נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג האט שארף פארדאמט די רוסישע אנעקסירונג און געזאגט, "כארסאן איז אוקריינע, לוהאנסק איז אוקריינע, דאנעטסק איז אוקריינע, זאפארזשיע איז אוקריינע און קרימיע איז אוקריינע".
ער האט קלארגעשטעלט אז נאטא וועט ווייטער שטיצן אוקריינע ביז זיי וועלן צוריקנעמען אלע פארכאפטע טערעטאריע, און געזאגט, "אויב פוטין הערט אויף קעמפן איז דא פרידן, אויב אוקריינע הערט אויף קעמפן וועט אוקריינע אויפהערן צו עקזיסטירן".
נאכן געפרעגט ווערן האט ער געזאגט אז נאטא וועט נישט זאגן פאר אוקריינע צו אויפהערן אטאקירן די פרישע אנעקסירטע טעריטאריעס אין ליכט פון די נוקלעארע סטראשונגען, נאר וועט זיי שטיצן צו צוריק נעמען אלע זייערע טעריטאריעס.
נאכן געפרעגט ווערן איבער די אפליקאציע פון אוקריינע זיך צו אנשליסן אין נאטא האט ער געזאגט אז יעדע לאנד האט א רעכט צו באשלוסן וואס זיי טוען און אין וועלכע זיכערהייט ארגאניזאציע זיי ווילן זיך אנשליסן, און דאס וועט באשלאסן ווערן דורך אלע נאטא לענדער, אבער נאטא צילט יעצט צו שטיצן אוקריינע זיי זאלן קענען געווינען דעם קריג.