדער גארנישט"?


איך פארשטיי דעיס שוין נישט פאר יארן....


ווען טים קאטן און קארי באקער האבן פארהאנדלט פאר חדשים אויפ פאליס רעפארם, האבן זיי עגריט אויף אסאך גיטע זאכן, אזויווי מאכן א נעשנל דעטעבעיס ווי מען האט אלע פאליס אפיסערס וואס מען האט פארשיקט, אזוי זיכער מאכן אז זיי גייען נישט צו קיין אנדערע סטעיטס, קאנטי, און ווערן א פאליס אפיסער נאכאמאל..

אבער עס איז דערעכפאלן וועגן זיי האבן נישט געקענט עגריען אויף qualified immunity, און choke hold. און אפילו אויף דעי זאכן האט קאטן געהאט זאכן וואס ער האט נאכגעגעבן..

איי מאך א ביל אויף די זאכן וואס אײדער עגריד ?

זייער פשוט, די עיקר זאכן וואס די דעמאקראטן ווילן איז אז שטימען זאל זיין גרינגער ווי פוצן די ציין (מאיזה סיבה שיהיה...), אזוי אויך ביי פאליציי רעפארם ווילן זיי שוואכער מאכן די פאליציי. די אלע אנדערע זאכן אינעם ביל וואס עס איז דא בייפארטיזען שטיצע, איז נאר א מלבוש אזא פאר די עכטע ביל.
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב ארויסגענומען די סעיפים פון מיין ערשטע תגובה, אויף וועלכע די רעפובליקאנער האבן טענות.

פעיק ניוז האט געשריבן:
שטים רעכטן

1. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אנצוטראגן פאר מענטשן צו ווערן רעגיסטרירט צו שטימען אין פעדעראלע וואלן, בו ביום פון די וואלן. אזוי אויך וואלט עס געגעבן דעם מעגליכקייט פאר מענטשן צו מאכן טוישונגען אין זייער רעגיסטראציע ביי די שטים בודקעס.

3. דער ביל וואלט אויפגעבויעט א סיסטעם וואס וואלט געגעבן די מעגליכקייט פאר שטים בארעכטיגטע צו ווערן 'אויטאמאטיש רעגיסטרירט' צו שטימען אין פעדעראלע וואלן אינערהאלבן די סטעיט. נעמליך, אז אויב א מענטש געבט אריין זיין פערזענליכע אינפארמאציע פאר סטעיט אגענטורן, צום ביישפיל אין די DMV אדער פובליק אוניווערסיטיס, זאל ער קענען ווערן 'אויטאמאטיש' רעגיסטרירט צו שטימען. אויסער אויב דער אינדיווידואל קלויבט אויס נישט צו ווערן רעגיסטרירט.

4. דער ביל וואלט אויך צוגעלייגט נאך מעגליכקייטן צו קענען שטימען דורך 'פאוסט'. אזוי אויך וואלט עס פארלאנגט פון סטעיט אנצוטראגן פאר מענטשן זיך צו קענען רעגיסטרירן 'אנליין'. עפעס וואס איז שוין במציאות אין ניין און דרייסיג סטעיטס. דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס אויפצובויען א סיסטעם דורך וועלכע וויילער זאלן קענען אויספילן זייערע אפליקאציעס 'עלעקטראניש', עס ארויסשיקן און עס זאל אנקומען צו עלעקעשאן באאמטע עלעקטראניש. אזוי אויך צו ערלויבן רעגיסטרירטע וויילער צו אפדעיטן זייער רעגיסטראציע 'עלעקטראניש'.

9. דער ביל וואלט אויך פארבאטן דעם פראקטיצירונג פון 'וואוטער קעידזשינג'. דאס מיינט טשאלענדזשן די רעגיסטראציע סטאטוס פון אן אינדיווידואל און שטעלן זיין לעגאליטעט צו שטימען אין א ספק. געווענליך ווערט דאס דורכגעפירט דורך שיקן פאוסט דירעקט צום רעגיסטרירטן וויילער, און דאן מאכן א ליסטע פון אלע צוריקגעקומענע פאוסט וועלכע זענען נישט דעליווערד געווארן צו זייער דעסטינאציע, וואס דאס טוט לייגן ספיקות איבער די וואוינונג פון דעם אינדיווידואל לויט ווי עס איז איינגעגעבן אין זיין רעגיסטראציע.

10. אזוי אויך וואלט דער ביל געצוימט 'וואוטער ראול קלינינג'. דאס מיינט דאס איבערמאכן און איבערקוקן די ליסטע פון רעגיסטרירטע וויילער וועלכע זענען ערלויבט צו שטימען אין די וואלן. די ליסטע איז דער לעצטער שטאפל פון שטימען רעגיסטראציע. דאס טוט באשטעטיגן אז דער אינדיווידואל האט דעם רעכט צו שטימען. די ליסטע ווערט איבערגעמאכט און איבערגעקוקט יעדע שטיק צייט, צו פארזיכערן אז זאכן שטימען טאקע. דורך דער ליסטע קען מען אויפכאפן פעלשונגען אד"ג. דער ביל טוט שטעלן צוימונגען ווען מען מעג אראפנעמען רעגיסטרירטע וויילער פון דער ליסטע, עס טוט שטעלן 'תנאים' און 'קאנדישאנס' ווען מען קען דאס טון. צום ביישפיל: דער ביל וואלט פארלאנגט פון סטעיטס צו שאפן ספעציפישע אינפארמאציע בעפאר'ן אראפנעמען איינעם פון דער ליסטע, און עס וואלט פארבאטן דורכצופירן די סארט 'קלינינגס' ווייניגער פון זעקס חדשים בעפאר די וואלן.


די אלע סעיפים, טענה'ן די רעפובליקאנער, זענען לעכער אין דעם סיסטעם, געצילט און געבן דעם מעגליכקייט אז וואוטער פראוד צו קענען פאסירן.


עטיקס

דער ביל וואלט פארלאנגט פון דעם פרעזידענט און דעם וויצע פרעזידענט, אזוי אויך פון די פרעזידענט און וויצע פרעזידענט קאנדידאטן, צו פובליצירן זייער 'אינקאם טעקס ריטוירן' פון די לעצטע צען יאר.


דער סעיף איז סתם אזוי א פאני זאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער וואל רעפארם ביל - For the People Act

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:

וועלקאם בעק ר' יהושע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”