@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג באזוכן באפעלאו, און זיך טרעפן מיט פאמיליע פון געשעדיגטע אין די שיסעריי.

פרעזידענט ביידען האט היינט באזוכט באפעלאו, די ארט פון די שוידערליכע שיסעריי, און געגעבן אן עמאציאנאלע רעדע, אין וועלכע ער האט אנגערופן ווייסע סופרעמעסי א 'סם', און אנגערופן די שיסעריי אן אקט פון דאמעסטישע טעראריזם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דעווין נונעס, דער פארזיצער פון טראמפ'ס מידיע קאמפאני זאגט אז די טרוט פלאטפארמע וועט ווערן אוועילעבל אויף די וועב בראוזער ביי די ענדע פון מאי, און די ענדרויד עפפ וועט זיין אוועילעבל נאך וואס גוגל וועט עס אפראוון.

טראמפ'ס סאציאלע מידיע פלאטפארמע, טרוט סאשעל, איז יעצט געווארן אוועילעבל אויף די וועב.

IMG_20220517_143905_622.jpg
IMG_20220517_143905_622.jpg (88.73 KiB) געזען 8438 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מדינת ישראל געזונטהייט מיניסטעריום האט געמאלדן אז אנגעהויבן מאי 23 וועט מען מער נישט דארפן טראגן קיין מאסקעס אויף אינטערנאציאנאלע לופט רייזעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט איז פארגעקומען די ערשטע עפנטליכע היערינג אין קאנגרעס איבער אומ-אידענטיפיצירטע פליענדיגע אביעקטן (UFO). (עס ווערט היינט גערופן דורך די מיליטער 'unexplained aerial phenomena')

ביי די היערינג האט דער דעפיוטי דירעקטאר פון די נעיווי שפיאנאזש געזאגט אז א פענטאגאן דאטאבעיס האט שוין היינט ארום 400 באריכטעטע אינצידענטן, אבער זיי האבן דערווייל נישט קיין שום באווייז איבער אזוי גערופענע 'עיליענס'.

IMG_20220517_144251_064.jpg
IMG_20220517_144251_064.jpg (43.01 KiB) געזען 8401 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אוקריינישע רעגירונג האט אפיציעל באפוילן די פארבליבענע קעמפפער אין די אזאווסטאל קאמפלעקס, וועלכע געפונט זיך אין מאריאפעל, און איז די לעצטערע פאר וואכן געווען פולקאם ארומגערינגלט דורך רוסישע קרעפטן, און אויסגעשטאנען נאכאנאנדע ברוטאלע אטאקעס, צו אפיציעל אראפלייגן די געווער.

אוקריינע האט געזאגט אז זייער ציל איז צו עוואקואירן די פארבליבענע קעמפפער, און זייער ראלע צו קעמפפן איז פאראיבער.

עטליכע הונדערט קעמפפער זענען שוין עוואקואירט געווארן צו רוסישע קאנטראלירטע טערעטאריע, אריינגערעכנט מערערע ערנסטע פארוואונדעטע. אוקריינישער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז זיי צילן פאר אן ארעסטאנטן אויסטויש מיט רוסישע קריגס געפאנגענע.

אין בילד: 7 באסעס מיט עוואקואירטע קעמפפער, באגלייט דורך רוסישע טרופן.

IMG_20220517_153838_011.jpg
IMG_20220517_153838_011.jpg (201.53 KiB) געזען 8058 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאקראטישע גרופעס אין וויסקאנסין האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין אן ארטיגע סטעיט געריכט, קעגן א גרופע פון 12 עלעקטארס וועלכע האבן אפגעגעבן זייער עלעקטארל שטימע פאר דאנעלד טראמפ ביי די 2020 וואלן, טראץ דעם וואס דזשאו ביידען איז דערקלערט געווארן געווינער פון דעם שטאט.

IMG_20220517_214844_070.jpg
IMG_20220517_214844_070.jpg (694.84 KiB) געזען 6387 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענע פרעזידענט דאנעלד טראמפ זאגט אז ער שרייבט א בוך מיט נאמען "די פארברעך פונעם יארהונדערט" (The Crime of the Century) איבער וויאזוי די פרעזידענטשאפט איז אנגעבליך גערויבט געווארן פון איהם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אויטאריטעטן זאגן אז דער ברוטאלער באפעלאו שיסער האט בעפאר די אטאקע באטראכט די מעגליכקייט פון אויספירן די שיסעריי אין חסידישע געגנטער אין טאמס ריווער, לעיקוואד און דזשערסי סיטי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט איז פארגעקומען פריימערי וואלן אין פענסילוועניע, נארט קאראליינע, איידעהא, קענטאקי און ארעגאן.

איינע פון די פארמעסטן וועלכע ווערן שטארק נאכגעפאלגט אין פענסילוועניע, איז די ארטיגע רעפובליקאנער סענאט פארמעסט ווי עס זענען דא 3 הויפט קאנדידאטן.

דער ערשטער איז דער באקאנטער כירגוג און טעלעוויזיע פערזענליכקייט דר. מעהמעט אָז, וועלכער האט ערהאלטן די אויסגעשפראכענע אינדארסירונג פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ וועלכער האט עס שפעטער פארטיידיגט זאגנדיג אז ער איז דער איינציגסטער וואס האט א שאנס צו זיגן קעגן דעם דעמאקראט.

דער צווייטער איז דער אינוועסטירער און פינאנציעלער פערזענליכקייט, דעיוו מעקקאָרמיק וועלכער האט אויך ערהאלטן עטליכע שטארקע אינדארסירונגען פון רעפובליקאנער פערזענליכקייטן ווי סענעטאר קרוז און נאך.

די דריטע קאנדידאט איז קעיטי בארנעט וועלכע איז די מערהייט פון די פארמעסט געווען גאר הינטערשטעליג אין די אנקעטעס אבער נאכן אויסנעמען שטארק ביי די דעבאטע האט זי געקריגן שטארקע מאָמענטום אינערהאלב די שטארק קאנסערוואטיווע לאגער פון די פארטיי.

די אויסקום פון די פארמעסט איז דערווייל א גאר שמאלע, מיט יעצטיגע נומערן וואס זענען 400,422 פאר דר. אָז, און 399,444 פאר מעקקאָרמיק. די פארמעסט קען מעגליך גיין פאר אן אויטאמאטישע איבערציילונג, צוליב וואס די ארטיגע געזעץ פארלאנגט פאר פארמעסטן וועלכע זענען אין די 5%. צו גיין פאר אן אויטאמאטישע איבערציילונג.

ביידע קאנדידאטן האבן יעצט ביינאכט פארשפראכן צו פארזעצן די פארמעסט, ביז די ענדגילטיגע קלארע רעזולטאטן.

אויף די דעמאקראטישע זייט איז דער אמטירנדער לוטענאנט גאווערנער דזשאן פעטערמאן, דערקלערט געווארן זיגער אין די פארמעסט, פעטערמאנ'ס קאמפיין האט געכאפט א שטיקל שאקל מיט עטליכע טעג צוריק ווען ער האט געכאפט א סטראוק און האט געברויכט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל, אבער האט זיך אנטזאגט פון זיך ארויסציען, ער איז ערווארטעט זיך צו ערהוילן.

אין די ארטיגע גאווערנער פארמעסט האט דער סטעיט סענאטאר דאג מאסטריאנא, וועלכער האט ערהאלטן א לעצט מינוטיגע טראמפ אינדארסירונג, געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי, און באזיגט די אנדערע צוויי קאנדידאטן.

די פארמעסט ציהט אויך שטארקע אויפמערקזאמקייט צוליב וואס מאסטריאנא האט געוואונען טראץ וואס די פארטיי פירערשאפט, נאציאנאל און אין די סטעיט, האבן אין די לעצטע 2 טעג זיך צוזאמגעשטעלט צו שטיצן אן אנדערען קאנדידאט אין א פרואוו אים אפצוהאלטן פון געוואונען. ער וועט וועט זיך פארמעסטן קעגן דעם דעמאקראט, דזשאש שפירא, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל פון די סטעיט, וועלכער איז געלאפן אן קיין פריימערי קעגנער.

אין נארט קאראליינע, האט דער טראמפ געשטיצטער קאנגרעסמאן טעד באד געווינען די רעפובליקאנער סענאט פריימערי, און וועט אויסשטיין א פארמעסט קעגן דעם דעמאקראטישער טשארי ביעסלי.

אזוי אויך האט דער קאנטערווערסיאלער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטארן, וועלכע איז אינדארסירט געווארן דורך טראמפ, פארלוירן זיין פריימערי צו סטעיט סענעטאר טשאק עדווארדס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טאמאס לעין, איינע פון די געוועזענע מינעסאטע פאליציי אפיצירן וועלכע איז געווען פארמישט אין די מארד פון דזשארדזש פלויד, האט זיך דערקלערט שולדיג אין צווייטע דעגרי 'אומווילנדיגע מארד'.

אלס טייל פון די פליע דיעל, וועט ער זיצן 3 יאר אין טורמע פארדעם, און וועט דאס אויסדינען צוזאמען מיט זיין טורמע טערמין אין די פעדעראלע אנקלאגע פון פארלעצן די ציווילע רעכטן פון פלויד, וואס ער האט נאכנישט באקומען קיין טורמע טערמין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ערשטע געפונסן פון אן אמעריקאנער אויספארשונג אין די כינעזע עראפלאן קראך וועלכע האט אומגעברענגט 132 מענטשן, זאגט אז דאטא פון די שווארצע קעסטל צייגט אז איינער אין די קאקפיט האט מעגליך ווילענדיג אראפגעקראכט דעם פליגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:אוקריינע פראקורארן זענען גרייט פארצושטעלן זייער ערשטע קלאגע קעגן א רוסישער געפאנגענער אויפן באגיין קריגס פארברעכן, נאך וואס יענער האט געשאסן אן אומשולדיגער ציווילע מאן וועלכער איז געפארן אויף א ביציקל, און דער סאלדאט איז דורכגעפארן מיט א קאר, און אים דערשאסן צום טויט.

דער ערשטער רוסישער סאלדאט וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן אויף קריגס פארברעכן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין ערמארדן א ציווילער אומבאוואפענטער 62 יעריגער מאן.

ער קען אויסשטיין לעבנסלענגליכע טורמע.

IMG_20220518_102606_993.jpg
IMG_20220518_102606_993.jpg (17.91 KiB) געזען 5715 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פינלאנד און שוועדן האבן פארמאל אריינגעגעבן זייער אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא.

IMG_20220518_102627_207.jpg
IMG_20220518_102627_207.jpg (207.2 KiB) געזען 5713 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט אז זיי שטעלן דערווייל אפ די פרישע 'דיסאינפארמאציע איבערזיכט בארד', נאך וואס די פירערין פון די בארד איז אויסגעשטאנען א שווערע ווידערשטאנד פון רעפובליקאנער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:פינלאנד און שוועדן האבן פארמאל אריינגעגעבן זייער אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא.

סטעיטמענט פון פרעזידענט ביידען איבער די אפליקאציע פון פינלאנד און שוועדן זיך צו אנשליסן אין נאטא.

IMG_20220518_141209_042.jpg
IMG_20220518_141209_042.jpg (160.41 KiB) געזען 5173 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק זאגט אז ער וועט טוישן זיין שטומע, און אנהייבן וועלן פאר רעפובליקאנער, צוליב וואס די דעמאקראטישע פארטיי איז געווארן די פארטיי פון צוטיילונג און האס.

IMG_20220518_152041_462.jpg
IMG_20220518_152041_462.jpg (55.12 KiB) געזען 4797 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זאגט אז זיי שטעלן דערווייל אפ די פרישע 'דיסאינפארמאציע איבערזיכט בארד', נאך וואס די פירערין פון די בארד איז אויסגעשטאנען א שווערע ווידערשטאנד פון רעפובליקאנער.

נינע דזשענקאוויטס, וועלכע איז געווען די פירערין פון די פרישע דיסאינפארמאציע איבערזיכט בארד, האט היינט געמאלדן איר רעזיגנאציע, נאך וואס די היימלאנד דעפארטמענט האט אפגעשטעלט דעם בארד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דריי מאנאטן נאך וואס מען האט דאס אפגעשפארט, מעלדט סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען אין א סטעיטמענט, אז די אמעריקאנער אמבאסאדע אין קיעוו איז אפיציעל צוריק געעפענט געווארן.

IMG_20220518_164724_811.jpg
IMG_20220518_164724_811.jpg (427.23 KiB) געזען 4380 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CDC האט געמאלדן אז א מאן פון מאסעטשוסעטס איז דיאגנאזירט געווארן מיט די מאנקיפאקס ווירוס, די ערשטע פאל אין אמעריקע דאס יאר.

ענגלאנד האט באריכטעט 9 פעלער זינט אנהייב מאי, און אזוי אויך זענען באריכטעט געווארן עטליכע פעלער אין פארטעגאל און אין קאנאדע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט איינגעשטעלט די 'פארטיידיגונגס פראדוקציע אקט' צו ארויסהעלפן מיט די בעיבי פארמולע מאנגל אין לאנד.

אזוי אויך האט ביידען געמאלדן א פרישע אפעראציע גערופן 'פליי פארמולע', וואס וועט זיין געשטעלט צו פארשנעלערן דאס אימפארטירן פארמולע קיין אמעריקע.

IMG_20220518_182651_518.jpg
IMG_20220518_182651_518.jpg (109.79 KiB) געזען 3693 מאל

IMG_20220518_182645_707.jpg
IMG_20220518_182645_707.jpg (593.51 KiB) געזען 3693 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרוי אין שיקאגא איז אנגעקלאגט געווארן נאך וואס איר 8 יעריג קינד האט געטראגן איר ביקס אין שולע, און בטעות געשאסן און גאר לייכט פארוואונדעט אן אנדערע סטודענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאציאנאלע זיכערהייט עדווייזער דזשעק סאליוואן האט געווארענט איבער א מעגליכע נוקלעארע אדער מיסיל טעסט פון צפון קארעא דורכאויס די באזוך פון פרעזידענט ביידען אין דרום קארעא און יאפאן, מאי 20.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ביי אן אווענט האט געוועזענע פרעזידענט בוש בטעות געזאגט "די החלטה פון איין מאן (פוטין) אנצוהייבן אן אומפארענטפערטע און ברוטאלע אינוואזיע אויף איראק... כ'מיין, אוקריינע..."
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאך וואס מען האט אויפגעבראכן די צוימען אין מירון האט די משטרה געמאלדן אז אלע וואס געפונען זיך ארום מירון קענען געהעריג ארויפגיין, אבער אלע באסעס וואס זענען אויפן וועג דארפן זיך צוריק דרייען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי פון די מרץ פארטיי האט געמאלדן אז זי זאגט זיך אפ פון די רעגירונג, לאזענדיג די קאאליציע מיט א מינאריטעט פון 59 זיצן און די אפאזיציע מיט 61.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”