@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ווייסע הויז באאמטער זאגט אז ביי די ענדע פון די טעלעפאן געשפרעך צווישן ביידען און כינעזער שי דזשינפינג האט מען באשלאסן זיך צו טרעפן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.
IMG_20220729_015750_387.jpg
IMG_20220729_015750_387.jpg (206.33 KiB) געזען 4546 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע פאליטישע פארטיי גרינדעט זיך אין די טעג מיטן נאמען "פאראויס", אלץ אן אלטערנאטיוו פאר צענטריסטן וועלכע זענען נישט צופרידן פון די מצב פון די צוויי גרויסע פאליטישע פארטייען אין אמעריקאנער פאליטיק.

צווישן די גרויסע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע נעמען אין די פארטיי זענען ענדרו יענג און געוועזענער ניו דזשערסי גאווארנער קריסטין טאד וויטמען.

אין אן אפ-עד וואס זיי האבן אינאיינעם געשריבן פאר די וואשינגטאן פאוסט שרייבן זיי אז "די היינטיגע אויסגעוואקסענע פארטייען זענען דורכגעפאלן מיטן צושטעלן צו די עקן [פון די פאליטישע ספעקטרום]. אלס רעזולטאט, פילן רוב אמעריקאנער אז זיי ווערן נישט פארטרעטן."
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ביידען אדמיניסטראציע האט נעכטן אויטאריזירט דאס צוענדיגן אפענע חלקים פון די טראמפ-געשטיצטע מעקסיקאנער וואנט אין אריזאנע אויף איינס פון די פארנומענסטע קארידארן וואו אומלעגאלע אימיגראנטן קומען אריין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויט א פרישע געזעץ וועלכע וועט אריינגיין אין קראפט אױגוסט 1 אין מדינת ישראל וועלן אלע צאלונגען פון מער ווי 6000 (בערך $1,700) נישט מעגן געמאכט ווערן אין קעש אדער באנק טשעקס. פריוואטע מענטשן וועלן קענען אויסטוישן ביז 15,000 (בערך $4,300).

די ציהל פונעם געזעץ איז צו באקעמפן ארגאניזירטע פארברעכן, טעקס אויסמיידונגען און געלט דרייערייען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען האט באשטעטיגט א קענטאקי דיזעסטער דעקלעראציע אין ליכט פון די גאר שווערע פארשוועמונגען וואס האט שוין געקאסט ווייניגסטנס 15 לעבנס.
IMG_20220729_143838_928.jpg
IMG_20220729_143838_928.jpg (111.86 KiB) געזען 4195 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באריכט אין די 'ברעיקינג דעפענס' מיליטערישע נייעס אגענטור געבט אן אז די אמעריקאנער עיר פארס האט אפגעשטעלט א מערהייט אפעראציעס פון די F-35 קאמפס פליגער, צו קענען דורכפירן אונטערזוכונגען איבער מעגליכע פראבלעמען מיט די זיץ וועלכע פליעט ארויס אין פאל פון אן עמערזשענסי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די מעגא מיליאן לאטערי דזשעקפאט פאר היינט נאכט איז געהעכערט געווארן צו 1.28 ביליאן דאלער, מיט א קעש אפציע פון 747.2 מיליאן דאלער, די צווייט העכסטע אין די היסטאריע פון די געים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:
ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, קעיט בעדינגפילד, א ביידען געהילף נאך פון זיין צייט אלס וויצע פרעזידענט, וועט אפטרעטן פון אמט שפעטער דעם מאנאט.
ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, קעיט בעדינגפילד, האט געמאלדן אז זי האט צוריקגעצויגן פון איר באשלוס צו פארלאזן איר אמט, און וועט יא פארבלייבן אויף איר פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויז ספיקער נענסי פעלאסי לאזט זיך היינט ארויס אויף איר רייזע קיין אזיע, און מעגליכע באזוך אין טייוואן, טראץ גאר שארפע ווארענונגען פון כינע אויב זי ווען אהין גיין.

וואשינגטאן פאוסט באריכטעט אז די באזוך אין טייוואן איז ערווארטעט צו פארקומען אנהייב פון איר באזוך אין אזיע, די אפיס פון פעלאסי האט אבער געזאגט אז די באזוך איז מעגליך אבער נישט באשטעטיגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויפט און קויפט: מעטיו גריפין, אן אויסטראלישע ארטיסט, פארקויפט א פיקל אויפן דאך פאר $6,277. די ארט באשטייט פון איין סלייס פון א פיקל פון א מעקדאנעלד'ס בורגער, אויף א ווייסע דאך.
IMG_20220729_174649_587.jpg
IMG_20220729_174649_587.jpg (64.94 KiB) געזען 3948 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מיט 217- 213 האט קאנגרעס דורכגעפירט א פארבאט אויף "אסאלט וואפן", נאך וואס די פריערדיגע פארבאט איז אפגעלאפן אין 2004.

5 דעמאקראטן האבן געשטימט דערקעגן, און 2 רעפובליקאנער האבן געשטימט דערפאר.

די ביל שטייט נישט אויס קיין שאנס אדורך צו גיין אין די צוטיילטע סענאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברוך דיין האמת.

פון ירושלים קומט אריין די ביטערע נייעס איבערן הסתלקות פון הגאון רבי יצחק טוביה ווייס זצ"ל, גאב"ד עדה החרדית, פרייטאג צונאכטס אין עלטער פון 96 יאר.

די לויה וועט פארקומען מארגן זונטאג 10:00 אינדערפרי ארטיגע זייגער (3:00 פארטאגס ניו יארקער זייגער).

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאכן טעסטן נעגאטיוו עטליכע מאל, האט פרעזידענט ביידען ווידער געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד, און איז ווידער אריין אין איזולירונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

איין איינצעלער טיקעט אין אילינוי האט געווינען דעם פולן 1.34 ביליאן דאלאר'דיגע מעגא מיליאן לאטערי דזשעקפאט.

דער געווינער וועט באקומען $780.5 אין קעש. די געשעפט וואו די טיקעט איז פארקויפט געווארן וועט באקומען אהאלב מיליאן דאלער.

די נומערן זענען 13-36-45-57-67 און די מעגא-באל 14.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

קענטאקי גאווערנער זאגט אז די טויט צאל פון די שווערע פארשוועמונגען איז געשטיגן צו 25 און איז ערווארטעט צו ווערן ערגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טוויטער האט פארמעקט א טוויט פון א פראמינענטער כינעזערע טעלעוויזיע קאמענטירער וועלכע האט אנגעגעבן אז כינע האט די רעכטן אראפצושיסן די עראפלאן פון פעלאסי אויב זי באזוכט טייוואן.

אין אנדערע נייעס איבער די באזוך האט כינע געמאלדן איבער זעלטענע לעבעדיגע פייער נעיווי מושטירונגען אין די טייוואן סטרעיט דעם שבת.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ניו יארק גאווערנער האוקאל האט דערקלערט א סטעיט דיזעסטער עמערדזשענסי, און ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט דערקלערט א פובליק געזונטהייט עמערדזשענסי אין ליכט פון אן אויפשטייג אין מאנקיפאקס ווירוס פעלער אין ניו יארק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

צענדליגער טויזנטער ביים לויה פון כ"ק מרן הגאב"ד זצ"ל אין ירושלים.
IMG_20220731_103304_626.jpg
IMG_20220731_103304_626.jpg (171.48 KiB) געזען 2809 מאל
IMG_20220731_103303_194.jpg
IMG_20220731_103303_194.jpg (131.93 KiB) געזען 2809 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויז ספיקער נענסי פעלאסי אין א פרישע סטעיטמענט מעלדט אז זי פירט אן א קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע קיין אזיע, און וועט באזוכן סינגאפור, מאלאזיע, דרום קארעא און יאפאן, אבער דערמאנט נישט די מעגליכע באזוך אין טייוואן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסישער פרעזידענט פוטין האט היינט אינטערגעשריבן א פרישע נעיווי דאקטארין וועלכע באצייכענט אמעריקע און נאטא אלס די גרעסטע געפאר פאר נאציאנאלע זיכערהייט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארקע פרוי וועלכע האט איינגעזעצט עטליכע מיטגלידער פון די 'קאלאמבא מאפיא פאמיליע' און האט אריינגעגעבן א 10 מיליאן דאלאר'דיגע אנקלאגע קעגן זיי איבער די טויט פון איר זון, איז געשטארבן פרייטאג אין א קאר עקסידענט אין ברוקלין, נאך וואס זי האט אנגעבליך פארלוירן קאנטראל פון די קאר.

פאליציי באטראכטן די מעגליכקייט אז א מעדעצינישע עמערזשענסי האט פאסירט מיט איהר אונטערן רעדל, און אין רעזולטאט פון דעם האט זי פארלוירן קאנטראל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לופט סירינעס האבן זיך צוקלינגען אין קאסאווע, אין די צייט וואס א שטארקע אנגעצויגנקייט הערשט ביי די ארטיגע גרעניץ מיט סערביע, מיט 2 גרעניץ פונקטן וועלכע זענען שוין אפגעשלאסן געווארן.

דאס קומט אין די צייט וואס קאסאווע גרייט זיך איינצופירן א פרישע געזעץ וואס וועט פארלאנגען פון סערבישע בירגער וועלכע קומען צייטווייליג אריבער די גרעניץ קיין קאסאווע זיך צו איינהאנדלען צייטווייליגע קאסאווע פאספארטן און אזוי אויך קאסאווע לייסענס פלעיטס.

דער סערבישער פרעזידענט האט היינט געזאגט אז סערביע איז נאך קיינמאל נישט געווען אין אזא קאמפליצירטע סיטואציע מיט קאסאווע ווי זיי זענען היינט, און געבעטן ביידע זייטן צו האלטן פרידן, אבער געווארענט אז אויב וועט זיין א קריג וועט סערביע געווינען.

באזונדער האט א פארלאמענט מיטגליד פון די פירנדע סערביע פארטיי געטוויט אז עס זעהט אויס ווי סערביע וועט מוזן אנהייבן 'די דינאציפיקאציע פון די באלקאנען'.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די UN זאגט אז זייערע שלום-היטער טרופן האבן געעפענט פייער ביי די גרעניץ צווישן קאנגא און אוגאנדע פאר אן אומבאקאנטע אורזאך, אומברענגנדיג 2 מענטשן און פארוואונדעט נאך ווייניגסטנס 15.

די UN זאגט אז די שיסער זענען אידענטיפיצירט און ארעסטירט געווארן און די אינצידענט ווערט אויסגעפארשט.

דאס קומט אין א צייט פון גאר אנגעצויגענע געמיטער צווישן דאס פאלק אין קאנגא און די UN שלום היטער טרופן, מיט שווערע פראטעסטן און נאנט צו 20 פאטאליטעטן פארלאפענע וואך וואס האבן פארלאנגט די טרופן זאלן פארלאזן דעם ראיאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק האט אריינגעגעבן א קאונטער אנקלאגע קעגן טוויטער, אבער די דעטאלן זענען דערווייל נישט באקאנט, זינט ער האט געבעטן די געריכט דאס צו האלטן קאנפידענטשל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עסקן הרב אברהם יעקב פריעדמאן רופט פאר די קאמיוניטי זיך איינצושרייבן צו ווערן ניו דזשערזי סטעיט טרופערס.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”