@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
7 זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט 5 קינדער אין אן עקסידענט אין אילינוי, ווען א קאר איז געקומען צו פארן ראנג וועי אויף די I-90 הייוועי און אריינגעקראכט אין א ווען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די קאסאווע קרעפטן (KFOR), די נאטא שלום-היטער טרופן וועלכע געפונען זיך אין קאסאווע צו אנהאלטן די רואיגקייט אינעם ראיאן, וואס נעמט אריין נאנט צו 4000 טרופן פון 28 לענדער, האט געמאלדן אין א סטעיטמענט אז זיי זענען גרייט זיך אריינצומישן אין פאל די סטאביליטעט אין קאסאווע ווערט צושטערט.
די ארטיגע רעגירונג האט געמאלדן אז נאך באראטונגען מיט אמעריקאנער און EU אמבאסאדארן האבן זיי באשלאסן אפצושטיפן מיט א חודש א געזעץ וועלכע וועט פארלאנגען קאסאווע פאספארטן און לייסענס פלעיט פון סערבישע בירגער וועלכע קומען אריבער דעם גרעניץ.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די טויט צאל אין קענטאקי פון די שווערע פארשוועמונגען האט דערגרייכט 28, און דער גאווערנער זאגט אז עס איז ערווארטעט צו שטייגן.
דאס קומט אין די צייט וואס מען גרייט זיך אויף פרישע שווערע רעגנס אין ראיאנען וועלכע זענען די שווערסטע באטראפן געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א ניו יארק טיימס באריכט געבט אן אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז בייז אויף פאקס נייעס, צוליב וואס ער טענה'ט אז זיי איגנארירן אים און געבן ענדערש דעקונג פאר אנדערע מעגליכע רעפובליקאנער 2024 פרעזידענטליכע קאנדידאטן.
טראמפ האט שוין נישט געהאט קיין אינטערוויו אויף פאקס פאר מער ווי 100 טעג, און לויט די באריכט, אין נאמען פון 2 מענטשן וואס האבן לעצטענס גערעדט מיט אים, איז אים בעסער נעגאטיווע דעקונג ווי בכלל נישט קיין דעקונג.
טראמפ האט שוין נישט געהאט קיין אינטערוויו אויף פאקס פאר מער ווי 100 טעג, און לויט די באריכט, אין נאמען פון 2 מענטשן וואס האבן לעצטענס גערעדט מיט אים, איז אים בעסער נעגאטיווע דעקונג ווי בכלל נישט קיין דעקונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
דזשארעד קושנער, דער אידישער איידעם פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ שרייבט אין זיין פרישע מעמואר אז די פאפולערע רויטע 'מעיק אמעריקע גרעיט עגען' היטלעך האבן אריינגעברענגט פאר די 2016 קאמפיין ביז אזויפיל ווי $80,000 פער טאג.
אויך לייגט ער דארט אראפ סטיוו בענאן ווי א שווערע מענטש און דער וואס האט אנגעווערטשאפט אלע פראבלעמען. ווי ער שרייבט האט איהם איינמאל בענאן געסטראשעט אז ער וועט אים "צוברעכן אין האלב".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אנגעהויבן היינט מאנטאג וועלן אלע ספיד קעמעראס אין ניו יארק סיטי אפערירן 24 שעה ארום די זייגער, 7 טעג א וואך. ביז היינט האט עס אנגעהויבן רעקארדירן 6:00 פארטאגס, און אויפגעהערט 10:00 ביינאכט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א CNN באריכט געבט אן אז פעלאסי וועט גיין באזוכן טייוואן און וועט זיין דארט איבערנאכט דורכאויס איר באזוך אין אזיע.
נאציאנאלע סעקיוריטי קאונסיל סטראטעגישע קאמיוניקאציע קארדינאטאר, דזשאן קירבי, האט געזאגט היינט אז "מיר ווילן זיכער מאכן אז ווען זי רייזט ארום קען זי דאס טון זיכערערהייט, און מיר וועלן דאס זיכער מאכן. עס איז נישט דא קיין שום אורזאך פאר די כינעזע רעטאריק".
כינע האט היינט ווידער געווארענט אז זייער מיליטער 'וועט נישט זיצן שטיל' אין פאל די באזוך קומט פאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען אין א סטעיטמענט רופט פאר רוסלאנד און כינע זיך אראפצוזעצן פאר פרישע נוקלעארע וואפן קאנטראל געשפרעכן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי איבער די מאנקיפאקס ווירוס אויסברוך, נאך וואס ניו יארק האט שוין באריכטעט איבער 1,200 פעלער, 25% פון אלע פעלער אין לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ניו יארק פאוסט באריכטעט אז אין א פרישע ווידעא סטראשעט איראן אז זיי האבן די מעגליכקייט צו בויען נוקלעארע וואפן און מאכן פון ניו יארק "גהינום'דיגע חרבנות", אין פאל אויב "די פאראייניגטע שטאטן אדער די ציוניסטישע רעזשים מאכן נארישע טעותים".
דאס קומט אין א צייט וואס געשפרעכן איבער צוריקשטעלן א נוקלאערע אפמאך מיט איראן רוקן זיך נישט פאראויס.
דער פירער פון די איראנער אטאמישע ענערגיע אגענטור האט אבער היינט געזאגט אז איראן האט די מעגליכקייט צו בויען נוקלעארע וואפן, אבער עס איז נישט אויף די אגענדע.
דאס קומט אין א צייט וואס געשפרעכן איבער צוריקשטעלן א נוקלאערע אפמאך מיט איראן רוקן זיך נישט פאראויס.
דער פירער פון די איראנער אטאמישע ענערגיע אגענטור האט אבער היינט געזאגט אז איראן האט די מעגליכקייט צו בויען נוקלעארע וואפן, אבער עס איז נישט אויף די אגענדע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
דזשעראד קושנער שרייבט אין זיין מעמואר אז ביי די מערץ 2020 וואלן אין מדינת ישראל האט דאן פרעזידענט טראמפ געוואלט אפיציעל אינדארסירן בעני גאנץ, צוליב זיין געפעכט מיט נתניהו איבער זיינע אנעקסירונג פלענער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער UN סעקרעטערי גענעראל אנטאניא גוטטערעס זאגט אז די "מענטשהייט איז היינט איין מיספארשטענדעניש, איין מיסקאלקולאציע אוועק, פון נוקלעארע פארניכטונג".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רוסישער פרעזידענט פוטין האט היינט ביי א רעדע געזאגט אז "עס קען נישט זיין קיין געווינער אין א נוקלעארע קריג, און אזא קריג זאל קיינמאל נישט אנגעהויבן ווערן".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ערשטע קארגא שיף זייט אנהייב די קריג האט פארלאזט די פארט פון אדעסא טראגענדיג 26,000 טאן אוקריינישע תבואה קיין לבנון נאך א סוקסעספולע אפמאך מיט די רוסן אפצושטעלן די בלאקאדע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א טעקסאס מאן וועלכער האט געברענגט א ביקס צו די קעפיטאל, און איז געווען דער ערשטער צו אויסשטיין א טרייעל צוליב זיין ראלע אין די יאנואר 6 אומרוען, איז פאראורטיילט געווארן צו 7 יאר טורמע, די לענגסטע טורמע טערמין אין פארבינדונג מיט די אומרוען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אמעריקע האט געמאלדן א פרישע 550 מיליאן דאלאר'דיגע וואפן הילף פעקל פאר אוקריינע, ברענגענדיג די טאטאלע סומע פון מיליטערישע הילף צוגעשטעלט פאר אוקריינע צו 8.7 ביליאן דאלאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט 7:30 איבער א סוקסעספולע קאונטער טעראריזם אפעראציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט 7:30 איבער א סוקסעספולע קאונטער טעראריזם אפעראציע.
דעטאלן: ניו יארק טיימס ווייסע הויז קארעספאנדענט געבט אן אז דורכאויס די וויקענד האט אמעריקע דורך געפירט אן אפעראציע קעגן א וויכטיגע אל קאידע ציל אין אפגאניסטאן, און עס איז געקרוינט געווארן מיט סוקסעס אן קיין ציווילע געשעדיגטע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט 7:30 איבער א סוקסעספולע קאונטער טעראריזם אפעראציע.
פאקס מעלדט איבער באריכטן אז א CIA דראון אטאקע אין אפגאניסטאן האט אומגעברענגט איימאן אל-זאוואהירי, דער אל-קאידע פירער און נאכפאלגער פון בין לאדין.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אסאוסיעיטעד פרעס באשטעטיגט אז די אמעריקאנער דראון אטאקע אין אפגאניסטאן האט אומגעברענגט איימאן אל-זאוואהירי, דער אל-קאידע פירער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט 7:30 איבער א סוקסעספולע קאונטער טעראריזם אפעראציע.
פרעזידענט ביידען האט אדרעסירט דעם פאלק און באשטעטיגט אז אמעריקע האט דורכגעפירט א סוקסעספולע אטאקע וועלכע האט אומגעברענגט איימאן אל-זאוואהירי דער אל-קאידע פירער.
"מיר מאכן היינט נאכט ווידער קלאר, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס נעמט, נישט קיין חילוק וואו דו באהאלטסט זיך, אויב ביסטו א געפאר פאר אונזערע מענטשן, אמעריקע וועט דיך טרעפן".
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
2 זענען אומגעקומען און ווייניגסטנס 3 פארוואונדעט אין א גענג פארבינדעטע שיסעריי אין א ספארטס באר אין קאלאמבוס אהייא.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער פרעזידענט טראמפ אין א סטעיטמענט האט געמאלדן אז אין די מיזורי סענאט פארמעסט אינדארסירט ער "עריק" - וואס דאס האט געשאפן א צומישעניש, צוליב וואס עס קען מיינען אדער עריק שמיט אדער עריק גרעיטנס, צוויי שטארקע קאנדידאטן אין די פארמעסט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין רעאקציע צו די מאנקיפאקס ווירוס אויסברוך.