@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט באטראכט די מעגליכקייט צו האבן FBI אגענטן וועלכע זאלן באאבאכטן וויאזוי די ביידען אדוואקאטן זוכן נאך די קלאסיפיצירטע דאקומענטן, אבער האט באשלאסן דאס נישט צו טון צוליב וואס די אדוואקאטן האבן קאאפערירט מיט די אויספארשונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינישער אינערן מיניסטער, דעניס מאנעסטערסקי, אינאיינעם מיט זיין ערשטע דעפיוטי מיניסטער און סטעיט סעקרעטאר, זענען אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך אין בראווערי, אינדרויסן פון קיעוו.

ווייניגסטנס 18 זענען אומגעקומען אין די קראך, אריינגערעכנט די 9 רייזנדע, ווען די העליקאפטער האט געזאלט לאנדען נעבן א קינדערגארטן. נאך 29 זענען פארוואונדעט געווארן.
IMG_20230118_055550_354.jpg
IMG_20230118_055550_354.jpg (51.39 KiB) געזען 10510 מאל
IMG_20230118_055552_198.jpg
IMG_20230118_055552_198.jpg (93.41 KiB) געזען 10510 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באריכט פון NBC גיבט אן אז טראמפ גרייט זיך צוריקצוקומען אויף טוויטער און פעיסבוק, און זיין טיעם גרייט אָן אַן ערשטע טוויט און א מעגליכע צייט. טראמפ'ס טיעם האט אויך אריינגעגעבן א פארלאנג צו פעיסבוק אז זיי זאלן צוריק עפענען זיין אקאונט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סופרים קאורט אין מדינת ישראל האט געאורטיילט אז ארי' דרעי, פירער פון די ש"ס פארטיי, טאר נישט דינען אלס מיניסטער, נאכן זיך דערקלערן שולדיג אין פינאנציעלע מיסברויכן פארגאנגענע יאר.

דרעי האט צוגעזאגט אז ער וועט נישט רעזיגנירן, טראץ די אורטייל. דאס שטעלט די גאנצע קאאליציע אין א סכנה, היות די ש"ס פארטיי, וועלכע האט 11 זיצן אין די רעגירונג, האט געסטראשעט אז זיי וועלן נישט זיין א טייל פון די רעגירונג אויב דרעי ווערט אפגעזאגט פון זיינע שטעלעס אלץ אינערן מיניסטער און געזונטהייט מיניסטער.

ש"ס מיטגלידער זאגן אז זיי ווילן טוישן עטליכע געזעצן צו מאכן די אורטייל אינוואליד, עפעס וואס זיי קענען טוהן היות מדינת ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, נאר יעדע געזעץ פאר זיך קען איבערגעקערט ווערן דורך א מערהייט אפשטימונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אדוואקאטן פאר דער געוועזענער מיניאפעלעס פאליציאנט, דעריק שאווין, וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין די טויט פון דזשארדזש פלויד, האבן אריינגעגעבן אן אפיעל איבער די אורטייל, זאגענדיג אז שאווין האט נישט געהאט קיין יושר'דיגן פראצעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו זילאנד פרעמיער מיניסטער, דזשאָסינדע ארדערן, האט געמאלדן אז זי וועט אפטרעטן פון איר אמט נישט שפעטער ווי פעברואר 7, און פרישע וואלן וועלן פארקומען אקטאבער 14, זאגענדיג אז זי שפירט אז זי האט נישט די כוחות ווייטער צו פירן דאס לאנד און זוכן ווידערוויילונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ניו יארק סטעיט סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט מיט 10-9 בלאקירט העקטאר לעסאל, גאווערנער האוקול'ס נאמינאציע פאר הויפט סטעיט ריכטער, פון אויפגעברענגט ווערן פאר אן אפשטימונג אין די סטעיט סענאט, צוליב וואס זיי האלטן אז ער איז צו קאנסערוואטיוו.

גאווערנער האוקאל אין א סטעיטמענט זאגט אז זי גלייבט אז די קאנסטיטוציע פארלאנגט א פולע אפשטימונג, און וועט מעגליך קלאגן אין געריכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א פרישע באריכט זאגט CNN אז אן איבערזיכט וואס זיי האבן דורכגעפירט אויף די האנטער ביידען לעפטאפ און אנדערע פובליק מאטריאל צייגט אז טראץ וואס פרעזידענט ביידען לייקענט עס, האט ער זיך אין פאקט יא געטראפן מיט זיין זוהן האנטער'ס ביזנעס שותפים, אין זיין צייט אלס וויצע פרעזידענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז די ביידען אדמיניסטראציע איז געווארן ווארימער צו די געדאנק פון ארויסהעלפן אוקריינע אטאקירן און צוריק אייננעמען קרימיע, טראץ דעם וואס דאס קען ברענגען פרישע עסקעלאציעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקע האט היינט דערגרייכט די 'חובות דאך' פון $31.4 טריליאן, און טרעזשורי סעקרעטאר יעלען זאגט אז די דעפארטמענט וועט אונטערנעמען אויסערארנדליכע מאסנאמען צו פארמיידן אמעריקע פון אריינגיין אין דיפאלט, אבער דאס וועט נאר קענען אנגיין ביז יוני 5.

דאס קומט אין א צייט וואס קאנגרעס רעפובליקאנער זענען נישט גרייט ארויפצוריקן די חובות דאך, און די ווייסע הויז זאגט אז זיי זענען נישט גרייט פאר קיין דיעל איבער דעם, נאר דאס מוז ארויפגעריקט ווערן.
IMG_20230119_104217_538.jpg
IMG_20230119_104217_538.jpg (256.64 KiB) געזען 5504 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאציאנאלע סעקיוריטי אדווייזער דזשעק סאליוואן האט זיך היינט געטראפן מיט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין ירושלים, וואו די צוויי האבן געפירט געשפרעכן איבער וויאזוי צו פארבעסערן די באציאונגען מיט סאודיע אראביע, און איבער איראנע אנגעלעגנהייטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פראקורארן אין ניו מעקסיקא האבן געמאלדן אז אקטיאר עלעק באלדווין וועט ווערן קרימינאל אנגעקלאגט אויף אומוועלנדיגע מארד, אין פארבינדונג מיט די טויטליכע אינצידענט ביים פילמען א מאווי, אין וועלכע איינער איז אומגעקומען.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אקטאבער 2021, ווען בשעת'ן פילמען א מאווי האט באלדווין געשאסן מיט א מאווי ביקס וועלכע האט אנגעהויבן שיסן עכטע קוילן און אומגעברענגט איינעם און פארוואונדעט נאך איינעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בריטישער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק האט זיך אנטשולדיגט נאך וואס עס איז אנטשטאנען א שטורעם איבער א ווידעא וועלכע ער האט פובליצירט אין וועלכע ער ווערט געזעהן זיצן אין א קאר אן א סיעטבעלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנגרעס אווערסייט קאמיטע טשעירמאן, קאנגרעסמאן דזשעימס קאומער, האט געמאלדן אז די קאמיטע האט געעפענט אן אויספארשונג איבער די ביידען אדמיניסטראציע האנדלונג איבער די גרעניץ קריזיס, און האט גערופן טשיף גרעניץ פאטראל אגענטן צו קומען אויפטרעטן ביי א היערינג וועלכע די קאמיטע וועט אפהאלטן אין פעברואר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די סופרים קאורט האט ארויסגעשטעלט א באריכט אין וועלכע זיי זאגן אז זיי האבן דערווייל נישט באוויזן צו דערגיין ווער עס איז פאראנטווארטליך אויף די ליעק פון די ראו ווס. וועיד קאנטערווערסיאלע אורטייל. די אויספארשונג וועט ווייטער פארזעצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן איבער א קליינע פליגער מיט 2 היימישע פאסאזשירן, ברוך בן שרה און בנימין ריאל בן ברכה, וועלכע איז ארויסגעפלויגן פון JFK אויפן וועג קיין אהייאו, אבער איז פארשווינדן געווארן נעבן וועסטשעסטער.

לאקאלע אויטאריטעטן האבן אונטערגענומען א זוכעריי אקציע, און זאגן אז די פליגער האט ווארשיינליך געקראכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

בד"ה: רעטונג אגענטורן האבן געפונען די פליגער, מיט ביידע רייזנדע, וועלכע זענען ליידער דערקלערט געווארן טויט אויפן פלאץ רח"ל.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות..
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: די רייזנדע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס ברוך טויב ע"ה און בנימין חפץ ע"ה פון קליוולאנד אוהייאו.

לויט באריכטן האבן רעטונג אגענטורן געפונען די פליגער אין די ביימער פון א וואלד נעבן רעי לעיק, אין די אומגעגנט פון ארמאנק, ניו יארק, גלייך נעבן די וועסטשעסטער קאונטי לופטפעלד.

אויטאריטעטן האבן דערווייל נאכנישט באשטעטיגט די גענויע לאקאציע וואו די פליגער און די אומגעקומענע זענען אפגעפונען געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אויטאריטעטן אין מיזורי האבן געעפענט א זוכעריי נאך 5 ארעסטאנטן וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן פון אן ארטיגע טורמע, דורכ'ן זיך דורכשמוגלען דורך די ווענטעלאציע רערן ארויף אויפן דאך, פון וואו זיי האבן געמאכט זייער וועג אראפ צו די ערד, און דארט גערויבט א קאר מיט וועלכע זיי זענען אנטלאפן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אין א פרישע סקאנדאל איבער קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס, באשולדיגן 2 וועטעראנען אז ער האט פארשפראכן צו מאכן א גאו-פאנד-מי קאמפיין צו ראטעווען זייערס א הינטל, אבער נאכ'ן מאכן ארום $3,000 האט ער גענומען די געלט פאר זיך און דאס הינטל איז געשטארבן.

באזונדער זענען פרישע רעקארדס ערשינען וואס צייגן אז דאס וואס סענטאס האט געזאגט און געשריבן מערערע מאל, אז זיין מאמע איז געווען אין די דרום טורעם ביי די 9/11 טעראר אטאקעס, און איז אומגעקומען פון דעם, איז נישט אמת, נאר זי איז דאן געווען אין בראזיל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער פרעמיער מיניסטער פון יאפאן האט געמאלדן פלענער צו אראפנידערן די שטאפל פון קאוויד צו די פלו, וואס דאס וועט אנולירן די פארבליבענע מאסנאמען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

גוגל האט געמאלדן אז זיי וועלן אפזאגן 12,000 ארבעטער, וואס דאס איז ארום 6% פון אלע זייערע ארבעטער, ווערנדיג די לעצטע פון א רייע טעכנעלאגיע פירמעס צו אפזאגן ארבעטער.

מייקראסאפט האט אויך געמאלדן די וואך אז זיי וועלן אפזאגן 10,000 פון זייערע ארבעטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א פיילינג מיט די SEC האט טי-מאביל אויפגעדעקט אז זיי זענען געהעקט געווארן אין נאוועמבער און פריוואטע אינפארמאציע פון ארום 37 מיליאן קונדן איז גערויבט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע ריכטער האט סאנקציאנירט געוועזענער פרעזידענט טראמפ און זיין אדוואקאט און זיי געהייסן באצאלן נאנט צו א מיליאן דאלער שטראף, צוליב די אנקלאגע וואס ער האט אריינגעגעבן קעגן הילערי קלינטאן אז זי האט קאנספירירט צו שאפן א פאלשע נאראטיוו אז ער האט געארבעט מיט די רוסן דורכאויס די 2016 וואלן.

דער ריכטער שרייבט אז טראמפ נוצט די געריכט צו זוכן נקמה קעגן זיינע פאליטישע קעגנער, און אז ער איז א מומחה אין סטראטעגיש אויסניצן די יורדישע סיסטעם.

באזונדער האט טראמפ היינט ארויסגעצויגן זיין אנקלאגע קעגן ניו יארקע אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, איבער איר $250 מיליאן אנקלאגע וואס זי האט אריינגעגעבן קעגן אים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז האט געמאלדן אז די טרעזשורי דעפארטמענט וועט דעזיגנירן די רוסישע פריוואטע מיליטערישע גרופע 'וואגנער' אלס אן אינטערנאציאנאלע קרימינאלע ארגענעזאציע, און וועט ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף זיי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”