@אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אושפיזין האט געשריבן:
מסתמא מיינט ער פוירל הארבער
און די זון איז די אטאם באמבע.
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

היכי תמצא האט געשריבן:
און די זון איז די אטאם באמבע.
פון די סטעיטמענט פון טרומאן אוגיסט 6 1945:
The Japanese began the war from the air at Pearl Harbor. They have been repaid many fold. And the end is not yet. With this bomb we have now added a new and revolutionary increase in destruction to supplement the growing power of our armed forces. In their present form these bombs are now in production and even more powerful forms are in development.

It is an atomic bomb. It is a harnessing of the basic power of the universe. The force from which the sun draws its power has been loosed against those who brought war to the Far East.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אידישליך האט געשריבן:

איך גלייך דיין געשליפענע צאמשטעל אינעם נייעס אשכול.

אמרש, וועל איך ברענגען א קרישקעלע פונעם היידראדזשען באמבע. די מערסט מאכטפולע באמבע וואס פארמאגט א הונדערטל מיליאן שאנס צו פארכאפן די וועלט'ס אטמאספערע אין א פייער יעדעס מאל מ'רייסט דאס אויף (אפילו פאר טעסט).

דזשים פרידמאן, א 24 יעריגער נוקלעארע וואפן אינדזשעניר, וואס איז געווען אנוועזענד ביים ערשטן טעסט האט אפגעשריבן אן אינטערעסאנטע אנעקדאט. פארציילט ער אזוי: ער, דער יונגסטער, איז געשטאנען אויפ'ן דעק פונעם נעיווי שיף "איינסווארטה" נעבן די גרופע סייענטיסטן וואס האבן געמאכט דעם באמבעלע.

פון דעם שיף, צווישן 14 שיפן וואס האבן אנטייל גענומען אין די אקציע, האבן די גרויסע סייענטיסטן ערווארט צו זען די פירות פון זייערע ארבעט, מען גייט זען דעם טויטליכן אויפרייס.

פאר די פלאץ פונעם אויפרייס האט מען נעבעך אויסגעקליבן א הערליכע פארשטופטע אינזל צווישן די מארשאל אינזלען אינעם פאסיפיק. זיי שילדערן די נאטירליכע שיינקייט פונעם אינזל, הויכע קאקאנאט ביימער, קורצע פּאנדאנאס ביימער מיט אירע לאנגע דינע גרינע בלעטער נאסליך פון א לייכטע טראפישע רעגן, אירע אייגנארטיגע פרוכט וואס ענדלט צו א פיינעפל הענגן אזוי שיין און ווייסן נישט וואס עס ערווארט זיי. פורפל לאוואנדאר געוואוקסן באדעקן די נידעריגערע חלקים, קליינע געקאו ליזארדס די סייז פון א פעני שלענגלען זיך אויף די ציכטיג ווייסע זאמד (דאס איז זייער שילדערונג, נישט אייגנס).

'ביקיני' האט געהייסן די אינזל וואס וואלט ווען געווען א באצויבערטע קורארט, אבער קיין שריד ופליט איז נישט געבליבן דערפון.

צוריק צו פרידמאן אויפ'ן שיפ'ס דעק. "אלע צושויער מיט היי-דענסיטי גאגלס (ספעציעלע באשיצונג גלעזער פון די אפנארמאלע ליכט וואס די באמבע פאראורזאכט), זאלן עס יעצט אנטון, פופצן מינוט פארבליבן בעפאר'ן אויפרייס" הערט זיך דער פירער'ס שטימע אויפ'ן הויך הילכער.

מ'נעמט אפיר די גלעזער און מיט פחד טוט מען עס אן. צוויי מינוט פארבליבן בעפאר'ן אויפרייס, פרידמאן שטייט נערוועז מיט די גאגלס אויף די אויגן, והנה איין פארשלעפטער סייענטיסט פון די חשוב'ע גרופע וואס האבן דירעקט דעזיינט די באמבע, שרייט מיט פאניק "כ'האב פארגעסן מיינע גאגלס אין מיין צימער אינעם בויך פונעם שיף" (ער האט נישט געהערט דעם אויפזעער אויפ'ן הויך הילכער?! ווי פארקלאצט איז ער געווען? שיגענער).

קיין צייט אראפצולויפן אלע שטיגן, דורכלויפן די קארידארן, כאפן זיינע גאגלס און חזרה צוריק ארויף האט ער נישט געהאט. אבער זעט אויס אז אין 1954 האבן די גוים נאך פארמאגט אביסעלע כבוד פאר די עלטערע, דער 24 יעריגער פרידמאן רופט זיך אן צום מיטל יעריגער סייענטיסט "נאדיר מיינע גאגלס, איך בין יונג און נישט אזוי וויכטיג פאר די טעסט".

איך מיין אז ס'האט זיך אים געלוינט, דער האט געזען א מחזה וואס די אנדערע האבן נישט. צוליב וואס ער האט נישט געהאט קיין גאגלס האט ער זיך געמוזט אויסדרייען מיט'ן פנים צו די סייענטיסטן און מיט'ן רוקן צום אויפרייס.

"פינף. פיר. דריי...." א העלישער ליכט האט זיך ארויסגעלאזט פונעם אויפרייס וואס האט געשיינט איבער פופציג מייל ווייט. די סארט ליכט ווערט גערופן "טעלער ליכט" על שם דער סייענטיסט וואס האט פאראויסגעזאגט די פענאמען. עס איז נישט א געווענליכע ליכט, עס איז שטערקער ווי די ליכט וואס מיר באקומען דאהי פונעם זון, צווישן די שטראלן ווערט געשאפן "גאמא ראדיאציע" כוואליעס וואס האט די זעלבע אפעקט ווי אן x-ray מאשין נאר פילפאכיג שטערקער!

פרידמאן דערזעט די גרופע סייענטיסטן אנע געזיכטער, אנע פלייש און בלוט, נאר ביינער. א לעבעדיגע עקס-רעי! זייערע קעפ פארוואנדלט צו ביין (skull), ער זעט נאר די אויגן לעכער, די באקן ביינער מיט די ציין, ריפן ביינער, שדרות, פינגער ביינער, פיס פון ביין. ער דערזעט א גרופע סקעלעטענס (skeletons) פארנט פון אים. נישטא מער די סייענטיסטן, נאר זייערע ביינער, אבער נישט אין א הויפן, נאר שטייעדיגע סקעלעטענס ווי טויטע מענטשן וואס זענען לעבעדיג. נישט נארמאל!

ער פארציילט אז דאס האט אנגעהאלטן פאר א גאנצע 60 סעקונדעס. נאך די זעכציג סעקונדעס האט די ליכט אנגעהויבן אויסוועפן, און צוביסלעך האבן זיך זייערע הויט און פלייש צוריקגעקערט. ער זאגט אז זיי זענען נאך געשטאנען ווי סטאטוען מיט די מיילער אפן ווי קלעצער. זייערע אויגן אפפלען האבן אנגעהויבן טאנצן פון איין זייט צום צווייטן. ער האט דערקענט די אויסדרוק פון זייערע געזיכטער אלס פחד און טעראר פון די שוועמל וואלקאן וואס האט זיך דערנאך געשאפן.

די שוועמל הייבט זיך אן אויסשפרייטן פיל ווייטער ווי ס'וואלט געדארפט. מיט פחד און פארשטיינערטע פאניק קוקן זיי זיך צו ווי די שוועמל ברייטערט זיך אויס צו פערציג מייל, פופציג מייל, זעכציג מייל אן אפשטעל. פרידמאן זאגט אז זיי האבן געמיינט אז די וועלט איז געקומען צו אן ענדע. ענדליך ביי זיבעציג מייל ברייט און פופציג טויזנט פיס הויך האט זיך די שוועמל אפגעשטעלט.

זיי פארציילן אז אויף די אנדערע זייט פונעם אינזל, פופצן מייל אוועק האט זיך אן אומשולדיג פישכאפער שיפל געפונען מיט זיבן יאפאנעזע מאטראזן וואס האבן געמיטליך און אומוואוסנד פרובירט צו כאפן א העפטל פיש אין די שעות בעפאר'ן עלות. א פארטויבנדע דונער-קול האט זיי געפירט שנעל ארויפצולויפן אויפ'ן דעק, און נישט מער און נישט ווייניגער זעען זיי ווי די זון קומט אויף פון מערב אנטשטאט מזרח???!!! געמיינט האבן זיי אז אן אפגאט האט מיט כישוף דאס פאראורזאכט (נישט מיינע ווערטער). א וואך שפעטער איז דער קאפיטאן פונעם שיפל געשטארבן פון ראדיאציע פארגיפטונג און די אנדערע מאטראזן זענען געבליבן קראנק.

מ'רעדט די טעג פון נוקלעאר, אבער ווי איך האב שוין איינמאל ארויסגעברענגט, איז נישטא וואס מורא צו האבן פון נוקלעאר ווייל טערמא-נוקלעאר (די היידראדזשען באמבע) קען אויפרייסן דאס גאנצע וועלט. א זאך וואס דער בורא וועט קיינמאל צולאזן, דעריבער איז נישטא וואס מורא צו האבן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

הערליך שיין!
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואאף
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פראקטיש האט געשריבן:
@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

היכי תמצא האט געשריבן:
וואאף! הערליך געשמאק און אינטערסאנט! א דאנק!
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פראקטיש האט געשריבן:
@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
גא"מ, א גרויסן ש'כח @היכי!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

פראקטיש האט געשריבן:
@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח פאר אלע קאמפלימענטירער!

און אוודאי א שכ'ח פאר'ן גאסטגעבער אידישליך פאר'ן אונז האלטן אינפארמירט טאג איין טאג אויס.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

סטיוו בענאן האט זיך דערקלערט נישט שולדיג אויף עטליכע קלאגעס פון געלט שווינדל, קאנספיראציע, פראוד און נאך, אין פארבינדונג מיט זיין 'מיר בויען די וואנט פאנדעישאן'.

ווערנדיג געפירט איך געריכט מיט קייטלעך האט ער געזאגט, "זיי וועלן מיך קיינמאל נישט פארשווייגן. זיי וועלן מיר דארפן אומברענגען צום ערשט".
אידישליך האט געשריבן:
א געריכט אין ניו מעקסיקא האט ארויסגעווארפן אן ארטיגער קאונטי קאמישענער פון אפיס, צוליב וואס ער האט אנטייל גענומען אין די יאנואר 6 אומרוען. ווי די געריכט זאגט איז ער פארבאטן צו זיין אויף זיין פאזיציע לויט די קאנסטיטוציע, צוליב וואס ער האט אנטייל גענומען אין אן 'אינסורעקשאן'.
שרעקעדיג אונטער וואספארא רעזשים אונז לעבן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אידישליך האט געשריבן:
ביי א רעדע אין א פארד פלענט האט טרעזשורי סעקרעטאר יעלען געזאגט אז פרעזידענט ביידענ'ס אגענדע האט געמאכט די אמעריקאנער עקאנאמיע שטערקער ווי בעפאר קאוויד, אבער אינפלאציע איז א געפאר.
וואס פארשטיי מיר אונז קליינע מענטשן?..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אידישליך האט געשריבן:
ברוך דיין האמת: עס קומט אריין די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון דער באקאנטער עסקן הר"ר יעקב מאיער ע"ה, גרינדער פון מתעסקים, אין עלטער פון 59 יאר, נאכן זיך מוטשענען די לעצטע שטיק צייט.
בד"ה.

דער איד איז געווען א צדיק אין חסד, זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן. ער האט געטון פיל מער ווי מתעסקים. ער האט אסאך געטאן און אנגעפירט אין שומרים. ער האט געהאט שטארקע פארבינדונגען מיט די פאליציי אין וואס ער האט ארויסגעהאלפן הונדערטער אידן וואס האבן זיך געטראפן אין פארשידענע נישט גרינגע מצבים. איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן כאטש איין מעשה.

דאס איז נאר וואס איך ווייס, עס קען זיין אז ער איז געווען פארמישט אין נאך פיל מער חסד.

זאל אים די זכותים ביישטיין.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

פחד נורא, די טיימס ארטיקל.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אידישליך האט געשריבן:
ניו יארקע גאווערנער האוקאל האט היינט געמאלדן אז זי וועט נישט פארלענגערן די קאוויד סטעיט אוו עמערדזשענסי אין ניו יארק.
ווייזט זיך אויס אז די עמערדזשענסי דאו טו די אפקאמינג עלעקשאנס איז גרעסער ווי די עמערדזשענסי דאו טו קאוויד.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ניין דו האט געשריבן:
פחד נורא, די טיימס ארטיקל.
מיין הארץ גייט אויס פאר די אידן וואס האבן שייכות דערמיט.
זאל שוין זיין די גאולה
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

רעגענדיג האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:
ניו יארקע גאווערנער האוקאל האט היינט געמאלדן אז זי וועט נישט פארלענגערן די קאוויד סטעיט אוו עמערדזשענסי אין ניו יארק.
ווייזט זיך אויס אז די עמערדזשענסי דאו טו די אפקאמינג עלעקשאנס איז גרעסער ווי די עמערדזשענסי דאו טו קאוויד.
;l;p-
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען וועט יא זיין ערלויבט צו ברענגען די פרעזידענטליכע לימאזין קיין ענגלאנד צו די באגרעבעניש צערעמאניע, אנדערש ווי די ארום 100 וועלט פירער וועלכע זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן.
פארוואס איז ער א אויסנאם?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

enjoy האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען וועט יא זיין ערלויבט צו ברענגען די פרעזידענטליכע לימאזין קיין ענגלאנד צו די באגרעבעניש צערעמאניע, אנדערש ווי די ארום 100 וועלט פירער וועלכע זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן.
פארוואס איז ער א אויסנאם?
ווייל טאמער זאלן זיי נישט מסכים זיין וואלט ליכאורה די סיקרעט סערוויס נישט געלאזט די פרעזידענט פארן.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

enjoy האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען וועט יא זיין ערלויבט צו ברענגען די פרעזידענטליכע לימאזין קיין ענגלאנד צו די באגרעבעניש צערעמאניע, אנדערש ווי די ארום 100 וועלט פירער וועלכע זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן.
פארוואס איז ער א אויסנאם?
ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט איז דער קעניג פון די וועלט...
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

פראקטיש האט געשריבן:
@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מרה דאבוה האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
@היכי תמצא

יוי האסט שפראך, א פלעזשור צו לייענען דיינע ביישרייבונגען
שכ'ח
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

quote="אידישליך"]טעדראס אדהאנאם געבריעסוס, דער דירעקטאר גענעראל פון די WHO, האט היינט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין שווייץ געזאגט אז מען שטייט יעצט אין די בעסטע פאזיציע צו ענדיגן די קאוויד מגיפה, און אז מען זעהט שוין דעם סוף.[/quote]
איינער ברויך לאזן וויסן פאר פאוטשי אז ער קען שוין אראפנעמען זיינע זיבן מאסקעס. אויך ברויך מען לאזן וויסן פאר די FDA אז מ'ברויך מער נישט אפפראוון פרישע וואקסינען יעדע צווייטע וואך (איך בין נישט אנטי וואקסין, אבער אלעס האט א שיעור).
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: @אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען ביי די 'צפון אמעריקאנער אוטא שאו', ביים זיך אריינזעצן אין א טייערע 'קארוועט' ספארטס קאר:

"איך זאג פאר די אנפירער פון מיין סיקרעט סערוויס אז כ'פאר אהיים"...
IMG_20220914_153329_768.jpg
יעי! ער בלייבט שוין אין דעלעוויר? גייט שוין נישט צוריק צו די ווייסע הויז?? וואס קען זיין בעסער?! :lol: :wink: :P
דזשאסט Zיי פריילעך!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”