@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין א פרישע NBC אנקעטע איז געוועזענער פרעזידענט טראמפ'ס גינסטיגע ראטע געפאלן צו 34% קעגן ביידענ'ס צופרידנהייט ראטע וועלכע איז ארויף צו 45%.
איבער די קומענדיגע מיד-טוירם וואלן זאגן 46% אז זיי וועלן שטימען רעפובליקאנער, קעגן 46% וואס זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר די דעמאקראטן.
איבער פארשידענע אישוס:
איבער די קומענדיגע מיד-טוירם וואלן זאגן 46% אז זיי וועלן שטימען רעפובליקאנער, קעגן 46% וואס זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר די דעמאקראטן.
איבער פארשידענע אישוס:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מארק פרעריקס, א 60 יעריגער נעיווי וועטעראן וועלכער האט געדינט אלס א ציווילע קאנטראקטאר פאר די ארמיי, איז באפרייט געווארן נאך 2 אין א האלב יאר זיין פארכאפט ביי די טאליבאן, נאך אן ארעסטאנטן אויסטויש מיט זיי, אין וועלכע אמעריקע האט באפרייט אן אפגאנער דראג לארד, וועלכער איז געזיצן אין אמעריקאנער טורמע פאר 17 יאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אין רעאקציע צו פרעזידענט ביידענ'ס קאמענטארן איבער טייוואן האט די כינעזע אויסערן מיניסטעריום ווארטזאגער געזאגט אז זיי רופן צו אמעריקע צו האנדלען די אישו מיט טייוואן פארזיכטיג און גוט, און נישט שיקן קיין אומריכטיגע סיגנאלן, נישט צו צושטערן די פרידן אין טייוואן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
יעצט קומט פאר די באגרעבעניש צערעמאניע פון די פארשטארבענע בריטישע קעניגן, מיטן באטייליגונג פון מיליאנען מענטשן.
אין בילד: די קאסטן קומט אן צו די ווינדסאר פאלאץ.
אין בילד: די קאסטן קומט אן צו די ווינדסאר פאלאץ.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען ביים געפרעגט ווערן אויף '60 מינוטס' אויב ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024:
"מיין ציהל, ווי כ'האב געזאגט פון אנהייב, איז אז כ'וועל לויפן נאכאמאל. אבער ס'איז נאר א ציהל. אבער איז עס א שטארקע באשלוס אז כ'וועל לויפן נאכאמאל? דאס דארף מען נאך זעהן."
"מיין ציהל, ווי כ'האב געזאגט פון אנהייב, איז אז כ'וועל לויפן נאכאמאל. אבער ס'איז נאר א ציהל. אבער איז עס א שטארקע באשלוס אז כ'וועל לויפן נאכאמאל? דאס דארף מען נאך זעהן."
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי אין אן אינטערוויו מיט '60 מינוטס' ביים געפרעגט ווערן אויב ער גלייבט אז די האלאקאסט האט פאסירט: "עס איז דא געוויסע צייכענס אז דאס האט פאסירט. אויב אזוי, זאל עס זיין ערלויבט צו פארשן און שטודירן".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען, זייענדיג אין זיין באפאנצערעטע לימאזין, איז געווען געשטראנדעט אין טראפיק אין לאנדאן אויפן וועג צו די קעניגנ'ס באגרעבעניש צערעמאניע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די מדינת ישראל שב"כ געהיים אגענטור זאגט אז זיי האבן ארעסטירט א גרופע פון 7 פאלעסטינער וועלכע זענען געווען אנגעשלאסן אין כאמאס און פלאנירט שיסעריי און באמבע טעראר אטאקעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווערעפיצירטע אוקריינע טעלעגראם קאנאל באריכטעט אז 4,000 חסידים זענען שוין אנגעקומען אין אומאן 'גלייבענדיג אין די אוקריינישע מיליטער'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א 7.5 ערדציטערניש האט באטראפן מעקסיקא, און א צונאמי ווארענונג איז ארויסגעשטעלט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס זאגט אז די סיטי באטראכט די מעגליכקייט צו נעמען לעגאלע שריט קעגן טעקסאס איבער די באסעס מיט אימיגראנטן וואס זיי שיקן אפ קיין ניו יארק.
באזונדער האט עדעמס געמאלדן אז א פרוי, אן אסיילאם סיקער, איז נעכטן באגאנגען זעלבסטמארד אין א סיטי שעלטער.
באזונדער האט עדעמס געמאלדן אז א פרוי, אן אסיילאם סיקער, איז נעכטן באגאנגען זעלבסטמארד אין א סיטי שעלטער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מערערע זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס מאסיווע פראטעסטן אין איראן, נאך וואס א 22 יעריגע פרוי איז אומגעקומען נאכן צושלאגן ווערן דורך ארטיגע פאליציי צוליב וואס איר קאפ צודעק איז נישט געווען גוט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין א פרישע בוך "דער צוטיילער", דורך 2 זשורנאליסטן, פיטער בעיקער און סוזען גלעסער שרייבן זיי אז טראמפ האט געזאגט אז אויב לויפט ער פאר פרעזידענט וועט ער נישט נאכאמאל נעמען מייק פענס אלס זיין וויצע, צוליב וואס "ער איז באגאנגען פאליטישע זעלבסטמארד".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די שעריף דעפארטמענט אין בעער קאונטי, טעקסאס, האט געמאלדן אז זיי עפענען אויף אן אויספארשונג אין די אימיגראנטן וואס פלארידע גאווערנער דיסענטיס האט געשיקט צו די ליבעראלע מארטא'ס וויניארד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אוקריינישער פרעמיער מיניסטער דעניס שעמהעל האט זיך באטייליגט ביי די באגרעבעניש צערעמאניע אין ענגלאנד פון די פארשטארבענע קעניגן, און זיך געטראפן מיטן קעניג טשארלס דער דריטער און אים איינגעלאדענט אויף א באזוך אין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
33 רעפובליקאנער סענעטארן האבן געשיקט א בריוו צו אטורני דזשענעראל גארלענד פארלאנגנדיג אז ער זאל געבן אין די אויספארשונג איבער האנטער ביידען 'ספעציעלע קאונסיל' אויטאריטעט פאר דעיוויד ווייס, US אטורני פון דעלאוועיר, צוליב די לעצטערע וויסלבלויער באשולדיגונגען און די פאליטיזירונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
שפעקולאציעס צירקולירן אויב דיסענטיס גרייט זיך מארגן אפצושיקן אימיגראנטן קיין דעלאוועיר, נאך וואס איינע פון די פליגער וואס איז גענוצט געווארן צו פירן די אימיגראנטן קיין מארטא'ס וויניארד איז געפלאנט מארגן ארויסצופארן פון סאן אנטאניא קיין פלארידע, און פון דארט קיין דעלאוועיר צו א קליינע לופטפעלד נעבן פרעזידענט ביידענ'ס היים.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט געמאלדן אז אנגעהויבן נאוועמבער 1 וועלן פריוואטע ארבעטער מער נישט דארפן זיין וואקסינירט פאר קאוויד. סיטי איינגעשטעלטע וועלן נאך יא דארפן זיין וואקסינירט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אויטאריטעטן אין דאנעטסק, לוהאנסק און כארסאן האבן געמאלדן פלענער אפצוהאלטן אפשטימונגען צווישן סעפטעמבער 23-27 זיך צו אפיציעל אנשליסן און ווערן א טייל פון רוסלאנד.
באזונדער האט די נידריגערע פארלאמענט אין רוסלאנד דורכגעפירט א פרישע געזעץ וואס הייבט די שטראף פארן זיך פארפעלן צו מאביליזירן אין די ארמיי ביי א פולע מאביליזאציע אדער דעזעטירן צו 10 יאר טורמע, און רויבן דורכאויס א קריג צו 15 יאר טורמע.
די געזעץ דארף נאך דורכגיין די העכערע פארלאמענט און באקומען אן אינטערשריפט פון פוטין, אבער דאס ברענגט אויף שפעקולאציעס אויב דאס איז א טריט אין ריכטונג פון דערקלערן א פולע מאביליזאציע צוליב די קריג אין אוקריינע.
באזונדער האט די נידריגערע פארלאמענט אין רוסלאנד דורכגעפירט א פרישע געזעץ וואס הייבט די שטראף פארן זיך פארפעלן צו מאביליזירן אין די ארמיי ביי א פולע מאביליזאציע אדער דעזעטירן צו 10 יאר טורמע, און רויבן דורכאויס א קריג צו 15 יאר טורמע.
די געזעץ דארף נאך דורכגיין די העכערע פארלאמענט און באקומען אן אינטערשריפט פון פוטין, אבער דאס ברענגט אויף שפעקולאציעס אויב דאס איז א טריט אין ריכטונג פון דערקלערן א פולע מאביליזאציע צוליב די קריג אין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אן אמעריקאנער געריכט האט אונטער די אנטי טעראריזם אקט פארארדענט די כיזבאלא טעראר גרופע צו באצאלן 111 מיליאן דאלער אין שאדן פאר א גרופע אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון זייערע ראקעטן אין ארץ ישראל דורכאויס א קריג אין 2006.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באריכטן אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין וועט היינט נאכט אדרעסירן דאס פאלק. דער רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטער סערגיי שויגא וועט אויך מעגליך געבן א סטעיטמענט צום פאלק.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אדוואקאטן פאר די פאמיליע פון די אל דזשאזירא זשורנאליסט, שירין אבו אקאדי, האבן היינט אריינגעגעבן אן אפיציעלע פארלאנג אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אז זיי זאלן עפענען אן אויספארשונג אין די פאטאלע שיסעריי דורך מדינת ישראל קרעפטן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די MTA וועט אינסטאלירן נאנט צו 13,000 קאמארעס אין די סאבוועי וואגאנען דורכאויס די קומענדיגע 3 יאר, 2 קאמערעס אין יעדע סאבוועי וואגאן. דאס קומט אין ליכט פון די סאנסעט פארק סאבוועי שיסעריי פארלאפענע אפריל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
באריכטן אז די רעדע פון פוטין וועלכע האט זיך געזאלט אנהייבן מיט 50 מינוט צוריק, איז אפגעשטיפט געווארן מיט א שעה פון די ארגינעל געמאלדענע צייט, און וועט זיך אנהייבן 2:00 ניו יארקע זייגער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז 44 מענטשן פון מינעסאטע זענען אנגעקלאגט געווארן און ווערן באשולדיגט אין רויבן 240 מיליאן דאלער פון פעדעראלע קאוויד עסן פראגראמען.