@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם אין א פרישע בריוו פארלאנגט פארמאל פון אטורני דזשענעראל גארלענד אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל עפענען אן אפיציעלע 'קידנעפינג' אויספארשונג אויף די רעפובליקאנע גאווערנערס וועלכע שיקן ארום די אימיגראנטן צו דעמאקראטישע שטאטן.
IMG_20220915_191912_796.jpg
IMG_20220915_191912_796.jpg (142.07 KiB) געזען 7126 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די ריכטערין האט באשטימט רעימאנד דיריע, געוועזענער טשיף פעדעראלע ריכטער פון ניו יארק, אלס דער ספעציעלע מעסטער איבער די מאר-א-לאגא דאקומענטן, און אפגעזאגט א פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט פאר א טיילווייזע סטעי.
IMG_20220915_191933_905.jpg
IMG_20220915_191933_905.jpg (299.46 KiB) געזען 7124 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין אן אינטערוויו זאגט אז ער גלייבט אז אויב ווערט ער אנגעקלאגט איבער די מאר-א-לאגא דאקומענטן וועט מען האבן פראבלעמען אין לאנד, און די אמעריקאנער פאלק וועט נישט שטיין גלייכגילטיג.

ער האט געזאגט אז אן אנקלאגע וועט אים נישט שטערן פון א מעגליכע פרעזידענטליכע פארמעסט, און אויך אנגעגעבן אז ער האט די-קלאסיפיצירט אלע דאקומענטן וואס האבן זיך דארט געפונען.
טראנסקריפט
טראנסקריפט
IMG_20220916_022605_677.jpg (306.88 KiB) געזען 6688 מאל
טראנסקריפט
טראנסקריפט
IMG_20220916_022604_217.jpg (284.61 KiB) געזען 6688 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הונדערטער לופט רייזעס איבער אייראפע זענען אפגערופן געווארן, און טויזענטער פאסאזשירן זענען געשטראנדעט, נאך וואס פראנצויזישע לופט טראפיק קאנטראלער זענען געגאנגען אויף א סטרייק פארלאנגענדיג העכערע צאלונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

9 מענטשן זענען אומגעקומען, און עטליכע פעלן נאך, נאך מאסיווע רעגנס אין איטאליע, וועלכע האבן געברענגט איבער א פיס וואסער אין 2 שטונדן, פאראורזאכנדיג שווערע פארפלייצונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פייער האט אויסגעבראכן אין טשאנגשאן, כינע, אין די וואלקענקראצער געביידע פון "כינע טעלעקאם", די גרעסטע טעלע-קאמיוניקאציע פירמע אין לאנד, און פארניכטעט די געביידע אין בלויז 20 מינוט.

אן אויספארשונג איבער וואס ס'האט געפירט צו די פייער איז געעפענט געווארן, אבער באריכטן געבן אן אז די בנין האט געהאלטן 35 טאן פון ברענשטאף פאר די סערווערס פונעם געביידע.

הונדערטער זענען עוואקואירט געווארן, און עס איז דערווייל נישט באקאנט וויפיל טויטע אדער געשעדיגטע עס זענען דא, טראץ וואס ערשטע באריכטן האבן פארציילט איבער הונדערטער געשטראנדעטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען איז אנגעקומען אין לאנדאן זיך צו באטייליגן ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פון די פארשטארבענע קעניגן.
IMG_20220917_210343_004.jpg
IMG_20220917_210343_004.jpg (182.52 KiB) געזען 5386 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן ערדציטערניש פון 6.4 אויפן ריכטער וואג האט באטראפן טייוואן. דערווייל זענען נישט באריכטעט געווארן קיין געשעדיגטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אינטערוויו מיט '60 מינוטס' ווארנט פרעזידענט ביידען דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין נישט צו נוצן נוקלעארע וואפנס; ווייל דאס וועט טוישן די צוגאנג צו מלחמה זינט די צווייטע וועלט קריג און אז פוטין וועט אויסשטיין גאר שווערע קאנסעקווענצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סירישע דעפענס מיניסטעריום האט געמאלדן אז מדינת ישראל האט באמבאדירט די אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין דמשק, צווישן אנדערע, אנמאכענדיג מינימאלע שאדנס און אומגעברענגט 5 סאלדאטן און 2 מעמבערס פון איראן געשטיצטע מיליציעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אובער איז געהעקט געווארן דעם פרייטאג דורך אן 18 יעריגער יוגענטליכער.

דער יוגענטליכער האט אריינגע'נער'ט אן ארבעטער איהם צו געבן עקסעס צו זיין אקקאונט, וואו ער האט געטראפן סקריפטס מיט עקסעס צו די גאנצע נעטווארק, און באקומען צוטריט צו זעהן אלעס וואס טוט זיך אויף זייערע פארשידענע פלאטפארמעס, אריינגערעכנט גוגל קלאוד, AWS, געלט חשבונות, אנטי-וויירוס צווישן אנדערע.

נאכן זיך אריינבאקומען אין די נעטווארק האט די העקער געפאסט מעסידזשעס אויף אן אינערליכע 'סלעק' גרופע, און געענטפערט פראגן איבער וויאזוי ער האט עס געטוהן פאר אנדערע אויף טעלעגראם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוטאם אדאני, אן אינדיאנער ביזנעסמאן, איז געווארן די צווייט רייכסטע מענטש אין די וועלט, מיט $146.9 ביליאן, איבערשטייגענדיג דזשעף בעזאס וועלכע איז יעצט דער דריטער רייכסטער מענטש אין דער וועלט מיט $145.8 ביליאן.

אנהייב יאר איז אדאני געווען דער 14'טער רייכסטער מענטש, אבער די שעירס אין זיין פירמע, 'אדאני ענטערפרייז', וועלכע אפערירט עטליכע ביזנעסער אריינגערעכנט קוילן און שיף פארטן, זענען דאס יאר געוואקסן מיט איבער 115%.

דער רייכסטער מענטש אין די וועלט איז ווייטער אילאן מאסק, וועלכע שטייט ביי $260 ביליאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א פרישע 6.8 ערדציטערניש האט באטראפן טייוואן, פאראורזאכנדיג אז א 3 שטאקיגע געביידע זאל צוזאמפאלן, פון וועלכע מען האט געדארפט ארויסראטעווען 4 מענטשן.

די פארכאפטע זענען ארויסגעראטעוועט געווארן, און עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין אנדערע געשעדיגטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

געוועזענער פרעזידענט טראמפ און אנדערע געוועזענע אמעריקאנער פרעזידענטן זענען איינגעלאדענט געווארן דורך די בריטישע רעגירונג צו אנטיילנעמען אין א מעמאריעל צערעמאניע פאר די פארשטארבענע בריטישע קעניגן, וועלכע וועט פארקומען מיטוואך אין וואשינגטאן, נאך וואס זיי זענען נישט איינגעלאדענט געווארן צו די באגרעבעניש צערעמאניע אין ענגלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאסיווע טייפון שטורעם האט באטראפן די קיואשו ראיאן פון יאפאן, ברענגענדיג מאסיווע ווינטן, כוואליעס און העכער 15 אינטשעס פון רעגן, צווינגענדיג טויזענטער צו עוואקואירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ספיקער פעלאסי ​​​​היינט ביי איר באזוך אין ארמעניע פארדאמט אזערביידזשאן פאר די "אומלעגאלע און טויטליכע אטאקעס" אויף ארמעניע, עטליכע טעג נאך גרעניץ געפעכטן צווישן די צוויי לענדער וועלכע האט געקאסט דאס לעבן פון העכער 200 מענטשן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באס וואס האט אנגעבליך טראנספארטירט 47 מענטשן צו א קוואראנטין צענטער האט געקראכט היינט פארטאגס אין כינע, אומברענגנדיג 27 פון די פאסאזשירן אויפן פלאץ, און שווער פארוואונדעט די איבעריגע 20. אינסטאנצן זאגן אז די טויט צאל קען נאך העכער ווערן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם רופט פלארידע גאווערנער דיסענטיס פאר א דעבאטע בעפאר די וואלן.
IMG_20220918_131824_578.jpg
IMG_20220918_131824_578.jpg (135.61 KiB) געזען 2761 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

גאנץ פארטא ריקא האט פארלוירן עלעקטעריציטעט, אין רעזולטאט פון די שווערע ווינטן פון האריקעין פיאנע, וועלכע איז קאטעגאריזירט געווארן אלס א לעוול 1 האריקעין. די שטורעם איז ערווארטעט צו ברענגען אזוי פיל ווי 2 פוס רעגן, און פירן צו קאטאסטראפישע פארפלייצונגען.

א סטעיט אוו עמערדזשענסי איז דערקלערט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די ניו יארק טיימס האט ארויסגעשטעלט א פרישע עדיטאריעל קעגן די היימישע אידנטום און חסידישע מוסדות.

צווישן אנדערע ברויזט די ניו יארק טיימס אז די נייע באורד אוו רידזשענטס גיידליינס זענען באמת נישט ווערד קיין סאך, היות מוסדות וואס צייגן נאר אז זיי זענען גרייט מיטצוארבעטן ווערן פאררעכנט ווי זיי שטעלן זיך צו געזעצליך.

פולע ארטיקל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

בערך 44 שעה נאך וואס די אימיגראנטן זענען אנגעקומען צו מארטא'ס וויניארד, זענען זיי אלע אפגעשיקט געווארן מיט באסעס וועלכע האבן זיי גענומען מיט פערי שיפן צו א מיליטערישע באזע אין מאסאטשוסעטס וואו זיי זענען צייטווייליג פלאצירט געווארן. דער ארטיגער גאווערנער האט אריינגערופן די נעשאנעל גארד טרופן ארויסצוהעלפן זיי צו פלאצירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען אין די '60 מינוטס' אינטערוויו זאגט אז אמעריקאנער טרופן וועלן פארטיידיגן טייוואן אין פאל פון אן אינוואזיע.

פ: וועלן אמעריקאנער קרעפטן פארטיידיגן די אינזל?

ביידען: יא, אויב אין פאקט איז דא א פרעצעדענטלאזע אטאקע.

פ: נישט אזוי ווי אוקריינע, צו זיין קלאר, אמעריקאנער קרעפטן, אמעריקאנער מענער און פרויען, וועלן פארטיידיגן די אינזל אין פאל פון א כינעזע אינוואזיע?

ביידען: יא.

די ווייסע הויז זאגט אז די אמעריקאנער פאליסי איבער כינע האט זיך נישט געטוישט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען אויף '60 מינוטס': "די פאנדעמיק איז געענדיגט, מיר האבן נאך אלץ א פראבלעם מיט קאוויד, מיר טוען נאך אסאך ארבעט, אבער די פאנדעמיק איז געענדיגט."
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ריטישי טארעס אין א בריוו צו די FBI און אטורני דזשענעראל גארלענד פארלאנגט אז מען זאל עפענען אן אויספארשונג איבער די רעאקציע פון ניו יארק צו די לעצטערע אויפשטייג פון אנטיסעמיטישע פארברעכן אין די סיטי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

טעקסאס האט אפגעשיקט נאך 50 אימיגראנטן פארענט פון די היים פון וויצע פרעזידענט קאמאלע העריס אין וואשינגטאן די סי, און נאך 6 באסעס קיין ניו יארק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”