די פירער פון טערקיי, שוועדן און פינלאנד מיט נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג, ביי די נאטא סאמיט אין מאדריד, נאכן אונטערשרייבן אן אפמאך אין וועלכע טערקיי שטיצט אז זיי זאלן זיך אנשליסן אין נאטא.
דער CEO פון יוניליווער, די שירעם פירמע פון בען ענד דזשערי'ס, האט געמאלדן אין א סטעיטמענט אז די קאמפאני וועט לויט א פרישע אפמאך ברעכן איר באיקאט קעגן די איינגענומענע שטחים אין מדינת ישראל וועלכע די בען ענד דזשערי'ס באורד האט אפגעמאכט, זאגנדיג אז יונילעווער האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט שטיצע פאר די אנטיסעמיטישע BDS שטראם צו באיקאטירן מדינת ישראל.
נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד; אין ניו יארק, אילינוי, מיסיסיפי קאלאראדא, אקלעהאמע און יוטא. אט איז א רעזולטאטן באריכט איבער די מערסט פראמינענטע פארמעסטן.
אין אילינוי, אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר גאווערנער האט דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט, א סטעיט סענאטאר, דערען בעילי, געוואונען די נאמינאציע און וועט לויפן אנטקעגן דעם אמטירנדער דעמאקראטישער גאווערנער פריצקער אין די אלגעמיינע וואהלן.
אילינוי האט פארלוירן א קאנגרעס זיץ אין די לעצטע ציילונג און דעריבער האבן אמטירנדע קאנגרעס מיטגלידער פון 2 געוועזענע דיסטריקטן זיך פארמאסטן אין איין דיסטריקט.
אויף די דעמאקראטישע זייט האט זיך עס אויסגעשפילט אין די 6'טע דיסטריקט וואו קאנגרעסמאן שאן קעסטען, דער מעסיגער קאנדידאט אין די פארמעסט, האט גאר ברייט געוואונען און באזיגט זיין קאָלעגע/קעגענער קאנגרעספרוי מאריע ניומאן. דאס איז נאך א קלאפ פאר די פראגרעסיווע פליגל אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי צו וועלכע ניומאן טוט זיך אנגעהערן.
אויף די רעפובליקאנער זייט, אין 15'טע דיסטריקט, האט קאנגרעספרוי מערי מילער, די טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט, ברייט געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג קאנגרעסמאן ראדני דעיוויס. טראמפ האט אינדארסירט מילער נאך אין יאנואר אבער האט זיך מער ווייניגער אפגעהאלטן פון אטאקירן דעיוויס, וועלכער ווערט באטראכט ווי איינע פון די געלונגענסטע פאליטישע קעפ אין קאנגרעס און האט נישט געפירט קיין קריג מיט טראמפ.
--
אין קאלאראדא זענען פארגעקומען פריימעריס ווי איבעראל, אבער וואס ציהט נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט איז דאס אז א רייע שטארק רעכטע קאנדידאטן האבן פארלוירן.
די קאנדידאט פאר סעקרעטערי אוו סטעיט, טינא פיטערס, האט מיאוס פארלוירן די פארמעסט און אריינגעקומען נאר אין דריטן פלאץ, און אנשטאט איר האט פאם ענדערסאן, געוואונען די נאמינאציע אריינגעקומענדיג אין ערשטן פלאץ.
אזוי אויך האט גרעג לופעז, דער קאנדידאט פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר גאווערנער אין די סטעיט, פארלוירן די פארמעסט צו האַידי גאנאל.
אין די ארטיגע 3'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קאנגרעספרוי לארען באובערט געוואונען איר פריימערי פארמעסט קעגן אן ארטיגער סטעיט רעפרעזענטעטיוו דאן קורעם.
אין מיסיסיפי איז פארגעקומען 2 רעפובליקאנער ראנ-אף פארמעסטן.
אין די 4'טע דיסטריקט האט קאנגרעסמאן סטיווען פאלאזא, וועלכער איז אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ ביים ערשטן רונדע, פארלוירן די פארמעסט צו א לאנגיעריגער לאקאלער שעריף, מייק עזעל. פאלאזא ווערט געפלאגט פון א קאנגרעסיאנאלע עטיקס אויספארשונג איבער די אומגעזעצליכע באנוץ פון קאמפיין פאנדס.
אין די 3'טע דיסטריקט האט קאנגרעסמאן מייקל געסט געוואונען די ראנ-אף און באזיגט מייקל קאסידי, וועלכער איז אין די ערשטע רונדע אריינגעקומען אין ערשטן פלאץ, אבער ווען עס איז ארויפגעשווימען געוויסע פראגרעסיווע פאליסיס פארוואס קאסידי האט אגיטירט אין די פארגאנגענהייט האט עס געסט אויסגענוצט צוריקצוכאפן מאמענטום און זיגן אין די 2'טע רונדע. געסט האט אין מאי פארגאנגענע יאר געשטימט צו אוועקשטעלן די יאנואר 6 קאמיטע עפעס וואס האט שטארק אויפגעברויזט ארטיגע רעפובליקאנער און האט עהם שיעור געקאסט זיין זיץ.
די סיקרעט סערוויס פלאנט צו רעאגירן אפיציעל אויף די באשולדיגונגען וואס האטשיסאן האט נעכטן געמאכט פאר די יאנואר 6 קאמיטע.
באזונדער זאגט CBS אז ביידע סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע זענען געווען אין די קאר מיט טראמפ זענען גרייט צו עדות זאגן אונטער שבועה אז טראמפ האט זיי קיינמאל נישט אטאקירט און נישט פרובירט צו איבערנעמען די רעדל, אזוי ווי האטשיסאן האט פארציילט.
ניו יארקע גאווערנער האוקאל האט געמאלדן אז זי פלאנט דורכצופירן א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו טראגן וואפן אין געשעפטן, חוץ אויב די געשעפט שטעלט ארויס א שילד וואס זאגט אז זיי ערלויבן גאנס.
דאס קומט אין ליכט פון די לעצטערע סופרים קאורט אורטייל וואס געבט די רעכט פאר ניו יארקער צו טראגן וואפן אינדרויסן פון זייערע היימען.
גאן אקטיוויסטן האבן פארשפראכן אז זיי וועלן באקעמפן די פרישע פארגעשלאגענע געזעץ אין געריכט.